רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים מסיגוט זצ"ל - כ"ט שבט תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 9:49 pm

לכאורה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מוצ"ש פאברואר 05, 2011 10:06 pm

מי יודע: מי יודע, מעגליך אבער ביי א פריערדיגע געלעגענהייט האט די רבי געזאגט אז ער האט מקבל געווען אז דער זיידע האט פארלוירן א קינד אבער אן קיין פרטים, נישט פארגעסן א בלאט פריער צו וואו איז דא א גירסא אז מיטן ערשטן רביצען האט ער פארלוירן,

א כלל מען קען דאך דאס מברר זיין, אבער אויף יעצט האב איך געשריבן לויט וויפיל איך האב געהערט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג פאברואר 07, 2011 6:39 pm

פונקט האב איך באמערקט אינעם 'צייטונג' פון פאריגע וואך פר' תרומה, אינעם רובריק 'סאטמארער רבי אין אמעריקא' וואו עס לויפט שוין א לענגערע צייט סיפורים שסיפר הגה"צ מפאיע ז"ל, און פאריגע וואך לרגל הילולת הקדושת יו"ט האבן זיי געברענט עטליכע סיפורים וואס דער פאיע רב ז"ל האט געהערט פונעם רבי'ן זי"ע בשייכות צום קדושת יו"ט, ברענגט ער דארט איינע פון די זאכן אז דער רבי האט אנגעמערקט אז דער קדושת יו"ט האט פארלוירן בחייו צוויי קינדער וואס האבן געהייסן נאך זיינע עלטערן ה"ה הילד יקותיאל יודא הנ"ל והבתולה הכלה רחל ע"ה, און פונקט אזוי האט אויך פאסירט ביי רבו הקדוש מצאנז זי"ע אז ער האט פארלוירן בחייו די קינדער וואס האבן געהייסן נאך זיינע עלטערן.

לחם שמן
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 08, 2011 12:22 pm

תגובהדורך לחם שמן » דינסטאג פאברואר 08, 2011 2:55 pm

אין שמחה כהתרת הספיקות!!

ממש לעצטענס איז מיר נתגלה געווארן איבער דעם ענין וואס מען האט זיך דא גע'טענה'ט אויב דער קדושת יו"ט האט געהאט נאך א דריטן זוהן וואס אוועק אינגערהייט, פון איינעם וואס האט געזעהן די סיגוט'ער מאטריקל ביכער, אז דארט שטייט קלאר אז דער קדושת יו"ט האט יא געהאט א דריטן זוהן וואס איז געבוירן צווישן דעם עצי חיים און דעם רבי'ן זי"ע והי' נקרא בשמו יקותיאל יודא (אין די מאטריקל שטייט זלמן לייב)!!!!

דארט שטייט אז ער איז געבוירן JULY 20 1885 (לויטן אידישן לוח קומט דאס אויס ח' אב תרמ"ה) און אוועק צוויי יאר שפעטער AUG. 20 1887 (ז' אלול תרמ"ז - א האלב יאהר נאך וואס דער רבי איז געבוירן).

אויך שטייט דארט אז די טאכטער רחל וואס איז אוועק אלץ כלה איז געבוירן צוויי יאהר נאכן רבי'ן בשנת תרמ"ט.[/quote]

מיר ווארטן בכוליון עינים אויף די מאטריקל ביכער

שושן הסודות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 6:02 pm

תגובהדורך שושן הסודות » מיטוואך מארטש 09, 2011 12:08 am

דער זיידע זכרונו לברכה הירא ושלם הנגיד ר' אברהם יהושע גראס (חתן טל חיים מליסקא) האט בייקומען הוראה פונם קדושת יום טוב, דער מעשה גייט עפעס אזוי, דער קדושת יום טוב האט איהם געזאגט היות ער שרייבט נישט אזעלעכס וועט ער דאס זאגן פאר צוויי עדות, האט אים רבי אברהם יהושע געפרעגט וואס אויב די צוויי וועלן זיך צוקריגען, וועל'עך זיי נישט קענען צוזאם ברענגען עדות צו זאגען, האט אים דער קדושת יום טוב גענפערט, יעצט איז שוין פארענפערט אויף וואס שטייט על פי שנים או שלשה עדים, וואס לכאורה איז צוויי גענונג, נאר די דריטע איז דער שליש אויב ווערן די צוויי האבען א קריגעריי. ושפתים יושק

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דינסטאג מאי 31, 2011 11:54 pm

לחם שמן האט געשריבן:מיר ווארטן בכוליון עינים אויף די מאטריקל ביכער

אויף וואס ווארטסטו? אז ס'זאל ארויפגיין אן ליין? ס'גייט בכלל פאסירן?

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » מיטוואך יוני 01, 2011 12:08 pm

יאסל האט געשריבן:דאס יא כהאב אמאל געהערט אז צווישען דעם עצי חיים אין דעם רבין איז געווען נאך א זון וואס איז אוועק אינג, אין לויט די שפאקעלאציע איז דאס די סיבה פארוואס דער קדושת יו"ט האט א נאמען געגעבן נאך זיין שווער ר' יואל אשכנזי אין נישט נאך זיין פאטער דער יקותואל יהודא נאכן ייטב לב.

אני זעירא דמן חבריא האב געהערט פון שלמה יענקל, אז ער האט פארציילט פאר כ''ק מרן הגה''ק הברך משה מסאטמאר זי''ע, אז דער קדושת יו''ט האט געהאט א זלמן לייב'עלע צווישן עצי חיים מיטן רבי'ן. דער ברך משה האט דאס נישט געוואלט מקבל זיין, און האט אים געפרעגט, אויב אזוי, אוואו ליגט ער????? שלמה יענקל האט געענטפערט, ס'קען זיין ער ליגט למשל אין וויען וכדו', וואו ער איז געפארן זיך היילן לרפואה און דארטן געשטארבן. אבער דער ברך משה האט דאס נישט געוואלט אננעמען.

למעשה היינט האט מען שוין געטראפן אין די סיגוט'ע ביכער איבער אזא נאמען ''זלמן לייב'', וואס איז אוועק גאר אינג. ס'איז אינטערעסאנט אז דער ברך משה האט קיינמאל נישט געהערט דערפון.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » מיטוואך יוני 01, 2011 12:42 pm

מיללער האט געשריבן:אלס איינער וואס רעדט נישט אריין און ענינים וועלכע זענען במופלא ממנו, זעה איך נאר אזויפיל אז עס זענען דא אזעלכע ביי וועם דער גאנצער 'על הצדיקים' איז נאר אינטערעסאנט טאמער דעקט מען אויף א שיינע מחלוקה פונדערהיים, סתם צו פארציילען סיפורי צדיקים אדער פאזיטיווע היסטאריע איז פאר די מענטשן נישט קיין עסק, מה אומר, איך וואלט נישט געוואלט טראגען אזא פראפייל.

ביי מיר אינגעלייט איז פארהאן איין שטארקע היסטאריע וואס רוב געדענקען נאך, פונעם הייליגען עצי חיים איז נאך די קריג נישט געבליבען נאר צוויי קינדער מיט צוויי אייניקלעך פון א דריטע קינד, ווער עס ווייסט איז דער רבי זי"ע דער ברך משה געווען אדור ומקושר צו דודו הגדול נאך פון פאר די קריג אבער נאך די קריג איז דאך דאס געווען גלוי לעין כל ממש בעבותות אהבה עד זיבולא בתרייתא.

און מ'רעדט דא פון איינער וועלכער איז אויך געווען א זוהן פונעם עצ"ח, ער איז אליינס געווען אן איידעם ביי ר' העניך מקערעצקי, ער איז אליינס געווען א שוואגער בזוו"ר מיט ר' ליפא'לע מסעמיהאלי ואשתו הרבנית חי' רויזא'לע ע"ה, ער האט לויט אלע אויבנדערמאנטע קרייטעריעס געהאט אלע סיבות זיך צו קריגען, בנוסף וואס ער האט געהאט אסאך ידידי בית אביו וואס האבן טאקע געהאט א טינא בלב קעגן דעם רבין זי"ע, מיט דעם אלעם איז ער געשטאנען כעבדא קמיה מריה און זיך גענצליך מבטל געווען בפני דודו הגדול, נישט געטראגען קיין ווייסע זאקען און נאך גינוני מלכות ווילאנג זיין פעטער האט געלעבט.

פאר מיר פערזענליך איז דאס א מוסר השכל וויאזוי אנצוקוקען אזא אזוי-גערופענע מחלוקת, ודי בזה.

מ'זעהט אז דאס איז טאקע במופלא ממך, דו ווייסט נישט אז דער ברך משה האט אנגעהאלטן א נאנטער ידידות מיט רביה''ק נאך פונדערהיים, און ער האט זיך מער געדרייט אין קראלי-סאטמאר ווי אין סיגוט????????????????? ודי לחכימא ברמיזא
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 01, 2011 3:27 pm

אמשטרדם האט געשריבן:

ליין אביסל ומשה היה רועה וועסטו זען אז דו ווייסט אויך נישט אלעס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 01, 2011 3:34 pm

'ומשה היה רועה', ערבך ערבא צריך (ער איז בערך אזוי באגלייבט ווי אלע שרייבערס דא, (כ'מיין ער איז סך הכל זייער עידזש....)
נאך איין אזא תגובה, און דער גאנצער אשכול גייט פייפן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 01, 2011 4:43 pm

יהיה כן האט געשריבן:'ומשה היה רועה', ערבך ערבא צריך (ער איז בערך אזוי באגלייבט ווי אלע שרייבערס דא, (כ'מיין ער איז סך הכל זייער עידזש....)
נאך איין אזא תגובה, און דער גאנצער אשכול גייט פייפן

קיין איין שרייבער פון קיין איין צדיק האט נישט געקענט דעם צדיק מיום הולדו, ס'איז אבער דא אזא זאך ווי שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, און יעדע זאך ווערט צוגעצייכנט מיט א נאמען פון ווי מען האט עס געהערט, און אלס איינער וואס האט אביסל ארויסגעהאלפן אין די ספר קען איך מעיד זיין אויף אסאך שטארקע ענינים וואס די וועלט טראגט ארום אבער מען האט נישט געקענט נאכגיין די מקור דערפון, האט מען עס ליבערשט ארויסגעשטעלט.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יוני 01, 2011 6:11 pm

יהיה כן האט געשריבן:'ומשה היה רועה', ערבך ערבא צריך (ער איז בערך אזוי באגלייבט ווי אלע שרייבערס דא, (כ'מיין ער איז סך הכל זייער עידזש....)
נאך איין אזא תגובה, און דער גאנצער אשכול גייט פייפן

נישט געוויסט אז עידזש גיט נאמנות!
איך ווייס גראדע פון א חיבור וואס באשרייבט סאטמאר און די סיגוט'ער גזע וואס דער מלקט איז יא פון אן עלטערע עידזש, און איבער דעם חיבור'ס נאמנות איז נישט נאר איין סאטמערע פראקציע מערער, נאר גאר אפילו דיע וואס ער ברענגט בשמם אלץ דער מקור זאגן אויך אז ער האט דאס אויסגעשליפן לויט זיינע אגענדעס.
אזוי אז איך וואלט נישט געצויגן מסקנות פון עידזש :!:

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 01, 2011 6:29 pm

יאסל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:'ומשה היה רועה', ערבך ערבא צריך (ער איז בערך אזוי באגלייבט ווי אלע שרייבערס דא, (כ'מיין ער איז סך הכל זייער עידזש....)
נאך איין אזא תגובה, און דער גאנצער אשכול גייט פייפן

נישט געוויסט אז עידזש גיט נאמנות!
איך ווייס גראדע פון א חיבור וואס באשרייבט סאטמאר און די סיגוט'ער גזע וואס דער מלקט איז יא פון אן עלטערע עידזש, און איבער דעם חיבור'ס נאמנות איז נישט נאר איין סאטמערע פראקציע מערער, נאר גאר אפילו דיע וואס ער ברענגט בשמם אלץ דער מקור זאגן אויך אז ער האט דאס אויסגעשליפן לויט זיינע אגענדעס.
אזוי אז איך וואלט נישט געצויגן מסקנות פון עידזש :!:

אוי וויי יאסל ביטע, איך האב מיך איינגעהאלטן דאס צו שרייבן, ביטע האלט דיך אויך איין, אונז דארף מיר נאך דעם קדושת יו"ט דא.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 01, 2011 6:46 pm

יאסל

איך האב נישט געוויסט אז ווען מען ווערט עלטער זאגט מען נאר אמת.....

(לא הבנת יפה, הכונה שמה שכתוב בומשה היה רעה אינו תורה שלימה כי סוכ"ס הוא לא היה עד ראיה למה שכתב שם כי הוא בסך הכל באותו גיל ככל הכותבים כאן, ויש לו אותו הנאמנות, סך הכל מחלוקת בין אייוועלט שרייבער ובין שרייבער ומשה היה רועה, מאן חשיב ומאן ספין להכריע בין הרים גדולים....)
געדענקסט נאך די גוטע צייטן ווען האסטיך דא גע'טענה'ט מיט דעם ניק ביד"ץ, גוטע צייטן געווען...

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » דאנארשטאג יוני 02, 2011 9:58 pm

מי יודע האט געשריבן:ליין אביסל ומשה היה רועה וועסטו זען אז דו ווייסט אויך נישט אלעס

נו, מצוה לשמוע בדברי חכמים, האב איך אפיר גענומען דעם ומשה הי' רועה, און געבלעטערט זוכנדיג דער באדייט פון די געהיימניספולע ווערטער ''ליין אביסל ומשה הי' רועה וועסטו זען אז דו ווייסט אויך נישט אלעס'', ויגעתי ולא מצאתי, אויב אזוי בעט איך ילמדנו רבינו, לבאר עומק כוונתו. אויב רבינו ווייסט נישט דאן ''מי יודע''.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 02, 2011 10:06 pm

דאכט זיך אז אין חלק ד' אין פרק אני לדודי ווערט אויסגעשמועסט אביסל דאס ענין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג יוני 03, 2011 10:55 am

בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער אמשדרדאם וויל דא,
ווי און סיגוט האסטי געוואלט דער ברך משה זצ"ל זאל זעך דרייען בימי בחרותו, סאיז דען עפעס געווען דארט???

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » פרייטאג יוני 03, 2011 2:00 pm

יאסל האט געשריבן:בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער אמשדרדאם וויל דא,
ווי און סיגוט האסטי געוואלט דער ברך משה זצ"ל זאל זעך דרייען בימי בחרותו, סאיז דען עפעס געווען דארט???

קודם כל אמשטרדם און נישט אמשדרדאם. והשנית, איך האב ארויסגעברענגט אז כאטש די אנגעצויגנקייט (אדער כמו אנגעצויגנקייט) וואס האט געהערשט צווישן סיגוט און קראלי, ווי שוין ארויסגעברענגט אויבן, דאך האט מרן ברך משה צוליב סיבות זיך געדרייט מער ביים פעטער, און נישט געבליבן ביים ברודער (און דאס זעלבע בנוגע ראצפערד). לאפוקי מדעת מיללער וואס האט געשריבן אז דער ברך משה האט געהאט אלע סיבות זיך נישט מכניע צו זיין פאר'ן פעטער, האב איך געשריבן, אז דער ברך משה מיטן פעטער האבן שוין געהאט א נאנטער התקשרות פון די יוגנט יארן, ווען ער האט נישט געקענט בלייבן אין סיגוט.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך יוני 22, 2011 9:00 pm

אמשטערדאם: האט נישט דער רבי הב"מ געלערענט אין ברודערס ישיבה אין סיגוט אלס בחור?

והשנית איז ער נישט געווען אן אנדערט האלבן יאר ביים זיידן אין ראצפערט?

שלשית איז נישט דער קדושת יו"ט געווען מער אין צאנז ווי אין סיגוט?

איך ווייס נישט פינקטליך צו וואס די באציסט זיך אבער ווי עס קוקט אויס ווילסטו ארויסברענגן אז די בעלי מחלוקה וואס האבן זיך (אנ)געדרייט פין די סיגוטע זייט האבן זיכער געמאכט סזאל ווערן א שטיקל ריס צווישן ברידער מיט אים, ולהוי ידוע איך האב דעם רבין הב"מ זצ"ל מער ווי איינמאל געהערט רעדן פין ברודער אשר ע"כ גלייב איך נישט אז ער איז געגאנגען צום רבין הדב"י זצ"ל מער ווייל אין סיגוט האט ער נישט געקענט בלייבן קענסט מיך רופען נייאיוו אבער אזוי גלייב איך, והשנית וואס די סיגוטע בעלי מחלוקה האבן אפגעטוען ווייס איך נישט, אבער וואס די סאטמערע בעלי מחלוקה האבן אים אפגעטוען אינדערהיים און אזוי ווייטער דא אין אמעריקא ווייס איך יא (הגם איך גלייב אז איך ווייס נישט מער ווי מקצת מן המקצת) -דיסקלעמער רוב מעשהלעך האב איך נישט געהערט פין רבין אליין נאר פין אידן וואס האבן דאס געהערט פין רבין אליין אדער פין די קינדער וואס האבן דאס בייגעוואוינט נעמליך די עלטערע צוויי זינען אדמו"ר ואחיו הרב ר' ליפא שליט"א - און טאמער וואלט זיך די רבי דערשראקען פין שטיקלעך אין לשון הרע'ס וואס מען האט פארקויפט אויף אים וואלט ער דעם פעטער קיינמאל נישט געקוקט אין פנים.

שאל אביך ויגדך וואס מען האט אים אפגעטוען אין וויליאמסורג פרעג איך אייך האלט איר טאקע אז אין סיגוט איז געווען ארגער?? האט מען טאקע אין סיגוט געריפען צונעם יעדען פאר מיניט די פייערלעשער? פלעגט מען אים אין סיגוט אפהאקען די טעלעפאון? איז ער אין סיגוט אויך געגאנגען מיט רויטע זאקען שבת? האט מען אים אין סיגוט אויך געסטראשעט אז זיין לעבן איז אין א געפאר? פלעגט מען אין סיגוט אויך זיך דארפן באהאלטען אינטער די מאטראצען ווען מען האט געקלאפט אויפן טיר?

טאמער האט זיך די רבי דערשראקן פין טעראר וואלט די רבי אין סאטמאר קיינמאל נישט אריינגעטרעטן פינטל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך יולי 06, 2011 12:30 pm

אפשרקען אייניער מאכן א רשימה פון אלע תלמידים פונעם קדושת יו"ט וואס זענען געוועהן אדמורים ורבנים
כ'בין זעכער מ'וועט הנאה האבען

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:44 am

ברוקלין האט געשריבן:די דברי גאונים הגאון ר' חיים אריה כהנא זצ"ל דיין אין סיגוט, האט אנגעפירט די היתר מאה רבנים. אלע תשובות איז געשיקט געווארען צים דברי גאונים. קיק בשו"ת קול ארי' אבהע"ז סי' פה, שו"ת בית יצחק יו"ד ח"ב סי' סד, שו"ת מהרי"א הלוי ח"א סי' סו, שו"ת שאילת שלום מהדו"ת סיד סג. (דארט שטייט אויך אז עס איז געווען נאך 23 יאר)

ע"ע בשו"ת דבר משה (מהדו"ג) סי כח: שהדברי גאונים האט עם געשיקט זיין בירור בענין זה, אינאיינעם מיט א בריוו/בירור פין ייטב לב.

די תשובה אין מהר"ם שיק איז אויך וועגען דעם, קיק אין קול אריה הנ"ל, וואס ער ברענגט אראפ די תשובה פין חוסטער רב (מהר"ם שיק).

למעשה האט זי מקבל געוווען א ג"פ בע"כ, אין דאס איז געווען די היתר מאה רבנים.

דעם שבת געזען, מעשה בסיגוט תרל"ז...

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=163

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:40 am

אגב, אין שו"ת שואל ומשיב דאכציך ערגעת אין מהדורא רביעאה איז פארהאן א תשובה איבער די שאלה פון מי ששהה עשר שנים אם אשתו ולא ילדה צו ער איז איר מחויב צו גט'ן.

וואס איז אינטערעסאנט איז אז הגאון דער שואל ומשיב האט ליידער אויך נישט זוכה געווען בזש"ק מיט זיין פרוי בתו של ר' יצחק אהרן איטינגא מלבוב חתן הגרמ"ז אב"ד דשם, שפעטער האט דער שו"מ חתונה געהאט נאכאמאל מיט אהשה הגבירה מרת שפרה בונא לבית ברונשטיין פון זלאטשוב, זי איז געווען א אינגע אלמנה פון 26 יאר בעת וואס דער שו"מ איז אלט געווען 51 יאר, די חתונה איז געווען אין לעמבערג בשנת תרי"ח.

ליידער איז דער שו"מ אויך פון די צווייטע ווייב נישט געהאלפן געווארן ונסתלק לעולמו בשנת תרל"ה מבלי להשאר אחריו זרע ברך ה' ותולדותיהם של צדיקים אלו מעשהם הטובים, הניח אחריו ברכה תשובות לאלפים לכל קצוי תבל וספרי דבי רב שמיתבדרין בבי מדרשא זי"ע ועכי"א.

זעה דא:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 911#p49911

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 28, 2011 2:38 pm

האט דער קדושת יום טוב געהאט א ישיבה אין טעטש, בחיי אביו הייטב לב?

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » זונטאג אוגוסט 28, 2011 3:31 pm

זיס האט געשריבן:האט דער קדושת יום טוב געהאט א ישיבה אין טעטש, בחיי אביו הייטב לב?

ניין

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 28, 2011 4:12 pm

וואס איז דער זיכערע ניין?

דו ווייסט אדער דו טראכסט?

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טוב ויפה און 12 געסט