בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:05 pm
דורך תרנגול
ייש"כ הסרפד. און ייש"כ בן בוזי פאר די קאנפירמאציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:36 pm
דורך ראש הקהל
הרב יונה הורוויץ שליט"א רב ביהמ"ד בוסטון בבארא פארק בן אדמו"ר מבאסטן בירושלים עיה"ק תובב"א האט חתונה געמאכט היי יאר
און זיי האבן געדרוקט א ספר נעימת משה, שיחות וד"ת מרבי משה האדמו"ר מבאסטאן, ותולדות והנהגות מרבי פנחס דוד מבאסטאן ובנו ר' משה ז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 11:12 am
דורך מיללער
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:היו לרפ"ד גם 2 בנות: 1. בתו הגדולה [ מזוו"ר] זקינתי הרבנית הצדיקת מ' פריידא גיטל בראנדוויין ע"ה אשת זקיני הרה"צ מסטרעטין-פראווידענס.
2. בתו הצעירה דודתי הרבנית הצדיקת מ' מאטל פייגא תאומים שתחי' אשת הרה"ג רבי יעקב הרב מאלטשטאדט-ב.פ שליט"א.

די בארימטע קעסטנבוים ליציטאציע-הויז, האט יעצט ארויס געשטעלט אויף ליציטאצתיע דער אריגינעלער חתונה-בריוול אין וועלכע דער באסטאנער רבי ר' פנחס דוד ז"ל לאדענט צו די חתונה פון זיין טאכטער הרבנית פרידא גיטל עב"ג דער סטרעטינער רבי פון פראווידענס רבי יוסף שמואל בראנדוויין-מוריה (זעה דא מער איבער אים).

http://www.kestenbaum.net/content.php?item=3552

(א דאנק פאר הרב ד.ג. פון מורשת חכמי אמעריקא פארן מיטיילן דעם חשוב'ען געפונס)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 11:27 am
דורך יוסף שרייבער
מערקט די ענדערונג במקם החופה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 11:37 am
דורך והוא פלאי
יוסף שרייבער האט געשריבן:מערקט די ענדערונג במקם החופה.

וואס פארא ענדערונג

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 2:05 pm
דורך מיללער
דאס אידישע ווארט גיט דעם טיטול "ערשטער חסידישער רבי אין אמעריקא" פארן באסטאנער רבי זצ"ל רבי פנחס דוד הורוויץ:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0&pgnum=29

הסכמת האדמו"ר רבי פנחס דוד מבאסטאן זצ"ל משנת תרע"ו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 66&pgnum=2

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 25, 2014 8:54 pm
דורך יוסף שרייבער
והוא פלאי האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:מערקט די ענדערונג במקם החופה.

וואס פארא ענדערונג

זעהט רעטס ביי מקום החופה קוקט אויס ווי די ווערטער זענען אויסגעשניטען און ארויפגעקלעבט. מעגליך עס איז סתם געווען צוריסען אבער יותר נראה מען האט עפעס פאראכטען דארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 9:58 am
דורך רימנובער אייניקעל
Prouducer האט געשריבן:אין די אשכול לבית מקארוב האב איך געזעהן אז דער מקארוב'ע רבי האט געהייסן "יעקב יצחק בן מאטיל" אזוי ווי דער חוזה פון לובלין, האב איך מיך דערמאנט אז דער היינטיגע באסטאנער רבי לרפו"ש הייסט "לוי יצחק בן שרה סאשא"

שמעתי מנכדו אז איינמאל איז ער געווען ביים בעלזער רב ז"ל האט ער זיך צעקאכט וואס פארא הייליגע נאמען ער טראגט

האט מיר פארציילט האדמו"ר מבאסטאן בארא פארק שליט"א אז ווען בעלזער רב זצ"ל האט געליינט זיין טאטעס נאמען און די קוויטעל. האט זיך בעלזער רב אויפגעשטעלט און צו קאכט און געזאגט מיט א'ברען אפאר מאל א'היימישע נאמען א'היימישע נאמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 2:39 pm
דורך הסרפד
אויב געדענק איך ריכטיג, שטייט די מעשה מיט אלע פרטים אין ר' שלום מאיר וואלאך'ס 'שושלת בוסטון', מסתמא מפי ר' לוי יצחק'ן אליינס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 7:00 am
דורך רימנובער אייניקעל
פארציילט שאר בשרי הרה"צ אבד"ק סטרעטין אליק שליט"א,(המכונה פה סטרעטינער אייניקל) און זיין קונטרס תולדות אלופי יהודה (תולדות סבו הרה"ק רבי פנחס דוד מ'באסטאן זצ"ל).א'מעשה נורא,א'פחד פון א'מעשה, וואס האט עס געהרעט פון ש"ב הרה"צ רבי לוי יצחק זצ"ל האדמו"ר מ'באסטאן וואס האט עס געהערט מאביו הבעל העובדה הרה"ק רבי פנחס דוד זצוק"ל מ'באסטאן.און ער האט עס אויך געהערט פון ש"ב הרה"צ רבי פנחס הורוויטץ זצ"ל ששמע מאביו הרה"צ רבי ראובן נתן נטע זצ"ל וואס האט עס געהערט מפי אחיו בעל העובדה הרה"ק רבי פנחס דוד מ'באסטאן זצוק"ל .
אז די לעצטע טאג פון די י"א חודש ווען הרה"ק רבי פנחס דוד זצ"ל האט גענדיגט זאגן קדיש אויף זיין טאטע הרה"ק רבי שמואל שמעלקע זצ"ל הורוויטץ (בן אחר בן להרבי רבי שמעלקע זיע"א) חלום'ט ער אז זיין טאטע קומט צו אים און הייסט אים זאגן קדיש פאר נאך איין טאג.איז הרה"ק רבי פנחס דוד זצ"ל געווען זייער צו טראגן,ווייל מנהג ישראל איז,אז מ'זאגט נישט קדיש מער וואו עלעף חדשים ווייל משפט רשעים איז בגהינם י"ב חודש,און זיין טאטע איז געווען א'צדיק תמים.צופרי גייט ער אריין צו דודו הרה"ק רבי דוד'ל השני מ'לעלוב זי"ע און האט אים פארציילט די חלום ,און האט אים געבעטן א'פתרון.האט אים די רבי זצ"ל געזאגט קום מיט מיך נאך מנחה קיין הר הזתים צו דיין טאטע'ס ציון ,און וועסט אים אליין פרעגן פשט.נאך מנחה פאר די שקיעה זענען זיי ביידע געגאנגען קיין הר הזתים,ווען זיי זענען געווען נאנט צום ציון האט רבי פנחס דוד אויפגעהויבן זיין אויגן און קוקט אויף זיין טאטע'ס קבר פונדערווייטענס און זעט א'מענטש שטיין לעבן קבר.און פון רוב פחד האט ער אויפגעהרט צו גיין און געשטאנען אויף זיין פלאץ, האט אים הרה"ק רבי דוד'ל זיע"א געזאגט האלט אן מיין גארטעל,האט ער אנגעכאפט רבי דודל'ס זצ"ל גארטעל ,און אזוי ממשיך געווען צו גיין, ווען זיי זענען אנגעקומן צום קבר,האט רבי פנחס דוד זצ"ל געזען אז דער וואס שטייט לעבן קבר איז טאקע זיין טאטע.און קוקט אויס ממש כ'בחיים חייתו. האט אים רבי דוד'ל זיע"א געזאגט פרעג,מיט פיל התרגשות האט רבי פנחס דוד געפרעגט זיין טאטע פשט פארוואס האט ער אים געהייסן זאגן קדיש פאר נאך איין טאג?,האט אים זיין טאטע גענטפערט ווייל ס'איז היינט מיין מאמע'ס יארצייט און איך האב געוואלט אז די זאלס'ט זאגען קדיש נאך איר.האט אים רבי פנחס דוד געפרעגט אז ס'איז נאך דא קינדער אירע וואס לעבן און זיי זאגען קדיש נאך איר, (זיי האבן געוואנט און פולין).האט אים זיין טאטע גענטפערט א'קדיש וואס א'אייניקל זאגט און ארץ ישראל ,העלפט אסאך מער פאר די נשמה ,וואו א'קדיש וואס א'זון זאגט און חוץ לארץ. דעמאלטס האט זיך הרה"ק רבי דוד'ל זיע"א אויסגעדרייט און אנגעהויבן צוריק גיין צו זאמען מיט רבי פנחס דוד זצ"ל, ווען זיי זענען געווען ווייט פונעם קבר,האט זיך רבי פנחס דוד זצ"ל אויסגעדרייט און געקוקט אויפן קבר און קיינעם נישט געזען דארטן. זיע"א.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2014 2:37 am
דורך רימנובער אייניקעל
איז ממשיך שאר בשרי הרה"צ אבד"ק סטרעטין אליק שליט"א,געהערט פון דודו זקנו הרה"צ רבי יוסף דוד בראנדוויין זצ"ל וואס איז געווען דארטן בשעת מעשה,און אויך פון דודו הרה"צ רבי זושא בראנדוויין זצ"ל וואס ער איז געווען פון די חברה קדישא וואס האבן זיך מתעסק געווען מיט גופו הקדוש של הרה"ק רבי פנחס דוד זצ"ל מ'באסטאן .אז דריי און האלב יאר נאך הסתלקותו און אמעריקא האט מען אים מעביר געווען קיין ארץ ישראל,און ראו זה פלא,ווען מ'האט געפענט ארונו הקדוש אים צו באגראבען ליד אביו הרה"ק רבי שמעלקע זצ"ל הורוויטץ און הר הזתים האט מען געזען אז גופו הקדוש איז געווען גאנץ כ'ביום פטירתו.זיע"א.