רבי חנני' יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב מסיגוט - כ"ט שבט תרס"ד
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
דאס איז קלאר, אז רבי אליהו בצלאל אחי הקדושת יו״ט, וואס האט איבערגענומען דאס רבנות אין טעטש נאכן ברודער, האט געפירט דארט א ישיבה.
איך בין מיך משער אז ער האט דאס איבערגענומען פונעם ברודער. קענסט גלייבן אז דער קדושת יו״ט זאל דארט זיצן 19 יאר, און נישט פירן א ישיבה?
אבער זוכענדיג דא דארט, זעהט נישט אויס אזוי.

שכל קומט מיט די יארן...
כ'האב געפרעגט הרב ר' ליפא מזענטא וויא זיין טאטע דער ברך משה האט געלערנט . האט עהר מיר דערציילט אז נאך דיא פטירה פין
עצי חיים האט מען געברענגט ר' זלמן לייב פין בערבעשט ציא ווערען דיין אין ווייטער אהנפירען דיא ישיבה . אויך האט מעו געברענגט
מלמדים איינער פין זייא איז געווען ר' חיים היללער . אויך האט ר' נחום הערש געלערנט מיט זייא ......אגב דער ברך משה האט געזאגט
אז יעדער יוד אין סיגעט איז געווארען זיין טאטע אין יעדע יודענע זיין מאמע ......אויך האט דערציילט אז דער ברך משה האט דערציילט
אז דער פעטער האט איהם געבעטען אז עהר זאל קומען לערנען קיין קראלע . אבער עהר נישט געוואלט . אין אין אמעריקא האט עהר
חרטה געהאט . עהר האט זעך געוואלט האלטען אינ איינעם מיט דיא משפחה . אין דעמאלטס איז עהר געווארען זייער נאנט מיט זיין שוואגער
הרה''צ ר' יוחנן טווערסקי ממאזשי וואס איז געווען ציא איהם ממש וויא איין טאטע . דער קלויזענבורגער רב האט זיך אוועק געצויגען נאך דיא
פטירה פין זיין שוועהר .אין דער טשעטשענעווער רב האט זיך אוועק געצויגען בחיי פין שוועהר . אין דער סלאטפאנער רב איז געקומען מפעם לפעם זעך אומקוקען .נאך א דבר חידוש האט עהר דערציילט אז דער ברך משה פלעגט ציא רופען זיין ברודער סתם ''''דער רב ''''' .ווען עהר
פלעגט ציא רעדען פין איהם .

יאך האב געהערט פון דעם ברך משה זצ״ל א טייטש אויף א משנה אין פרקי אבות, בשם זיין ברודער הי״ד נאכגעזאגט חנוכה באחד מן הלילות
דאכציך ס׳יז דא אן אשכול איבער הגה״צ ר׳ זלמן לייבעלע זצ״ל הי״ד
הה״ח ר׳ משה היללער ז״ל האט געלערנט ציזאמען מיטן כ״ק אדמו״ר הברך משה זצ״ל ביי זיין טאטן ר׳ חיים הלל היללער, ער פלעגט פארציילן איבער דעם ברך משה׳ס מעשים אין חדר, זכרונות נעורים......

- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22095
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 866
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
- לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22095
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22095
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בחורהזעצער האט געשריבן:ר' יהיה, לויט מיינע ידיעות האט ר' משה היללער נישט געלערנט צוזאמען מיט'ן ברך משה, נאר זיין טאטע ר' חיים הלל איז געווען די שטוב מלמד ביים עצי חיים, ממילא איז ער שוין געווען נאנט מיט די עצי חיים'ס קינדער.
ער האט יא געלערנט צוזאמען מיט אים, ער פלעגט דאס אליינס דערציילן, פרעג זיינע קינדער שיחי' (איך האב מורא צי שרייבן דא וואסערע זכרונות ער האט דערציילט....)
עפעס א יראה האט יהיה כן, איך האב נישט קיין יראה אין דעם ענין, און איך וועל דערציילן וואס איך האב מקבל געווען מפי חסידים ואנשי מעשה
דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' שלום אליעזר דערציילט אז איינמאל ווען דער רבי איז געפארן אויף קברי אבות, איז אויסגעקומען אז מען איז אריבערגעפארן דאס דערפל האססא-מעזזעי האט דער רבי געצייגט פאר די באגלייטער אויף די שטאט וואו רבי חיים הילל האט געוואוינט און ער האט זיי געזאגט 'דא האט געוואוינט א ערליכער איד, אזא ירא שמים ווי ר' חיים הילל האב איך נישט געזעהן אין מיין לעבן'.
דער רבי פלעגט דערציילן פון דאס יראת שמים פון רבי חיים הילל, ווי אזוי ער פלעגט אנקומען צום עצי חיים אין שטוב פרי פארטאגס, ווען די קינדער זענען נאך געשלאפן, און ער האט אנגעהויבן צו זאגן ברכות התורה מיט א מורא'דיגע הארציגע שטימע, און דאן האט ער געזינגען פאר זיך דער הייליגן שיר פונעם אבן עזרא "אודה לאל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר", און זיין הארציגע שטימע פון זיין עבודת השם האט מעורר געווען די שלאפענדיגע קינדער אז זיי זאלן אויפשטיין מיט א חשק און התמדה צום לערנען.
דער רבי פלעגט זיך אויסדרוקן: 'דער אודה לאל האט אונז ארויסגעווארפן פון בעט'.
די געוואלדיגע אינערליכע הערצה וואס דער רבי האט געהאט צו זיין רבי'ן ר' חיים הילל קען מען זען פון א בריוו וואס דער רבי האט געשריבן אין יאר תשמ"א איבער די צדקה וחסד פעולות פון זיין זוהן הרבני החסיד רבי משה היללער ז"ל, וזל"ק בא"ד: "ממש לא יאומן כי יסופר האיך יכול אדם יחידי לעשות מעשים טובים כאלו אני תולה שזכה לזה בזכות אביו הרב הגאון הצדיק מורי ורבי ר' חיים הלל זצלה"ה".

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22095
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט