רבנים ואדמורי"ם אין די בראשית יארען פון וויליאמסבורג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

badatz

רבנים ואדמורי"ם אין די בראשית יארען פון וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
א) ביהמ"ד באסטאן הי' ב542 בעדפארד עווניו בין ווילסאן לראסס סטריט .והרה''ג הגדול המתמיד הנפלא מקאפיטש קנה את בית מדרשו כשהבאסטאנער עבר לקראנהייטס בפרעזידענט סטריט .ולאחר פטירתו חתנו תיקן את בית מדרשו על בעדפארד בין קליימער ל"מארטאן".
איפה שת''ת ווין היום הי' פעם המתיבתא תורה ודעת לפני שעברה לסאט טהירד סטריט .

ב) בביהמד''ר תפארת ישראל -בריסק הי' בכל יום ה' לפני השיעור הרה''ג ר' ראובן זצ''ל גראזאווסקי ר''י תורה ודעת חוזר השיעור עם הבחורים המופלגים לפני אמירתו בהיכל ישיבת תורה ודעת ,ר' ראובן הי' גר במארטאן סטריט].

ג) במארטאן סטריט הי' גר הרה''ג ר' שלמה היימאן ר''י תורה ודעת ואלמנתו התחתנה בזיווג שני להרב אונטערמאן ז''ל אב''ד תל-אביב.

ד) ר' יעקב קאמענעצקי הי' גר בראסס סטריט .ואח''כ ב125 טעילאר סטריט אפט. 3א אי''ה עוד נמשיך בזה
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה

ה) דער בלאזשעווער רב האט געוואינט אויף 119 טעילאר סטריט פאר עהר האט געמופט קיין בארא-פארק היינט שטייט דארט דיא 125 טעילאר פראדזשעקט.

ו)דער קראסנער רב האט געוואינט אף 235 פעןן סטריט און האט פארקויפט זיין ביהמד''ר פאר אשוי.

ז) דער אלטער קיוויאשדער רב האט געוואינט אף הופער צווישען בעדפארד אין ליע עוועניו.

ח) דער דיערעשער רב האט געוואינט אף סאוט 10.

ט) דער נאנאשער רבי-פעקעטע- האט געוואינט אף סאוט 5.

י) דער ריסקעווער רב אויף בארום סטריט לעבין סאטמערער חדר אין סקול אין זעלבין בנין . (יא--יא- סאיז נאר געווען א מחיצה). דער ריסקעווער רב האט געהאט א מעיין מקוה דיא איינציגע אין וויליאמסבורג.

י"א) הרב בוימעל פין 135 ראדני סטריט דער בעל עמק הלכה ראביי נארמאן לאם'ס זיידע .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:בד"צ,
לכאורה געדענקען ווייניג אירע דא פאר די טעילאר פראזשעקטס זענען געשטאנען.

נאנאשער רב הרב פעקעטע האט געהאט זיין ביהמ"ד אויף דיוויזשאן ביי ראסס סט, היינט איז דארט משמש זיין איידעם הרב ר' ברוך ראזענבוים בן אדמו"ר מקאראקאס.

דער ר' יהושע בוימל איז געווען א לובלינער תלמיד? וויזאוי איז ער נחום לאמ'ס פון רייטס זיידע?

ב''ה
כבוד הרב ---אתה טועה בדבר משנה----ר' ברוך ראזענבוים הוא נכדו ולא חתנו אביו ר' מאיר לרפו''ש מקאראקאס הוא חתן הרב פעקעטע .

י"ב) הרב בוימעל לא הי' תלמיל לובלין רק חתנו הרב יוסף מרדכי בוימעל הי'תלמיד וממקורבי הרב מלובלין הוא נפטר לפני שנה והי' כבן מאה ---הי' שופע עם סיפורים של בדידי הוי עובדא בשנים האחרונות הי' גר בריעדזשענסי בבארא-פארק .לפני כארבעים-חמישים -שישים שנה הי' רב ומנהל של ישיבת קראנהייטס .

ר' יהושע הנ''ל הי' ראש ישיבת וויזניץ לפני מלחמת העולם הראשונה .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
י"ג) דער דאלינער רבי הרה''צ ר' ישכר בעריש זצ''ל רובין האט געוואינט אויף 166 ראסס סטריט
י"ד) דער דזאבנער הרה''צ ר' ישראל אונגאר זצ''ל האט געוואינט אויף 164 ראסס סטריט
ט"ו) דער פודהייצער רבי זצ''ל האט געוואינט בייא ר' אלי' דוד הלוי ז''ל טירנויער אויף ווילסאן סטריט און זעך געוואלגערט אגאנצען טאהג אין סאטמערער ביהמד''ר אויף 550 עהר האט נאך געדענקט דעם אלטען טשארטקאווער רבי אין גידענקט זיין קידוש, אין דער בעל דברי-יואל האט דאס אמאהל אויס גיהערט .
ט"ז) הרה''צ ר' שמעון זצ''ל דאכנער אין 550
י"ז) ר' הערשעלע זצ''ל מקראלע-ספינקא האט געדאווענט יעדען טאג אין 550 שחרית
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
שאלתי את האדמו''ר מגאלאנטא שליט''א מה הי' שם האדמו''ר מפאדהייץ ואמר לי הרב אשר פרענקיל נכד מפרעמישלאן .קבור בהסתדרות האדמורים.

י"ח) האדמו''ר ממאדזשיץ זצ''ל אשר הי' גר בסאוט 5 לפני שעלה לארה''ק .
י"ט) הרה''צ ר' לוי יצחק לאנדמאן האדמו''ר מטארנאפאל זצ''ל מקום מנוחתו בבית דוד .
כ) הי' רבי בשם שפירא נין להבני - יששכר .בסאוט 3 .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזויפיל זכרונות אין אפאר ווערטער, יעדעס איינס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

דער פודהייצער רבי איז געווען אביסל אינטערעסאנט כפי המונח בזכרוני, זאגט איר אז ער איז געווען א פרענקל, אמסעל האט לעצטענס געשטעלט א מצבה פון ר' יהושע העשיל ב"ר מרדכי דוב פרענקל אויך א פרימישלאנער אייניקל, וויאזוי גייט די יחוס קיין פרימישלאן, און האבן די צוויי געהאט א נאנטע שייכות?

רבי שפירא נין הבני יששכר? דרך איזהו מבני הבנ"י, ומה עם בנים?

ר' שמעון דאכנער, דאס איז דער פאטער פון ר' ישראלטשע פון קרית יואל? און וואספארא שייכטצ האט דאס מיט באניע רבי פון בעלגיע?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
והעיקר שכחתי !!!!!
כ"א) בוויליאמסבורג גר אחד המיוחד בצדיקי הדורות האחרונים אחד משיירי כנסת הגדולה אשר הי' שקוע בתורה ועבודה מתמיד נפלא ה''ה הרה''ק ר' יהודא ארי' זצ''ל נבג''מ מנאוואמינסק בו הסבא קדישא בעל השופרא דיעקב מסטראשעלא- נאוואמינסק אשר גר בוויליאמסבורג שלושים וחמשה שנה, עד פטירתו בי' אלו''ל תשכ''א הוא הי' גר ב171 סאוט 9 .
יזכר פה לטובה ידידנו הרה''ח ר' יונה נ''י לאנדא שמסדר בשנים האחרונות מסע לציונו אשר בבית דוד אשרי חלקו ובוודאי הצה''ק הזה יכיר לו טובה .
לאלה אשר יודעים קצת פרטים על צדיק נפלא זה נא לשתף אותנו .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:אזויפיל זכרונות אין אפאר ווערטער, יעדעס איינס איז ווערט אן אשכול פאר זיך.

דער פודהייצער רבי איז געווען אביסל אינטערעסאנט כפי המונח בזכרוני, זאגט איר אז ער איז געווען א פרענקל, אמסעל האט לעצטענס געשטעלט א מצבה פון ר' יהושע העשיל ב"ר מרדכי דוב פרענקל אויך א פרימישלאנער אייניקל, וויאזוי גייט די יחוס קיין פרימישלאן, און האבן די צוויי געהאט א נאנטע שייכות?

רבי שפירא נין הבני יששכר? דרך איזהו מבני הבנ"י, ומה עם בנים?

ר' שמעון דאכנער, דאס איז דער פאטער פון ר' ישראלטשע פון קרית יואל? און וואספארא שייכטצ האט דאס מיט באניע רבי פון בעלגיע?


ב''ה
א) זכרנך טוב
ב)נכד בנו הרה''ק ר' שמואל בן הר'ר' הערש מיילך נבג''מ
ג) כן . הי' אחיו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בית דין,
א) איר האט מיר נישט געענטפערט איבער די פרענקל פאמיליע לבית פרימישלאן, איר ווייסט למעשה די שייכות?
ב) ר' שמואל ב"ר הערש מיילעך לא שימש באדמורות?
ג) תודה
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:בית דין,
א) איר האט מיר נישט געענטפערט איבער די פרענקל פאמיליע לבית פרימישלאן, איר ווייסט למעשה די שייכות?
ב) ר' שמואל ב"ר הערש מיילעך לא שימש באדמורות?
ג) תודה


c
ב''ה
א) לא יודע עוד אך זה כמה שנים שכבר שאלתי אודות ר' יושע העשיל שנפטר בימי עילומיו בן נ''ב שנה בשערין ספרינגס והי' לבדו כאן באמעריקא .
ב) לא שימש . והי' חתן ר' הערציל חתן רבינו בעל העטרת צבי נבג''מ מזידאטשאוו ומטעם זה קורא הר' ר' הערש מיילעך את רבינו מחותני .
יש ממנו נכדים ובראשם האדמו''ר המפורסם הגה''ק מקים עולה של תורה מקלויזענבורג זצ''ל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:ב''ה
שאלתי את האדמו''ר מגאלאנטא שליט''א מה הי' שם האדמו''א מפאדהייץ ואמר לי הרב אשר פרענקיל נכד מפרעמישלאן .קבור בהסתדרות האדמורים .


נאט אייך הרב הבד"צ
אטעטשמענטס
Asher Frankle Wellwood.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער, האסט מיר אויסגעכאפט, אמסעל האט עס פאר איין מינוט צוריק הערשט געשיקט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאלגענד איז אביסל מער דעטאלן איבער אים;
ר' אשר ישעיהו פרנקל היה בנו של ר' אלימלך פרנקל מפודהייץ (חתן ר' נחום רובין ב"ר אהרן ב"ר אשר ישעיהו מראפשיץ) ב"ר ישראל אריה לייב פרנקל מפרימישלאן (חתן ר' אלימלך רובין מסוקולוב ב"ר אשר ישעיהו מראפשיץ) ב"ר צבי (חתן ר' מאיר מפרימישלאן) ב"ר דוד הורוביץ חתנו של בעל הדגל.
כיצד היה נכד לבארדיטשובער, איני יודע. אולי מצד אשת ר' נחום רובין.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

לתועלת הציבור האבן מיר דא אריבערגעפירט די חלק פון 'זכור ימות עולם' ווי מ'האט גערעדט פון וויליאמסבורגער רבנים ואדמורי"ם, מיר האבן אויך צוגעשטעלט נומערן צו די 21 כמנין א"ך טוב לישראל רבנים ואדמורי"ם וואס ידידינו וידיד נפש כל חי הרב הבד"צ האט דא אראפגעברענגט, פאלגענד איז דער ליסטע במילואו;

א) הגאון בעל מנחת יעקב מקאפיש זצ"ל
ב) הגאון ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל ר"י תורה ודעת וממיסדי ביהמ"ד עליון
ג) הגאון ר' רפאל שלמה היימאן זצ"ל ר"י תורה ודעת
ד) הגאון ר' יעקב קאמינעצקי זצ"ל
ה) הרה"צ ר' ישראל שפירא מבלאזוב זצ"ל
ג) הגה"צ ר' הילל ליכטענשטיין מקראסנא זצ"ל בעמח"ס כונת הלב
ז) הרה"צ מקיוויאשד זצ"ל
ח) הגאון מדיעריעש זצ"ל
ט) הרה"צ הרב פעקעטע מנאנאש זצ"ל
י) הגאון ר' אברהם שלמה כ"ץ מריסקאווא בעמח"ס אורחות המשפטים אב"ד שיכון קר"י ב"ב זצ"ל.
י"א) הגאון ר' יהושע בוימל ר"י וויזניץ בעמח"ס עמק הלכה זצ"ל
י"ב) הגאון ר' יוסף מרדכי בוימל רב ומנהל ישיבת קרוינהייטס זצ"ל
י"ג) הרה"צ ר' ישכר בעריש רובין מדאלינא זצ"ל
י"ד) הרה"צ ר' ישראל אונגאר מזאבנא זצ"ל
ט"ו) הרה"צ ר' אשר ישעי' פרענקל מפודהייץ זצ"ל
ט"ז) הרה"צ ר' שמעון דאכנער זצ"ל נכד מהר"פ מקאריץ
י"ז) הרה"צ ר' הערשלע מספינקא זצ"ל
י"ח) הרה"צ ממוזשיץ זצ"ל
י"ט) הרה"צ ר' לוי יצחק לאנדמאן מטורנופול זצ"ל
כ) הרה"צ הרב שפירא נו"נ להבני יששכר זצ"ל
כ"א) הרה"צ ר' יהודה ארי' פערלוב מנאווימינסק זצ"ל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וויליאמסבורג איז שוין לכאורה געווען דאס פרימסטע פלאץ דאהי אין אמעריקא א 20 יאר פאר דער שארית הפליטה אין פארשטייט זיך דער סאטמאר'ר רבי זענען דארט אנגעקומען.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ומי לא זוכר את הצדיק המיסתורי האדמו''ר המתמיד ר' דוד יצחק אייזיק זצ''ל ראבינאוויטש מסקאליא שהי' גר ב574 בעדפארד ממול צעהלים .
והלך כל יום למקוה שם ובמים הי' אומר תפילות [עיין בטהרת יו''ט העלמיץ שכן הי' מנהגו של הדרכי תשובה ג''כ ]ובקיץ הי' נוסע להאטעל אש''ל
בליווינגסטאן מענארס וכל הרבנים היו נהנים מהשלוש סעודות תורה שלו שהי' מגיד נפלא בחסידות [כגון הרב מוואדיסלאוו-ועוד ]וחיבר הרבה ספרים בנגלה וחסידות הראשון בשם צמח דוד קבלתי ממנו וכן על ספר המצוות הרבנית שלו היתה אשכנזי נכדת הרה''צ מטאלטשאווי -צפת .ובשנים האחרונות זרחה שמשו בבארא-פארק .אי''ה עוד נחזור עליו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בד"ץ,
הרב לאנדמאן איז געווען א 'מנחת חינוך' אייניקל, איז פארהאן פון אים דורות?

דער סקאליע רבי, געדענקען אזאך אידן, מיין שווער זז"ג האט מיר פארציילט אביסל פון זיינע טישן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

הרב בד"ץ וואס איז די מעשה? כ'ווינדער זיך שוין דערויף יארן.
דער סקאליער רבי האט דאך געווינט און וומסב"ג אין גאר נעבן דעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד, אין דאך האט ער ניט געהאט קיין מגה ומשא מיטן סאטמארער רבי'ן לויט מיין ידיעה האבן זיי זיך קיינמאל נישט געטראפן!
איז געווען פאליטיקס אינוואלווד דערין?
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 5:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:בד"ץ,
הרב לאנדמאן איז געווען א 'מנחת חינוך' אייניקל, איז פארהאן פון אים דורות?

דער סקאליע רבי, געדענקען אזאך אידן, מיין שווער זז"ג האט מיר פארציילט אביסל פון זיינע טישן.

cwwv
ב''ה
א) לא !!!!!! א-ב) כן בסקווער יש . שמו הרה''ח ר' יעקב קאפיל נ''י הלוי ברילאווסקי נכד בן אחר בן מהנודע ביהודא .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:הרב בד"ץ וואס איז די מעשה כווינדער זיך שוין דערויף יארן
דער סקאליער רבי האט דאך געווינט און וומסב"ג אין גאר נעבן דעם אלטען סאטמארן ביהמ"ד, אין דאך האט ער ניט געהאט קיין מגה ומשא מיטן סאטמארער רבי'ן לויט מיין ידיעה האבן זיי זיך קיינמאל נישט געטראפן!
איז געווען פאליטיקס אינוואלווד דערין?


ב''ה
הבעל דברי-יואל ביקר אצלו ואז ג''כ נודע לו שהרבנית ש''ב כנ''ל והמשב''ק הרה''ח ר' יוסל סיפר לי השמועס -ואין כאן המקום -גם בהלוי' של הרבנית
השתתף .בחודש חשוון תשכ''ח וגם בא לנחם -יותר לא אכתוב בזה אי''ה -אך גם עם האדמו''רים מסקווער או סטאלין לא הי' לו שייכות .אע''פ שהי' גר ממול .
גם עם צדיקי בית רוזין לא אע''פ שהכירם מווינא -והוא בעצמו הי' גר כשנתיים קודם שבא לוויליאמסבורג באיסט -סייד במעדיסאן סטריט .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:
דער פודהייצער רבי זצ''ל האט געוואינט בייא ר' אלי' דוד הלוי ז''ל טירנויער אויף ווילסאן סטריט און זעך געוואלגערט אגאנצען טאהג אין סאטמערער ביהמד''ר אויף 550 עהר האט נאך געדענקט דעם אלטען טשארטקאווער רבי אין גידענקט זיין קידוש, אין דער בעל דברי-יואל האט דאס אמאהל אויס גיהערט .


עס האט מיר היינט דערציילט א איד, אז שפעטער האט דער פודהייצער געהאט א שטוב אויף בעדפארד עוו. קעגן איבער 550 (אינעם הויז פון דער קעמפ אפיס) אויבן אויפן שטאק, אמאל איז דער רבי ארויסגעקומען נאך הבדלה פון ביהמ"ד, האט מען געזעהן דעם פודהייצער מאכן הבדלה הויעך, דער רבי האט זיך אפגעשטעלט ארויפקוקען זעהן זיין הבדלה.
אוועטאר
salt
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2008 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salt »

badatz האט געשריבן:ב''ה
שאלתי את האדמו''ר מגאלאנטא שליט''א מה הי' שם האדמו''ר מפאדהייץ ואמר לי הרב אשר פרענקיל נכד מפרעמישלאן .קבור בהסתדרות האדמורים.


ווייסט אפשר איינער פארוואס דער בד"ץ האט געפרעגט דעם גאלאנטער רב? נאכאמאל "פארוואס פונקט דעם גאלאנטע רב"? איי פארוואס נישט? נאר ער האט דאך געהאט סך א נענטערע וועג צו פרעגן די קינדער פון ר' אלי דוד ז"ל

ווער עס האט א תירוץ זאל זיך דא ביטע מעלדן.

ששששש איך האב א גוטע תירוץ. אבער א גוטע. אין איך קען ענק געבן א שטיקל hint עס איז א בילד. וויאזוי האט נאר יענער געזאגט א בילד רעד מער ווי טויזענט ווערטער
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

חשוב'ער הרב סאלט, היינט האבן מיר געלערנט אין חק: ושונה בדבר מפריד אלוף (משלי י"ז), זאגט רש"י: שנוטר איבה ומזכירו, מפריד ממנו אלופו של עולם.

ביטע נישט ציען ווייטער דעם שמועס, א דאנק
הגבאים
בשם הנהלת הקהלה
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

salt האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
שאלתי את האדמו''ר מגאלאנטא שליט''א מה הי' שם האדמו''ר מפאדהייץ ואמר לי הרב אשר פרענקיל נכד מפרעמישלאן .קבור בהסתדרות האדמורים.


ווייסט אפשר איינער פארוואס דער בד"ץ האט געפרעגט דעם גאלאנטער רב? נאכאמאל "פארוואס פונקט דעם גאלאנטע רב"? איי פארוואס נישט? נאר ער האט דאך געהאט סך א נענטערע וועג צו פרעגן די קינדער פון ר' אלי דוד ז"ל

ווער עס האט א תירוץ זאל זיך דא ביטע מעלדן.

ששששש איך האב א גוטע תירוץ. אבער א גוטע. אין איך קען ענק געבן א שטיקל hint עס איז א בילד. וויאזוי האט נאר יענער געזאגט א בילד רעד מער ווי טויזענט ווערטער

ב''ה
אני הקטן לא מבין מה שאתה כותב אדרבא תפרש נא ונא דבריך כדי שגם אני הקטן אדע .
אך הטעם הוא פשוט . אביו הרה''צ ר' שלמה יעקב זיידא זצ''ל הי' נקרא בשם פאהדייצער רבי
א''כ הי' שני פאהדייצער רבי'ס .אקוה שהנחתי דעתך . אם יש לך עוד שאלה שאל בני שאל ואקוה שאוכל
להשיבך .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שמעון דאכנער, דאס איז דער פאטער פון ר' ישראלטשע פון קרית יואל? און וואספארא שייכטצ האט דאס מיט באניע רבי פון בעלגיע?


כן . הי' אחיו


מנו"כ בקרית יואל
אטעטשמענטס
Dochner.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”