רבי חנני' יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב מסיגוט - כ"ט שבט תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מאנטאג יולי 09, 2012 12:05 pm

כהאב נאכגעקוקט אין מושיען של ישראל עטליכע פרטים פין דארט א)ר' אבא רובינשטיין איז געווען זיויג שני או שלישי פין רעבעצין חנה ב)ר' משה רובינשטיין האט געהאט פיר טעכטער פין וועלעכע ער האט נאר חתונה געמאכט איינע בחייו אין שטאט ווינעף בהשתפות העצי חיים ורבינו מסאטמאר זי''ע ג)זיין פרוי איז געווען ממשפחת ווייזער פין קרעצקי מחסידי ומקרובי מהרי''א מזידטשוב זי''ע ד)ער איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פין 46 יאר אין ווין ושם מנ''ך ל''ג בעומר תר''עט (לפי הנ''ל איז אביסל ענג צוזאגן אז זיין מאמע איז געווען 20 יאר ווען זי האט חתונה געהאט מיטן קדושת יו''ט
סיגוט האט געשריבן:[quote

כמדומה אז ר' משה האט געהאט דריי טעכטער דער דריטער איז מיר נישט באקאנט פונקט ווי דער צווייטער וואס איך האב נישט געוואוסט ביז היינט ר' שמעון איז באקאנט זיך געדריט בקרבתו פון רבי'ן און געוואונט בין אנ"ש
דאס וואס די שרייבסט אז נתפרדה החבילה מיר ליגט אין קאפ אז זי איז געווארן אן אלמנה און דאן האט איר דער קדושת יו"ט גענומען (אגב זי האט חתונה געהאט מיטן קדויו"ט איז זי געוועהן עטליכע אין צוואנציג יאר ווייל זי איז נפטר געווארן תרע"ד איז זי נאכנישט געווען קיין זעכציג און חתונה געהאט מיטן קדויו"ט האט זי בערך תרל"ח)

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג יולי 09, 2012 2:27 pm

איך האב נישט געזאגט אז זי אז געווען צוואנציג יאר נאר עטליכע אין צוואנציג בערך 23

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:44 pm

מיללער האט געשריבן: דער קדושת יו"ט איז טאקע געהאלפן געווארן און ער האט זוכה געווען צו 6 קינדער בנין וחתנין רבנן ווי פאלגענד;

א) ר' חיים צבי דער עצי חיים זיין ממלא מקום ברבנות סיגוט
ב) הרבנית אסתר ע"ה אשת ר' חנוך העניך מאיער זצ"ל אב"ד קערעצקי נכד הלב שמח מאלעסק, די רביצין אסתר איז אינגערהייט אוועק בשנת תרפ"ה און ליגט אין א שטעטל לעבן קערעצקי
ג) הרבנית העסא ע"ה אשת ר' חיים יחיאל מאיר הורוויץ אב"ד ריינזשוב, אן אייניקל פון ראפשיץ און דזיקוב.
ד) רביה"ק ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל דער סאטמאר רבי
ה) הרבנית שרה אשת בזוו"ר ר' שלום האלבערשטאם מפיעקלא ובזוו"ש אשת ר' דוד שפירא ב"ר מאיר מ'ביקאווסק ב"ר דוד מ'דינוב
ו) .


הרבנית אסתר בתו של הקדושת יו"ט זצ"ל מנו"כ בעיר סוואליאווא הסמוכה לקערעצקי, באהל ביחד עם חמותה הרבנית חיה רחל בת ר' יעקב מרדכי אב"ד טאפרוב אשת ר' יוסף דוב מאיער ב"ר שלמה מאלעסק.

להלן תמונה (נישט אזוי קלאר) ממציבתה, הנה העתקת הנוסח:

פ"נ הרבנית הצדיקית
זרע קדושים ?
דומה לאחת המאהות
עסקה כל ימיה
בעבודת היוצר בצדקה ובגמ"ח
בשירות ותשבחות מרת
אסתר
בת אבי חי"ל ה"ה הגה"ק
בעל קדושת יו"ט זצוקל"ה אשת
הרב המפורסם מוהר"ר חנוך
העניך שליט"א אבד"ק סאסוב
וקערעצקי נפטרה בדמי ימיה
...... ביום י"ד
מרחשון תרפ"ה לפ"ק
תנצב"ה
צוגעלייגטע
estertb.jpg

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:02 am

מיללער האט געשריבן:פ"נ הרבנית הצדיקית
זרע קדושי ארץ
דומה לאחת המאהות
עסקה כל ימיה
בעבודת היוצר בצדקה ובגמ"ח
בשירות ותשבחות מרת
אסתר
בת אבי חי"ל ה"ה הגה"ק
בעל קדושת יו"ט זצוקל"ה אשת
הרב המפורסם מוהר"ר חנוך
העניך שליט"א אבד"ק סאסוב
וקערעצקי נפטרה בדמי ימיה
מ"ה לשני חייה ביום י"ד
מרחשון תרפ"ה לפ"ק
תנצב"ה

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:46 pm

אינטערסאנט, איר שניר הרבנית הצדיקת חיה רויזא בת רבינו יואל זי"ע, איז אויך אוועק אינעם זעלבען טאג י"ד מרחשון, און אויך בקיצור ימים ל"ע. תנצב"ה

אגב, דער תואר "הרב המפורסם" אויפען קערעצקיער רב, שטייט ביי די רעבעצין רויזא'לעס מצבה אויף מרן הדברי יואל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:09 am

פייש קרויז האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אז דעם ר' יואל בן שרה ט"ב אן אייניקל, א זון פון דעם וואס איך האב אויבן גערעדט, איז א חשוב'ער אינגערמאן.


מ'האמיר היינט, א דאנק וואס ר' ברוך אמסל האט ארויפגעשטעלט די מציבה פונעם נאווימינסקער רבי ר' נחום מרדכי פערלאוו זצ"ל אינעם ביה"ת מט. לבנון אין ניו זשערסי, זוכה געווען צו טרעפן א בילד פון די מציבה פונעם אייניקל פון הייליגען קדושת יו"ט איבער וועם מיר האבן דא אין דעם אשכול פארברענגט שעות.

והוא מציבת ר' יואל טייטלבוים (האלבערשטאם) בן הרבנית שרה בת מרן הקדושת יו"ט, מזווגה הראשון ר' שלום האלבערשטאם מפיעקלא נכד מרן הדב"ח.

ר' יואל איז געווען א שוואגער מיטן דערמאנטען נאווימינסקער רבי'ן זייענדיג אן איידעם ביי ר' אלתר ישראל שמעון דער תפארת אי"ש מנאוואמינסק, ער איז אוועק ליל שב"ק ויחי תשל"ט אלט זייענדיג 82 יאר און געקומען למנוחות אינעם דערמאנטן ביה"ח אין ניו זשערסי.

א בילד פון די מציבה
צוגעלייגטע
Yoel.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 27, 2012 3:54 pm

מחזיקי הדת ביי די פטירה פונעם קדושת יו"ט
צוגעלייגטע
getimage (3).png

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 9:20 pm

כ"ט כ"ט לגזירה שווה,
כ'האב געמיינט אז היינט איז שוין די יארצייט, אינעם לוח היארצייטן דא שטייט אזוי:

viewtopic.php?f=31&t=5549

גבאים, אויב מ'קאן עס פאררעכטן
לעצט פאראכטן דורך שויתי'ניק אום דאנארשטאג ינואר 10, 2013 9:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 9:27 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:לכ' יומא דהילולא דצדיקיא
א עובדא?

מוקדם?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 15, 2013 4:30 pm

פעלדמאן האט געשריבן:כהאב נאכגעקוקט אין מושיען של ישראל עטליכע פרטים פין דארט א)ר' אבא רובינשטיין איז געווען זיויג שני או שלישי פין רעבעצין חנה ב)ר' משה רובינשטיין האט געהאט פיר טעכטער פין וועלעכע ער האט נאר חתונה געמאכט איינע בחייו אין שטאט ווינעף בהשתפות העצי חיים ורבינו מסאטמאר זי''ע ג)זיין פרוי איז געווען ממשפחת ווייזער פין קרעצקי מחסידי ומקרובי מהרי''א מזידטשוב זי''ע ד)ער איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פין 46 יאר אין ווין ושם מנ''ך ל''ג בעומר תר''עט (לפי הנ''ל איז אביסל ענג צוזאגן אז זיין מאמע איז געווען 20 יאר ווען זי האט חתונה געהאט מיטן קדושת יו''ט
סיגוט האט געשריבן:[quote

כמדומה אז ר' משה האט געהאט דריי טעכטער דער דריטער איז מיר נישט באקאנט פונקט ווי דער צווייטער וואס איך האב נישט געוואוסט ביז היינט ר' שמעון איז באקאנט זיך געדריט בקרבתו פון רבי'ן און געוואונט בין אנ"ש
דאס וואס די שרייבסט אז נתפרדה החבילה מיר ליגט אין קאפ אז זי איז געווארן אן אלמנה און דאן האט איר דער קדושת יו"ט גענומען (אגב זי האט חתונה געהאט מיטן קדויו"ט איז זי געוועהן עטליכע אין צוואנציג יאר ווייל זי איז נפטר געווארן תרע"ד איז זי נאכנישט געווען קיין זעכציג און חתונה געהאט מיטן קדויו"ט האט זי בערך תרל"ח)



זעה איך דא אז איינע פון די טעכטער פון ר' משה רובינשטיין בנו חורגו של הקדושת יו"ט איז געווען די ווייב פון ר' יחזקאל שרגא מייזליש אב"ד ראדוואן בנו של הבנין דוד מאיהעל, ר' יחזקאל איז אוועק א יאר נאך די חתונה.

קען דאס איינער באשטעטיגען?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 14, 2014 1:25 pm

מיללער האט געשריבן:
דער קדושת יו"ט האט משמש געווען ברבנות טעטש ביז צו די פטירה פון זיין טאטע דער ייטב לב וועלכער האט אין א צוואה ממנה געווען דעם קדושת יו"ט אלס ממלא מקומו אין סיגוט, עס איז באקאנט די ווערטער פונעם ייט"ל "חנינא בני ישב על כסאי" דאן איז דער קדויו"ט אריבער קיין סיגוט ווען זיין ברודער ר' אלי' בצלאל איז אים מ"מ ברבנות טעטש.


דער קדושת יו"ט אלס רב אין טעטש בשנת תר"מ:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=120

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:21 pm

היינט די יארצייט
110 יאר פון די פטירה
זי"ע ועל כל ישראל אמן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ויאמר
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2013 4:07 pm

תגובהדורך ויאמר » מאנטאג פאברואר 03, 2014 5:51 pm

ברוקלין האט געשריבן:די דברי גאונים הגאון ר' חיים אריה כהנא זצ"ל דיין אין סיגוט, האט אנגעפירט די היתר מאה רבנים. אלע תשובות איז געשיקט געווארען צים דברי גאונים. קיק בשו"ת קול ארי' אבהע"ז סי' פה, שו"ת בית יצחק יו"ד ח"ב סי' סד, שו"ת מהרי"א הלוי ח"א סי' סו, שו"ת שאילת שלום מהדו"ת סיד סג. (דארט שטייט אויך אז עס איז געווען נאך 23 יאר)
.


דער שאילת שלום באציט זיך דירעקט אויף די פרשה פונעם היתר מאה רבנים פונעם קדושת יו"ט זי"ע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 16, 2014 3:02 pm

דער הייליגער קדושת יו"ט קומט צו פארן קיין אוהעל לרגל הילות זקנו מרן הישמח משה זצ"ל בשנת תרנ"א וואו ער פראוועט די חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד דקהל הספרדים בראשות אחיו רבי משה יוסף זצ"ל - באריכטעט אין מחזיקי הדת
צוגעלייגטע
GetImage (4).png

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:45 am

הרה"ג ר' בנינמין וויליגער פארציילט מיר אז דער דרכי תשובה האט מספיד געווען דעם קדושת יו"ט ובתוך הדברים האט ער געזאגט:

ער איז געווען דער גענעראל און מיר זענען געווען זיינע קאפרענדלעך (פונדל, אדער פויערען אויפען שאך שפיל).
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:56 pm

זיער א'שארפע אויסדרוק.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:59 pm

פארשטייט זיך אויפען מונקאטשער ניגון.
כהאב עס נישט געקענט ארויף שרייבען מיט קוים
אבער איר קאנט אים אנרופען עס איז כדאי
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:00 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:הרה"ג ר' בנינמין וויליגער פארציילט מיר אז דער דרכי תשובה האט מספיד געווען דעם קדושת יו"ט ובתוך הדברים האט ער געזאגט:

ער איז געווען דער גענעראל און מיר זענען געווען זיינע קאפרענדלעך (פונדל, אדער פויערען אויפען שאך שפיל).


און אדמו"ר מהר"א שליט"א דערציילט אז דער דרכי תשובה האט געזאגט בתוך הדברים: ווען דער שינאווער רב איז אוועק האבן מיר פארלוירן דעם טאטן און יעצט ווען דער סיגוטער רב איז אוועק האבן מיר פארלוירן די מאמע!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:04 pm

און די גבאים האבען אים נישט געצויגען די בעקיטשע דאס איז די חידוש.

וכן הסכים עמי הג"ר בנימין שליט"א
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ראפאפורט רובינשטיין.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:53 pm

סיגוט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:כמדומני כתוב שם בנו חורגו

נו טאקע אבער וויאזוי איז ער אן אייניקל פון בנו חורגו


דאס איז א בלאט אינעם נייעם באנד דברי יואל תניינא - וואס דער נפטר האט נאך מנדב געווען בחיים חיותו - והכל יבוא על נכון

אינטערסאנט אז דארט שטייט אז רבי אבא ( וואס זוגתו הרבנית האט נאך אמאל חתונה געהאט מיטן קדושת יום טוב זצוק"ל)) האט געהייסן ראפאפורט , און אנדערע ספרים ווי רביד הזהב און קנת סופרים ווערט ער אראפ געברענגט אלס רובינשטיין.
.

ראה התמונה שמצורף פה .
צוגעלייגטע
ר'אבא.jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

סדר דברים.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:18 pm

badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
.
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .


ס'צווייטע דער שפירא איז געווען אן אייניקעל פונעם קדושת יו"ט אדער איז דאס געווען א זון וואס דער פאטער האט מיט זיך מיטגעברענגט ווען ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית שרה (דאס וויס עך זיכער אז ער האט מיטגעברענגט א זון).
-
ב)ר' צ''א שפירא הי' נכד הקדושיו''ט -ואספר לך מה שסיפר לי שבשנה הראשונה שבא לאמעריקא עשה סעודת יאהרצייט לאביו שחל ג''כ בכ''ט שבט
שהוא יום ההילולא של הקדושיו''ט ודודו בעל הדברי יואל בא לביתו להשתתף כדי לחזקו .

על הרצ''א ראו שבא מבית אדמור''י והי' איש מורם מעם .

במחילת מעלת כבודו רבי צבי אלימלך הנ"ל לא היה נכד הקדושת יום טוב זצוק"ל .
והיות שהרבה טועים בזה אשתדל לעשות סדר בעזר שמו יתברך.

אביו הרה"ק רבי דוד שפירא זצ"ל הרבי מ'ביקאווסק מאשתו הרבנית מרת בינא בת הרה"ק רבי יהושע מ'זדיקוב זצ"ל בעל העטרת יהושע
נולדו לו האחים התאומים ממלא מקומו הרה"ק רבי אלטר ראובן הי"ד ואחיו רבי הערש מיילעך ז"ל ועוד ילדים.

ובזיווג שני נשא את הרבנית מרת שרה ע"ה בת הקדושת יום טוב זצ"ל וממנה נולדו לו שלושה ילדים .

א) הרה"צ רבי משה זצ"ל הי"ד אבדק"ק טראווע ליד סאניק, מתמיד עצום ותלמיד חכם, ולמד בישיבת דודו הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל.

ב') שלמה הי"ד .

ג') הבתולה מרת חנה הי"ד.

והם נעקדו על קדושת שמו יתברך בשנת תש"ב .
השם יקום דמם.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

כמה הערות.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:10 am

badatz האט געשריבן:ב''ה

אנסה לעשות כאן קצת סדר !!!!!!!!!!!


לקדושת יו''ט היו מזיווג שני ו' ילדים ב' בנים כידוע וד' בנות !!!!!!!!!!
הרבנית אסתר והעסא היו תאומות
א] העסי היתה בזיווג ראשון אשת ר' ניסן בן הרב מאוהעל ר' משה יוסף ובעלה נפטר והתחתנה בזוו''ש עם ר' חיים מאיר יחיאל מראנזוב - סעליש והי' להם
בת בשם חנה אשת ר' מנחם מענדיל רובין ממוזשאי .
ב]אסתר אשת ר' העניכל אב''ד קערעצקי והי' לפי בניו קודם בסאסאוו על מקום זקינו ומנו''כ כבודו בסאטמאר והוא הי' אבי הרה''צ ר' חי''ל הרב מסעמיהאלי
ראב''ד סאקמאר ואדמו''ר מסאסאוו ואחיו הרב יואל מייער-ט''ב מקיראהאלזי .
ג] שרה היתה בזיווג ראשון אשת ר' שלום מפיקעלי-צאנז בן ר' נפתלי צבי מסאנז והיו להם ב' בנים א] ר' ליפא חתן בסאנז ב]יואל הנ''ל ונתגרשה .
בעלה השני הי' הרה''צ ר' דויד מביקאווסק והי להם ד' ילדים ונשאר נכדה בת ר' צבי אלימלך הנ''ל . ו] בת שנפטרה בצעירותה .
---
אקוה שעכשיו כבר מובן

רבי ניסן ז"ל איז אינג אוועק קינדער לאז ל"ע,ווען ער איז קראנק געווארן פאר זיין פטירה האט ער איר געגעבן א' גט כדי זי זאל נישט דארפן נעמען קיין חליצה.

רעבצן שרה'ס ערשטע מאן רבי שלום זצ"ל אבד"ק פיקעלע איז געווען בן הרה"ק רבי אהרן זצוק"ל קרייזער רב (זוהן פון צאנזער רב זיע"א) ולא כמו שמובא לעיל.

הרבנית מרת העסע ע"ה (בת הקדושת יו"ט זצ"ל) האט נאכאמאל חתונה געהאט און געהאט א'טאכטער מרת חנה אשת הגה"צ מ'מוזשאי זצ"ל.

geni ברענגט אראפ אז זי האט געהאט נאך א'טאכטער מרת שפרה ע"ה, און חתונה געהאט צו רבי משה בן רבי מרדכי שפירא.
איז דאס קראנט ? און אויב יא מי זה ואיזה הוא?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 17, 2015 8:36 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגע קדושת יו''ט פין סיגעט זי''ע ועכי''א

דער ייטב לב האט דייקא געוואלט אז ער זאל זיין ממלא מקום זאגענדיג אז ווען ער וועט זיצען אויף דער בענקל וועט סיגעט בלייבן סיגעט..
参考专家

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:57 pm

מצבות הגה"ק בעל הקדושת יום טוב זי"ע וזוגתו הרבנית הצדיקת ע"ה
צוגעלייגטע
IMG_0703.JPG

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 18, 2015 8:37 am

מומחה יוחס האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגע קדושת יו''ט פין סיגעט זי''ע ועכי''א

היינט איז אויך די יארצייט פון חתנו האדמו"ר ר' דוד ב"ר מאיר יודא שפירא מבוקאווסק ז"ל. נס' כ"ט שבט תרפ"ד.

בילד

זעהט אויס אז דער דבר יום ביומו האט קיין אהנונג במי המדובר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט