רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים מסיגוט זצ"ל - כ"ט שבט תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » מיטוואך פאברואר 22, 2012 2:24 am

ארויפגעברענגט לכבוד דען 108'טען יארצייט, תרס"ד-תשע"ב, היינטיגען מיטוואך פרשת תרומה
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » מיטוואך פאברואר 22, 2012 2:42 am

עס איז כדאי מעתיק צו זיין די באקאנטע עובדא:

ווען דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען א קינד האט ער אמאל פסח ביים סדר-נאכט אויסגעלאשען 2 ברענעדיגע לעכט, האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע זיך אנגערופען און געזאגט: זארגט אייך נישט, ער וועט נאך אנצינדן שיינע לעכט!

און דאס זענען טאקע געווען זיינע 2 הייליגע קינדער וואס האבן באלאכטען די וועלט, האורות הגדולים רבותיה"ק דער הייליגער עצי חיים זיע"א און דער הייליגער רבי זיע"א,

די הייליגע לעכט ברענען נאך אלטס עד היום הזה דורך די רבבות תלמידים וחסידים, צו איז עס שוין דער דור שני-שלישי-רביעי מתלמידי העצ"ח זי"ע, והן מתלמידי ותלמידי תלמידיו פון רביה"ק זי"ע, און סיי די יונגע דור וואס זענען שוין נתגדל געווארען על ברכיו פון רביה"ק הברך משה זי"ע, אלעס א דירעקטע המשכה מאורו הגדול פונעם הייליגען בעל הילולא, זכותו יגן עלינו אמן

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 22, 2012 11:09 am

בדיעבד האט געשריבן:עס איז כדאי מעתיק צו זיין די באקאנטע עובדא

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך פאברואר 22, 2012 7:34 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
בדיעבד האט געשריבן:עס איז כדאי מעתיק צו זיין די באקאנטע עובדא

דער מוזשאיער רב האט עס פארציילט לפני מטתו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:44 pm

מציבת חתנא דבי נשיאה הרה"ק ר' חנוך העניך מאיער מקערעצקיא, בעיר סאטמאר (חותנו בזוו"ר של מרן הבר"מ מסאטמאר, ואבי ר' ליפא'לי מסעמיהאלי-סאטמאר חדב"ן מרן רביה"ק מהריט"ב זצ"ל)
בילד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יוני 13, 2012 6:01 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך יולי 04, 2012 6:59 pm

האט אפשר איינער אן אנונג וויאזוי דער איז אן אייניקל
צוגעלייגטע
נכד ב''ח של הקדויו''ט.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יולי 04, 2012 7:20 pm

זיי זיצן נאך ?
ועמך כולם צדיקים

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך יולי 04, 2012 8:01 pm

כמדומני כתוב שם בנו חורגו
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 05, 2012 9:31 am

אינטערסאנט אז מ'האט נישט מעלה געווען דא אז דעם ווינטער איז איבערגעדרוקט געווארן הספה"ק קדיו"ט דורך הוצאות עצי התמרים אין הערליכע צוויי בענדער מיט א סאך הוספות בשם תוספת יום טוב. ס'איז א געוואלדיגע ארבייט, ממש פנים חדשות באו לכאן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יולי 05, 2012 1:22 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:אינטערסאנט אז מ'האט נישט מעלה געווען דא אז דעם ווינטער איז איבערגעדרוקט געווארן הספה"ק קדיו"ט דורך הוצאות עצי התמרים אין הערליכע צוויי בענדער מיט א סאך הוספות בשם תוספת יום טוב. ס'איז א געוואלדיגע ארבייט, ממש פנים חדשות באו לכאן.

רבי שמעלקא, דא האט איהר א גאנצע אשכול דערוועגן
viewtopic.php?f=54&t=16118

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג יולי 05, 2012 2:23 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:כמדומני כתוב שם בנו חורגו

נו טאקע אבער וויאזוי איז ער אן אייניקל פון בנו חורגו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:32 pm

סיגוט האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:כמדומני כתוב שם בנו חורגו

נו טאקע אבער וויאזוי איז ער אן אייניקל פון בנו חורגו

אויך געפרעגט עטליכע און נישט באקומען קיין ענטפער, דאס ווייסט מען אז ר' שמעון לויפער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה בנו חורגו פונעם קדושת יו"ט, און ער האט נישט געהאט קיין איידעם גאנץ, בלייבט איבער צו דערגיין ווער יא.

האט מען שוין דא גערעדט בכלל ווער דער פאטער פון דעם ר' משה איז געווען? ווער איז געווען די מאן פון הרבנית חנה בזוו"ר?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:38 pm

דער ערשטער מאן פון הרבנית חנה איז געווען א כהן?
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג יולי 05, 2012 7:18 pm

מיללער האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:כמדומני כתוב שם בנו חורגו

נו טאקע אבער וויאזוי איז ער אן אייניקל פון בנו חורגו

אויך געפרעגט עטליכע און נישט באקומען קיין ענטפער, דאס ווייסט מען אז ר' שמעון לויפער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה בנו חורגו פונעם קדושת יו"ט, און ער האט נישט געהאט קיין איידעם גאנץ, בלייבט איבער צו דערגיין ווער יא.

האט מען שוין דא גערעדט בכלל ווער דער פאטער פון דעם ר' משה איז געווען? ווער איז געווען די מאן פון הרבנית חנה בזוו"ר?

דאס איז א בלאט אינעם נייעם באנד דברי יואל תניינא - וואס דער נפטר האט נאך מנדב געווען בחיים חיותו - והכל יבוא על נכון
צוגעלייגטע
נכד ב''ח הקדויו'ט.jpg

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג יולי 05, 2012 7:24 pm

יישר כח רב סיגוט.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 06, 2012 10:34 am

יישר-כחכם הרב מסיגוט, איך האב זיך פונקט דערוואוסט איבער דעם סדר היחס און געוואלט שרייבען דערוועגן, אט זעה איך אז איר האט מיך אויסגעכאפט, ברוך השם, חטוף ובריך.

עס שטעלט זיך ארויס אז דער ר' משה הכהן האט געהאט צוויי איידימער (לכה"פ); ר' שמעון לויפער און ר' שלום גאנז, ס'איז ידוע אז דער רבי זכותו יגן עלינו מהריט"ב האט חתונה געמאכט די פלימעניצעס פאר די קריג נאכדעם וואס זיין ברודער דער ר' שמה האט שוין נישט געלעבט, און שפעטער נאך די קריג ווילאנג ער איז געווען געזונט האט ער אנגעפירט ביי די חתונות פון זייערע קינדער ווי דער ראש המשפחה מיט א פייערדיגע מצוה-טאנץ, אשרי עין ראתה, מיר האבן שוין אסאך געהערט פון אידען וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן.

יעצט איבער דעם יחוס פון דעם דערמאנטן ר' משה הכהן, דא אויף די העתקה פונעם ספרי דברי יואל מהדו"ת איז נישט אזוי מדויק, זיין פאטער האט געהייסען ר' אברהם אבלי (נישט אבא) הכהן ראפפאפארט-הארטשטיין באח"ב צום ש"ך, איבער די משפחה רפפאפארט-הארטשטיין האמיר שוין אביסל גערעדט דא:
viewtopic.php?p=302299#p302299
און דא:
viewtopic.php?p=550565#p550565
עס איז געווען א רב אין איהעל פאר די קהל חסידים בזמן כהונת הג"ר ירמי' לעוו כאב"ד איהעל מיט'ן זעלבן נאמען ר' אברהם אבלי הכהן רפ"פ-הארשטיין, איך ווייס נישט צו דער איז געווען זיין אייניקל (ס'שטימט מיט די יארן?) אדער א קרוב.

די רביצין פונעם קדושת יו"ט (בזוו"ש) הרבנית חנה, איז געווען א יתומה אלס קינד פון איר מוטער, איר פאטער ר' יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב האט נאכאמאל חתונה געהאט בשעת זי איז שוין געווען אן ערוואקסענע מיידל, זי האט חתונה געהאט מיט דעם ר' אבלי און נאכדעם וואס עס איז צו זיי געבוירען דער זון ר' משה נתפרדה החבילה, שפעטער האט זי ווי דערמאנט חתונה געהאט מיטן הייליגען קדושת יו"ט ווי זי האט זוכה געווען ממשיך צו זיין די שלשלת הקודש מיטן אראפברענגען אויף דער וועלט די צוויי היילגיע זוהן וועלכע האבן באלאכטען די וועלט.

ר' משה איז מיטגעקומען וואונען בבית הקדושת יו"ט און מ'האט אים גערופען 'משה דעם רביצי'נס' ער איז עלטער געווען, פארשטייט זיך, פון אלע קדושת יו"ט'ס קינדער מיט א שיינע פאר יאר, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו דערגיין ביי וועם ער איז געווארן אן איידעם, און צו עס איז דא עפעס מז"ט וואונטשען פאר'ן קדיו"ט ביי זיין חתונה.

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » פרייטאג יולי 06, 2012 12:24 pm

מיללער האט געשריבן:יישר-כחכם הרב מסיגוט, איך האב זיך פונקט דערוואוסט איבער דעם סדר היחס און געוואלט שרייבען דערוועגן, אט זעה איך אז איר האט מיך אויסגעכאפט, ברוך השם, חטוף ובריך.

.

כבוד הרב מילער כמיין איר זענט זיך טועה מיט א צווייטן ער האט נישט געהייסען הארטשטיין נאר רובינשטיין אין ער האט יא געהייסען אברהם אבא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 06, 2012 1:09 pm

הרב פעלדמאן,

ראשית, אינעם הנצחה בספה"ק דברי יואל לדודו רביה"ק מסאטמאר שטייט דאך דער נאמען 'רפפאפארט', והשנית, פון וואנעט נעמט איר אז דער נאמען איז געווען רובינשטיין?

ס'געווען א חשובער רב ר' אלימלך הכהן רובינשטיין מראחוב (פוילן( ובסו"י עלה לארץ ישראל, פרסם הרבה מאמרים בקובציום וירחונים בארץ ובחו"ל וחיבר הספרים יד אלימלך בומרפא לנפש ב"ר נחמן הכהן אב"ד ראחוב, האט דאס א שייכות מיט דעם ר' אברהם אבא?

שישא
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » פרייטאג יולי 06, 2012 1:23 pm

גם לידיעתי הי' שמו ר' אברהם אבא רובינשטיין, ונפטר צעיר לימים, הי' נכד הש"ך בא"ב

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » פרייטאג יולי 06, 2012 1:37 pm

מיללער האט געשריבן:הרב פעלדמאן,

ראשית, אינעם הנצחה בספה"ק דברי יואל לדודו רביה"ק מסאטמאר שטייט דאך דער נאמען 'רפפאפארט', והשנית, פון וואנעט נעמט איר אז דער נאמען איז געווען רובינשטיין?

ס'געווען א חשובער רב ר' אלימלך הכהן רובינשטיין מראחוב (פוילן( ובסו"י עלה לארץ ישראל, פרסם הרבה מאמרים בקובציום וירחונים בארץ ובחו"ל וחיבר הספרים יד אלימלך בומרפא לנפש ב"ר נחמן הכהן אב"ד ראחוב, האט דאס א שייכות מיט דעם ר' אברהם אבא?

כהאב אזוי געדענקט אבער מיט אייך טאר איך מיך נישט קריגן אן א מקור האב איך געסוירטשט וזה שעלה במצודתי http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=141 http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 31&hilite=

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מוצ"ש יולי 07, 2012 11:37 pm

מיללער האט געשריבן:יישר-כחכם הרב מסיגוט, איך האב זיך פונקט דערוואוסט איבער דעם סדר היחס און געוואלט שרייבען דערוועגן, אט זעה איך אז איר האט מיך אויסגעכאפט, ברוך השם, חטוף ובריך.

עס שטעלט זיך ארויס אז דער ר' משה הכהן האט געהאט צוויי איידימער (לכה"פ); ר' שמעון לויפער און ר' שלום גאנז, ס'איז ידוע אז דער רבי זכותו יגן עלינו מהריט"ב האט חתונה געמאכט די פלימעניצעס פאר די קריג נאכדעם וואס זיין ברודער דער ר' שמה האט שוין נישט געלעבט, און שפעטער נאך די קריג ווילאנג ער איז געווען געזונט האט ער אנגעפירט ביי די חתונות פון זייערע קינדער ווי דער ראש המשפחה מיט א פייערדיגע מצוה-טאנץ, אשרי עין ראתה, מיר האבן שוין אסאך געהערט פון אידען וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן.
די רביצין פונעם קדושת יו"ט (בזוו"ש) הרבנית חנה, איז געווען א יתומה אלס קינד פון איר מוטער, איר פאטער ר' יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב האט נאכאמאל חתונה געהאט בשעת זי איז שוין געווען אן ערוואקסענע מיידל, זי האט חתונה געהאט מיט דעם ר' אבלי און נאכדעם וואס עס איז צו זיי געבוירען דער זון ר' משה נתפרדה החבילה, שפעטער האט זי ווי דערמאנט חתונה געהאט מיטן הייליגען קדושת יו"ט ווי זי האט זוכה געווען ממשיך צו זיין די שלשלת הקודש מיטן אראפברענגען אויף דער וועלט די צוויי היילגיע זוהן וועלכע האבן באלאכטען די וועלט.

ר' משה איז מיטגעקומען וואונען בבית הקדושת יו"ט און מ'האט אים גערופען 'משה דעם רביצי'נס' ער איז עלטער געווען, פארשטייט זיך, פון אלע קדושת יו"ט'ס קינדער מיט א שיינע פאר יאר, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו דערגיין ביי וועם ער איז געווארן אן איידעם, און צו עס איז דא עפעס מז"ט וואונטשען פאר'ן קדיו"ט ביי זיין חתונה.

כמדומה אז ר' משה האט געהאט דריי טעכטער דער דריטער איז מיר נישט באקאנט פונקט ווי דער צווייטער וואס איך האב נישט געוואוסט ביז היינט ר' שמעון איז באקאנט זיך געדריט בקרבתו פון רבי'ן און געוואונט בין אנ"ש
דאס וואס די שרייבסט אז נתפרדה החבילה מיר ליגט אין קאפ אז זי איז געווארן אן אלמנה און דאן האט איר דער קדושת יו"ט גענומען (אגב זי האט חתונה געהאט מיטן קדויו"ט איז זי געוועהן עטליכע אין צוואנציג יאר ווייל זי איז נפטר געווארן תרע"ד איז זי נאכנישט געווען קיין זעכציג און חתונה געהאט מיטן קדויו"ט האט זי בערך תרל"ח)

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » זונטאג יולי 08, 2012 8:28 pm

מיללער האט געשריבן:ר' משה איז מיטגעקומען וואונען בבית הקדושת יו"ט און מ'האט אים גערופען 'משה דעם רביצי'נס' ער איז עלטער געווען, פארשטייט זיך, פון אלע קדושת יו"ט'ס קינדער מיט א שיינע פאר יאר, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו דערגיין ביי וועם ער איז געווארן אן איידעם, און צו עס איז דא עפעס מז"ט וואונטשען פאר'ן קדיו"ט ביי זיין חתונה.

ער איז געווען אן איידעם ביי איינעם ווייזער אין ווערעצקי וואו דער "מלבוש" איז געווען אן איידעם.
אין מוש"י איז דא א העתק פון די תנאים פון הרבנית לויפער ווערט דערמאנט אז זי באקומט א האלב פון די הויז פון איר טאטע און ווערעצקי.
אגב ווייסט איינער ווען ר' משה איז נפטר געווארן דאס ווייס איך אז אום ל"ג בעומר אבער וועלכעס יאר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 09, 2012 10:04 am

יישר כח הרב פעלדמאן פאר די מראי-מקומות וועלכע צייגען קלאר אז ער האט געהייסן ראבינשטיין.

הרב מסיגוט,
ווייזער פון ווערעצקי מיינט לכאורה ממשפחת ר' בעריש סיסקאווער:
viewtopic.php?f=31&t=15859

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג יולי 09, 2012 11:37 am

סיגוט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' משה איז מיטגעקומען וואונען בבית הקדושת יו"ט און מ'האט אים גערופען 'משה דעם רביצי'נס' ער איז עלטער געווען, פארשטייט זיך, פון אלע קדושת יו"ט'ס קינדער מיט א שיינע פאר יאר, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו דערגיין ביי וועם ער איז געווארן אן איידעם, און צו עס איז דא עפעס מז"ט וואונטשען פאר'ן קדיו"ט ביי זיין חתונה.

ער איז געווען אן איידעם ביי איינעם ווייזער אין ווערעצקי וואו דער "מלבוש" איז געווען אן איידעם.
אין מוש"י איז דא א העתק פון די תנאים פון הרבנית לויפער ווערט דערמאנט אז זי באקומט א האלב פון די הויז פון איר טאטע און ווערעצקי.
אגב ווייסט איינער ווען ר' משה איז נפטר געווארן דאס ווייס איך אז אום ל"ג בעומר אבער וועלכעס יאר?

דער מלבוש איז געווען איין איידעם בייא הרה''ק ר' מנשה מראפשיץ דארט וויא דער קדויו''ט איז געווען איין איידעם בזיוו''ר . זיין טאטע הרה''ק ר' סענדער ליפא איז געווען איין איידעם בייא דיא ווייזער'ס אין ווערעצקיא . ר' משה האט געהייסען רובינשטיין נישט ראפפאפארט . געהערט פין נכדו הקרוי על שמו ר' חיים משה לויפער .

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יציב פתגם און 14 געסט