רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:15 am

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אתה צודק, טעיתי כשה אובד בקש, כרגיל.

אז איה הנגר און בן נגר דיפריקיניה, מי הוא זה ר' אשר ישעי' ט"ב מקולבאסוב, האם היה בנו או נכדו של ר' אברהם אהרן, ואם נכדו בן מי היה.

ווי זעסטי דא ר' אשר ט"ב ?
איך זע דא ר' אשר ישעי רובין אב"ד קולבסוב


יאסל, עטליכע תגובות ארויפציהר כתבתי;
מיללער האט געשריבן:
לכבוד די יארצייט פונעם קאלבאסובער רב ר' אברהם אהרן זצ"ל, לאמיר מעלה זיין זכרונו. זכותו יגן עלינו.

נעכטן האב איך טאקע געזעהן אין שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ק עטליכע תשובות צו ר' אשר ישעי' טייטלבוים מקאלבאסוב, ער באטיטלט אים 'תלמידי', ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?


עס איז נאך עפעס שווער?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:04 pm

פארנט פון ר' יחיאל טייטלבוים מקאלבאסוב'ס הויז 1929
צוגעלייגטע
yivovd_30629.jpg
yivovd_30629.jpg (12.88 KiB) געזעהן 2619 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 10:31 am

מיללער האט געשריבן:דער זוהן פון ר' יחיאל, ר' ארי' לייבוש איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"א און ער נאך נפטר געווארן בחיי אביו כ"ט שבט תש"א (פונקט יעצט טאקע די יארצייט) ער ליגט אין קיו גארדענס הילס, זוון זוהן ר' אלכסנדר שמואל האט אים ממלא מקום געווען באדמורות קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה ב' תמוז תש"מ.


הפרד תש"א באריכטעט די פטירה פון ר' לייבוש מקאלבאסוב.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_12474_16.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 12, 2010 8:57 am

שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נעכטן האב איך טאקע געזעהן אין שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ק עטליכע תשובות צו ר' אשר ישעי' טייטלבוים מקאלבאסוב, ער באטיטלט אים 'תלמידי', ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?


איר זענט זיכער אז דא רעדט מען פון ר' אברהם אהרן'ס א זוהן?, איך פארשטיי אז דער נאמען איז אזוי משמע, אבער עפעס שמעקט דאס נישט אזוי.
דאס איז אבער זיכער אז דער ר' אשר ישעי' איז נישט אוועק בחייו פון ר' אברהם אהרן, עי' במאורי גאליציע בערכו אז ער האט נאך געלעבט אסאך שפעטער.


היינט בלעטערענדיג צווישען אנדערע ספרים איז מיין אויגען געפאלן אויף א נאמען 'ר' אשר ישעי' טייטלבוים אבד"ק דאראבאן' דער שטעטל דאראבאן-דערבאן איז אין ראמעניע, א באקאנטער רב ומח"ס איז געווען דארט ר' נחום שמרי' שעכטער, דער ר' אשר ישעי' ווערט דערמאנט אלס רב אין די יארען צווישען תר"נ-תר"ע, און אויף איין פלאץ טרעף איך א דב"ת געשריבען דורך 'שלמה בהרה״ג מה׳ אשר ישעי׳ טייטעלבוים האבד״ק דפהנ״ל שליט״א' וואס גיט נאך א מקום מברר צו זיין.

דערווייל ווילען מיר וויסען צו דאס איז דער זעלבער ר' אשר ישעי' מקאלבאסוב וועלכער ווערט דערמאנט אין מהר"י הכהן הנ"ל, און אויב יא מי האיש ומה טיבו?

גיב א בליק
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 10, 2011 5:08 pm

ווער האט איבערגעבויעט די קברי צדיקים אין קאלבסוב

תגובהדורך גיב א בליק » מאנטאג אפריל 11, 2011 12:09 am

אהלי צדיקים איז טאקע א טעטיגע ארגעניזאציע אבער זיי טוען נאר ווי עס איז דא איינער וואס שלעפט זיי אריין אין די ארבייט און שטעלט צו די מזומן וואס פעהלט אויס דערפאר בין איך שטארק נייגעריג ווער איז געווען די עסקן? וועמענס אייניקל איז ער פון ר' אשר'ל צו פון ר' אברהם אהרן? :o

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 5:33 pm

אין די ערשטע צוויי בלעטער פון דעם אשכול רעדט מען באריכות וועגן די מחלוקת אין קאלבוסוב לאחר פטירתו של ר' אברהם אהרן ז"ל, בייגעלייגט איז פון מחזיקי הדת אינעם ענין.
צוגעלייגטע
getimage.png
getimage2.png

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 5:55 pm

יישר כח רב מיללער, דאכציך אז איר האט פארפעלט א חלק, עס האט נישט קיין המשך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 6:12 pm

דעם יעקב פון וועמען זיי שרייבן, איז דער ראש הקהל רבי יעקב עקשטיין, ער מיט זיינע זוהן זענען געווען בארימטע דזיקוב'ע חסידים,
איין זוהן זיינער [שמו פרח מזכרוני כעת] איז זאגאר געווען א אויס-גערופענער בן עליה, פאר מער קאן מען לעזן אין דעם פנקס.



נ"ב, סקרענטאן'ער רב ביטע שטעלט א דירעקטע לינק צו דעם ארטיקל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 6:24 pm

גערעכט פארשלאפן, לכבודך ולכבוד הרב מביקסאד שליט"א הנה לינק מהיברו-בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 23, 2012 12:26 pm

איך טרעף עס נישט כעת אז דאס זאל שוין דערמאנט ווערן, ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב האט חתונה געהאט בזווג-שני מיט נחמה ב"ר דוב בעריש לאנדא אב"ד סטראפקוב ואח"כ ראב"ד דוקלא, זעה דא:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 10&hilite=

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » דינסטאג אפריל 03, 2012 11:00 pm

כ'האב יעצט אהער געבלאנז'עט צו דעם אשכול
מיללער האט געשריבן:

2) איז דא 'ריינמאן' אייניקלעך פון ר' צבי הירש א חוץ דורך זיין איידעם ר' ניסן חיים ראזענבוים?

4) ווי קומט דער מאשלויער רבי צו קאלבאסוב?


קודם אויף שאלה 4 - מאשאלויער רבי ז"ל איז געווען אן אייניקל פון ר' איתמר'ל וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' אשר'ל פון קאלביסאוו, ווי ס'ווערט שוין דערמאנט אין דעם אשכול.
אבער וואס שטייט נישט איז, אז דער מאשאלויער רבי איז געווען אן איידעם ביים עטשעדער ז"ל, קומט אויס אז זיינע קינדער זענען אייניקלעך סיי פון ר' אשר'ל און סיי פון ר' אברהם אהרן.
עושה שלום במרומיו...

שאלה 2 - רבי צבי הירש האט געהאט דאכט זיך 10 קינדער, דא איז טייל פון זיי, ווער ס' קען העלפן זאל זיך אנרופן.
1) בנו ר' אלעזר וואס איז געווען אן איידעם ביי א גלאגובער אייניקל.
ער איז ערגעץ ווי געווען א מחותן מיט ר' ישראל יעקב יוקל פון וואלאווא, און מיט'ן אהבת ישראל (מסתמא ביי זייערע אייניקלעך אז נישט זעה איך נישט וויאזוי).

2) בנו ר' יקותיאל יהודה.
פון אים איז דא אייניקלעך בתוכם ר' הערשל ריינמאן אין ב.פ. (טאטע פון ר' זלמן לייב M&M Dry Goods)

3) בנו ר' משה.
פון אים איז דא אייניקלעך אין ארגענטינע.

4) חתנו ר' ניסן חיים רויזענבוים אביו של ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל.

5) חתנו ר' מאיר שלמה לייפער מבאניא.
פון אים איז דא היפש אייניקלעך בתוכם ר' אלי' בצלאל טייטלבוים מוומב"ג.

6) ר' ישראל יעקב חוסטער'ס א זון איז געווען אן איידעם ביי אים.
צוגעלייגטע
מציבה.jpg
לעצט פאראכטן דורך אננעמער אום מיטוואך אפריל 04, 2012 10:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך אפריל 04, 2012 1:00 am

אננעמער האט געשריבן:3) בנו ר' משה.
פון אים איז דא אייניקלעך אין ארגענטינע.

געהערט אז ליידער שוואכע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 05, 2012 2:47 pm

ייש"כ אננעמער פאר די פרטים, א כשר'ן פרייליכען יו"ט

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » פרייטאג אפריל 20, 2012 2:21 pm

אננעמער האט געשריבן:שאלה 2 - רבי צבי הירש ריינמאן:
1) בנו ר' אלעזר וואס איז געווען אן איידעם ביי א גלאגובער אייניקל.
ער איז ערגעץ ווי געווען א מחותן מיט ר' ישראל יעקב יוקל פון וואלאווא, און מיט'ן אהבת ישראל (מסתמא ביי זייערע אייניקלעך אז נישט זעה איך נישט וויאזוי).


מער אינפארמאציע.
ער איז געווען אן איידעם ביי איינעם ר' אברהם חיים ראבין מגלאגיוו, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=10

ער האט געהאט א זון ר' אברהם חיים ריינמאן אבד"ק קרעטשניף בעמח"ס ויצא פרח על פרקי אבות http://www.hebrewbooks.org/5364
ר' אברהם חיים איז געווען אן איידעם ביי ר' שלמה גארליצער בן ר' ישראל יעקב יוקל מוואלאווא
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יוני 12, 2012 7:43 pm

מיללער האט געשריבן:איך טרעף עס נישט כעת אז דאס זאל שוין דערמאנט ווערן, ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב האט חתונה געהאט בזווג-שני מיט נחמה ב"ר דוב בעריש לאנדא אב"ד סטראפקוב ואח"כ ראב"ד דוקלא, זעה דא:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 10&hilite=

עיין גם בעטרת יהושע (תולדות הפני יהושע) עמוד 38 מדפי האוצר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 13, 2012 9:25 am

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך טרעף עס נישט כעת אז דאס זאל שוין דערמאנט ווערן, ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב האט חתונה געהאט בזווג-שני מיט נחמה ב"ר דוב בעריש לאנדא אב"ד סטראפקוב ואח"כ ראב"ד דוקלא, זעה דא:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 10&hilite=

עיין גם בעטרת יהושע (תולדות הפני יהושע) עמוד 38 מדפי האוצר.


צ"ל עמוד 37 מדפי האוצר.

מי היה בעלה הראשון של הרבנית נחמה הנ"ל?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 2:53 pm

מחזיקי הדת על פטירת הרה"ק רא"א מקאלבאסוב עם פרטים על הלוי' וההספדים:
צוגעלייגטע
getimage.png
getimage (1).png

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג אוקטובער 29, 2012 2:43 pm

איז דא היינט מצבות אין קאלבאסוב אויסער די מצבה פון הגה''ק רא''א מקאלבאסוב זצ''ל און חותנו הרה''ק רבי אשר'ל זצ''ל??
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוקטובער 30, 2012 2:29 pm

עס זענען דא נאך עטליכע מצבות,
חוץ די וואס ערשייינען אין דעם לינק,
http://kehilalinks.jewishgen.org/kolbus ... zowa6.html

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 7:15 am

אינטערעסאנט אז ער חתמ'ט זיך אחד העם....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:41 am

מיללער האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נעכטן האב איך טאקע געזעהן אין שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ק עטליכע תשובות צו ר' אשר ישעי' טייטלבוים מקאלבאסוב, ער באטיטלט אים 'תלמידי', ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?


איר זענט זיכער אז דא רעדט מען פון ר' אברהם אהרן'ס א זוהן?, איך פארשטיי אז דער נאמען איז אזוי משמע, אבער עפעס שמעקט דאס נישט אזוי.
דאס איז אבער זיכער אז דער ר' אשר ישעי' איז נישט אוועק בחייו פון ר' אברהם אהרן, עי' במאורי גאליציע בערכו אז ער האט נאך געלעבט אסאך שפעטער.


היינט בלעטערענדיג צווישען אנדערע ספרים איז מיין אויגען געפאלן אויף א נאמען 'ר' אשר ישעי' טייטלבוים אבד"ק דאראבאן' דער שטעטל דאראבאן-דערבאן איז אין ראמעניע, א באקאנטער רב ומח"ס איז געווען דארט ר' נחום שמרי' שעכטער, דער ר' אשר ישעי' ווערט דערמאנט אלס רב אין די יארען צווישען תר"נ-תר"ע, און אויף איין פלאץ טרעף איך א דב"ת געשריבען דורך 'שלמה בהרה״ג מה׳ אשר ישעי׳ טייטעלבוים האבד״ק דפהנ״ל שליט״א' וואס גיט נאך א מקום מברר צו זיין.

דערווייל ווילען מיר וויסען צו דאס איז דער זעלבער ר' אשר ישעי' מקאלבאסוב וועלכער ווערט דערמאנט אין מהר"י הכהן הנ"ל, און אויב יא מי האיש ומה טיבו?


וואו האלט הרב שישא מיטן בירור איבער ר' אשר ישעי' טייטלבוים?

היינט האט דער ווילוויסענער עילוי מזכה געווען די אוספי הפרענומעראנטן מיטן ספר חומר בקודש וואס איז געדרוקט אין זאלקווא שנת תרל"ו, דארט צווישען די נותני מעות קדימה ווערט דערמאנט 'אשר ישעי' טייטילבוים' אין די שטאט 'לימנע' (לימינוב?)

אולי ווארפט דאס א ליכט במי המדובר?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:06 pm

מיללער האט געשריבן:וואו האלט הרב שישא מיטן בירור איבער ר' אשר ישעי' טייטלבוים?

היינט האט דער ווילוויסענער עילוי מזכה געווען די אוספי הפרענומעראנטן מיטן ספר חומר בקודש וואס איז געדרוקט אין זאלקווא שנת תרל"ו, דארט צווישען די נותני מעות קדימה ווערט דערמאנט 'אשר ישעי' טייטילבוים' אין די שטאט 'לימנע' (לימינוב?)

אולי ווארפט דאס א ליכט במי המדובר?

לימנא איז נישט לימינוב. לימינוב איז אין מערב גאליציע, לימנא איז (עס דאכט זיך מיר) בגליל זידיטשויב, אין מזרח גאליציע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 14, 2014 11:46 am

מיילעך האט געשריבן:לכבוד מיללער
ר' נפתלי מעטשעד ליגט אין סאטמארער חלקה אין ניו זשערסי.
אגב ר' אברהם אהרן מקאלבסוב האט געהאט נאך אן איידעם. ר' יעקב שלמה פרענקל ב"ר יצחק יודא פרענקל בעל "מחיר חלב" אב"ד סאניק. משפחת פרענקל אין לאנדאן די נדבנים פינעם זאל "עטרת אברהם" אין וומסב"ג זענן אייניקלעך.


מציבת ר' יהודה יצחק (לייבוש) פרענקיל ז"ל נכד מהרא"א מקאלבאסוב על הביה"ח בקר"י (קרעדיט, בעל המצבות)
בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 2:23 pm

מציבת הרבנית מלכה מאכלא בת רבי אברהם ט"ב מקאלבאסוב על הביה"ח בעיר סיגוט. (אשת מי היתה?)
צוגעלייגטע
מלכה נאכלא טב.jpg
מלכה נאכלא טב.jpg (37.74 KiB) געזעהן 1734 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 01, 2014 12:07 pm

מאיר האט געשריבן:די סדר תולדותם של צאצאי הרא"א מקאלבאסוב איז ווי פאלגענד:
א) בתו הבכירה מרת חנה, נולדה ברישא בשנת תרי"ג, נישאה לר' צבי הירש ריינמאן אב"ד קרעטשניף, נפטרה י"ב אדר א' תרס"ט , בעלה רצ"ה מקרעטשניף נפטר כ"ו חשון תרע"ט
ב) בתו ריזשא בלומא נולדה בדראהביטש בשנת תרט"ז, נישאה לר' משה דוד ב"ר אשר אנשיל אשכנזי מלבוב
ג) בנו אשר [ישעי'] נולד בתרי"ח, ונפטר בעודו ילד
ד) בנו ר' יחיאל מ"מ אביו
ה) בנו ר' דוד אב"ד עטשעד



אננעמער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: איז דא 'ריינמאן' אייניקלעך פון ר' צבי הירש א חוץ דורך זיין איידעם ר' ניסן חיים ראזענבוים?


מציבות רבי צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף והרבנית חנה בת רבי אברהם אהרן טייטלבוים זצ"ל מקאלבאסוב:

בילד

רבי צבי הירש האט געהאט דאכט זיך 10 קינדער, דא איז טייל פון זיי, ווער ס' קען העלפן זאל זיך אנרופן.
1) בנו ר' אלעזר וואס איז געווען אן איידעם ביי א גלאגובער אייניקל.
ער איז ערגעץ ווי געווען א מחותן מיט ר' ישראל יעקב יוקל פון וואלאווא, און מיט'ן אהבת ישראל (מסתמא ביי זייערע אייניקלעך אז נישט זעה איך נישט וויאזוי).

2) בנו ר' יקותיאל יהודה.
פון אים איז דא אייניקלעך בתוכם ר' הערשל ריינמאן אין ב.פ. (טאטע פון ר' זלמן לייב M&M Dry Goods)

3) בנו ר' משה.
פון אים איז דא אייניקלעך אין ארגענטינע.

4) חתנו ר' ניסן חיים רויזענבוים אביו של ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל.

5) חתנו ר' מאיר שלמה לייפער מבאניא.
פון אים איז דא היפש אייניקלעך בתוכם ר' אלי' בצלאל טייטלבוים מוומב"ג.

6) ר' ישראל יעקב חוסטער'ס א זון איז געווען אן איידעם ביי אים.


אינעם נייעם אשכול פון מצבות אינעם בעסערמינער ביה"ח ווייזט זיך אויס אז ר' משה ב"ר צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף האט געוואונט אין בעסערמין, ושם נפטר כ"ב אדר א' תרפ"ט.

מצבתו בעיר בעסערמין:
בילד

אשתו מרת שרה (נכדת הנוע"א) נפטרה ט"ו אדר א' תרצ"ח, מציבתה בעיר בעסערמין:
בילד

גם בנם ר' יחיאל ריינמאן נטמן שם בבעסערמין, נפטר ט"ז סיון תרצ"ט, מצבתו בעיר בעסערמין:
בילד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט