מיללער האט געשריבן:תמונת ר' ארי' ליבוש טייטלבוים-ליפשיץ מקרעשוב-רוודניק, ומציבת בנו רבי בנימין ליפשיץ-האלבערשטאם מרודניק-ניו יארק (קרעדיט; פארצייטישער, מיילעך)
אז מ'דערמאנט שוין דא רבי בנימין ליפשיץ-הלברשטאם ז"ל,וואלט איך געוואלט ציטירן א'באשרייבונג ,פון א'פאר שטריכן פון די לעבנעס שטייגער פון זיין חשובע איידים,ממלא מקומו אין די רודניקער שוהל אין די וועסט סייד מאנהעטן, הרה"ג ר' שמואל ארענשטיין ז"ל , אוועק ט"ו טבת תשס"ו, און מ'האט אים באהאלטן אין " מאנט יהודא" בית החיים,קווינס נוא יארק וואס איז געווען געדרוקט בשעתו אין "דער אלגעמיינער זשורנאל",געשריבן דורך יצחק בערסאן,וזה לשונו.
עס איז שווער צו פאַרדייען דעם געדאַנק אַז דער גרויסער תלמיד חכם און באַליבטער רב, רבי שמואל אָרענשטיין, איז שוין מער נישטאָ מיט אונז.
מוצאי שבת פּרשת ויחי איז די וועלט געוואָרן אָרעמער מיט דער פּטירה פון הגאון ר’ שמואל אָרענשטיין ז”ל, מרא דאתרא פון דער רודניקער שוהל אין דער וועסט סייד פון מאַנהעטן און איינער פון די פּראָמינענטע און לאַנגיאָריקע לייענער פון דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”.
הרב אָרענשטיין איז געבוירן אין פּוילן, אין יאָר תרע”ח, 1918. ביז צו דער בר מצוה, האָט ער געלערנט אין בריסק דליטע אין דער ישיבה “תורת חסד”, ביז צו דער בר מצוה. ער האָט געלערנט בחברותא מיט די צוויי קינדער פון דעם בריסקער רב (הגאון רבי יצחק זאב הלוי סאָלאָווייטשיק ז”ל), און איז געוואָרן ספּעציעל באַפריינדעט מיט הגאון רבי דוד סאָלאָווייטשיק שליט”א, וועלכער דינט היינט אַלס דער ראש ישיבה פון בריסק אין ירושלים.
אגב, אין דער יאָר פון זיין געבורט, תרע”ח, אינמיטן זומער, איז נפטר געוואָרן הגאון ר’ חיים הלוי סאָלאָווייטשיק, און זיין זון, רבי וועלוועלע, האָט אים איבערגענומען אַלס רב פון בריסק.
איידער ר’ שמואל איז אַוועקגעפאָרן פון בריסק, האָט אים דער בריסקער רב געגעבן אַ וואַרעמן מכתב-המלצה וואָס ער האָט מיטגעטראָגן מיט זיך קיין באַראַנאָוויטש, צוליב פאַרשידענע סיבות האָט ער נישט געקענט אויספירן זיין באַגער צו לערנען אין באַראַנאָוויטש, איז ער געפאָרן לערנען אין קאַמעניץ, אונטער דעם קאַמעניצער ראש ישיבה און תלמיד מובהק פון רבי חיים בריסקער, הגאון רבי ברוך בער לייבאָוויץ, בעל ברכת שמואל.
רבי ברוך בער איז געווען פאַררעכנט אַלס איינער פון די גרעסטע תלמידים פון רבי חיים נאָך אין וואַלאָזשין, און האָט אַנטוויקלט דעם הגיונדיקער דרך הלימוד פון רבי חיימ’ען צו גאָר הויכע און איידעלע שטופעס. ר’ ברוך בער’ס איידלקייט און צדקות איז אויך געווען אַ שם דבר. ביי דעם דאָזיקן גדול בישראל האָט ר’ שמואל געלערנט דריי יאָר, וואו ער איז געשטיגען אין תורה און יראת שמים.
ווען די צווייטע וועלט מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז ר’ שמואל אַנטלאָפן צוזאַמען מיט די קאַמעניצער בחורים קיין ווילנא און דערנאָך ענדלעך אָנגעקומען אין סיביר וואו זיי זענען פאַרשקלאַפו געוואָרן.
ווען זיי זענען באַפרייט געוואָרן פון די אַרבעטס לאַגערן אין סיביר, האָט ר’ שמואל - צוזאַמען מיט הרב ר’ שלום לייבאָוויץ ז”ל, פּלימעניק פון רבי ברוך בער, הרב ר’ צבי הירש פעלדמאַן ז”ל, משגיח פון דער מירער ישיבה אין אַמעריקע, און - צו לאַנגע יאָר - הרב רבי שאול ברוס שליט”א, ראש ישיבה פון “בית התלמוד” - געגרינדעט אַ ישיבה אין בוכאַריע.
ר’ שמואל איז עטליכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן דורך די ען-קע-ווע-דע אַגענטן צוליב זיין אַרבעט פון הרבצת התורה.
נאָך דער קריג איז דער נפטר געפאָרן קיין לאָדזש, וואו ער האָט אַרויסגעהאָלפן די באַקאַנטע הצלה-פרוי מרת רעכאַ שטערנבוך ע”ה, מיט אויסגעפינען וואו עס זענען באַהאַלטן אידישע קינדער, פּליטים, און זיי צוריקברענגען צו כלל ישראל. ער האָט אויך פיל געהאָלפן שארית הפּליטה-אידן צוריק אויפבויען זייער צובראָכענעם לעבן און האָט אַ שטיק צייט געדינט אַלס רב אין אייראָפּע.
הרב אָרענשטיין האָט חתונה געהאַט מיט די טאָכטער פון הצדיק ר’ בנימין האַלבערשטאַם, דער רודניקער רבי, זון פון הצדיק ר’ ארי’ לייבוש טייטלבוים, דער קרעשעווער רב. דער קרעשעווער רב איז געווען אַ זון ביי הצדיק ר’ ירוחם טייטלבוים פון טאָרנא, דער זון פון הצדיק ר’ משולם זלמן יהונתן טייטלבוים פון טאָרנא, וועלכער איז געווען אַ זון ביי דער בעל “ארי’ דבי עילאי”, דער רב פון ווישניצא, אַן איידעם פון כ”ק אדמו”ר ר’ משה טייטעלבוים, בעל ישמח משה, און רב פון אוהעל, זכותן יגן עלינו.
דער זיידע פון די רביצין, רבי ארי’ לייבוש, דער קרעשעווער רב, איז געווען אַן איידעם ביי הרה”ק רבי ברוכ’ל גאָרליצער, אַ זון פון כ”ק אדמו”ר ר’ חיים האַלבערשטאַם, דער צאַנזער רב.
קומענדיק אין די פאַראייניקטע שטאַטן, איז הרב אָרענשטיין געוואָרן אַ רב אין בראָנקס, און שפּעטער - אין 1961 - האָט ער איבערגענומען דעם רבנות-אַמט אין דער שוהל וואָס זיין שווער, דער רודניקער רבי, הצדיק ר’ בנימין האַלבערשטאַם, האָט געהאַט. הרב אָרענשטיין האָט אָנגעפירט מיט די קהילה מיט אויסערגעוויינליכע איבערגעגעבענקייט און איז אויך געווען אַן אַקטיווער עסקן אין דער הילפס אָרגאַניזאַציע “עזרת תורה”.
הרב אָרענשטיין איז געווען 86 יאָר אַלט, און איז באַערדיקט געוואָרן אין דער בריסקער חלקה אויפן בית החיים “מט. יהודה” אין קווינס, ניו יאָרק.
הרב אָרענשטיין האָט איבערגעלאָזט די רביצין, צוויי זין, הרב ר’ אברהם אָרענשטייין פון ירושלים און הרב ר’ בנימין פּנחס אָרענשטיין פון פּאַסעיק, ניו דזשוירזי, צוויי טעכטער, און אייניקלעך.
דא שטעל איך בילדער פון אים מיט זיין הארץ פריינד צו לאנגע געשיידטע יארן, הגאון רבי דוד סאלאוויטשיק שליט"א, בריסקער ראש ישיבה, מיט זיין קבר,יהי זכרו ברוך.