רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי מרדכי יפה זצוק"ל
בעל הלבוש - ג' אדר (תרנ"ד)

דער באקאנטער גאון וקדוש, פון די גרעסטע פוסקים רבי מרדכי יפה זצ"ל, ווערט אנגערופען אין קורצן דער "לבוש" וועגן זיינע באקאנטע צעהן ספרים, לבוש מלכות: א) לבוש התכלת – או"ח ח"א, ב) לבוש החור – או"ח ח"ב, ג) לבוש עטרת זהב – יו"ד, ד) לבוש הבוץ וארגמן – אה"ע, ה) לבוש עיר שושן – חו"מ, ו) לבוש האורה – על התורה, ז) לבוש ששון ושמחה – דרשות, ח) לבוש פנת יקרות – על מורה נבוכים להרמב"ם, ט) לבוש אדר היקר – קידוש החודש, י) לבוש יקרה – חכמה הקבלה.

די וועלט דערציילט אז דער "לבוש" האט זוכה געוועהן מחבר צו זיין די 10 ספרים אין דעם זכות וואס ער איז אנטלאפען פון טוהן אן עבירה, ווען ער איז אריינגעקראכען אין א שמוציגע גרוב, און פון דארט איז ער ווייטער געלאפען, און וויבאלד בשעת דעם אנטלויפן האט ער געהאט אויף זיך צעהן מלבושים, וואס אלע זענען שרעקליך פארשמירט געווארן האט מען גע'פסקנט אין די פמליא של מעלה אז ער זאל זוכה זיין מחבר צו זיין צעהן ספרים – און עס איז טאקע מקוים געווארן דער פסוק ומרדכי יצא בלבוש מלכות וגו'.

דער "לבוש" איז געבוירן געווארן אין פראג שנת ר"צ, צו זיין פאטער רבי אברהם ז"ל, ער איז געוועהן א גרויסער מפורסם בימיו, אלץ גאון בנגלה ובנסתר, ובחכמת התכונה ועוד.

ער איז געוועהן א תלמיד פון פארשידענע גדולי ישראל, ווי דער מהרש"ל, און דער רמ"א זצ"ל, סוף ימיו איז ער געוועהן רב אין פוזנא, ווי ער איז נסתלק געווארן ביי צוויי און אכציג יאר, (בערך 400 יאר צוריק) ג' אדר שני שנת שע"ב.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א מעשה רב ונורא איז פארגעקומען אין דער צייט פון דעם גאון רבי מרדכי יפה דער בעל הלבושים. אין די מעשה וואס האט פאסירט איז אזוי:

דער גאון רבי מרדכי יפה איז געוועהן דער אב בית דין און ראש ישיבה אין א קלענער שטעטל, און השי"ת האט אים דערהויבן צו זייער א גרויסער מדריגה און זיין נאמען איז געווארן שטארק מפורסם, ביז עס איז געקומען שלוחים פון דער גרויסער קהלה קדושה פוזנא אים אויפצונעמען אלס דעם אב בית דין און ראש ישיבה ביי זייער שטאדט, ווייל ער איז געוועהן זייער גרויס אין נגלה און אויך אין נסתר, ווי יעדער קען דאס זעהן פון זיינע הייליגע ספרים, וואס ער האט מחבר געוועהן מיט דעם נאמען "עשרה לבושים". אין אנפאנג איז זייער כוונה געוועהן צו מערען דעם כבוד שמים, ווייל זיי האבן נאר גענומען אן אב"ד נאר א גדול בתורה, און ווען זיי האבן אים געברענגט דעם "איגרת הרבנות", ווי דער מנהג איז, האט דער גאון געענפערט צו די שליחים, אז איך וועל מקבל זיין דעם "כתב רבנות" פון אייך און איך בין וויליג צו ווערן אייער מורה הוראה, אבער באלד אויף דעם מאמענט קען איך נאך נישט קומען צו אייער שטאדט און זיין מיט אייך, דאס איז דערפאר וואס איך האב נאך נישט גענוג געלערנט די חכמה פון "עיבור החודש" און דערפאר וויל איך פריער פאָרן אין דער מדינה פון איטאליע אין דער שטאדט וויניציאה צו די "חכמי הספרדים" ווייל זיי זענען קלאר אין דער גרויסע חכמה, און ערשט דערנאך וועל איך זיין גרייט איבערצונעמען דאס רבנות אין אייער שטאדט פוזנא.

