רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
וועלטסמאן
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 12:18 pm

תגובהדורך וועלטסמאן » דינסטאג מארטש 03, 2009 1:41 pm

ביקסאד האט געשריבן:
געוואלד האט געשריבן:image 121, סוף ימיו של ר' אברהם אהרן זצ"ל, און די פטירה, זייער אינטעסאנט, צייגט מהותו וקדושתו.
האלטן מיר זעך איין אויף דערווייל פון קאמענטירן, בפרט די לעצטע צוויי ווערטער.



ס'איז גרויסע חוצפה אזוי צו שרייבן אויף א רב בישראל ווייל דיין זיידע האט געהאט מיט אים פאליטיק און ווי אויבן געשריבן קומט זיך דיר א זעץ אין די ציין , און דער מילער אנשטאט ער זאל מעקן האט ער געמאכט דערפון א דשאוק ווי כנראה בתגובותיו האט דער ביקסאד זייער שיין מסביר געווען פאר מיללער אין אישית די גאנצע פרשה במילא איז ער געווארן איינזייטיג ,איך בין אויך א אייניקל פון הרה"ק ר אשר'ל ואעפ"כ בין איך נישט מיט דיר

שיין עמער אויסזעהן באלד וועט קומען אן אייניקל פון ר' יעקב עמדין און שרייבן א אשכול קעגן ר' יונתן,

חוץ אויב די הנהלה האט איינגעזעהן אז מ'מעג שרייבן אויף גדולים פון פאר די קריג דעמאלט האב איך אסאך צו שרייבן ווי למשל דא
בשבילי נברא העולם...!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 03, 2009 1:45 pm

מר. וועלטסמאן,

זיי נישט אזוי בייז, אבער מיט מעקן האב איך נישט קיין שייכות, און אויב דו האלטסט אז די גבאים און מנהלים האבן דא געטאן נישט צו דער זאך, ביטע רעדט מיט זיי און לאז מיך ארויס פון דער סומטאכע, אין לי ולך ולא כלום.

בד"וו ווען האסטו צום לעצט צוגעגבען עפעס צו דעם פארום?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 4:46 pm

מיללער האט געשריבן:געטראפן דעם בילד פון די מצבה פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב.

דאס איז אין איננקלאנג מיט זיין צואה:
צוגעלייגטע
kulbossov.JPG
kulbossov.JPG (23.15 KiB) געזעהן 1876 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 06, 2009 8:32 am

וועלטסמאן האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
געוואלד האט געשריבן:image 121, סוף ימיו של ר' אברהם אהרן זצ"ל, און די פטירה, זייער אינטעסאנט, צייגט מהותו וקדושתו.
האלטן מיר זעך איין אויף דערווייל פון קאמענטירן, בפרט די לעצטע צוויי ווערטער.


ס'איז גרויסע חוצפה אזוי צו שרייבן אויף א רב בישראל ווייל דיין זיידע האט געהאט מיט אים פאליטיק און ווי אויבן געשריבן קומט זיך דיר א זעץ אין די ציין , און דער מילער אנשטאט ער זאל מעקן האט ער געמאכט דערפון א דשאוק ווי כנראה בתגובותיו האט דער ביקסאד זייער שיין מסביר געווען פאר מיללער אין אישית די גאנצע פרשה במילא איז ער געווארן איינזייטיג ,איך בין אויך א אייניקל פון הרה"ק ר אשר'ל ואעפ"כ בין איך נישט מיט דיר
גילוי דעת נאות, אלס והייתם נקיים וגו' יאך בין נישט קיין אייניקל, און יאך שטעל מיר פאר אז איר אויך נישט,
און שטעלט מיר נישט צו צו אייער צד אדער צדדים,
וועלטסמאן האט געשריבן:חוץ אויב די הנהלה האט איינגעזעהן אז מ'מעג שרייבן אויף גדולים פון פאר די קריג דעמאלט האב איך אסאך צו שרייבן ווי למשל דא
נו, אדרבה וואו דער סקרענטאן'ער רב זז"ג האט געשריבן ברמיזא,
אז איר זאלט צוגעבן פון אייער וויסנשאפט להנאת חברינו היקרים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג מארטש 06, 2009 11:37 am

פארשטייסטי מעך דער ביקסאדער ווייזט אז ער האלט זיך פעסט ער לאכט זיך אויס פון די תמימי לב וואס פריערדיגע צדיקים זענען ביי זיי מקודש,
אגב נאך די ווערטער וואס דער ביקסאד האט דא געשריבן האב איך געמאכט אביסל ריסורוטש אין איך האב געהערט פון א קראנטער מקור וואס האט דאס געהערט נאכדערציילען אז דער רבי מרן מסאטמאר זי"ע האט דערציילט אז זיין פאטער דער קדושת יו"ט האט זייער גרויס געהאלטען פון זיין ברודער, אין ווען ער פלעגט קימען קיין אונגארען פלעגט ער צישיקען זיינע קינדער זאלען פארען צי אים אויף שבת,
אזוי אויך האט יענער געוויסט צי זאגען וואס עימיצער האט דא שוין געשריבן אז דער פאטער האט אים געבעטן אז ער זאל קימען וואוינען קיין אונגארען (לכאורה נישט קיין סיגוט ווי סשיינט) ווי א גרויס חלק פון די סיגוטע חסידים וואלטען ווען געפארן צינעם, להוציא דארט אין קאלבעסוב ווי דער ציבור איז שוין געווען חסידים פון אנדערע רביס עטליכע דורות.
לעצט פאראכטן דורך יאסל אום פרייטאג מארטש 06, 2009 12:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 06, 2009 11:42 am

יאסל,
איך פארשטיי אז אורייתא הוא דקא מרתחי בי, אבער דאך איז פארהאן א פסוק 'דברי חכמים בנחת ישמעון'.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » פרייטאג מארטש 06, 2009 12:02 pm

לכבוד חבירינו המקשיבים שיחיו נצח!

אל נא אחי תרעו, למה הרעותם לקרעטשמע הזה? תלי"ת שאתרינו קנה שמו כמקום חשוב ונעלה מבלי לשה"ר ומחלוקת, המדובר אודות מחלוקה שהתקיימה מלפני מאה שנים בוודאי שלא ישמש כבימה לבזות זא"ז או לצער זולתו.

ידידינו הרב מיללער כבר העתיק מאמר החכם שלמה המלך ע"ה 'דברי חכמים בנחת ישמעון' בבקשה מכם הרב מביקסאד ורבי יאסל, הידיעות שלכם הוא ברמה הגבוהה למה תשפילו עצמיכם בדברי בוז וקלון.

משנכנס אדר מרבין בשמחה, וה"ר שבזכות כבוד התורה ולומדיה, יושפע לנו שפע רב ומחה עילעא, בהתרוממות קרן התורה ובהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א

כ"ד הגבאי בשם ההנהלה

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » פרייטאג מארטש 06, 2009 12:23 pm

יאסל האט געשריבן:אגב נאך די ווערטער וואס דער ביקסאד האט דא געשריבן האב איך געמאכט אביסל ריסורוטש אין איך האב געהערט פון א קראנטער מקור וואס האט דאס געהערט נאכדערציילען אז דער רבי מרן מסאטמאר זי"ע האט דערציילט אז זיין פאטער דער קדושת יו"ט האט זייער גרויס געהאלטען פון זיין ברודער, אין ווען ער פלעגט קימען קיין אונגארען פלעגט ער צישיקען זיינע קינדער זאלען פארען צי אים אויף שבת,
.

די מעשה גייט אז דער רבי האט דאס געזאגט פאר א קאלבאסאווע אייניקעל, אזוי שטייט אין מש"י, וד"ל...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 2:27 pm

תמונת ר' דוד טייטלבוים מעטשעד ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב
צוגעלייגטע
Etched.jpg
Etched.jpg (6.2 KiB) געזעהן 1723 מאל

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג מאי 26, 2009 6:31 pm

געוואלד האט געשריבן: ווען זיין טאטע דער ייטב לב איז נסתלק געווארן בשנת תרמ"ג, האט מען איהם פארגעשלאגן די סיגוטער רבנות, ער האט עס אבער אנטזאגט און געהייסן מ'זאל ענדערש אויפנעמען זיין אינגערע ברודער דער קדושת יו"ט.


כדענק עס ליינען ערגעצוואו [דער שרייבער שרייבט עס בתורת וואס ער האט גיזעהן אין פנקס ק"ק קלבוסוף, אז סאיז אנגעקומען א דעלעגאציע אנשים חשובים פון סיגוט לקבלו אויפן כסא הרבנות], אויב מעגליך צייכנט מיר צו די מקור צו דעם.

בשעתו ווען איך עס געליינט איז עס מיר גיווען א גרויסע חידוש ווייל ידוע איז אז די אנשי ק"ק סיגעט האבען באגערט אין ר' משה יוסלען וואס איז גיווען אן איש האשכולות אין כאן המקום להאריך, אבער אז מהאט אנגעטראגען פאר ר' אברהם אהרן איז מיר גיווען א חידוש

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דינסטאג מאי 26, 2009 6:35 pm

יאסל האט געשריבן:אין איינע פון די פריערדיג תגובות שרייבט עימיצער אז דער שואל ומשיב האט זיך אנגענומען פאר ר' אשר'ל, וואלט ווען געווען זייער אינטערסאנט ציוויסען וואס דער שטעלונג פונעם הייליגען ד"ח איז געווען (האב מיללער אין היברו בוקס איז דא שו"ת הד"ח? אז יא אפשר ברענגט איר אהער די תשובה).


עי' תשו' שואל ומשיב מהדו"ק חלק ב' סימן כ' משמע אז די ד"ח האט זיך נישט אנגענומען פאר ר' אברהם אהרן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 27, 2009 9:15 am

איך זעה אז דא האט מען עס נישט דערמאנט אין דעם אשכול, ר' אהרן דוד טווערסקי בנו של ר' יעקב ישראל מהורנוסטייפל-מילוואקי ז"ל, איז אן איידעם ביי ר' אלכסנדר שמואל ט"ב מקאלבאסוב-בראנקס ז"ל.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מיטוואך מאי 27, 2009 9:35 am

יאסל האט געשריבן:אין איינע פון די פריערדיג תגובות שרייבט עימיצער אז דער שואל ומשיב האט זיך אנגענומען פאר ר' אשר'ל,


עולם הפוך ראיתי עי' בתשובה שם, ודי בזה.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג יוני 18, 2009 4:36 pm

ב''ה
ראה נא היום בשבוענו היוצא לאור בוומ''ס הנקרא דער איד אודות התחדשות ותמונות מהמצבה החדשה והישנה של הרה''צ רא''א זצ''ל מקאלבעסאוו
וגם כמה סיפורים שסיפר בעל דברי יואל מדודו וצורתו זי''ע .
כ''ו סיוון תשס''ט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:12 pm

מאיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער קאלבאסובער רב האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף

תיקון טעות הרב מילער:
זיין זון וואס איז אוועק בחיי אביו האט נישט געהייסן משה, נאר אשר ישעי'.


לכבוד די יארצייט פונעם קאלבאסובער רב ר' אברהם אהרן זצ"ל, לאמיר מעלה זיין זכרונו. זכותו יגן עלינו.

נעכטן האב איך טאקע געזעהן אין שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ק עטליכע תשובות צו ר' אשר ישעי' טייטלבוים מקאלבאסוב, ער באטיטלט אים 'תלמידי', ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?

אויך האב איך געזעהן דארט צענדליגער תשובות צו ר' שלום גאלדבערג דומ"ץ קאלבאסוב, עס איז מיר מסתבר אז די רעדע איז פון ר' אלטר שלום יחיאל סג"ל גאלדבערג בעמח"ס מנחת העמור ו
עבודת הלוים עמ"ס שבועות
, זייענדיג דער זוהן פון ר' נפתלי צבי ראב"ד טארנא, קלער איך אז פון דארט קומט זיין שייכות צום טארנא רב דער מהר"י הכהן, ווייסט איינער מער איבער דעם דיין, און וואס זיין שטעלונג איז געווען אין די אנגעצויגענע יארען אין קאלבאסוב?

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » זונטאג אוגוסט 30, 2009 1:03 pm

מיללער האט געשריבן:נעכטן האב איך טאקע געזעהן אין שו"ת מהר"י הכהן מהדו"ק עטליכע תשובות צו ר' אשר ישעי' טייטלבוים מקאלבאסוב, ער באטיטלט אים 'תלמידי', ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם זוהן?


איר זענט זיכער אז דא רעדט מען פון ר' אברהם אהרן'ס א זוהן?, איך פארשטיי אז דער נאמען איז אזוי משמע, אבער עפעס שמעקט דאס נישט אזוי.
דאס איז אבער זיכער אז דער ר' אשר ישעי' איז נישט אוועק בחייו פון ר' אברהם אהרן, עי' במאורי גאליציע בערכו אז ער האט נאך געלעבט אסאך שפעטער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 12:35 am

איך האב נישט דעם מאורי גליצי' הרב שישא, וואס שרייבט ער איבער ר' אשר ישעי' וואס מאכט אייך טראכטען אז דאס איז נישט של ר' אברהם אהרן?

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:54 pm

אין מאורי גאליציע ברענגט ער מערערע ספרים ווי ער ווערט דערמאנט, צוישען זיי 2 מקורות פון אזוי שפעט ווי תרפ"ב, און ער שרייבט גאר "נמסר שנספה בשואה".
איך מיין אז אויב איר ער א זוהן פון ר' אברהם אהרן און ער איז נישט אוועק בחיי אביו, וואלט מען ווען געדארפט מער האבן געהערט איבער אים, איבערהויפט אז ער איז געווען א בר הכי, ווי עס איז משמע אין די מקורות ווי ער ווערט געברענגט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:37 pm

יעצט זעה איך אז ר' יחיאל מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן ר' אשר חותן ר' איתמר ראזענבוים האדמו"ר הזקן מנאדבורנא (אזוי האב איך געטראפן אויף גוגל-ביכער פון א ספר 'שלשלת היוחסין', זעה בייגעלייגט), לכאורה איז דער דאס.
צוגעלייגטע
books.png

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 1:03 am

סקרענטאן'ער רב איר האט וואו עס שיינט פאר-זעהן אז מען רעדט אצינדער פון טייטלבוים נישט רובין.

על הרה"ק ר' אשר'ל ותולדותיו תמצא באשכולו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 10:01 am

אתה צודק, טעיתי כשה אובד בקש, כרגיל.

אז איה הנגר און בן נגר דיפריקיניה, מי הוא זה ר' אשר ישעי' ט"ב מקולבאסוב, האם היה בנו או נכדו של ר' אברהם אהרן, ואם נכדו בן מי היה.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:06 pm

הציון החדש שהוקם ע"י ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א
מאחור נראה אהל חותנו ר' אשר ישעי' רובין זצ"ל
(אתר אהלי צדיקים):
צוגעלייגטע
kolbsov2.jpg
kolbsov2.jpg (32.33 KiB) געזעהן 1741 מאל
phpThumb.jpg
phpThumb.jpg (25.57 KiB) געזעהן 1741 מאל

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 12:20 pm

מיללער האט געשריבן:אתה צודק, טעיתי כשה אובד בקש, כרגיל.

אז איה הנגר און בן נגר דיפריקיניה, מי הוא זה ר' אשר ישעי' ט"ב מקולבאסוב.


גם בפתחה של... אינם חוזרין.
מי אומר לך שהוא בא בכלל מקאלבסוב, האם ראית כן באיזה מקום, אולי אינו נכד היש"מ כלל.

איך וויל ארויפלייגן דעם מאורי גאליציע, ביטע מודיע זיין וויאזוי מען איז מצרף א בילד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:13 pm

מיללער האט געשריבן:אתה צודק, טעיתי כשה אובד בקש, כרגיל.

אז איה הנגר און בן נגר דיפריקיניה, מי הוא זה ר' אשר ישעי' ט"ב מקולבאסוב, האם היה בנו או נכדו של ר' אברהם אהרן, ואם נכדו בן מי היה.

ווי זעסטי דא ר' אשר ט"ב ?
איך זע דא ר' אשר ישעי רובין אב"ד קולבסוב

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:48 pm

אגב בהילותך שיבשת,
מיילעך האט געשריבן:הציון החדש שהוקם ע"י ר' ישראל מאיר גבאי שליט"א
מאחור נראה אהל חותנו ר' יחיאל'יש וגיסו ר' אשר ישעי' רובין זצ"ל
(אתר אהלי צדיקים):
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט