רבי חנני' יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב מסיגוט - כ"ט שבט תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:36 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיט די צווייטע רבנית האט דער קדויו"ט אויך נישט זוכה געווען תיכף צו זש"ק, עס איז באקאנט די בריוו וואס דער הייליגער צאנזער רב האט געשריבען און געשיקט מיטן איהעלער רב ר' משה יוסף 'ובציפיתינו צפינו שלא ימנע מכם פרי בטן' דער קדושת יו"ט איז טאקע געהאלפן געווארן און ער האט זוכה געווען צו 6 קינדער בנין וחתנין רבנן ווי פאלגענד;

א) ר' חיים צבי דער עצי חיים זיין ממלא מקום ברבנות סיגוט
ב) הרבנית אסתר ע"ה אשת ר' חנוך העניך מאיער זצ"ל אב"ד קערעצקי נכד הלב שמח מאלעסק, די רביצין אסתר איז אינגערהייט אוועק בשנת תרפ"ח און ליגט אין א שטעטל לעבן קערעצקי
ג) הרבנית העסא ע"ה אשת ר' חיים יחיאל מאיר הורוויץ אב"ד ריינזשוב, אן אייניקל פון ראפשיץ און דזיקוב.
ד) רביה"ק ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל דער סאטמאר רבי
ה) הרבנית שרה אשת בזוו"ר ר' שלום האלבערשטאם מפיעקלא ובזוו"ש אשת ר' דוד שפירא ב"ר מאיר מ'ביקאווסק ב"ר דוד מ'דינוב
ו) ?
.



יאסל האט געשריבן:
פון ווי נעמסטי אז סאיז געווען 6 קינדער לויט מיין ידיעה איז נאר געווען 5 צוויי זון אין 3 טעכטער אגב וואס צוויי דערפון זענען געווען צווילינגען.
דאס יא כהאב אמאל געהערט אז צווישען דעם עצי חיים אין דעם רבין איז געווען נאך א זון וואס איז אוועק אינג, אין לויט די שפאקעלאציע איז דאס די סיבה פארוואס דער קדושת יו"ט האט א נאמען געגעבן נאך זיין שווער ר' יואל אשכנזי אין נישט נאך זיין פאטער דער יקותואל יהודא נאכן ייטב לב.


אין שמחה כהתרת הספיקות.

אינעם נייעם באנד (ח"ד) 'ומשה היה רועה' לתולדות מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל איז פארהאן א בילד פונעם סיגוטער בית-החיים נעבן די אוהל למרנן אדמור"י בית סיגוט, געפונען זיך דארט די מצבות פון עטליכע סיגוטע אייניקלעך וועלכע זענען אוועק אינגערהייט, צווישן זיי איז פארהאן א מצבה פון הבתולה רחל בת מרן הקדושת יו"ט זצ"ל, דאס איז די זעקסטע קינד וואס מיר האבן נישט געהאט ביז היינט.

פון די אנדערע זייט פרעגט עס אפ יאסל'ס טעאריע איבער א 'זוהן' וועלכער איז אוועק אינג, אדער איז גאר געווען א זיבעטע קינד.

-

בילד

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:13 pm

ווי אזוי האט געהייסען דער פאטער פון רבי משה רובינשטיין
האט ער געשטאמט פון חוסט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:26 pm

dovidal האט געשריבן:ווי אזוי האט געהייסען דער פאטער פון רבי משה רובינשטיין
האט ער געשטאמט פון חוסט?

גייט אריבער דעם אשכול, עס וועט אייך ליכטיג ווערן

viewtopic.php?p=588722#p588722

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:59 pm

מצבת רבי משה הכהן רובינשטיין בעיר וויען
44.bmp
44.bmp (265.88 KiB) געזעהן 3857 מאל

איש ישר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

יחוס פון ר' משה הכהן רובינשטיין

תגובהדורך איש ישר » פרייטאג מאי 19, 2017 3:05 am

די טאטע פון ר' משה רובינשטיין האט געהייסן ר' אברהם אבלי רובינשטיין, ער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פון די ש"ך, בייגעלייגט איז די מצבה פון רבח אברהם אבלי אין בית החיים אין שטאט וויען. ר' אברהם אבלי איז געווען א זון פון ר' אליעזר יצחק פון שינאווא, (וואס ווערט דערמאנט אין ספר פרס אבות פון זיין פעטער רבי אברהם אבלי אב"ד קאשוי) בן ר' אלכסדר יעקב בן הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל מחבר ספר שערי חיים

זעה דא די יחוס ארויף

איש ישר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

תגובהדורך איש ישר » פרייטאג מאי 19, 2017 3:23 am

מצבת ר' אברהם אבלי בעיר וויען - (נפטר July 19 1882) ג' אב תרמ"ב (לויט די ארכיוון אין די ארטיגע בית החיים)
photo 44.jpg
photo 44.jpg (156.28 KiB) געזעהן 3638 מאל

נוסח המצבה (מערקט די נאמען ארויסגעשריבן און מיט ר"ת - אברהם אבלי כ"ץ):
פ"נ
אב בחכמה רך השנים
משינאווי גאליצ מדינה
איכה בדד לארץ ירדת כצאן
תעה באת הנה
במקום אין מכירך אין מי יניח
לחמלך חנינה
רגלך בגזרה נשאו גלמך נשמתך
שבה למעלה
הבלים מאסת תורה ומע"ט בידך
צרת למנה
מבורך בשם זקנך אברהם אבלי
מח"ס כתר כהונה
בן נכבד מ' אליעזר יצחק
לעצט פאראכטן דורך איש ישר אום זונטאג מאי 21, 2017 12:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 19, 2017 10:29 am

איש ישר האט געשריבן:די טאטע פון ר' משה רובינשטיין האט געהייסן ר' אברהם אבלי רובינשטיין, ער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פון די ש"ך, בייגעלייגט איז די מצבה פון רבי אברהם אבלי אין בית החיים אין שטאט וויען. ר' אברהם אבלי איז געווען א זון פון ר' אליעזר יצחק פון שינאווא, (וואס ווערט דערמאנט אין ספר פרס אבות פון זיין פעטער רבי אברהם אבלי אב"ד קאשוי) בן ר' אלכסדר יעקב בן הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל מחבר ספר שערי חיים

זעה דא די יחוס ארויף

זייער אינטערעסאנט וויאזוי ביידע פאטער און זון הגיעו לקבורה בוויען הבירה - עס שטייט נישט די יום ושנת הפטירה פון ר' אבלי, ווען איז ער נפטר געווארן? האט ר' משה רובינשטיין געוואונט אין וויען?

איש ישר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:15 pm

תגובהדורך איש ישר » פרייטאג מאי 19, 2017 1:20 pm

מיללער האט געשריבן:
איש ישר האט געשריבן:די טאטע פון ר' משה רובינשטיין האט געהייסן ר' אברהם אבלי רובינשטיין, ער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פון די ש"ך, בייגעלייגט איז די מצבה פון רבי אברהם אבלי אין בית החיים אין שטאט וויען. ר' אברהם אבלי איז געווען א זון פון ר' אליעזר יצחק פון שינאווא, (וואס ווערט דערמאנט אין ספר פרס אבות פון זיין פעטער רבי אברהם אבלי אב"ד קאשוי) בן ר' אלכסדר יעקב בן הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל מחבר ספר שערי חיים

זעה דא די יחוס ארויף

זייער אינטערעסאנט וויאזוי ביידע פאטער און זון הגיעו לקבורה בוויען הבירה - עס שטייט נישט די יום ושנת הפטירה פון ר' אבלי, ווען איז ער נפטר געווארן? האט ר' משה רובינשטיין געוואונט אין וויען?


טאקע אינטערעסאנט.
ר' אברהם אבלי איז געווען א אלמן מזוגתו הראשונה (און ער האט געהאט קינדער אויך) ער איז געווען א איש חשוב, א נגיד און א גרויסע יחסן, דערפאר האט אים ר' יואל אשכנזי גענומען פאר אן איידעם פאר זיין טאכטער די יתומה הרבנית חנה. אבער ער איז קראנק געווארן קורץ נאך די חתונה מיט הרבנית מרת חנה,און האבן די ערשטע קינד - משה - און דערפאר איז נתפרדה החבילה, ר' אברהם אבלי איז געווען סוף ימיו אין וויען פאר רפואה, און ער איז דארט נסתלק געווארן, עס קוקט אויס פון זיין נוסח המצבה אז ער האט געהאט א שווער לעבן בסוף ימיו.
ר' משה האט געוואוינט - דאכט זיך - און ווערעצקי, ער איז געפארן אויף וויען פאר דאקטורים פאר זיין טאכטער וואס איז נישט געווען געזונט, און ער איז דארט פלוצלונג נפטר געווארן, זייענדיג בלויז 44 יאר.
אזוי קומט אויס אז טאטע און זון ליגן אין זעלבן בית עולם.
ער איז נפטר געווארן אזוי ווי איך האב געשריבן: ( July 19 1882) ג' אב תרמ"ב (לויט ווי עס ווערט געברענגט אין די ארכיוון פון די ארטיגע בית החיים)
אדרבה אויב איינער האט מער אינפארמאציע וואלט איך געוואלט וויסן.

אפטא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

ר' משה יוסף פון איהעל/און וועגן שטאט בקאווסק

תגובהדורך אפטא » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:04 pm

כ'האב געזעהן און קובץ פרי תמרים (תשנ"א) געדיקט דעם כתה רבנות פון ר' משה יוסף ווען ער איז געווארן אויף גענומען אלץ רב און איהעל, מיט א לאנגע רשימה פון חתימות. כ'בין זייער נייגעריג צו זעהן דעם כת"י אויב ס'איז בנמצא. אויב קען עימיצער העלפן זאלל ער דאס ביטע ארויף לייגן דא אדער שיקן צו מיר.

וועגן שטאט בוקאווסק, ווייסט איינער אויב ס'איז דא א פנקס בית החיים פונעם שטאט, כ'רעד פון די יארן תר"ע ביז תר"צ (קיין בית החיים איז ליידער נישטא אויזער אפאר איינצעלע צוריק געשטעלטע מצבות). אדער צו ווייסט איינער וועגן מאטריקלען פונעם שטאט וכדו'.
רבותי כ'ווארט אויף אייער ענטפער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:15 pm

[quote="אפטא"]כ'האב געזעהן און קובץ פרי תמרים (תשנ"א) געדיקט דעם כתה רבנות פון ר' משה יוסף ווען ער איז געווארן אויף גענומען אלץ רב און איהעל, מיט א לאנגע רשימה פון חתימות. כ'בין זייער נייגעריג צו זעהן דעם כת"י אויב ס'איז בנמצא. אויב קען עימיצער העלפן זאלל ער דאס ביטע ארויף לייגן דא אדער שיקן צו מיר.
[/quote]
עי' באשכול על רבי משה יוסף מאיהעל

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:27 pm

איז באקאנט אז הרבנית חיה רויזא האט אדאפטירט א קינד ?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:06 pm

dovidal האט געשריבן:איז באקאנט אז הרבנית חיה רויזא האט אדאפטירט א קינד ?

וואס פאלט אייך ביי? אויב ס'שטייט ערגעץ אין א בריוו צי א דאקומענט, ביטע שטעל עס ארויף דא

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:51 am

יציב פתגם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איז באקאנט אז הרבנית חיה רויזא האט אדאפטירט א קינד ?

וואס פאלט אייך ביי? אויב ס'שטייט ערגעץ אין א בריוו צי א דאקומענט, ביטע שטעל עס ארויף דא
GX
עס איז פארהאן א דאקומענט מיט א בילד פונם קינד- איך האב עס נאכנישט ברשותי

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 12:06 am

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:1) דער ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד מביקאווסק דערמאנט נישט זיין נאמען אינעם 'אור למאיר' שהדפיס, ער שרייבט אז זיין טאטע ר' דוד מביקאווסק איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון זשיקוב ובזוו"ש ביים קדושת יו"ט, ער האט געהאט ששה בנים וג' בנות, ער רעכנט אויס עטליכע בראש פון זיין ברודער ר' אלטר ראובן מ"מ אביו, אויך דערמאנט ער זיין שווער בשם שפיץ, איז דאס פון די ביסטריצער פאמיליע?

2) יעצט האב איך געזעהן אז הרבנית העסא בת הקדויו"ט איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו ר' ניסן טייטלבוים, ווייסט איינער מער פרטים עליו?

1) ר' אלטר ראובן איז געווען זיין אינגערער צווילינג ברודער,
זיי האבן געהאט א ברודער [ר' משה דאכט זעך] וואס האט געלערנט ביים פעטער דעם דברי יואל.

2) לפי המונח בזכרוני איז ער געווען א זוהן פון ר' ברכיה.

רבי אלטר ראובן
צוגעלייגטע
ARS.jpg
ARS.jpg (87.56 KiB) געזעהן 2441 מאל

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 04, 2019 5:06 pm

לחיים לחיים!
היינט די הילולא קדישא
זי"ע ועכ"י
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 11:48 am

הגה"צ ר' חיים מאיר יחיאל הורוויץ זצ"ל הי"ד אב"ד ריינזשוב חתנו של מרן הקדושת יו"ט זי"ע, נהרג עקד"ה. הי"ד

תגובהדורך מגיד מרדכי » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:00 am

מצאתי ד״ת בשמו. האט איינער מער פרטים אויף עם?
טראכט גוט וועט זיין גוט

מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 11:48 am

תגובהדורך מגיד מרדכי » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:07 am

בויקיפדיה מצאתי ככה
* בנו של מרן מראפשיץ זי״ע רבי יהודה (תק"פ - ט' בטבת תרל"ט) כיהן במעליץ על מקום אביו. היה תלמידם של רבי חיים מצאנז ושל דודו רבי אליעזר מדז'יקוב. נישא לרייזל שרה, בתו של רבי חיים מאיר יחיאל ממוגלניצא. בנו רבי נפתלי מילא את מקומו. בנו רבי ישראל כיהן אף הוא במעליץ. חתנו רבי צבי אלימלך שפירא (מגזע דינוב) כיהן ברבנות ואדמו"רות בערטש.

* רבי ישראל (תר"י – תר"ס), בנו של רבי יהודה ממעליץ, כיהן כאדמו"ר מדז'יקוב במעליץ. היה חתנו של רבי מאיר מדז'יקוב. לאחר פטירת אביו פתח בית מדרש וחסידי דז'יקוב במעליץ התפללו אצלו.
בניו היו רבי חיים מאיר יחיאל (תרל"ט - ד' באלול תש"ב) מריינזשוב (חתן רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים וחותנם של רבי מנדל ממוזשאי ורבי משה שפירא מבערטש),
רבי יעקב, חתן רבי אלימלך מיאברוב, ממלא מקום אביו ורבי אברהם שמחה (בערך תר"נ - ד' בניסן תשל"ג) האדמו"ר ממעליץ בירושלים.
טראכט גוט וועט זיין גוט

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:52 pm

קדושת יום טוב
צוגעלייגטע
kyt.jpg
kyt.jpg (82.62 KiB) געזעהן 1744 מאל
kyt1.jpg
kyt1.jpg (141.77 KiB) געזעהן 1744 מאל

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג יולי 11, 2019 1:09 pm

dovidal האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איז באקאנט אז הרבנית חיה רויזא האט אדאפטירט א קינד ?

וואס פאלט אייך ביי? אויב ס'שטייט ערגעץ אין א בריוו צי א דאקומענט, ביטע שטעל עס ארויף דא
GX
עס איז פארהאן א דאקומענט מיט א בילד פונם קינד- איך האב עס נאכנישט ברשותי


אינטערסאנט אז די זאגסט עס ווי א פאקט, אינדערצייט וואס נישט מער ווי צוויי תגובות צוריק האסטו דאס געפרעגט אלס שאלה... אלענפאלס איך ווייס נישט צו דאס איז וואהר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 11, 2019 1:50 pm

אריינשרייבן א קינד אלס אדאפטירט ביים אדורכגיין א גרעניץ איז בכלל קיין ראי'.

ס'איז א דבר מצוי, און מיינט גארנישט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי יואל הלברשטאם שפעטער יואל טייטלבוים

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:44 pm

אמו היתה בת הקדושת יום טוב זצ"ל ונשא בת האדמו"ר מנאוואמינסק זצ"ל
צוגעלייגטע
YT.jpg
YT.jpg (15.21 KiB) געזעהן 1487 מאל
YOELHALBERSTAM.jpg
YOELHALBERSTAM.jpg (143.27 KiB) געזעהן 1489 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 4:08 pm

מיללער האט געשריבן:
פייש קרויז האט געשריבן:איך האב געהערט לעצטענס אז דעם ר' יואל בן שרה ט"ב אן אייניקל, א זון פון דעם וואס איך האב אויבן גערעדט, איז א חשוב'ער אינגערמאן.


מ'האמיר היינט, א דאנק וואס ר' ברוך אמסל האט ארויפגעשטעלט די מציבה פונעם נאווימינסקער רבי ר' נחום מרדכי פערלאוו זצ"ל אינעם ביה"ת מט. לבנון אין ניו זשערסי, זוכה געווען צו טרעפן א בילד פון די מציבה פונעם אייניקל פון הייליגען קדושת יו"ט איבער וועם מיר האבן דא אין דעם אשכול פארברענגט שעות.

והוא מציבת ר' יואל טייטלבוים (האלבערשטאם) בן הרבנית שרה בת מרן הקדושת יו"ט, מזווגה הראשון ר' שלום האלבערשטאם מפיעקלא נכד מרן הדב"ח.

ר' יואל איז געווען א שוואגער מיטן דערמאנטען נאווימינסקער רבי'ן זייענדיג אן איידעם ביי ר' אלתר ישראל שמעון דער תפארת אי"ש מנאוואמינסק, ער איז אוועק ליל שב"ק ויחי תשמ"ט אלט זייענדיג 82 יאר און געקומען למנוחות אינעם דערמאנטן ביה"ח אין ניו זשערסי.

א בילד פון די מציבה

מכתב מעניין למכירה, מהרה"ק בעל תפארת אי"ש מנאוואמינסק בה מבשר על השידוך של בתו עב"ג החתן יואל האלבערשטאם הנ"ל
 

וזו תוכן המכתב שהביא ר' דויד'ל לעיל:
ב"ה אור ליום ועש"ק בחוקותי ל"ו למב"י
שוי"ר א"כ אהו' חתני יקירי הרה"ח שליט"א ולזוגתו היא בתי היקרה החביבה עלינו ביותר ה' שינדלא ת' ולבנם נכדי היקר כמר הירשלע שליט"א ולבתם נכדי היקרה החכמת מ' ריזיל ת'

בניי היקרים ברוב רגשי אהבה אברככם בברכת מז"ט מהשידוך שעשיתי למז"ט עם בתי ת' עב"ג החתן היקר כמר יואל האלבערשטאם שליט"א נכד של הגה"ק ר' חיים צאנזיר זלה"ה ומהה"ק ר' משה טייטילבוים זלה"ה ומהה"ק ר' שלום בעלזער זלה"ה.
והוא בן תורה ומוכתר במדות ומעש"ט ות"ל כי מצא המדובר חן בעיני כולם ובפרט בעיני בתי הי' ת' בעזרת השי"ת שיהי' למז"ט ובשטומ"צ ויזמין לי השי"ת כל הצטרכותה בהרחבה.
והיות כי קשה לי הכתיבה אקצר... מנאי אביכם הדוש"ט המצפה לישועת השי"ת..
 
חי"ק


תמונה בהירה מהמצבה (קרעדיט ר' אשר ל. לאווי מח"א)
צוגעלייגטע
DSC_0952.JPG
DSC_0952.JPG (446.5 KiB) געזעהן 1031 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:20 pm

unnamed.jpg
unnamed.jpg (107.72 KiB) געזעהן 659 מאל

אוועטאר
אלטער
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:40 pm

ניס קראכער האט געשריבן:לחיים לחיים!
היינט די הילולא קדישא
זי"ע ועכ"י

לחיים לחיים יעצט ביינאכט איז די יארצייט
איך בין טאקע אלט אבער איך ווער נישט גערעגט!

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23363
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 24, 2020 10:04 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
.
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .


ס'צווייטע דער שפירא איז געווען אן אייניקעל פונעם קדושת יו"ט אדער איז דאס געווען א זון וואס דער פאטער האט מיט זיך מיטגעברענגט ווען ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית שרה (דאס וויס עך זיכער אז ער האט מיטגעברענגט א זון).
-
ב)ר' צ''א שפירא הי' נכד הקדושיו''ט -ואספר לך מה שסיפר לי שבשנה הראשונה שבא לאמעריקא עשה סעודת יאהרצייט לאביו שחל ג''כ בכ''ט שבט
שהוא יום ההילולא של הקדושיו''ט ודודו בעל הדברי יואל בא לביתו להשתתף כדי לחזקו .

על הרצ''א ראו שבא מבית אדמור''י והי' איש מורם מעם .

במחילת מעלת כבודו רבי צבי אלימלך הנ"ל לא היה נכד הקדושת יום טוב זצוק"ל .
והיות שהרבה טועים בזה אשתדל לעשות סדר בעזר שמו יתברך.

אביו הרה"ק רבי דוד שפירא זצ"ל הרבי מ'ביקאווסק מאשתו הרבנית מרת בינא בת הרה"ק רבי יהושע מ'זדיקוב זצ"ל בעל העטרת יהושע
נולדו לו האחים התאומים ממלא מקומו הרה"ק רבי אלטר ראובן הי"ד ואחיו רבי הערש מיילעך ז"ל ועוד ילדים.

ובזיווג שני נשא את הרבנית מרת שרה ע"ה בת הקדושת יום טוב זצ"ל וממנה נולדו לו שלושה ילדים .

א) הרה"צ רבי משה זצ"ל הי"ד אבדק"ק טראווע ליד סאניק, מתמיד עצום ותלמיד חכם, ולמד בישיבת דודו הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל.

ב') שלמה הי"ד .

ג') הבתולה מרת חנה הי"ד.

והם נעקדו על קדושת שמו יתברך בשנת תש"ב .
השם יקום דמם.

מציבת ר' צבי אלימלך הנ"ל בביה"ח ארץ החיים בבית שמש "מגזע ה"בני יששכר" "צמח דוד" "אור למאיר" ורופשיץ" "דז'יקוב.
צוגעלייגטע
18036364.jpg
18036364.jpg (246.51 KiB) געזעהן 485 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט