רבי נפתלי צבי לאבין זצ"ל מ'זידיטשוב - בערעגסאז, י' אדר תשס"ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm
ביקסאד האט געשריבן:badatz האט געשריבן:ביקסאד האט געשריבן:מאיר, קיינער קאן נישט צולייגן קיין זיידעס.
איך בין מחולק מיט דיר מען קען .אין מען לייגט .
דאן האט עס אזא פנים וואו דער איגרת לשמואל [פרענקל].
ב''ה
אויב דיא ביזט זייער שטארק נייגעריג קען איך דיר געבען א לאנגע ליסט פין מיוחסים למחצה לשליש ולרביע .
דער פראבלעם פאנגט זעך אהן ווען רעבי'ס האבען געהאט צווייא זיווגים ל''ע אין דיא אייניקלעך נעמען ביידע זיידעם פאר זיידע'ס .
ס'איז געווען א רבי אויף דער איסט-סייד וואס האט איבער געדרוקט זיין עלטער זיידענ'ס ספר אין שרייבט ביים סוף דעם יחוס .
שרייבט עהר דארט קלאהר אז עהר ווייסט נישט ציא עהר איז א נשכיזער אייניקעל ווייל עהר וויסט נישט פין וועלעכען זיווג עהר איז .
זיין איהר אייניקעל האט איבער געדרוקט דעם ספר האט ארויס גענומען דיא פאהר שורות .איהן עהר שרייבט קלאהר אז עהר איז
א נישכיזער אייניקעל .האט איהם געפרעגט .האט עהר געענטפערט אז " מען " האט שוין מברר געווען -גייא דינק זעך .בייא
זיינע אייניקלעך האבען דעך שוין שחור על גבי לבן אז זייא זענען נעשכיזער אייניקלעך ווייל דער זיידע [ז''ל] האט דאך בפירוש
אזוי געשריבען ואין אדם מוריש שקר לבניו .--דאס איז דאך א חזקה--.
אויב דיא דערמאנסט שוין דעם איגרת לשמואל וויל איך דיר זאגען זייא וועלען דאס נאך איבער דריקען "עס איז " קענסט ענגליש
"ווייט ענד סיא "
איך האב געהערט דעם שבת פון א איד, א נאנטער משפחה מיטגליד מיטן זידיטשויבער רבי זצ"ל, אז ווען ער איז געווען באזוכן דעם רבי'ן ווען ער האט געוואוינט אין מאנטריאל (א שטיק צייט), און ער האט מיטגענומען זיין בכור וואס איז דעמאלס געווען א יונגעלע פון 2 יאר, און דער טאטע פון קינד האט געזאגט פארן קינד אז ער זאל מאכן א ברכה אויף א שטיקל געבעקס וואס ער האט באקומען פונעם רבי'ן, האט אים דער רבי געזאגט אז אונטער די דריי יאר לערנט מען נישט אויס צו מאכן קיין ברכות, שלש שנים יהיו לכם ערלים.
מאיר האט געשריבן:איך האב געהערט דעם שבת פון א איד, א נאנטער משפחה מיטגליד מיטן זידיטשויבער רבי זצ"ל, אז ווען ער איז געווען באזוכן דעם רבי'ן ווען ער האט געוואוינט אין מאנטריאל (א שטיק צייט), און ער האט מיטגענומען זיין בכור וואס איז דעמאלס געווען א יונגעלע פון 2 יאר, און דער טאטע פון קינד האט געזאגט פארן קינד אז ער זאל מאכן א ברכה אויף א שטיקל געבעקס וואס ער האט באקומען פונעם רבי'ן, האט אים דער רבי געזאגט אז אונטער די דריי יאר לערנט מען נישט אויס צו מאכן קיין ברכות, שלש שנים יהיו לכם ערלים.
ב''ה
חידוש גדול - נא תברר עוד הפעם .אם זה דוקא כשיש לתינוק עוד חיתולים[דייפערס] .או לפני ג' שנים .
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
סאיז טאקע א'פלא אז זיין טאטע האט געהייסן סענדער ליפא בשעת ער איז בכלל נישט געווען א'אייניקיל פון רבי סענדר ליפא פון זידיטשוב.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
badatz האט געשריבן:ב''ה
שאלתי את בן ר' אהרן מאיר אם הם נכדי הרה''צ ר' סענדער ליפא בן הזידאטשאווער רבי ואמר לי שלא. הם רק נכדי ר' ישראל יוסף חתן הרבי. ונכדי רבינו
העטרת צבי כי ר'ישראל יוסף הי' בן ר' נפתלי הערציל חתן רבה''ק העטרת צבי זי''ע.
קומט אויס אז ער איז געווען צוויי מאל אייניקל פונעם עטרת צבי זי"עא און צוויי מאל פון רבי אייזיק'ל זידיטשויבער זיע"א.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי נפתלי צבי לאבין זצ״ל - מזידיטשוב - וויליאמסבורג - י׳ אדר תשס״ט
איינמאל זייענדיג ביים סאטמאר רב מיט א פתקא האט ער אים געפרעגט אויב סדא יודן וואס האבן די מצוה אים צו שטיצן מיט אפאר טולער..
האט אים דער זידיטשויבער רבי גענטפערט אז הרה"ק מדינוב זי"ע אין אגרא דפירקא שרייבט "שאל לו לירא שמים לתבוע בפה תמיכה"פארדעם פירט ער זיך נישט צו בעטן נאר ווער סקומט אליינס נעמט ער.
סאטמאר רב האט הנאה פונעם לויטערקייט פונעם זידיטשויבער רבין ווי ער איז גרייט צו זיצן אין דחקות נאר כדי צו פאלגן וואס שטייט אין בני יששכר
האט אים אבער גענטפערט בצחות לשונו: די פראבלעם איז אז די בעלי בתים לערנען דאך נישט קיין אגרא דפרקא...
האט אים דער זידיטשויבער רבי גענטפערט אז הרה"ק מדינוב זי"ע אין אגרא דפירקא שרייבט "שאל לו לירא שמים לתבוע בפה תמיכה"פארדעם פירט ער זיך נישט צו בעטן נאר ווער סקומט אליינס נעמט ער.
סאטמאר רב האט הנאה פונעם לויטערקייט פונעם זידיטשויבער רבין ווי ער איז גרייט צו זיצן אין דחקות נאר כדי צו פאלגן וואס שטייט אין בני יששכר
האט אים אבער גענטפערט בצחות לשונו: די פראבלעם איז אז די בעלי בתים לערנען דאך נישט קיין אגרא דפרקא...
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
רבניש האט געשריבן:דער ערשטער וואס האט אים אנגערופען ״זידיטשובער רבי״ איז געווען הרה״ק האמרי חיים מוויזניץ זי״ע און פון דאן אן איז ער גערופן געווארן מיט דעם שם כינוי לכבוד ולתפארת.
לאו דוקא, ביז אין די מיטעלע נו"ן'ס האט מען אים גערופן דער בערעגסאזער רבי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער זידיטשובער רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט פארמאגט קיין שטעקן כדרך האדמורי"ם, אפילו אין זיינע לעצטע יארן ווען ס'איז אים אנגעקומען צו גיין שווער, האט ער קוים בלית ברירה מסכים געווען אויף א פשוט'ער שטעקן, אבער נישט אויף קיין רבי'שע זילבערנע וכדו'.
ווען איינער פון די אייניקלעך האט אים שטארק מפציר געווען דערוועגן, האט ער פארציילט אז יארן פריער איז ער געווען אין פאריז, ביי הרה"צ ר' מיכל רייז זצ"ל, וואס איז געווען דארטן א גרויסער מכניס אורח, און ער האט אים געקויפט א שטעקן אלס בנש"ק, אבער ווען ער איז פון דארט אוועק געפארן האט ער עס פארגעסן אויפן באן, האט ער געזעהן אז פון הימל האלט מען אז ער דארף נישט גיין מיט קיין שטעקן...
ווען איינער פון די אייניקלעך האט אים שטארק מפציר געווען דערוועגן, האט ער פארציילט אז יארן פריער איז ער געווען אין פאריז, ביי הרה"צ ר' מיכל רייז זצ"ל, וואס איז געווען דארטן א גרויסער מכניס אורח, און ער האט אים געקויפט א שטעקן אלס בנש"ק, אבער ווען ער איז פון דארט אוועק געפארן האט ער עס פארגעסן אויפן באן, האט ער געזעהן אז פון הימל האלט מען אז ער דארף נישט גיין מיט קיין שטעקן...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- וועלוועל קליינער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 423
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1277
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש