Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בית באסטאן לתולדותיהם

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 12:26 pm

בעז"ה האט מען לעצטנס פארברייטערט די טעמע אין על הצדיקים איבער רבנים ואדמו"רים בארה"ב וקאנאדא, וואלט געווען זייער פאסיג צו ווידמען אן אשכול איבער די אדמור"ים נכדי הרה"ק הר"ר שמעלקא מניקלשבורג וועלכע האבן משמש געווען באדמורית מיט מסירת נפש אין באסטאן מאסאטשוסעס.


דער ערשטער באסטאנער רבי איז געווען ר' פינחס דוד וועלכע האט זיך באזעצט אין אמעריק אין די תר"ע יאהרן אין סאמע ברען פון דער ערשטער וועלטס קריג,
ר' פינחס דוד איז אויפגעוואקסן אין ירושלים, און איז געווען שטארק מקושר צו זיין פעטער ר' דוד'ל בידערמאן פון ירושלים, בערך א יאהר פאר עס האט אויסגעבראכן דער ערשטער וועלטס קריג האט זיך צופלאקערט א וויכוח איבער די חלוקה פון קופת ר' מאיר בעל הנס, און מען האט איהם געשיקט קיין יוראפ אלס דעלעגאט צו פארטרעטן די בני הכולל אין דער דין תורה וועלכע האט געדארפט פארקומען ביים ר' אלי' רב פון פרוזשאן, אין יאר תרע"ג איז ער אהין געפארן, ער איז אינטערוועגנס געווען אין בעלזא, באבאוו און ביי נאך גדולי ישראל, למעשה איז דער דין תורה נישט פארגעקומען ווייל די מלחמה האט אויס געבראכן, האט ער געמוזט שנעל צוריק פארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט איבער געלאזט זיין רעבעצין (א טאכטער פון ר' יחיאל מיכל מטורקא-סטרעטין) מיט די קינדער, ער איז געפארן דורך גריכלאנד, זייענדיג דארט זענען די גריכישע אויך אריין אין דער קריג זיך שטעלענדיג צו די ענגלישע-פראנצויזישע זייט, ער וואס האט געהאט אן עסטרייכישער פאס איז באטראכט געווארן אלס א פיינט און דעריבער האט ער געמוזט אנטלויפן אבער קיין ארץ ישראל האט ער אויך נישט געקענט פארן, האט איהם דער חכם באשי פון סאלוניקי רבי יעקב מאיר וועלכע האט איהם געקענט פון ירושלים ערלעדיגט א גריכישער פאס מיט וועלכע ער האט געקענט ארויס פארן, אבער צו דער איינציגסטער אידישער ישוב ווי ער האט געקענט דערגרייכן איז געווען אמעריקא דעריבער האט ר' פנחס דוד געפליכטעט קיין אמעריקע
עטעטשמענטס
boston_reb pd.jpg
ר' פנחס דוד מבאסטאן
boston_reb pd.jpg (20.12 KiB) געזעהן געווארן 1098 מאל

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:33 pm

דאכט זיך אז ר' פנחס דוד האט מען שפעטער מפנה געווען קיין אר"י, האט איר פרטים וועגן דעם?

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 4:00 pm

א דאנק בן-בוזי, זאג וועמענס זוהן איז ר' פנחס דוד געווען, איך מיין אז זיי זענען נישט געווען קיין רבי'ס אין אייראפא, שטימט?

א בילד פון א אגודה קאנפרענץ דא אין אמעריקא, פון רעכטס צו לינקס; ר' נחום פערלוב מנאווימינסק, דער באסטאנער רבי, ר' יצחק הוטנער, ר' משה פיינשטיין.
עטעטשמענטס
Agudah.jpg
Agudah.jpg (19.3 KiB) געזעהן געווארן 1070 מאל
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג מרץ 12, 2009 5:06 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 4:57 pm

שלשלת באסטן אין וויקיפידיע (ענגליש)

ר' פנחס דוד איז געווען אן איידעם אין לעלוב, פון דארט קומט זיי די אדמורו"ת.

זיינע צוויי זוהן זענען;
הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן, הר-נוף
הרה"צ ר' משה הורוויץ ז"ל אדמו"ר מבאסטאן ניו-יארק

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 5:03 pm

דער ערשטער באסטאנער רבי מיט זיינע זוהן ר' משה ז"ל און ר' לוי יצחק שליט"א (פון אויבן אראפ)
עטעטשמענטס
rpichosdhorowitz_s.jpg
rpichosdhorowitz_s.jpg (7.04 KiB) געזעהן געווארן 1048 מאל
rmoshe_s.jpg
rmoshe_s.jpg (65.81 KiB) געזעהן געווארן 1049 מאל
sxBostonerRebbe.jpg
sxBostonerRebbe.jpg (10.27 KiB) געזעהן געווארן 1049 מאל

דאנערשטאג מרץ 12, 2009 5:07 pm

ר' פנחס דוד ב"ר שמואל שמעלקא ב"ר אלכסנדר סנדר ב"ר נח פנחס מבראד בן ר' יעקב דוד מבראד בן ר' צבי יהושע מטרייביטש בן הרה"ק הר"ר שמעלקע זי"ע,
ר' שמואל שמעלקא הנ"ל חתן ר' אלעזר מענדל מלעלוב בן ר' משה מלעלוב.
ר' צבי יהושע חתן דודו בעל הפלאה זי"ע

זונטאג יולי 26, 2009 6:30 pm

אין די אשכול לבית מקארוב האב איך געזעהן אז דער מקארוב'ע רבי האט געהייסן "יעקב יצחק בן מאטיל" אזוי ווי דער חוזה פון לובלין, האב איך מיך דערמאנט אז דער היינטיגע באסטאנער רבי לרפו"ש הייסט "לוי יצחק בן שרה סאשא"

שמעתי מנכדו אז איינמאל איז ער געווען ביים בעלזער רב ז"ל האט ער זיך צעקאכט וואס פארא הייליגע נאמען ער טראגט

זונטאג יולי 26, 2009 7:30 pm

מיללער האט געשריבן:
זיינע צוויי זוהן זענען;
הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן, הר-נוף
הרה"צ ר' משה הורוויץ ז"ל אדמו"ר מבאסטאן ניו-יארק


די קינער פון האדמו"ר רבי משה מבוסטון-ניו יארק זצ"ל:

- האדמו"ר ר' חיים אברהם – מבוסטון-בית שמש
- האדמו"ר ר' פנחס דוד – מבוסטון-פלעטבוש


די קינדער פון האדמו"ר רבי לוי יצחק שליט"א - מבוסטון-הר נוף:

- ר' פנחס דוד – אבד"ק חוסט
- ר' נפתלי – באסטאן'ער "רב" אין הר נוף
- ר' מאיר אלטר

זיינע איידעמער:
- ר' משה חיים געלדצעלער, דומ"ץ באסטאן הר-נוף
- הרב פרענקל מוויעליפאלי – פלעטבוש

זונטאג יולי 26, 2009 8:26 pm

דאכט זיך אז זיי זענען אבער געווארען אויפגעצויגען אין א"י, לויט ווי כ'האב לעצטענס געליינט האט דער ר' לוי יצחק גאר געלערענט אין תורה ויראה אין מאה שערים!

זונטאג יולי 26, 2009 8:45 pm

מיללער האט געשריבן:שלשלת באסטן אין וויקיפידיע (ענגליש)


איך זעה זיי שרייבן דארט אז ער האט געהאט א בית המדרש אין וומס"ב (פארן צווייטן וועלט מלחמה), ווייסט איינער וואו עס איז געווען?

זונטאג יולי 26, 2009 9:16 pm

כ'האב געליינט אין די צייטונג (פר' דברים) אז דער באסטאנ'ער רבי שליט"א לרפו"ש איז פון לעצט (3 אדער 4) פארבליבענע רבנים פון די 400 רבנים וואס האבן אנטייל גענומען אין די רבנים מארש אין וואשינגטאן.

בילדער: לוויה פון האדמו"ר מבוסטון זצ"ל

שבת דצמבר 05, 2009 7:04 pm

אלפים ליוו למנוחות את האדמו"ר מבוסטון זצ"ל
עם צאת השבת התקבלה הידיעה המרה על הסתלקותו של כ"ק האדמו"ר מבוסטון זצ"ל, חבר מועצת גדולי התורה, לאחר מחלה קשה. בחודשים האחרונים חלה הרעה במצבו של לאחר התקף לב שעבר. הלוויתו נערכה בירושלים. צפו בגלריית תמונות ממסע הלוויה (דיין האמת)
פאר נאך בילדער http://www.kikar.net/22683.html
עטעטשמענטס
.jpeg
די לוויה היינט פון האדמו"ר מבוסטון זצ"ל
.jpeg (19.05 KiB) געזעהן געווארן 1243 מאל

זונטאג דצמבר 06, 2009 12:22 am

ח"י כסלו שבת קודש וישלח תש"ע איז נפטר געווארן דער באסטאנער רבי הרב לוי יצחק בן פנחס דוד ז"ל.

זונטאג דצמבר 06, 2009 12:56 am

אביסל וועגען די באסטענער רבי זצוק"ל הכ"מ, ווי באקאנט איז היינט און די שטאט באסטאן פארהאן זייער א גוטע שפיטל ספעציעל געאייגינט פאר קינדער, און ליידער קומען דארט אן זייער אסאך יודן וועגען רפואה, און דערפאר האט דער באסטענער רבי אויפגעשטעלט דארט א פלאץ פאר יודן ווי איינצושטיין אויף די צייט ווואס זיי געפונען זיך דארט אויף א פלאץ ווייט אוועק פונדערהיים, און מען רעדט נישט פון סתם א פלאץ, מען רעדט פון וואס ערהט צוגעשטעלט הערליכע אפארטמענטס שיין איינגערישט, און אויך שטעלט ער צו צו עסן, און פאר שב"ק הערליכע סעודות, און איך אלץ איינער וואס איז דארט אויסגעקומען צו זיין א יו"ט קען איך זאגען אז ס'איז געווען געוואלדיג א מדה פון הכנסת אורחים וואס איז נישט היינט דא צו געפונען ערגעץ אנדערשט, און דאס איז אוודאי א זכות וואס וועט באגלייטן די באסטאנער רבי בגנזי מרומים, ווי די זיידע אברהם אבינו וועט עם אויפנעמען מיט ביידע הענט,

היינט צוטאגס ווער עס געפירט דורך זיין חשובע זון הרב רבי נפתלי שליט"א

זונטאג דצמבר 06, 2009 1:08 am

דער באסטאנער רבי און די מדה פון הכנסת אורחים איז ער גווען איינס און דער וועלט,

זונטאג דצמבר 06, 2009 4:04 pm

דער באסטאנער רבי האט געטראגען א היסטארישען נאמען: "לוי יצחק בן שרה סאשע"!

זונטאג דצמבר 06, 2009 6:07 pm

דער באסטאנער רבי האט פארמאגט א ספר תןרה פון די הייליגע ראפיצער, און אויך א ס"ת פון רבי שמעלקא ניקלשבורגער,

מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:02 pm

דער באסטאנער רבי איז פון די לויים האראוויץ משפחה, די ארגינעלע האראוויץ משפחה, בא"ב צו שמואל הנביא.
רוב רבי'שע הורוויץ'עס זענען נישט קיין לויים אייניקלעך פונעם ראפשיצער רב וואס האט זיך געטוישט נאמען אויף הורוויץ ע"ש זיין מאמע'ס טאטע רבי יצחק 'הלוי' האראוויץ זי"ע מהאמבורג

דינסטאג דצמבר 15, 2009 2:20 pm

מצבת ר' פנחס דוד הורוויץ מבאסטאן ב'וועלוואד.
(לפני שפינוהו לארה"ק)
עטעטשמענטס
IMG_1664[1].JPG

בני הרה"ק ר' פנחס דוד מבאסטאן זצוק"ל

מאנטאג ספטמבר 13, 2010 12:40 am

היו לרפ"ד גם 2 בנות: 1. בתו הגדולה [ מזוו"ר] זקינתי הרבנית הצדיקת מ' פריידא גיטל בראנדוויין ע"ה אשת זקיני הרה"צ מסטרעטין-פראווידענס.
2. בתו הצעירה דודתי הרבנית הצדיקת מ' מאטל פייגא תאומים שתחי' אשת הרה"ג רבי יעקב הרב מאלטשטאדט-ב.פ שליט"א.

דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:35 am

תשוח"ח לנכד האדמו"ר מבאסטאן (הראשון) על אדיבתו, בייגעלייגט איז א נייע בילד פונעם באסטאנער רבי ר' פנחס דוד ז"ל, נעבן דאס מער באקאנטע בילד.
עטעטשמענטס
boston_reb%20pd.jpg
boston_reb%20pd.jpg (26.94 KiB) געזעהן געווארן 480 מאל

דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:22 am

איז דא א ספר\בוך וואס באשרייבט די צדיקי בית באסטאן? מיין כוונה איז בעיקר אויף ר' פינחס דוד.

דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:04 pm

יא, איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען.

דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:08 pm

"שושלת בוסטון", שטעל איך מיך פאר?

דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:03 pm

יא, גערעכט, דאס איז גאנץ אן אינטערעסאנטער ספר לתולדות החסידות באמעריקא
שרייב א תגובה

Advertisement