רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:50 pm

מקור ווייס איך נישט, אבער אויב איז ידועה אז צווישן הרב יהושע העשיל תאומים פרנקל ז"ל און אים איז נישט געווען נאך א רב, און ר' הרב יהושע העשיל איז נסתלק געווארן תרנ"ד ווי זיין זון שרייבט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4, און אין תרס"ב זעסטו אין מחזיקי הדת אז ס'איז שוין געווען א רב, קומט אזוי אויס.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:מקור ווייס איך נישט, אבער אויב איז ידועה אז צווישן הרב יהושע העשיל תאומים פרנקל ז"ל און אים איז נישט געווען נאך א רב, און ר' הרב יהושע העשיל איז נסתלק געווארן תרנ"ד ווי זיין זון שרייבט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4, און אין תרס"ב זעסטו אין מחזיקי הדת אז ס'איז שוין געווען א רב, קומט אזוי אויס.

אין מאורי גאליצי' (ערך ר' יקותיאל שור) ברענגט ער פון דער ספר אדמור"י בעלזא ח"ב אז נאך דער פטירה פון ר' דוב בער הארשאווסקי אב"ד ליבאטשוב בשנת תרל"ד איז געוועהן א דין תורה ציווישען זיין איידעם ר' יקותיאל שור (אבי ר' לוי יצחק הנ"ל) און ר' יהושע העשיל תאומים, למעשה איז רי"ה געווארן רב אבער ער איז אוועק נאך זעקס יאהר (לכאו' צ"ל צעהן לויט דער מ"מ וואס איהר האט אנגעצייכענט אדער איז דער מעשה נישט פונליך ווי ער שרייבט עיין באהלי שם לקמן) נאכדעם איז ר' יקותיאל געווארן רב עיי"ש ער האט זיכער נאך געלעבט בשנת תרע"ב כמבואר בערכו בספר אהלי שם, איז כנראה דער מספיד ר' יקותיאל און נישט זיין זוהן ר' לוי יצחק,
(ער איז געוועהן א קרוב מיט דער נפטר ר' אברהם יעקב ווייל זיין שווער איז געועהן א זוהן פון ר' אברהם יעקב הארשאווסקי אב"ד דראביטש אבי ר' אליהו חותן ר' נ"צ זילבערשטיין אבי ר' אברהם יעקב)

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלישיץ

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:18 am

נחוניא האט געשריבן:אינעם מאטריקאל פון האלשיץ זעט מען אז רבי מרדכי זילבערשטיין איז נפטר געווארן בשנת תר"ל אין עלטער פון 67 יאר. לפי זה איז ער געבוירן בשנת תקס"ג.
ווער קען אויסליינען די איבריגע פרטים וואס מען זעט דא?
רישום הפטירה של רבי מרדכי זילבערשטיין מהאלשיץ.jpg

אין קובץ נחלת צבי ד' איז דא א מאמר איבער ר' יעקב מנאראל שרייבען זיי דארט אז אבי ר' מרדכי איז געוועהן ראש הקהל אין האלישיץ און ער איז געוועהן א מתנגד לר' יעקב הנ"ל אבער זיין זוהן ר' מרדכי איז געוועהן זיינ'ס א תלמיד עיי"ש אבער דאס שטימט נישט מיט דעם וואס ער איז געבוירען בשנת תקס"ג ווייל ר' יעקב האט שוין פארלאזט האלישיץ בשנת תקס"ח ווי זיי שרייבען דארט ובכל אופן איז ער זיכער אוועק בשנת תקע"ד, איז אדער דער מעשה נישט אמת אדער איז דער מאטריקאל גרייזיג מיט כאטש צעהן יאהר

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אין דער פרענומעראנטען פון דער ספר יסוד יצחק משנת תק"ע ווערט דערמאנט אין דער שטאט האלשיץ איינער ר' יעקב זילבערשטיין, קען דאס אפשר זיין ר"י אבי ר' מרדכי אב"ד האלשיץ ?? אין דער פרענומעראנטען פון נזיר השם שטייט אויך ר' מרדכי בר"י (אנדערע שרייבען אז דער טאטע פון ר' מרדכי איז געוועהן ראש הקהל אין האלשיץ)

אזוי אויך אין דער פרענומעראנטן לספר דברי אמת תקצ"א ווערט דערמאנט אין האלישיץ ר' יעקב זילבער שטיין
יסוד יצחק
דברי אמת

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:04 am

מיללער האט געשריבן:פערצופאל יעצט געטראפן א קליין קונטרס בשם 'עלה לתרופה' געדרוקט אין ווארשא שנת תרנ"ט דורך א געוויסען 'יהודא זונדיל גארדאן מאיזביצע' וועלכער פאררופט זיך אלס אייניקל פון ארי' דבי עילעא און זיין שווער דער ישמח משה זצ"ל.

ווייסט איינער מער אינפארמאציע, מיר קוקט דאס דערווייל אויס אינטערעסאנט.
http://www.hebrewbooks.org/34433
צוגעלייגטע
Screenshot_20191225-100341_Chrome.jpg
Screenshot_20191225-100341_Chrome.jpg (748.02 KiB) געזעהן 723 מאל

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 11:46 am

כמדומה אז ר' בנימין מפתח תקווה (בעל 'תולדות ושורשים') האט שוין א מאהל דורך געטוהן דעם משפחה. עפעס מגזע רמר"ז. (כנראה צוליב די מסורה אין די משפחה אז זיי האבן עפעס א שייכות מיט בעלזא, איז צו געקומען אויף Geni צום שר שלום זי"ע א דריטע טאכטער...)

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 12:13 pm

גלאזער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פערצופאל יעצט געטראפן א קליין קונטרס בשם 'עלה לתרופה' געדרוקט אין ווארשא שנת תרנ"ט דורך א געוויסען 'יהודא זונדיל גארדאן מאיזביצע' וועלכער פאררופט זיך אלס אייניקל פון ארי' דבי עילעא און זיין שווער דער ישמח משה זצ"ל.

ווייסט איינער מער אינפארמאציע, מיר קוקט דאס דערווייל אויס אינטערעסאנט.
http://www.hebrewbooks.org/34433
הסרפד האט געשריבן:כמדומה אז ר' בנימין מפתח תקווה (בעל 'תולדות ושורשים') האט שוין א מאהל דורך געטוהן דעם משפחה. עפעס מגזע רמר"ז. (כנראה צוליב די מסורה אין די משפחה אז זיי האבן עפעס א שייכות מיט בעלזא, איז צו געקומען אויף Geni צום שר שלום זי"ע א דריטע טאכטער...)

דא איז דער שמועס פון ר' בנימין:
http://toladot.blogspot.com/2014/03/blog-post_12.html

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 2:50 am

הסרפד האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פערצופאל יעצט געטראפן א קליין קונטרס בשם 'עלה לתרופה' געדרוקט אין ווארשא שנת תרנ"ט דורך א געוויסען 'יהודא זונדיל גארדאן מאיזביצע' וועלכער פאררופט זיך אלס אייניקל פון ארי' דבי עילעא און זיין שווער דער ישמח משה זצ"ל.

ווייסט איינער מער אינפארמאציע, מיר קוקט דאס דערווייל אויס אינטערעסאנט.
http://www.hebrewbooks.org/34433
הסרפד האט געשריבן:כמדומה אז ר' בנימין מפתח תקווה (בעל 'תולדות ושורשים') האט שוין א מאהל דורך געטוהן דעם משפחה. עפעס מגזע רמר"ז. (כנראה צוליב די מסורה אין די משפחה אז זיי האבן עפעס א שייכות מיט בעלזא, איז צו געקומען אויף Geni צום שר שלום זי"ע א דריטע טאכטער...)

דא איז דער שמועס פון ר' בנימין:
http://toladot.blogspot.com/2014/03/blog-post_12.html

אין די הערות רעדט ער פון דעם
צוגעלייגטע
20191226_024902.jpg
20191226_024902.jpg (721.15 KiB) געזעהן 677 מאל

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:06 pm

ארויף לכבוד דעם יארצייט פונם צדיק

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דינסטאג ינואר 14, 2020 12:16 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זעמיר דא דורכגעגעגאנגען א וועלט, א דאנק אייך ר' מיילעך, לאמיך אייך נאר מטריח זיין מיט עטליכע שאלות;

ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?

ב''ה
גם אביו שמו הארגינאלי הי' ליפשיטץ -רק כשעלה לארה''ק שינה לבר''יז''ל אך בניו שנשארו בחו''ל
כגון בנו ר' חיימעל דומ''ץ קליינווארדיין נשאר בשמו האמיתי ליפשיץ ויש לו בן בקלאזענבורג-ווימ''ס
ר' יעקב איטשע ליפשיץ וכן הי' לו ב' בנות א]אשת ר' שמחה ז''ל ארגעל ב] אשת ר' מרדכי יאקאב ע''ה .

משפחת בריזל הם צאצאים של הרה"ק רבי יוסף יוזפא זצוק"ל מ'נאנאש מחסידי אשוואר (הרה"ק רבי אייזיק'ל מ'קאלוב) ושם משפחתם הארגינאלי היה גליקליך .
ובנו הרה"ק רבי חיים אורי זצוק"ל דומ"ץ ריישא כינה את עצמו משום כיבוד אב בריז"ל הראשי תיבות של בן רבי יוזפא ז"ל, ובנו רבי הערש יעקב ז"ל גם היה גליקליך ,ובנו רבי דוד ארי' זצ"ל כשעלה לארץ ישראל שינה את שמו לבריזל.

ובני רבי דוד אריה זצ"ל , הרה"צ רבי משה'לה זצ"ל מ'פילידעלפיא ואחיו רבי חיימ'ל הי"ד דומ"ץ קליינווערדיין שנולדו בחוץ לארץ קראו להם ליפשיץ ע"ש אמם , ואחיהם רבי זלמן ורבי אלעזר ורבי פנחס זצ"ל שנולדו בארץ ישראל קראו בשם בריזל.

(ספר שלשלת הזהב תולדות אדמור"י וויעליפאלי ומשפחת בריזל ליפשיץ).

היינט איז אויך די יארצייט פונעם רבי חיים אורי בן רבי יוסף מנחם זצ"ל (כבין נישט זיכער צו דעס איז רבי יוסף יוזפא)
איך מיין אז כהאב געהערט אז איינער פון די גרויסע צדיקים בדורו האט געזאגט אז רבי חיים אורי איז געווען א גרויסע מדקדק בהלכה ער האט מורא געהאט אז סוועט זיין אזוינע וואס וועלען נישט זאגן קיין תחנון אין זיןן יא"צ האט ער זיך אויסגעוועלט יז טבת וואס איז אויך די יא"צ פון הילליגן אד"ע זאגט מען דאך מיילא נישט קיין תחנון......
פון די מעשה זעט מען אז סאיז געווען אנגענומן מיי אסאך חסידים נישט צו זאגן תחנון היינט.
זי"ע

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

תגובהדורך ליפשיטץ » דינסטאג מארטש 17, 2020 1:40 pm

ראש פתוח האט געשריבן:משפחת בלויא (הרה"צ ר' עמרם בלוי פון ירושלים) האלטן זיך איינקלאך פונעם הייליגן אדב"ע איז דאס וואהר ? ווייס איינער ווי אזוי ?

כ'זע אז קיינער האט נישט ג'ענטפערט, וועל איך זאגין.
הרה"צ ר' עמרם בלויא איז געוועהן חתנו של ר' פינחס לייביש וובר, א זוהן פון רבי דוד וובר, דער איידעם פון רבי אהרי'ש מווישניצא זצ"ל בנו של מרן הרה"ק בעל ה'ארי דבי עילאי' זצוק"ל

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

תגובהדורך ליפשיטץ » דינסטאג מארטש 17, 2020 1:58 pm

סתם אזוי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אפשר ווייסט עמיצער, ביי וועם איז רבי ירוחם ט"ב מטארנא-ירושלים געווען אן איידעם?

אין איין זיווג איז ער געוועהן איין איידים ביי ר' משה דוד שטיגליץ מטארנא.

גערעכט, און אין די אנדערע זיווג?

אין ס' תהלה למשה ווערט דערמאנט דאס פאלגענדע:
"אמנם כבר נאמר אין שלטון וגו', בקיץ תר"א נולד בן זכר לנכד בתו ה"ה הרב החסיד ר' ירוחם טייטלבוים, שהיה בעת ההיא חתנו של הרב הגאון מטשעטשעוויץ ז"ל, והפצירו בו עד בוש שיסע שמה להיות סנדק שהיה דור הרביעי וכו'

וועלכע טשעטשעוויצער רב רעדט מען?

מ'רעדט פון הגאון רבי מאיר כהנא זצ"ל. דאס איז געווען זיין זיווג ראשון, בזוו"ש האט ער חתונה געהאט צו הרבנית רחל בת ר' משה דוד שטיגליץ מטארנא [בן הרה"ק ר' זכריה מענדל משענדישוב זי"ע].
גראדע איז דא זייער אן אינטרעסאנט עובדא איבער זיינע זיווגים, צום ערשט האט מען אים גערעדט די שידוך צו ר' משה דוד שטיגליץ און זיין מאמע איז דאן געפארן צו דודה הרה"ק רבי אשר מראפשיץ זי"ע פרעגן וועגן די שידוך, רבי אשר'ל האט איר געזאגט "צו דעם שידוך האט איר נאך צייט", וכך הוה, דעמאלטס איז ער א חתן געווארן צו בת הגאון רבי מאיר כהנא מטשעטשעוויץ, נאך בערך צוואנציג יאר איז זיין רביצין נפטר געווארן, אויך די מאן פון בת רמ"ד שטיגליץ איז נפטר געווארן, והשידוך נעשה.

דאס קינד וואס איז דעמאלטס געבוירן (העובדא בתהלה למשה) איז נישט געבליבן פון אים גארנישט, און אלע צאצאי רבי ירוחם זצ"ל זענען פונעם צווייטן זיווג.


ווייסט איינער אפשר צו זאגן פון וועלכע זיווג זענען געווען די קינדער פון רבי ירוחם טייטלבוים מטארנא?

אויב האט עהר געווינט מיט זיין זיווג ראשון - בת הגאון רבי מאיר כהנא מטשעטשעוויץ - א צייט פון בערך צוואנציג יאר, ביז זי איז נפטר געווארן לב"ע, (וויא ר' 'סתם אזוי' האט געשריבן) איז מסתברא מילתא צו זאגן אז זיי זענען פון דעם זיווג.

ברם אויב איז עס וויא איך האב געהערט אז בני רבי ירוחם מטארנא זענען פון אשתו מרת רחל בת רבי משה דוד שטיגליץ, אבער אויף דעם איז שווער 2 קושיות,
1) בין כל בניו ונכדיו לא מצאנו את השם 'משה דוד',
2)ר' משה דוד הנ"ל איז בנו פון הרה"ק ר' זכריה מענדל משענדישוב זי"ע, וואס ער איז געווען בן אחותם של הרה"ק ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע והרה"ק בעל ההפלאה זי"ע בני רבי צבי הירש הורוויץ מטשורטקוב זצוק"ל, וואס פון זיי ציהט זיך ארויף א יחוס פון משפחת הורוויץ, גדולי ומצוקי ארץ. בין צאצאיו של רבי ירוחם נמנו כמה שחקרו ודרשו בענייני היוחסין, ולפלא שלא ידעו דבר זה.
בעת כתבי נזכרתי כי הרב בצלאל ברנשטיין בעל חבר 'אילן היחס' נמנה בין נכדיו, ומעניין מה כתב בספרו ע"ז.

יצויין, כי גם שמו של הגאון ר' מאיר כהנא לא נמצא בין נכדיו. עכ"פ בדורות הראשונים. ופלא הוא זה בעיני.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

Re: רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג מארטש 20, 2020 12:33 pm

די יוצ"ח פון רבי ירוחם זענען פון זיווג שני, דאס איז א זיכערע פאקט באקאנט ביי אלע זיינע יוצ"ח.

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

Re: רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל

תגובהדורך ליפשיטץ » זונטאג אפריל 19, 2020 3:20 pm

סתם אזוי האט געשריבן:די יוצ"ח פון רבי ירוחם זענען פון זיווג שני, דאס איז א זיכערע פאקט באקאנט ביי אלע זיינע יוצ"ח.

מיר האבן גערעדט מיט יוצ"ח וואס ווייסן נישט דערפון...
אין "אילן היחס" פון ר' בצלאל ברנשטיין וואס שטייט ? אויב נישט פון וועלכע יוצ"ח וייסט איר דאס?

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

Re: רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:48 pm

דא האסטו א קאפי פון אילני היחס, זעה סוף עמוד.
צוגעלייגטע
xx.JPG
xx.JPG (91.19 KiB) געזעהן 203 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 73 געסט