רבי אלישע האלברשטאם מגארליץ ז"ל - ט"ו ניסן א' דפסח תש"א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי אלישע האלברשטאם מגארליץ ז"ל - ט"ו ניסן א' דפסח תש"א
ר' אלישע איז געווען א זוהן פון ר' ברוך גארליצער בן מרן הדברי חיים זצ"ל, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער הרה"ק ר' מרדכי דוב מהורנוסטייפל זצ"ל חדב"ן הדברי חיים.
ער האט באזוכט אמעריקא צוויי מאל נאך פארן קריג, עס איז גאר מערקווידיג ווי אין שנת תרפ"ב האט די פאפולערע 'ניו-יארק טיימס' געשריבען איבער זיין באזוך (זעה בייגעלייגט פאטאסטאט) און אביסל פון זיין דרשה ביים קבלת פנים ווי ער רעדט צו די אמעריקאנער אידן וועגן אידישקייט אין אמעריקא וועלכע איז כידוע דאן געווען בשפל המצב.
ר' אלישע איז געווען דער לעצטער רב אין גארליץ ביז זיין אומקום ע"י האנצים הארורים ימ"ש הי"ד, איבערלאזנדיג א פארצווייגטע משפחה פון קינדער און אייניקלעך אדמורי"ם ורבנים לתפארת אבותיהם.

די קינדער פון ר' אלישע זענען געווען ווי פאלגענד;
א) ר' צבי מנחם מענדל האלבערשטאם, גארליץ - ראפשיצער רבי אין ניו יארק, חתן ר' מנשה מאריליעס מדיבעצק.
ב) ר' נפתלי חיים האלבערשטאם מגארליץ. גבאי פון כולל חבת ירושלים גאליציע.
ג) ר' דוד משה האלבערשטאם, דינוב-גארליצער רבי אין אמעריקא חתן ר' יוסף שפירא אב"ד דינוב א ב"ר צבי אלימלך שפירא מבערטש
ד) ר' אהרן האלבערשטאם, גארליץ - וויעליטשקא רבי אין אמעריקא.
ה) ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם, גארליצער רבי אין אמעריקא חתן ר' שמואל שפירא מרעדים.
ו) ר' מרדכי דוב האלבערשטאם, פון ירושלים
ז) ר' ברוך האלבערשטאם, גארליצער רבי פון בני ברק חתן ר' ישכר שלמה טייטכטאהל הי"ד מפישטיאן בעמח"ס משנת שכיר
ח) מרת רחל פייגא אשת ר' יצחק שפירא-קטן פון אמעריקא ב"ר צבי אלימלך שפירא מלאנצהוט.
ט) מרת ברכה אשת ברוך משה פרנס פון וומ"ס-ברוקלין
י) מרת מרים לאה הי"ד אשת ר' זלמן האלבערשטאם
י"א) מרת נחמה

לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג מארטש 06, 2009 9:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בד"צ האט געשריבן: הכרתי ארבעה אחים וב' אחיות .
א], ר' צבי מנחם שהי' בא הרבה לסקווער והי' חתן בדובעצק הרבנית שלו האריכה ימים מאוד והבת יחידה שלו הי' כלת מהרמ''צ מטאלנא- פילדלפי' .
ב]ר'אהרן [המכונה ארטשי ] חתן בוועליטשקא פרנקל-תאומים ויש לו בן ובת .
ג] ר' יחזקאל שרגא בזיווג ראשון חתן ברעדים-שפירא .ובזווג''ש חתן בע''ב לא הניח זש''ק-בסוף ימיו גר בבארא-פארק והתפלל במנין ספרד 46-8 עוועניו .
ד] הרה''ג ר' דוד משה [שם אחר אדמוה''ז מטשארטקאוו] חתן בדינוב .
הבנות
א] אשת ר' יצחק שפירא-קטן מטסמעניץ .
ב] אשת ר' ברוך מרדכי פרנס הסופר מאיסט-סייד -הרב יעקב סקולא מתורה-ודעת הוא חתנו.
הכרתי בארה''ק עוד שני אחים.
א] ר' מרדכי דוב .ולו בת יחידה
ב]ר' ברוך שהי' גר בשיכון ה' ע''י בני-ברק חתן אצל טייכטאהל-פישטשאן - ולו משפחה עניפה .
אביהם הרב ר' אלישע הי' כאן בארה''ב לפני המלחמה שנתיים וחזר לגארליץ .
אחיהם הגדול הי' ר' נפתלי חיים שנפטר במלחמה ברוסי' והבנית שלו גרה בארה''ב ולהם בן ובת
ר' שמואל נ''י ט''ב מטשענסקאוויץ לרפו''ש חתנו ועוד בן בפלעטבוש
פארצייטישע האט געשריבן:badatz האט געשריבן:אחיהם הגדול הי' ר' נפתלי חיים שנפטר במלחמה ברוסי' והבנית שלו גרה בארה''ב ולהם בן ובת
ר' שמואל נ''י ט''ב מטשענסקאוויץ לרפו''ש חתנו ועוד בן בפלעטבוש .
משפחת ר' נפתלי חיים
חתנו ר' טובי' טייטעלבוים ע"ה [בן האדמו"ר מבריגל]
חתנו ר' שמואל טייטעלבוים שליט"א אדמו"ר מטשענסקאוויטש פלעטבוש לרפו"ש
חתנו ר' ?? גנצבי ע"ה, זיין זוהן ר' נפתלי גנצבי איז אן איידעם פון מאטערסדארפער רב שליט"א
חתנו ר' ישראל ליבער שיחי' מבארא פארק
בנו ר' אלטר זאב שיחי' מפלעטבוש [אגב אין דער בילד פון מהר"ש מהרנ"ץ און אדמו"ר 45 קען מען זעהן דער ר' אלטר זאב צווישן מהר"ש און מהרנ"צ]
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ר' נפתלי חיים איז אוועק אין סיביר
.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- פארצייטישע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
- לאקאציע: אין די אלטע היים
בילד פון ר' נפתלי חיים הלברשטאם בן ר' אלישע בן ר' ברוך בן הדברי חיים ז"ל
עס ליגט מיך אין קאפ אז איך האב געהערט פון די משפחה - ווען איך בין געגאנגען מנחם אבל זיין איינע פון די משפחה א שטיק צייט צוריק - אז דער בילד איז פון אינמיטן די קריג נאכדעם וואס מ'האט שוין אראפגעשוירן איינמאל די בארד, אבער איך בין נישט זיכער דערמיט.

- אטעטשמענטס
-
- nc halberstam - gorlitz.jpg (11.7 KiB) געזען 7630 מאל
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
מיללער האט געשריבן:די קינדער פון ר' אלישע זענען געווען ווי פאלגענד....
ג) ר' דוד משה האלבערשטאם, דינוב-גארליצער רבי אין אמעריקא חתן ר' יוסף שפירא אב"ד דינוב א ב"ר צבי אלימלך שפירא מבערטש
מצבת הרבנית מדינוב-גארליץ בהר הזיתים, בתה של ר' יוסף שפירא מדינוב.
- אטעטשמענטס
-
- Shapira.jpg (29.16 KiB) געזען 7531 מאל
רבי ברוך הלברשטאם זצ"ל מייסד ביהמ"ד 'קדושי גארליץ' בני ברק
היינט ט"ו באב פאלט אויס דעם יא"צ פון בנש"ק הרה"צ ר' ברוך הלברשטאם זצ"ל א זוהן פון ר' אלישע גארליצער זוהן פון ר' ברוכ'ל גארליצער זי"ע. ר' ברוך איז ארויף קיין אר"י נאכ'ן ביטערן חורבן און האט זיך באזעצט און בני ברק. ווי דער סאנז-גארליצער דרך האט ר' ברוך גאר גאר בייהאלטן זיין צדקות און גאונות -עד כדי כך האט ער עס בייהאלטן און א מאנטעל פון א בעלבתיש'ע איד (א שיינער מליצה - אבער גאר ריכטיג). בשופו"א האט ער נישט געוואלט ווערן א רבעל'ע. ואף לא שעה לתחנוני גדולי הצדיקים בדורו וואס האבען עם משכנע געוועזען אל'ס איינציגסטע ממשיך פון בית גארליץ (הגם אז דעם קלויזנבורגער רב און האחים ר' משה מיט ר' יעקב ה"ש זענען אויכעט גארליצער אייניקלעך - מ"מ איז ר' ברוך געווען דעם איינציגסטער קינד פון ר' אלישע דער מ"מ פון ר' ברוכ'ל גארליצער). עד כדי כך אז ער איז געגאנען דבר יום ביומו אויף ארבעטן "כאחד מן הפועלים" (אזוי ווי מ'פארציילט אויף ר' נפתלי ליז'ענסקער זי"ע). געווען גאר א וואויל איד און בחדרי חדרים אויכעט געטון גאר א סאך מעשי חסד ווי ס'פאסט פאר א ריכטיגען סאנזער אייניקעל.
לזכר דעם עיר הולדתו ועיר מגורי אבותיו האט ער אויף געשטעלט און שיכון ה' און בני ברק א בית מדרש'ל אינטער דעם נאמען 'קדושי גארליץ' ווי מהאט זיך דארט פארזאמעלט א סאך אלטע סאנזער חסידים.
געווען אן איידעם ביי ר' ישכר שלמה טייכטאהל - דעם אם הבנים שמחה [משנה שכיר] זצ"ל וואס זיין רעבעצין להבל"ח לעיבט נאך.
זיינע קינדער פירן שוין ב"ה יא רעבעיסטיווע. זיינע צוויי קינדער ר' אלישע מיט ר' חיים ריפען זיך 'גארליצער רעביס' און ואוינען און שיכון ה'. נאך א קינד ר' ישכר שלמה וואס הייסט 'קאלאשיצער רבי'. אויכעט האט ער נאך א קינד א פייערדיגע חסידיש'ע איד ר' חיים אלעזר הלברשטאם א ראחמיסריווקא חסיד וואוינט און ירושלם. זיין איידעם ר' אלי' זאלמאנאוויטש (זוהן פונ'עם עכוער רב זצ"ל) פירט היינט דעם בית מדרש 'קדושי גארליץ' און שיכון ה'. אויכעט איז ר' ברוך דעם שווער פון ר' בערל יונגרייז דעם גארליצער רבי דא און בארא פארק.

כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
כתר ישועה האט געשריבן:(הגם אז דעם קלויזנבורגער רב און האחים ר' משה מיט ר' יעקב ה"ש זענען אויכעט גארליצער אייניקלעך - מ"מ איז ר' ברוך געווען דעם איינציגסטער קינד פון ר' אלישע דער מ"מ פון ר' ברוכ'ל גארליצער). עד כדי כך אז ער איז געגאנען דבר יום ביומו אויף ארבעטן "כאחד מן הפועלים" (אזוי ווי מ'פארציילט אויף ר' נפתלי ליז'ענסקער זי"ע).
ישועה'לע,
לייענט ביטע איבער די ערשטערע עטליכע תגובות וועט איר געוואור ווערן אז נישט נאר וואס עס זענען לעבן געבליבען 6 זוהן פונעם לעצטן גארליצער רב ר' אלישע, נאר אין ארץ ישראל אליינס איז געווען נאך א ברודער ר' מרדכי דוה האלבערשטאם וועלכער האט בייהאלטן זיין רבנות באיצטלא דעיריית בני-ברק.
לפע"ד איז דער סטיל פון פרובירען צו איבערארבעטן היסטאריע מיט שיינע טיטלען בכלל נישט ווערט, די קינדער פון ר' אלישע מגארליץ זענען געווען ערליכע בעלי-בתים נהנים מיגיע כפם און יראי השם.
- פארצייטישע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
- לאקאציע: אין די אלטע היים
כתר ישועה האט געשריבן: זיינע קינדער פירן שוין ב"ה יא רעבעיסטיווע. זיינע צוויי קינדער ר' אלישע מיט ר' חיים ריפען זיך 'גארליצער רעביס' און ואוינען און שיכון ה'. נאך א קינד ר' ישכר שלמה וואס הייסט 'קאלאשיצער רבי'. אויכעט האט ער נאך א קינד א פייערדיגע חסידיש'ע איד ר' חיים אלעזר הלברשטאם א ראחמיסריווקא חסיד וואוינט און ירושלם. זיין איידעם ר' אלי' זאלמאנאוויטש (זוהן פונ'עם עכוער רב זצ"ל) פירט היינט דעם בית מדרש 'קדושי גארליץ' און שיכון ה'. אויכעט איז ר' ברוך דעם שווער פון ר' בערל יונגרייז דעם גארליצער רבי דא און בארא פארק.
נאך צוויי זוהן וואס איך ווייס, אפשר איז דא מער, ר' יצחק דוד ה"ש פון ירושלים, אן איידעם ביי א ברודער פון האדמורי"ם מראחמיסטריווקא זצ"ל, און נאך א ברודער מרדכי דוב ה"ש. און אויך נאך א איידעם ר' יעקב יאקאבאוויטש.
אנשולדיגט אבער איך האב נישט געגעבן קיין טיטלען, ווייל איך בין נישט באקאנט וואס זייער פאסטענעס זענען.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
כתר ישועה האט געשריבן:היינט ט"ו באב פאלט אויס דעם יא"צ פון בנש"ק הרה"צ ר' ברוך הלברשטאם זצ"ל א זוהן פון ר' אלישע גארליצער זוהן פון ר' ברוכ'ל גארליצער זי"ע. ר' ברוך איז ארויף קיין אר"י נאכ'ן ביטערן חורבן און האט זיך באזעצט און בני ברק. ווי דער סאנז-גארליצער דרך האט ר' ברוך גאר גאר בייהאלטן זיין צדקות און גאונות -עד כדי כך האט ער עס בייהאלטן און א מאנטעל פון א בעלבתיש'ע איד (א שיינער מליצה - אבער גאר ריכטיג). בשופו"א האט ער נישט געוואלט ווערן א רבעל'ע. ואף לא שעה לתחנוני גדולי הצדיקים בדורו וואס האבען עם משכנע געוועזען אל'ס איינציגסטע ממשיך פון בית גארליץ (הגם אז דעם קלויזנבורגער רב און האחים ר' משה מיט ר' יעקב ה"ש זענען אויכעט גארליצער אייניקלעך - מ"מ איז ר' ברוך געווען דעם איינציגסטער קינד פון ר' אלישע דער מ"מ פון ר' ברוכ'ל גארליצער). עד כדי כך אז ער איז געגאנען דבר יום ביומו אויף ארבעטן "כאחד מן הפועלים" (אזוי ווי מ'פארציילט אויף ר' נפתלי ליז'ענסקער זי"ע). געווען גאר א וואויל איד און בחדרי חדרים אויכעט געטון גאר א סאך מעשי חסד ווי ס'פאסט פאר א ריכטיגען סאנזער אייניקעל.
.
אן השגה פון היינטיגע אינגעלייטלעך! גיין מדמה זיין היינטיגע אפילו וואולע אידן צי קדושים אשר בארץ המה! אז איינער וויל נישט נהנה זיין פון איצטלא דרבנן ווערט ער נאך נישט אויטעמאטיש א ר' נפתלי ליזענסקער, קאם אן אביסל דעת!!!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
אה סתם אזוי אפשר איז דאס פאר איינעם אינטערסאנט
http://www.ellisisland.org/search/match ... &dwpdone=1
http://www.ellisisland.org/search/match ... &dwpdone=1
.
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אה סתם אזוי אפשר איז דאס פאר איינעם אינטערסאנט
http://www.ellisisland.org/search/match ... &dwpdone=1
פאר מיר איז עס אינטערעסאנט! יישר כח ר' אלטער.
דא רעדט מען פון זיין באזוך אין תרפ"ב, ער איז געקומען דורך אנטווערפן מיטן שיף 'פינלאנד' אבער דער גרעסטער חידוש איז מיר אז ער איז דאן אלט געווען 54 יאר אין ווי עס שיינט איז ער געווען אן אלמן, ווען איז הרבנית יוכבד בתה של רמ"ד מהורנוסטיפל נפטר געווערן?
וז"ל הרעקארד מעליש-אינזל:
First Name: Elisze
Last Name: Halberstam
Ethnicity: Polish -Hebrew
Last Place of Residence: Gorliecach, Galicia, Poland
Date of Arrival: Jul 31, 1922
Age at Arrival: 54y
Gender: M
Marital Status: S
Ship of Travel: Finland
Port of Departure: Antwerp
Manifest Line Number: 0001
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
איך האב טאקע געטראפן אין מדור אל דור פון נחום טווערסקי (וואס מען האט דערמאנט אין הארנעסטייפל אשכול אז עס איז איבערגעדרוקט - אין אוצר החכמה איז דא דער מהדו"ק) וואו ער רעכנט אויס די קינדער פון ר' מאטעלע'ן, שרייבט ער אז די רבנית 'יוכבד רבקה' אשת ר' אלישע מגארליץ איז נפטר געווארן (אומגעקומען?) י"ט תשרי תש"א, זעה בייגעלייגטן בילד.