רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל - י”ז טבת תר”ו -

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אריה לייב ליפשיץ מווישניצא, הארי' דבי עילאה זצ"ל - י”ז טבת תר”ו -

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער "ארי' דבי עילאי" איז געבוירן געווארן שנת תקכ"ז אין יערוסלאוו, צו זיין טאטע'ן רבי חיים ליפשיץ אויף וועמען דער רבי פון לובלין האט מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש. ביי די ניין יאהר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.

ער איז געוועהן א חסיד און תלמיד מובהק פון רבי'ן פון לובלין זי"ע. ווען ער איז נאכדעם געווארן אן איידעם ביי הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע מאוהעל, איז דורך אים דער ישמח משה געווארן א תלמיד פון רבי'ן פון לובלין.

ער איז געוועהן רב אין קרעשוב, נאכדעם אין שינאווא. בערך שנת תקפ"ה איז ער געווארן רב אין די שטעדט ווישניצא, בריגל און דעם גאנצען גליל. דארט איז ער געוועהן א רבי. כמעט אלע גדולי הדור זענען צו אים געפאָרן, ווי זיין איידעם דער שינאווער רב זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויף איינע פון זיינע ספרים: אשר בעודו בחיים חיותו כמעט כל גדולי הדור השכימו לפתחו, ורבים וכן שלמים שאבו ממנו מעיינות החכמה בנגלה ובנסתר.

צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געוועהן די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אושפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי ר' הערש פון רימנוב, רבי אשר'ל ראפשיצער, דער צאנזער רב, רבי אליעזר'ל דזיקוב'ער, רבי ארון קראקאווער און זיינע קינדער די צדיקים זכותם יגן עלינו.

ער האט געוואוינט אין ווישניצא. בסוף ימיו איז ער אריבער קיין בריגל וואו ער איז נפטר געווארן טו"ב טבת שנת תר"ו ושם מנחתו כבוד.

עס זענען געבליבן פון אים די ספרים "ארי שבחבורה" אויף מסכת כתובות, שו"ת "ארי' דבי עילאי" און נאך.

זיינע קינדער זענען געוועהן, זיינע זוהן הגאו"ק:
1) רבי משולם זלמן יהונתן אבדק"ק בריגל אן איידעם ביי רבי אברהם חיים לינסקער, א זוהן פון ראפשיצער רב,
2) רבי חיים דוב אבדק"ק יאנוב,
3) רבי אהרן זעליג אבדק"ק ווישניצא.

די איידעמער זענען געוועהן:
4) דער שינאווא רב הגה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע בזיו"ר,
5) הרה"ק רבי צבי הירש גלאנץ זצ"ל אבדק"ק שינאווא באקאנט אלס רבי הערש'עלע גלאנץ,
6) הגה"ק רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלאשיץ ביי וועמען דער שינאווער רב זי"ע איז געוועהן אן איידעם בזיווגו השני.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די שטאדט ווישניצא האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען רבי העשיל. ער איז געוועהן פון די חסידים פונעם דארטיגן רב דער ארי' דבי עילאי. ר' העשיל איז געוועהן אן אייזן סוחר און האט געהאט א געשעפט פון אייזן אינ-איינעם מיט נאך א שותף. דער מסחר האט אנגעהויבן צו גיין בארג אראפ, די צוויי שותפים האבן נישט געהאט קיין הצלחה, פון טאג-צו-טאג זענען די פארדינסטן געווארן אלס ווייניגער און ווייניגער.
ווען ר' העשיל האט דערזען זיין שווערן מצב איז ער אריינגעגאנגען צו זיין רבי'ן דער ארי' דבי עילאי זיך מזכיר זיין. ער האט פון אים געפרעגט אן עצה וואס ער זאל איצט טוהן? פון וואו וועט ער האבן פרנסה? האט דער ארי' דבי עילאי געזאגט: לאז איבער דיין ביז-איצטיגע האנדל, פיר מער נישט קיין מסחרים מיט די אייזנווארג, נאר גיי אריבער דא אין שטאדט צום האנדל פלאץ, צום ארט וואו די פריצים קומען זיך געווענליך צוזאמען, און פאנג דארט אהן מיט א נייע מסחר פון באָרגן געלט פאר די פריצים אויף פראצענט, און פון דעם וועסטו האבן פרנסה בהרחבה.
ר' העשיל איז געבליבן ערשטוינט, דא האט ער נישט קיין געלט פאר זיך אליינס, און פון וואו וועט ער נעמען געלט צו באָרגן פאר די פריצים, אבער אז דער רבי האט געהייסן האט ער געפאלגט מיט תמימות. יעדן טאג איז ער ארויס צו דעם ארט וואו די פריצים קומען זיך צוזאמען, ער האט זיך דארט ארומגעדרייט צווישן די געשעפטן, און איז נאכדעם צוריק אהיימגעגאנגען מיט ליידיגע הענט, ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט זיי צו בארגן, און איז געבליבן אינגאנצן אן פרנסה. טאג נאך טאג איז ר' העשיל ארויס אין מארק, ער האט זיך ארומגעדרייט צווישן די געשעפטן. כאטש ער האט נישט פונקטליך געוואוסט וואס ער האט דארט צו זוכן, האט ער אבער ווייטער געגלויבט באמונה שלימה אין רבי'נס ווערטער אז אזוי דארף ער טוהן, און מסתמא וועט ער אזוי האבן א ישועה.
און איינער פון די טעג ווען ר' העשיל האט זיך ארומגעדרייט צווישן די געשעפטן, האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן, ר' העשיל האט זיך אויס-געזוכט אן ארט וואו זיך צו שיצן פונעם רעגן, ער איז אריינגעגאנגען אין א טויער פון איינע פון די דערנעבנדיגע הייזער, ער האט דארט געוואלט איבערווארטן ווילאנג דער רעגן וועט אויפהערן. ר' העשיל האט זיך געשטעלט אונטערן טויער, ווען אינדרויסן איז ווייטער געגאנגען א שטארקער רעגן און א בייזער ווינט האט געשמיסן אין פנים.
פלוצים דערזעהט ר' העשיל ווי דאס ווינט טראגט א בערזל מיט געלט אין זיין ריכטונג. א רגע שפעטער איז דער בערזל געפאלן ממש צו זיין פיס, ער האט אויפגעהויבן דאס בערזל און האט דאס געעפנט. צו זיין גרויס וואונדער האט ער דארט געטראפן גאנצע ניין הונדערט ריינוש, וואס איז געוועהן גאר א גרויסע סומע געלט. ר' הערשל האט דאס בערזל מיט'ן געלט צוריק אראפ-געלייגט אויף דער ערד, זייענדיג זיכער אז וויבאלד דאס ווינט האט דאס איצט אוועקגעבלאזן פונעם אייגנטומער, וועט דער אייגנטומער זיכער שוין קומען זוכן זיין בערזל, און אויב ער וועט דאס האלטן ביי זיך וועט אים יענער נאך חושד זיין אז ער האט דאס געוואלט גנב'נען, און ווער ווייסט וואס ער וועט מיט אים טוהן, דערפאר האט ר' הערשל געלאזט דעם בערזל דארט אויף דער ערד און ער איז דארט געבליבן שטיין אז קיין פרעמדער זאל עס נישט צונעמען.
עס איז אריבער א פאהר שעה, דער רעגן האט שוין לאנג אויפגעהערט און קיינער איז נישט געקומען נעמען דעם בערזל. ר' העשיל האט געווארט ביז די נאכט איז צוגעפאלן, און ווען ער האט געזעהן אז קיינער קומט נישט נאכ'ן בערזל, האט ער פארשטאנען אז זיכער איז דאס געוועהן דירעקט צוגעשיקט פאר אים פון הימל, אין זכות פון רבינ'ס ברכה. ר' העשיל האט אויפגעהויבן דעם בערזל און ער איז אהיים געגאנגען שמח וטוב לב.
אויפ'ן וועג אהיים טרעפט ער א באקאנטן מעקלער, שטעלט אים אפ דער מעקלער און זאגט צו אים: ר' העשיל אויב איר האט איצט ניין הונדערט רייניש צו געבן אויפ'ן ארט, האב איך פאר אייך א גאלדענעם געשעפט. דער פריץ קאנאפקי האט אין זיין פאלאץ א גאנצן קעלער מיט וויין, צענדליגער פעסער מיט יין ישן וואס מ'קען דערפון איינלייזן א פארמעגן מיט געלט, ווייל אויף דעם סארט וויין זענען דא אסאך קונים, ער איז אצינד געצוואונגען צו פארקויפן דעם וויין אונטער די פרייז ווייל ער מוז באצאלן א חוב, און אז ער וועט נישט באצאלן דעם חוב אין צייט וועט מען אים אלעס צונעמען, וועגן דעם איז ער גרייט צו פארקויפן דעם גאנצן קעלער מיט וויין פאר נישט מער ווי 800 רייניש, כאטש עס איז ווערט פיהל מער ווי דאס. אינ'אמת'ן בין איך איצט אויפ'ן וועג אריין אין שטאדט כדי צו טרעפן א קונה דערויף, נאר אז איך האב דיך דא געטראפן דערצייל איך דיר דערפון אפשר וועסטו גאר זיין דער קונה דערויף, עס איז ממש א מציאה כמעט בחנם, איך וויל פאר מיין שכר טירחא בלויז 100 רייניש מעקלעריי.
ר' העשיל האט געזעהן אין דעם א סימן פון הימל אז מיט'ן כח פון רבי'נס ברכה האט מען אים דא צוגעשיקט פון הימל 900 רייניש, ער זאל דערפון קענען פארדינען, ער האט תיכף אויסגעצאלט די 900 רייניש און אפגעקויפט די וויין. ער האט די וויין שפעטער פארקויפט מיט גאר גרויסע רווחים, ער איז געווארן א גרויסער עושר, און ער האט שוין געהאט גענוג געלט צו בארגן פאר די פריצים אזוי ווי דער רבי האט אים באפוילן. ער האט נאך געלעבט לאנגע יארן מיט גרויס עשירות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער ארי' דבי עילאי איז יונגערהייט געווארן אן איידעם ביי א גביר אין די שטאדט פרעמיסלא. דער שווער איז געוועהן א חובב תורה און מוקיר רבנן, אבער די טאכטער, זייענדיג פון א גביר'יש הויז, האט נישט געוואוסט צו שעצן א לעבן פון אזא קדוש עליון, זי האט נישט געוואלט לעבן מיט אים, און ביים ענדע האבן זיי זיך גע'גט.
א צייט שפעטער האט מען אים אנגעטראגן פאר'ן ישמת משה זי"ע וועלכער איז דעמאלטס געוועהן רב אין שינאווא – פאר זיין איינציגע טאכטער. דער ישמת משה, נאכ'ן זיך נאכפרעגן און באקומען ידיעות איבער דעם מדובר דער ארי' דבי עילאי, האט זיך צוגעכאפט צו דעם שידוך, כאטש ער איז געוועהן א גרוש און ביים ישמח משה איז דאס געוועהן זיין אייציגע טאכטער. דער ישמח משה האט זיך נאך אונטערגענומען צו געבן א נדן פון דריי הונדערט רענדליך, וואס ער האט נישט פארמאגט, און ער האט געמוזט דערפאר פארקויפן די רביצינ'ס שטערן טיכל, וואס איז געוועהן א טייערע צירונג און זייער איינציגע פארמעגן.
האט זיך דעס ישמח משה'ס רביצין געוואונדערט זאגנדיג: נישט געגוג די נעמסט א גרוש האסטו נאך צוגעזאגט אזא גרויסן נדן, האט דער ישמח משה געענטפערט: איך וועל דיר דערציילן א מעשה;
א פויער האט אמאהל אקערנדיג זיין פעלד געטראפן טייערע דיאמאנטן אין דער ערד, האט ער געמיינט אז דאס זענען באָנדלעך, האט ער דאס אהיים גענומען און דאס אריינגעלייגט אין א טאפ, פרובירנדיג דאס אפצוקאכן. עס האט זיך געקאכט א לאנגע צייט. אבער עס האט זיך נישט געלאזט אפקאכן, עס איז געבליבן הארט, איז ער אריינגעגאנגען צו א שכן א איד און אים געוויזן די מאדענע באָנדלעך, האט דער איד געזאגט צו אים, לאמיר זיך טוישן, דו געב מיר די הארטע באָנדלעך, איך וועל עס שוין אפקאכן, און איך וועל דיר דערפאר געבן גוטע באָנדלעך. דער פויער האט אזוי געטוהן, און דער איד איז דערפון געווארן אן עושר.
האט דער ישמח משה אויסגעפירט: אז יענער פויער איז נישט געוועהן קיין מבין אויף דעם דיאמאנט, זאל איך עס אויך נישט נעמען? און דער שידוך איז געווארן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
צריך לשנות את הכותרת------לווישניצא------
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

badatz האט געשריבן:ב''ה
צריך לשנות את הכותרת------לווישניצא------


מצוה לקיים דברי הבד"ץ, וקיימתיה מסברא דנפשאי.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יישר כחכם הרב הבדץ והמשב"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:א דאנק אייך, אז נעשה סדר בשושלת בריגל.

בני הארי' דבי עילעא;
א) בנו ר' משולם זלמן יהותן מבריגל
ב) בנו ר' חיים דוב מיאנוב
ג) בנו ר' אהרן זעליג (ר' אהריש) ממוישניצא
ד) חתנו מרן הדברי יחזקאל משינאווא
ה) חתנו ר' צבי הירש הכהן גלאנץ אב"ד שינאווא
ו) חתנו ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ

בני ר' משולם זלמן מבריגל;
א-א) בנו ר' ירוחם מטארנא
א-ב) בנו ר' טובי' מבריגל

בני ר' חיים דוב בעריש מיאנוב;
ב-א) בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא (נקרא ר' יוסף סליפיער)
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

וועלן מיר גיין אביסל ווייטער

בני ר' משולם זלמן מבריגל;
א) בנו ר' ירוחם מטארנא-ירושלים
ב)בנו ר' טובי' מבריגל
ג)בנו ר' מאיר ליפשיץ מקראקא
ד) בתו אשת ר' ישראל מאיר ליפשיץ (בן אחיו ר' חיין דוב) מיאנוב

בני ר' ירוחם מטארנא:
א-א)בנו ר' לייבוש מקרעשוב חתן ר' ברוך מגארליץ
א-ב)בתו אשת ר' בצלאל בערנשטיין דיין בבי"צ בירושלים
א-ג)בתו אשת ר' רפאל גוטווירד

בני ר' חיים דוב מיאנוב בן האדב"ע:
א)בנו ר' ישראל מאיר מיאנוב חתן דודו ר' משולם זלמן מבריגל
ב)בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא חתן ר' יעקב מאפטא ב"ר נחמי' בן הרה"ק ר' דוד מלעלוב
ג)בנו ר' משה

בני ר' יוסף זכרי' מסליפיא:
ב-א) ר' ארי' לייבוש מאפטא חתן ר' חיים מאיר מפינטשוב ב"ר יצחק חתן הס"ק מראדושיץ (אבי ר' ישכר דוב מאונגוואר אבי ר' יחזקאל שרגא מסטראפקוב)

בני ר' אהרן זעליג בן האדב"ע:

א)בנו ר' שמואל יוסף מראדמישלא
ב)בנו ר' נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן הרה"ק ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי
ג)בנו ר' צבי יונה מווישניצא (מתייחסים אחריו משפחת ליפשיץ בלאנדאן)
ד)בתו אשת ר' שמחה באכנער מקשאנוב ב"ר משה בן הרה"ק ר' שלמה מקשאנוב

בני ר' נתן נטע דוב;
ב-א)בנו ר' יצחק ליפשיץ מוויעלפאלי (ר' שימעלע זשעליכאווער איז געשטאנען פאר אים כעבדא קמיה מרי')
ב-ב)בנו ר' אלתר שלמה זלמן מיעדלאווע
ב-ג)בתו אשת ר' דוד ארי' בריזל אבי משפחת בריזל בירושלים ואבי ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא

בני ר' צבי יונה מווישניצא;
ג-א)בנו ר' יצחק ראובן מטשארנא-דונייעץ (חותן ר נפתלי ט"ב מעטשעד)

משפחת הרה"ק משינאווא חתן האדב"ע (מזוו"ר):
א)בנו ר' נפתלי בעל אילה שלוחה
ב)בתו אשת ר' פנחס תאומים-פרענקל מבוקאווסק

משפחת ר' צבי הירש גלאנץ חתן האדב"ע:
א)בנו ר' מרדכי יצחק
ב)בנו ר' מנחם מענדל
ג)בנו ר' יוסף חיים משינאווא
ד)בנו ר' רפאל

בני ר' יוסף חיים גלאנץ משינאןוא;
ג-א)בנו ר' בערעלע גלאנץ( חותן הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק) אבי ר' אברהם יהושע העשיל אבי האחים החשובים ר' משולם זלמן מוומ"ס ור' יוסף חיים מקרית יואל
ג-ב)בתו אשת ר' שמעון לאם נכד הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב ובעלז, מנו"כ ביוניאן פיעלד סעמעטערי סמוך לר' דוד הב"ש מסאקאלוב

משפחת ר' מרדכי זילבערשטיין אב"ד האלאשיץ חתן האדב"ע
א)בנו ר' נפתלי צבי
ב)בנו ר' אברהם יעקב מהאלאשיץ
ג)בתו אשת הרה"ק הדברי יחזקאל משינאווא בזיוג שני (אמם של ר' משה משינאווא ואשת ר' אלעזר בינדיגער).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זעמיר דא דורכגעגעגאנגען א וועלט, א דאנק אייך ר' מיילעך, לאמיך אייך נאר מטריח זיין מיט עטליכע שאלות;

ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:זעמיר דא דורכגעגעגאנגען א וועלט, א דאנק אייך ר' מיילעך, לאמיך אייך נאר מטריח זיין מיט עטליכע שאלות;

ר' משה ליפשיץ אדמור מוויעלפאלי-פילעדעלפיא האט באמת געהייסן בריזל? איה מנו"כ?

ב''ה
גם אביו שמו הארגינאלי הי' ליפשיטץ -רק כשעלה לארה''ק שינה לבר''יז''ל אך בניו שנשארו בחו''ל
כגון בנו ר' חיימעל דומ''ץ קליינווארדיין נשאר בשמו האמיתי ליפשיץ ויש לו בן בקלאזענבורג-ווימ''ס
ר' יעקב איטשע ליפשיץ וכן הי' לו ב' בנות א]אשת ר' שמחה ז''ל ארגעל ב] אשת ר' מרדכי יאקאב ע''ה .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ב
אגב ביתו של הרב ר' משה ז''ל ליפשיץ מפילדלפי' היה פתוח לרווחה לכל המשולחים שבאו כל השנים לפני המלחמה ואחר המלחמה .כשעלה לארה''ק הדפיס מחדש את ספרי הארי' דבי -ארי שבחבורה - עמ''ס כתובות ב' כרכים ועוד .הסופר המפורסם ר' חיים אורי ליפישיץ הי' אחד מבניו .מנו''כ בהר המנוחות .
הנ''ל שלח את בניו ללמוד לארה''ק עוד לפני המלחמה .יהי זכרו ברוך הי' איש טוב ומטיב לאחרינא .
ולא שביק טיבותא לנפשי' הניח דורות ישרים מבורכים .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
כדאי "ללמוד" את ההקדמה שכתב הארי' דבי' עילאה על הספה''ק מאור ושמש .
הי' מגדולי גאוני הדור .ידידי יקירי ר' דוד ארי' נ''י יאקאב מהדיר עכשיו התשובות ומשקיע הון תועפות בזה.
זכה שע''י נתקרב חותנו הישמח משה הרב משינאוואי לחסידות ומשפחת התמרים נעשו חסידים .
ושינו את מפת הונגרי' טראנסאלווני' וקירבה אותם לחסידות .ועי''ז נסעו יהודים אלו אח''כ בעיקר לצאנז .
האמת שבטראנסילוואני קירבה ג''כ משפחת פאנעטה והםם ביסודם תלמידי הרה''ק הר'ר' מענדעלע נ''ע
מרימאנאוו -אך ברבות הימים משפחת התמרים גברה והיתה לכח החזק גם שם .ודי בזה-תן לחכם וכו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בד"צ, ידיעות נשגבות תודה רבה.
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

אין וויליאמסבורג איז געווען א בריגלער רבי ר' נפתלי טייטלבוים, נפטר געווארן תשל"ה
ער איז געווען א זוהן פון ר' מנשה ט"ב ראב"ד בריגל [בן ר' נחום צבי מדרהביטש, בן ר' אלעזר ניסן, בן הישמח משה]
וואס איז געווען א איידעם פון ר' טובי' אבד"ק בריגל, בן ר' משולם זלמן יהונתן, בן הארדב"ע

דער בריגלער רבי איז געווען א חסיד פון קדושת ציון מבאבוב[געווען משפחה], שפעטער אין וויליאמסבורג געווארן נאנט צו סאטמאר רבי זי"ע, און אויך זיך געהאלטן נאנט מיט מהר"ש מבאבוב
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינער האט א בילד פון דעם בריגלער רבי פון וועם מען רעדט דא שוין כמ"פ?
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

ער האט אייניקלעך אין באבוב, איך וועל פראבירן בל"נ צו באקומען

פון זיין גאנצע משפחה האט נאר איין זוהן איבערגעלעבט די קריג, ר' טובי' טייטלבוים - בארא פארק, נפטר געווארן בערך פינף זעקס יאר צוריק. וואס ער האט קינדער אין אייניקלעך אין באבוב
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

נעכטן ביי די יארצייט סעודה פון כ"ק מהרנ"ץ מבאבוב ז"ל, אין באבוב 45, האט מען ארויסגעגעבן א קונטרס - באשרייבענדיג באבוב אין אמעריקא פאר'ן קריג, - איז דא א בילד פון דער בריגלער רבי אויף עמוד לו, אבער איך האב נישט קיין סקענער, אבער דער בילד איז פון אים ווען ער איז יונג, ס'איז דא נאך בילדער פון אים ווען ער איז געווען עלטער, וואס איך האף בקרוב צו פארשאפן כנ"ל
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:
בני ר' יוסף זכרי' מסליפיא:
ב-א) ר' ארי' לייבוש מאפטא חתן ר' חיים מאיר מפינטשוב ב"ר יצחק חתן הס"ק מראדושיץ (אבי ר' ישכר דוב מאונגוואר אבי ר' יחזקאל שרגא מסטראפקוב)


א בילד פון ר' לייבוש ליפשיץ נכד הארי' דבי עילעא
אטעטשמענטס
Lipshitz Pinchev.jpg
Lipshitz Pinchev.jpg (3.41 KiB) געזען 9592 מאל
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

איך האב ב"ה באקומען א בילד פון ר' נפתלי טייטלבוים דער בריגלער רבי וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג.

קרעדיט פאר דער בילד איז מערכת בית צדיקים - באבוב, וואס האבן יעצט - לכבוד די יארצייט פון מהרנ"צ מבאבוב - ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען יסוד מלכות, וואס דער בילד ווערט דארט געברענגט.
דער בילד איז נאך פון פאר'ן קריג ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא, ס'איז דא נאך בילדער פון אים, וואס כנ"ל האף איך צו פארשאפן בקרוב
אטעטשמענטס
brigel rebbi.jpg
brigel rebbi.jpg (39.02 KiB) געזען 9560 מאל
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייך הרב מפארצייטיש., אנו מחכים בכליון עינים על השאר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:בני ר' אהרן זעליג בן האדב"ע:

א)בנו ר' שמואל יוסף מראדמישלא
ב)בנו ר' נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן הרה"ק ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי
ג)בנו ר' צבי יונה מווישניצא (מתייחסים אחריו משפחת ליפשיץ בלאנדאן)
ד)בתו אשת ר' שמחה באכנער מקשאנוב ב"ר משה בן הרה"ק ר' שלמה מקשאנוב


בני ר' צבי יונה מווישניצא;
ג-א)בנו ר' יצחק ראובן מטשארנא-דונייעץ (חותן ר נפתלי ט"ב מעטשעד)


דער ר' יצחק ראובן איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף הכהן האללענדער אב"ד אמסאנא [חתן ר' ליבוש קאננער], אויסער ר' נפתלי ט"ב מעטשעד-ארה"ב, האט ער געהאט א זוהן ר'זאב וואלף וועלכער איז געווען א דיין אין ניימארק, און א זוהן ר' חיים יוסף דומ"ת קאמארנא, ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער די משפחה?
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

סדא און אר"י א פושעטע משחה אינטער דו משפחה נאמען 'קריגער' וואס זיי זענען אויכעט אייניקלעך בא"ב צונ'עם הייליגען ארי' דבי עילאה זי"ע
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:בני ר' משולם זלמן מבריגל בן הארי' דבי עילעא;
א) בנו ר' ירוחם מטארנא-ירושלים
ב)בנו ר' טובי' מבריגל
ג)בנו ר' מאיר ליפשיץ מקראקא
ד) בתו אשת ר' ישראל מאיר ליפשיץ (בן אחיו ר' חיין דוב) מיאנוב

בני ר' ירוחם מטארנא:
א-א)בנו ר' לייבוש ליפשיץ-טייטלבוים מקרעשוב חתן ר' ברוך מגארליץ
א-ב)בתו אשת ר' בצלאל בערנשטיין דיין בבי"צ בירושלים
א-ג)בתו אשת ר' רפאל גוטווירד


אינעם אשכול הסמוך איבער ר' ברוכ'ל גארליצער זצ"ל זענען פארהאן עטליכע פרטים ומסמכים איבער דעם ר' ארי' ליבוש מקרעשוב חתנו של ר' ברוך מגארליץ ובני משפחתו, איך ברענג עס אריבער לתועלת המעיינים.

מדברי הפארצייטישער [ארויסגענומען פרטים וואס זענען נישט נוגע אהער]:
ר' הערשלע רודניקער זצ"ל [ר' צבי הירש ה"ש בן ר' ברוך מ'גארליץ] איז נישט געווען אליינס רב אין רודניק, צוזאמען מיט אים האט געדינט ברבנות זיין שוואגער ר' ארי' ליבוש טייטלבוים (ליפשיץ) זצ"ל, דער אינגסטע איידעם פון גארליצער רב. [ער איז געווען א זוהן פון דער באקאנטע צאנזער חסיד ר' ירוחם טייטלבוים (בסוף שנותיו עלה לארה"ק ונטמן בהר הזיתים לא רחוק מהגאב"ד ר' משה ארי' זצ"ל, שאשתו בזוו"ר היתה נכדתו) בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה זי"ע]

מעשה שהי' כך הי'. דער ר' ארי' ליבוש איז געווען רב אין א שטעטל קרעשוב [לכאורה אין רוסלאנד], און עפעס א געזעץ האט גורם געווען אז ער האט געמוזט פארלאזן דעם שטאט קרעשוב. (אדער אז אויסלענדישע האבן נישט געקענט זיין רבנים, אדער אז בכלל אויסלענדישע בירגער האבן געדארפט אוועק פארן, איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די מאפע פון דעמאלטס).

עכ"פ ער האט געמוזט אויפגעבן דאס רבנות אין קרעשוב, איז ער ער איז געקומען פארן קיין רודניק [עסטרייך] וואוינען ביים שווער דער גארליצער רב (דאס איז געווען בערך אין די תר"מ יארן). און מ'האט אים גערופן "דער קרעשובער רב", און האט געהאט פארשידענע אויפגאבן אין די קהילה. און ווען דער גארליצער רב איז געגאנגען איבערנעמען דאס רבנות אין גארליץ, איז דעמאלטס געקומען צו פארן ר' הערשלע רודניקער זצ"ל און אויפגעגעבן דאס רבנות אין ניסקא, און געקומען ווערן רב אין רודניק. [איך ווייס נישט פארוואס, אפשר האבן טייל פון די בני קהילה נישט געוואלט אנעמען ר' לייביש אלס רב, און אנדערע האבן דוקא יא געוואלט]. האט דער גארליצער רב צאם גענומען די בני קהילה און געזאגט אז ער וויל נישט מ'זאל זיך קריגן, און אזוי ווי רודניק איז געווען א רייכע שטאט, האבן זיי גענוג געלט אויפצוהאלטן צוויי רבנים, און ביידע, סיי ר' הערשלע און סיי דער קרעשובער רב זאלן זיין רבנים אין רודניק, וכך הוה. זיי זענען ביידע געווען רבנים.

די קינדער פון ר' ליבוש מקרעשוב-רודניק:
1) זיין זוהן הרה"צ ר' בנימין וואס האט אים איבערגענומען אלס רודניקער רב [ער איז פאר'ן קריג געקומען קיין אמעריקא]
2) זיין איידעם הרה"צ ר' נפתלי ט"ב דער בריגלער רבי [וואס מ'האט שוין דערמאנט אפאר מאל אין די פארום'ס]
3) זיין איידעם הרה"צ ר' פנחס יוסף דאכנער [שווער פון גאב"ד ירושלים ר' משה ארי' פריינד זצ"ל בזוו"ר].

איך ברענג דא אראפ א קאפיע פון דעם ספר אהלי שם געדרוקט אין תרע"ב, וואו מ'זעהט טאקע אז ביידע זענען געווען רבנים אין רודניק.
אטעטשמענטס
ridnuk.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תמונת ר' ארי' ליבוש טייטלבוים-ליפשיץ מקרעשוב-רוודניק, ומציבת בנו ר' בנימין ליפשיץ-האלבערשטאם מרודניק-ניו יארק (קרעדיט; פארצייטישער, מיילעך)
אטעטשמענטס
kreshiv.jpg
IMG_1644%5B1%5D.JPG
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

מצבה פון די טאכטער פונעם ארדב"ע אשת ר' צבי הירש גלאנץ אבד"ק שינאווא זצ"ל
אטעטשמענטס
glanz.jpg
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”