ליפשיץ-בריזל.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2014 3:59 pm
דורך רימנובער אייניקעל
badatz האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:זעמיר דא דורכגעגעגאנגען א וועלט, א דאנק אייך ר' מיילעך, לאמיך אייך נאר מטריח זיין מיט עטליכע שאלות;
ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?
ב''ה
גם אביו שמו הארגינאלי הי' ליפשיטץ -רק כשעלה לארה''ק שינה לבר''יז''ל אך בניו שנשארו בחו''ל
כגון בנו ר' חיימעל דומ''ץ קליינווארדיין נשאר בשמו האמיתי ליפשיץ ויש לו בן בקלאזענבורג-ווימ''ס
ר' יעקב איטשע ליפשיץ וכן הי' לו ב' בנות א]אשת ר' שמחה ז''ל ארגעל ב] אשת ר' מרדכי יאקאב ע''ה .
משפחת בריזל הם צאצאים של הרה"ק רבי יוסף יוזפא זצוק"ל מ'נאנאש מחסידי אשוואר (הרה"ק רבי אייזיק'ל מ'קאלוב) ושם משפחתם הארגינאלי היה גליקליך .
ובנו הרה"ק רבי חיים אורי זצוק"ל דומ"ץ ריישא כינה את עצמו משום כיבוד אב בריז"ל הראשי תיבות של בן רבי יוזפא ז"ל, ובנו רבי הערש יעקב ז"ל גם היה גליקליך ,ובנו רבי דוד ארי' זצ"ל כשעלה לארץ ישראל שינה את שמו לבריזל.
ובני רבי דוד אריה זצ"ל , הרה"צ רבי משה'לה זצ"ל מ'פילידעלפיא ואחיו רבי חיימ'ל הי"ד דומ"ץ קליינווערדיין שנולדו בחוץ לארץ קראו להם ליפשיץ ע"ש אמם , ואחיהם רבי זלמן ורבי אלעזר ורבי פנחס זצ"ל שנולדו בארץ ישראל קראו בשם בריזל.
(ספר שלשלת הזהב תולדות אדמור"י וויעליפאלי ומשפחת בריזל ליפשיץ).
ארי' דבי עילעא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2015 11:49 pm
דורך שמואלישעי
נכדת הישמח משה
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:33 am
דורך ישלהוסיף
איז דאס נישט די מצבה פון אשת חבר הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל?
באמערק אויך די נאמען 'טאבא', טאקע דערויף איז דא א תשובה אין אריה דבי עילאה, אזוי אין שו"ת השיב משה, דער צאנזער רב רעדט אויך איבער דעם אין זיין הקדמה צום 'שמות גיטין'.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 12:39 pm
דורך יציב פתגם
ישלהוסיף האט געשריבן:איז דאס נישט די מצבה פון אשת חבר הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל?
יא, דאס איז אין די סטראפקובער ביה"ח אין טיסעניץ (נעבן סטראפקוב)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 07, 2015 3:02 pm
דורך מומחה יוחס
גוט ארויף געברענגט
היינט נאכט איז דאך די יא''צ פין די ארי' דבי עילאה זי''ע
הפלגות גדולות מהרה"ק מדזשיקעוו על הארי' דבי עילאי זיע"א.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2015 11:19 am
דורך רימנובער אייניקעל
הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו זיע"א , האט געזאגט אויפן ארי' דבי עילאי אז "ער איז א'דריטל פונעם רבי'ן פון לובלין" זיע"א.
ביי רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו איז געווען איינגעפירט אז א'יעדע ערב שבת האט איינער פון זיין פיר קינדער אים געברענגט דעם טלית אנצוטוהן פאר שבת.
אמאל ווען זיין זון ראזוואדאווער רב זצוק"ל האט אים געברענגט די טלית,און דזשיקאווער רב האט עס ארויף געלייגט אויף זיין פלייצעס, און געברענט ווי א'פלאם פייער און זיך געדרייט א'הין און צוריק ,און אנגעהויבן צורעדען זייער גרויס פונעם ארי' דבי עילאי פארן ראזוואדאווער רב,און אזוי געזאגט בזה הלשון.
"עס איז נישט דא היינט א'איד וואס זאל ארום קריכען מיט די שטיוועל אין הימעל ווי דער הייליגע ווישניצא רב,א' קומה שלימה מ' עילא לתתא ומלתתא לעילא,און יעדעס האר פון זיין בארד איז אויסגעארבעט בלתי לה' לבדו,דער וואס עסט פון זיין קוגעל שבת,איז אים א'טובה בזה ובבא,און אפשר לעת התחי'ה".
אז ראזוואדאווער רב הערט אזעלעכע ווערטער האט אים געגלוסט צו פארן צום ארי' דבי עילאי אויף א'שבת,אבער ער האט נישט געקענט פארן ווען זיין טאטע איז אינדערהיים,האט ער געווארט פאר א'געלעגנהייט אז די טאטע זאל אוועק פארן .
אמאל פאר דזשיקאווער רב זצוק"ל איז אוועק געפארן פון זיין שטוב אויף א'שבת,האט ער ארויף געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה,און געווארנט מיט א'שטרענגקייט אז קיינער זאל נישט אוועק פארן פון דא אויף שבת.
אבער ראזוואדאווער רב איז געפארן צום פעטער די ארי' דבי עילאי זיע"א,ווען ער איז אנגעקומען האט אים זיין מומע די רעבעצן חנה ע"ה זייער שיין אויפגענומען,און זיך געפרייט מיט אים,ווען זי האט אים געפרעגט צו ער איז שוין אריין צום רבי'ן,האט ער גענטפערט אז יא,אבער די פעטער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים,איז די רעבעצן אריין צוזאמען מיטן ראזוואדאווער רב,צום ארי' דבי עילאי,און אים געשטעלט נעבן איר מאן און געזאגט" אונזער זלמן לייבל'עס (הרה"ק היטב לב זצוק"ל) איידים איז דא.
דאס איז געווען ערב שבת נאך חצות,און די ארי' דבי עילאי איז געווען אזוי פאר'דביקות'ט וועגען קדושת השבת אז ער האט כמעט גארנישט געהערט און זיך אנגערופן וואס זאגסט דו?.
ראזוואדאווער רב איז געבליבן דארט פאר שבת,און ער האט געזאגט,אז ס'האט אזוי געברענט און אים און פארטיפט זיינע מחשבות אין די קדושת השבת ,ווען ס'איז געקומען די צייט צו עסן די יוהך פרייטאג צו נאכט האט ער עס געגעסן מיט א'גאפל,און ער האט גענומען שריים פון זיין קוגעל.
ווען ער איז צוריק געקומען קיין דזשיקעוו האט אים זיין טאטע אנגעשריגען,און אים געזאגט איך האב דיר געהייסן נישט אוועק פארן,און ער האט אים געפרעגט וואס האסט דו געזעהן דארטן?.
האט ראזוואדאווער רב גענטפערט,"טאטע עס וועט דיר נישט פארדריסען וואס איך האב געזעהן?,האט אים זיין טאטע געזאגט אז נישט.
האט ראזוואדאווער רב געזאגט "איך האב געזעהן דעם ערשטע מאל א'רבי",האט אים זיין טאטע געזאגט "גוט זעהסט גוט".
( ר' תנחום פירסט ז"ל וואס האט עס געהערט פון רבו הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זצוק"ל סטיטשינער רבי פון בארא פארק, בן בנו פונעם ראזוואדאווער רב זצוק"ל, והיא לו נדפסה בספר "משמיה דר' תנחום").
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2015 11:43 pm
דורך יוראפ
badatz האט געשריבן:ב''ב
אגב ביתו של הרב ר' משה ז''ל ליפשיץ מפילדלפי' היה פתוח לרווחה לכל המשולחים שבאו כל השנים לפני המלחמה ואחר המלחמה .כשעלה לארה''ק הדפיס מחדש את ספרי הארי' דבי -ארי שבחבורה - עמ''ס כתובות ב' כרכים ועוד .הסופר המפורסם ר' חיים אורי ליפישיץ הי' אחד מבניו .מנו''כ בהר המנוחות .
הנ''ל שלח את בניו ללמוד לארה''ק עוד לפני המלחמה .יהי זכרו ברוך הי' איש טוב ומטיב לאחרינא .
ולא שביק טיבותא לנפשי' הניח דורות ישרים מבורכים .