און כך הוה דער גאון איז באלד געפאָרען און אנגעקומען קיין איטאליע, און געלערנט ביי דעם גרויסען חכם מהר"י אבוהב. ער האט דארט פארברענגט ביי דעם גרויסען חכם מהר"י אבוהב אן ערך פון דריי חדשים צייט און ער האט זיך אויסגעלערנט די גאנצע חכמה גאר גוט. ווי מיר קענען דאס זעהן פון זיין ספר "לבוש אדר יקר" פון הלכות ראש חודש. פון דארטען קען מען זעהן אביסעל דאס גרויסקייט פון דעם גאון אויך אין דער חכמה פון עיבור החודש. ווען ער האט שוין געהאלטן ביי דער ענדע פון די דריי חדשים וואס דער גרויסער גאון האט פארברענגט ביי דעם מהר"י אבוהב, איז געשעהן די מעשה ווי פאלגענד:
דער מהר"י אבוהב האט געהאט א אינגעל, וועלכער איז דעמאלסט אלט געוועהן פינף יאר, און דאס אינגעל האט געהאט אין דער האנט א פרי און ער האט געמאכט א ברכה "בורא פרי העץ" - און דער גאון רבי מרדכי יפה זצ"ל האט אומווילענדיג נישט געענטפערט אמן אויף דעם קינד'ס ברכה (ווי ליידער צום באדויערען זענען דער רוב עולם געשטרויכעלט וואס זענען אין דעם נישט נזהר).

און ווי דער חכם דער רבי פון דעם פריער דערמאנטען גאון האט דאס געזעהן, אז ער האט נישט געענפערט אמן אויף די ברכה פון דעם קינד, איז ער זעהר שטארק אין כעס געווארן אויף אים (אויף דעם גאון רבי מרדכי יפה) און ער האט געשריגען אויף אים און ער האט אים מנדה געוועהן.

דער גאון רבי מרדכי יפה האט געווארט ביז נאך דרייסיג טעג ווי דער דין איז ווען א רבי איז מנדה זיין תלמיד, און דערנאך איז דער גאון רבי מרדכי יפה געגאנגען צו זיין רבי'ן און געוואלט אים מפייס זיין אבער דער רבי זיינער האט זיך נישט געלאזט מפייס זיין.

דער גאון האט געזאגט צו זיין רבי'ן זייט מיר מוחל מיין האר מיין זונד, וואס האב איך זיך אזוי שטארק פארזינדיגט אקעגען אייך און פארוואס איז אייער צארן אויף מיר אזוי גרויס. האט דער חכם אים געענפערט און געזאגט דו זאלסט וויסען אז א גרויסע ליבשאפט האב איך דיך ליב געהאט אזא אהבה שאינה תלויה בדבר, איך האב דיך ליב געהאט נאך מער ווי איך האב ליב מיין זוהן אבער דו זאלסט וויסען מיט אמונה אז דו ביזט געוועהן מחויב מיתה. אין דער צייט ווען דו האסט נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה פון מיין קינד אבער איך בין דיר מוחל מיט אן אמת און מיט א גאנצקייט. נאר אויף דעם תנאי אז אין יעדען ארט און אין יעדער קהלה ווי נאר דיינע טריט פון דיינע פיס וועלן טרעטן זאלסטו דארטען דרש'נען ברבים און דו זאלסט זיי מודיע זיין די זונד און דעם גרויסען פגם וואס עס טוט דער וואס ענטפערט נישט קיין אמן אויף א ברכה וואס ער הערט פון א איד.

און איך באפעל דיר אז דו זאלסט באפעלען פאר דיינע קינדער און אייניקלעך ביז דעם סוף פון אלע דורות אז זיי זאלען דערציילען די גרויסע און שרעקליכע מעשה וואס איך וועל דיר יעצט דערציילען און אזוי איז געוועהן די מעשה ווי פאלגענד:

אין די מדינות פון שפאניע איז געוועהן פאר די גזירות פון יאר תתנ"ו גרויסע קהלות קדושות און אין איינע פון די מדינות איז געוועהן א גרויסע שטאדט פון אידן יראים ושלמים און דער שטאדט איז געוועהן א מלך וואס האט שוין פיהל מאהל געוואלט פארטרייבן די אידן פון דער שטאדט נאר דארט איז געוועהן א רב וואס איז געוועהן א גרויסער למדן און א חסיד און א גרויסער עניו ער איז אויך געוועהן זעהר רייך און ער האט נושא חן געוועהן ביים מלך. יעדעס מאהל
ווען דער מלך האט געוואלט פארטרייבן די אידן איז דער רב געקומען און פארשטערט די עצות פון די שונאי ישראל און אפגעשריגען די ביטערע גזירה.
איין טאג איז דער קעניג אין כעס געווארן אויף די אידן און ער האט ארויסגעגעבן א באפעהל צו פארטרייבן די אידן פון דער שטאדט, זענען געקומען די מענטשן פון דער קהלה צום רב דער גרויסער חסיד, און זיי האבן אים געבעהטן אז ער זאל גיין ממליץ זיין פאר זיי ביי דעם מלך און ער זאל מבטל זיין די גזירה ווי ער פלעגט דאס צו טוהן פון צייט צו צייט.

אבער ליידער איז דאס מאהל געלונגען דעם שטן בעוה"ר. די מענטשן זענען געקומען צו דעם צדיק מנחה צייט און אווענט און דער חסיד האט זיי געזאגט אז ער וויל פריער דאווענען מנחה און דערנאך וועט ער גיין צו דעם מלך, ווי עס שטייט אין פסוק "ראשית חכמה יראת ה'" און די מענטשן האבן אים שטארק געבעטען און זיי האבן צום אים געזאגט אז דאס איז אויך א מצוה צו ראטעווען דעם כלל ישראל און איצט איז אן עת רצון פאר דעם מלך, און דערנאך קענט איר דאווענען מנחה.

דער חסיד האט אזוי געטוהן און ער איז מיט זיי מיטגעגאנגען צום קעניגליכען פאלאץ. ווי נאר דער קעניג האט אים דערזעהן האט ער זעהר נושא חן געוועהן ביי דעם מלך, און דער מלך איז אים אנטקעגען געלאפען און ער האט אים געהאלדזט און געקושט דעם גרויסען חסיד. דער חסיד איז געוועהן זיכער ביי זיך אז עס וועט אים אוודאי געלונגען מבטל צו זיין די גזירות פון דעם גירוש. דערווייל האט דער חסיד גערעדט מיט דעם מלך אין אנדערע ענינים.
אינמיטן דערינען איז געקומען א גלח פון ערגעץ א מדינה פון דעם קעניג פון די מרחקים וואס האט באלאנגט צום מלך און ער איז געפאלען פאר די פוס צום מלך און ער האט גענומען זאגן אלאנגע און חשוב'ע ברכה פאר דעם מלך אין דער לאטיינישער שפראך.

ווי דער חסיד האט דערזעהן אז די צייט פון מנחה וועט באלד פאריבער גיין איז ער זיך אוועקגעגאנגען און אן אנדער ווינקעל כדי צו דאווענען מנחה און דער חסיד האט געמיינט אז ער וועט נאך האבן גענוג צייט צו פארענדיגען זיין דאווענען מנחה נאר איידער דער גלח וועט ענדיגען די ברכה פאר דעם קעניג.
דערווייל אינמיטן דערינען ווען דער חסיד האט געהאלטן אינמיטן שמונה עשרה. איז דער גלח אויפגעשטאנען פון דער ערד אויף זיינע פיס און ער האט באפוילען פאר די אלע אנוועזענדע וועלכע זענען דעמאלסט געוועהן ביי דעם מלך אין פאלאץ אז מען זאל ענטעפרען אמן אויף זיין ברכה דערמיט עס זאל מקוים ווערן אלץ וואס ער האט געבענטש דעם קיסר און אלע צוזאמען האבן געענפערט אמן.

אבער דער חסיד האט נישט געענפערט ווייל ער האט נישט געוואלט מפסיק זיין אינמיטן דאווענען.

דעמאלסט האט דער גלח געפרעגט די אלע וועלכע האבן זיך געפונען אין דעם זאַל אויב אלע האבן געענפערט אמן האבן זיי געזאגט אז יא האט דער גלח ווייטער געפרעגט צו דער איד וואס שטייט דארטען אין ווינקעל האט אויך געענפערט אמן? האבן זיי געזאגט אז ניין און דאס איז דערפאר ווייל ער דאווענט דארטען.

ווי נאר דער גלח האט דערהערט אז דער איד האט נישט געענפערט אמן נאך זיין ברכה פאר דעם קעניג האט ער זיך גענומען רייסען די האר פון קאפ און איז ארויס מיט א גרויס געשריי, און ער האט געזאגט אוי וויי איז מיר אויף דער שלעכטער מעשה וואס צוליב דעם איד וועט די ברכה וואס איך האב געבענטשט דעם קעניג נישט מקוים ווערן ווייל דער איד האט נישט געענפערט אמן אויף מיין ברכה!

און ווי נאר דער קעניג האט דערהערט די רייד פון דעם גלח איז ער אריין אין א גרויסען צארן און א גרויסען כעס אויף דעם חסיד און ער איז אינגאנצען איבערגעקערט געווארן פון א ליבהאבער צום חסיד אויף אן אכזר און ער האט באלד ארויסגעגעבן א באפעל צו זיינע באדינער אז מען זאל דעם חסיד גלייך הרג'ענען און אים צושניידען אויף שטיקער און מען האט דעם באפעל דורכגעפירט גלייך ווי דער קעניג האט באפוילען, און מען האט גע'הרג'עט דעם גרויסען חסיד מיט שרעקליכע און שוידערליכע יסורים בעוה"ר און מען האט אים צושניטען ר"ל, און דעם צושניטענעם קערפער האט מען אריינגעלייגט אין א קלייד און מען האט דאס געטראגען אין זיין שטוב און נאכדעם האט דער מלך פארטריבען אלע אידן.

און דער שטאדט איז געוועהן נאך א חסיד וואס ער איז געוועהן דער חבר פון דעם חסיד וואס איז גע'הרג'עט געווארן, ער האט געוויסט אז דער פריער דערמאנטער חסיד איז געוועהן א גרויסער צדיק און א איש קדוש. און דער חבר פון דעם חסיד וואס איז גע'הרג'ט געווארן איז געוועהן ווי א מתרעם אויף די מדות פון הקב"ה ח"ו האט ער דאך נישט געוואלט ביי זיך באשליסען אז חס ושלום איז דען הקב"ה נישט גערעכט מיט זיינע מעשים איז דען הקב"ה חשוד ח"ו אז ער זאל טוהן א דין אהן א משפט האט ער באשלאסען אז עס מוז זיין אז דער דערהרג'עטער חסיד האט עובר געוועהן עפעס אן עבירה פארגאנגענעהייט און דער חסיד האט געפאסט און געוויינט און מתפלל געוועהן אז מען זאל אים מודיע זיין פון הימל פאר וועלכען חטא איז זיין חבר דער חסיד גע'הרג'עט געווארן מיט אזא מיתה משונה.

דער חסיד האט זיך מתבודד געווהן אין א חדר מיוחד און ער איז געזעסען און געטראכט און זיך מתבונן געוועהן פארוואס יענער חסיד זיין חבר איז דערהרג'עט געווארן.

אין דעם זעלבען טאג האט זיך צו אים באוויזען זיין חבר דער חסיד וואס איז דערהרגעט געווארן. ער איז שטארק דערציטערט געווארן און ער האט זיך שטארק דערשראקען ווען ער האט דערזעהן ווי זיין חבר האט זיך באוויזען צו אים.

דער חסיד וואס איז דערהרג'עט געווארן האט געזאגט צום אים, האב נישט קיין מורא און שרעק זיך נישט, זאגט אים דער לעבעדיגער חסיד, איך ווייס דאך אז דו ביזט געוועהן א גרויסער חסיד און דערפאר בעט איך דיך אז דו זאלסט מיר מגלה זיין פארוואס האט מען דיר אזוי געטוהן און פארוואס איז אויף דיר געקומען אזא גרויסע צארן און עונש.

האט אים דער דער חסיד געזאגט איך וועל דיר זאגן דעם אמת אין מיין גאנצען לעבן האב איך נישט געטוהן קיין שום עבירה נאר ווי דו ווייסט דאס אז הקב"ה איז מדקדק עם סביביו כחוט השערה צדיקים אפילו ווען זיי זענען עובר אויף א קליינע עבירה ווי א האר איז הקב"ה מדקדק דערויף און דער רוב העולם איז נישט פארזיכטיג בעוה"ר אין דער עבירה און ער דערציילט וואס פאר אן עבירה ער האט עובר געוועהן.

איינמאהל האט מיין קליין קינד געמאכט א ברכה אויף ברויט און איך האב געהערט די ברכה פון אים און נישט געענפערט דערויף אמן און הקב"ה האט מאריך געוועהן אויף מיר ביז די מעשה וואס איז מיט מיר פארגעקומען ווען איך בין געשטאנען פאר דעם מלך א מלך בשר ודם וואס איך האב נישט געענפערט אמן אויף דער ברכה וואס מען האט אים געבענטשט און דער מלך בשר ודם איז אויף מיר אין כעס געווארן און פונקט דעמאלסט אין דער זעלבער צייט האט דער בית דין של מעלה מיך גע'משפט פאר מיין נישט ענטפערען אמן אויף מיין קינד'ס ברכה.

און דערפאר בעהט איך דיך מיין פריינד אז דו זאלסט דאס דערציילען פאר דיינע זוהן און פאר דיינע אייניקלעך און פאר דער גאנצער וועלט אט די מעשה און דו זאלסט זיי ווארענען אז זיי זאלען נזהר זיין און ענטפערען אמן.

נאכדעם איז דער חסיד דער איש האמת צוריק פארשווינדען.

ווען דער ספרדישער חכם האט געענדיגט דערציילן די מעשה פאר דעם גאון רבי מרדכי יפה הנ"ל, האט ער צו אים געזאגט זיי נישט ברוגז אויף מיר וואס איך האב דיך מנדה געוועהן ווייל מיין כוונה איז געוועהן אז כדי דו זאלסט האבן א כפרה אויף דער עבירה און איך בין דיר מוחל נאר בתנאי אז דו זאלסט דרש'ענען ברבים און זיי ווארענען אז מען זאל זיין נזהר צו ענטפערען אמן.

און ווען איך בין אויפגענומען געווארן אלס בעל דרשן אין א סאך מדינות האט מיר דערציילט מיין שווער ז"ל וויבאלד דו ביסט געווארן משודך מיט די קינדער פון דעם גאון מוה"ר מרדכי יפה הנ"ל ליגט אויף דיר א פליכט צו גיין דרש'ענען אין אלע מקומות וועגן אים און דערציילען די מעשה נורא און דו זאלסט ווארענען די אלע אידן וועגן דעם אז מען זאל זיין געווארענט צו ענטפערן אמן.

און דערפאר דארף יעדער איד וואס איז א ירא שמים און איז פארזיכטיג פאר א דבר ה' אז ער זאל אדורכליינען די מעשה נורא ווייניגסטענס איין מאהל אין א חודש און ער זאל מודיע זיין די מעשה און דער גרויסען עונש וואס עס קומט פאר דעם וואס מען ענטפערט נישט נאך קיין אמן נאך א ברכה און אפילו נאך א ברכה פון א קליין קינד.

און פון דאנען קען מען זיך נעמען א ביישפיל אז דאס איז די שטראף אויב מען ענטפערט נישט אויף א ברכה פון א קינד איז דאך אוודאי געוויס ווען מען געפינט זיך אין בית המדרש אדער אין דער שוהל, און דער בעל תפלה זאגט די הויכע שמונה עשרה און מען פארפעלט צו ענטפערען, וואס זאל שוין דעמאלסט זיין...
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא ג' אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

בספר "איש חסידיך" מביא הרה"צ רלוי"צ בענדער זצ"ל סיפור נפלא על הלבוש בהיותו בחור :
אביו של הלבוש היה סוחר,ופ"א ביקשו להעביר סחורה לא' הדוכסים. הוא הלך לארמון והדוכס לא היה בביתו, והדוכסית חמדה את רבי מרדכי בגין תארו היפה וזיו פניו.
היא הובילתו לחדר א' בערמה, ותבעה אותו, וכאשר בכה וסירב, אז היא נעלה אותו בהחדר, ואמרה שעוד מעט תחזור. הוא חיפש איך לברוח, וראה שם בית כסא,
שבו היה בור קטן שאליו מגיע כל השופכין של האחוזה, והיה מלא בצואה וריח חריף מאד. על אף גיעולו, הוא הפיל א"ע לתוך הבור והחל לזחול לאורך תעלת הביוב החשוכה והארוכה, כשהוא כמעט טובע בתוך הסחי, עד שיצא בצד השני מעבר לחומת הארמון. כולו מלוכלך ונמאס וגופו צורב מהחומצה.
ונמלט לביתו. ואז הוא התפלל וביקש מה' שאם יזכה להקים בית בישראל, אז שעשרה דורות הבאים אחריו יהיו מכוערים, כדי שלא יפלו בניסיון כזה.
מעשהו עורר רעש בשמיים, ולכן זכה לתורה ולספרו הק' הלבוש.
וסיפר הרב בענדער זצ"ל שהוא פגש בא' הישיבות בווארשא בחור גבוה ,יפה תואר ויפה מראה בשם יצחק קראקאווסקי, שהיה ת"ח מופלג וחריף. בא' הימים הגיע אביו של הבחור לבקרו, ורלוי"צ לא האמין למראה עיניו: האב היה נמוך ומכוער, ופניו שחורות כפחם... שאל רלוי"צ את הבחור:היתכן? כיצד כ"כ אינו דומה לאביו?
הבחור לא היה מופתע משאלתו, וסיפר לו את הסיפור הנ"ל, וא"ל שאביו הוא דור עשירי לבעל הלבוש, ואילו אני, הנני הדור האחד עשר...
זי"ע ועכ"י אמן.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הגה"ק רבי מרדכי לעכוויטשער זצוק"ל היה מצאצאיו, וכמדומה לי שגם נקרא על שמו.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

עכשיו ראיתי שמורינו הסבא קדישא שי' מרמז על סיפור זה בתחילת האשכול.
בעז"ה עכשיו יהיה זה דבר מושלם.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
בלאט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 4:04 pm

איפה המקור שר' מרדכי לעכוויטשער היה נכד של הרב מרדכי יפה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הגה"ק רבי מרדכי לעכוויטשער זצוק"ל היה מצאצאיו, וכמדומה לי שגם נקרא על שמו.
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

בלאט האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הגה"ק רבי מרדכי לעכוויטשער זצוק"ל היה מצאצאיו, וכמדומה לי שגם נקרא על שמו.


כן מובא בס' אור ישרים, בתחילת פרק "מירא דכיא" - בס' כתבי ר"י שו"ב, עמוד שט"ו אות כ"ב - אהלי שם, ערך בראהין
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איז דא ערגיץ באשריבן די תולדות פונם לבוש? זיינע עלטערין? ווי ער האט געוואוינט? ווי ער איז געווען רב וכדומה?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

משיח האט געשריבן:איז דא ערגיץ באשריבן די תולדות פונם לבוש? זיינע עלטערין? ווי ער האט געוואוינט? ווי ער איז געווען רב וכדומה?

איז דא איינער וואס קען עפעס העלפן דא????
ווער זענען זיינע אייניקלעך???
נאות דשא
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 22, 2017 10:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאות דשא »

גבר ישראל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איז דא ערגיץ באשריבן די תולדות פונם לבוש? זיינע עלטערין? ווי ער האט געוואוינט? ווי ער איז געווען רב וכדומה?

איז דא איינער וואס קען עפעס העלפן דא????
ווער זענען זיינע אייניקלעך???

אסאך ״שלעזינגער״ס זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם ״לבוש״. געוויסע רופען זיך טאקע ״יפה-שלעזינגער״.
אריפ
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 5:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריפ »

נאות דשא האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איז דא ערגיץ באשריבן די תולדות פונם לבוש? זיינע עלטערין? ווי ער האט געוואוינט? ווי ער איז געווען רב וכדומה?

איז דא איינער וואס קען עפעס העלפן דא????
ווער זענען זיינע אייניקלעך???

אסאך ״שלעזינגער״ס זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם ״לבוש״. געוויסע רופען זיך טאקע ״יפה-שלעזינגער״.


די זילבר משפחה פון טבריה זענען אייניקלאך פון רי יפה משפחה טבריה.חברון אייניקלך פון ר' ישראל יפה המדפיס (קאפוסטער) אייניקל פונעם לבוש
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

געווען א שיינע מעשה אין די צייטונג פ' בשלח, פון א גילו פונעם לבוש צו ר' ישראל אבוחצירא ז"ל באבא סאלי פארציילט דורך דעם בעל העובדא ר' אברהם יפה-שלעזינגער שליט"א
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

El Rushbo האט געשריבן:געווען א שיינע מעשה אין די צייטונג פ' בשלח, פון א גילו פונעם לבוש צו ר' ישראל אבוחצירא ז"ל באבא סאלי פארציילט דורך דעם בעל העובדא ר' אברהם יפה-שלעזינגער שליט"א

נו, אפשר ברענגט איר עס אראפ.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נאות דשא האט געשריבן:אסאך ״שלעזינגער״ס זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם ״לבוש״. געוויסע רופען זיך טאקע ״יפה-שלעזינגער״.


זענען? אדער זיי האלטן זיך?
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

נאות דשא האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איז דא ערגיץ באשריבן די תולדות פונם לבוש? זיינע עלטערין? ווי ער האט געוואוינט? ווי ער איז געווען רב וכדומה?

איז דא איינער וואס קען עפעס העלפן דא????
ווער זענען זיינע אייניקלעך???

אסאך ״שלעזינגער״ס זענען אייניקלעך בן אחר בן פונעם ״לבוש״. געוויסע רופען זיך טאקע ״יפה-שלעזינגער״.

מקובל שגם משפחת אויש שמוצאם מהעיירה אויש ליד פראג הם בן אחר בן מהלבוש זצ''ל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווער זענען געווען די קינדער פונעם לבוש?
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

כידוע רעכענען זיך אסאך משפחות פאר דעם 'לבוש'ס אייניקלאך,
צווישן זיי זענען:
דער הייליגער לעכוויטשער זי"ע, שנקרא ע"ש
רבי ישראל יפה אב"ד שקלוב
ונכדו רבי ישראל יפה המדפיס מקאפוסט מחבר 'שבחי הבעש"ט' וספרי רבו מליובאוויטש זי"ע וצאצאיו בחברון, פון איהם ציט זיך א סאך שיינע משפחות בארה"ק.
משפחת יפה שלעזינגער
לעצטנס האט חוקר היוחסין הרב נפתלי וועקשטיין מגלה געווען אז דער הייליגער טשערנאביל'ער מגיד זי"ע איז אויך א אייניקל פונעם לבוש,
וויא ער בריינגט פארשטייטזיך פארשידענע ראיות...

בלייבט אונז נאר צו וויסן וויאזוי האבן גיהייסן זיינע קינדער און אייניקלאך, און וויאזוי קומען די אלע און נאך אן צום גרויסן גאון בעל ה'לבושים'.
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בכתבי הרה"ח ר' יאשע שו"ב מבריסק ז"ל (עמ' שטו) מובא, שסיפר הרה"ק ר' משה מקאברין, שהרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז אמר על הרה"ק ר' מרדכי מלעכוויטש: "חידוש הוא על ליטא שיהי' איש כזה שם. אח"כ אמרו לו שהוא נכד ר' מרדכי יפה בעל הלבושים, ואמר, ערשט איז רעכט".
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הגה"ק רבי מרדכי יפה זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ווי ליגט די בעל הלבוש?
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ערעב איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 9:54 am
ווי ליגט די בעל הלבוש?
כמדו' בפוזנא.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

האט אפשר איינער די יוחס פון רבי מרדכי יפה ביזן מהר’’ל?
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
יודע ועד
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:21 pm

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודע ועד »

ארבעטסגעבער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 2:41 pm
האט אפשר איינער די יוחס פון רבי מרדכי יפה ביזן מהר’’ל?
לא היה ולא נברא. זיי האבען געלעבט ביידע אין די זעלבע תקופה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז עפעס באקאנט איבער ר' ליב דער זון פונעם לבוש?
בהב
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 12:00 am

Re: רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זצ"ל - ג' אדר ב' שע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהב »

ר' עקיבא איגר איז געווען את בן אחר בן פון די לבוש
אין ספר מאורן של ישראל ברענגט ער די פונקטליכע יוחס מיט די לעצטע נעמען וואס האבן זיך עטליכע מאל גיטוישט און די בערך 7 דורות דארט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”