רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 01, 2014 3:11 pm

מיללער האט געשריבן:אינעם נייעם אשכול פון מצבות אינעם בעסערמינער ביה"ח ווייזט זיך אויס אז ר' משה ב"ר צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף האט געוואונט אין בעסערמין, ושם נפטר כ"ב אדר א' תרפ"ט.


דא ווערט דערמאנט ר' משה ריינמאנן צווישן די שמות החותמים אין בעסערמין אויפן ספר הרי בשמים.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג יולי 01, 2014 3:38 pm

אננעמער האט געשריבן:רבי צבי הירש האט געהאט דאכט זיך 10 קינדער, דא איז טייל פון זיי, ווער ס' קען העלפן זאל זיך אנרופן.
1) בנו ר' אלעזר וואס איז געווען אן איידעם ביי א גלאגובער אייניקל.
ער איז ערגעץ ווי געווען א מחותן מיט ר' ישראל יעקב יוקל פון וואלאווא, און מיט'ן אהבת ישראל (מסתמא ביי זייערע אייניקלעך אז נישט זעה איך נישט וויאזוי).

2) בנו ר' יקותיאל יהודה.
פון אים איז דא אייניקלעך בתוכם ר' הערשל ריינמאן אין ב.פ. (טאטע פון ר' זלמן לייב M&M Dry Goods)

3) בנו ר' משה.
פון אים איז דא אייניקלעך אין ארגענטינע.

4) חתנו ר' ניסן חיים רויזענבוים אביו של ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל.

5) חתנו ר' מאיר שלמה לייפער מבאניא.
פון אים איז דא היפש אייניקלעך בתוכם ר' אלי' בצלאל טייטלבוים מוומב"ג.

6) ר' ישראל יעקב חוסטער'ס א זון איז געווען אן איידעם ביי אים.


ער האט געהאט 11 קינדער, 6 זון און 5 טעכטער.

בניו:
1)רבי אלעזר אב"ד גלאגוב (חתן רבי אברהם חיים רובין מגלאגוב)

2) רבי יקותיאל יהודה מזאלקוב (חתן ר' אהרן זעליג ליבערמאן מזאלקוב, בן ר' חיים אליהו מזאלקוב, חתן הלב שמח מאלעסק)

3) רבי אלימלך

4) רבי יחיאל

5) רבי דוב בעריש אב"ד באנילא

6) רבי משה


בנותיו:
1) הרבנית ראצא אשת רבי ניסן חיים מבראדשין (בן רבי אליעזר זאב מקרעטשניף, בן רבי מאיר מקרעטשניף, בן רבי מרדכי מנאדבורנא)

2) הרבנית רחל אשת רבי אשר ליפשיץ (בן רבי אהרן אב"ד לאפאנוב)

3) הרבנית ריקל רייזל אשת רבי יהושע פראנקפורטער מקאשוי (בן ר' יעקב מקאשוי)

4) הרבנית רבקה אשת רבי חיים שלמה לייפער (בן ר' משה, בן רבי אהרן לייב מנאדבורנא בעל יד אהרן - אחיו של רבי מרדכי מנאדבורנא)

5) הרבנית זיסל אשת רבי ראובן לייפער [הי' נקרא ווייזער רבי] (בן רבי ישראל יעקב מחוסט, בן רבי מרדכי מנאדבורנא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 26, 2015 4:52 pm

מיללער האט געשריבן:ר' אברהם אהרן איז געווען דער עלטסטער זוהן פונעם הייליגען ייטב לב פון סיגוט זצ"ל, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית רייצא בתה של ר' יחיאל רובין מקאלבאסוב ב"ר אשר ישעי' מראפשיץ חתן הזרע קודש.

לאחר פטירת חותנו האט ער ממלא מקום געווען ברבנות ואדמורות אין שטאט קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה, עס ווערט דערציילט אז ער האט נישט געוואלט אננעמען קען רבנות אין קיין אנדערע שטעט ווייל דער צאנזער רב האט אים אנגעווינטשן 'קאלבאסובער רב איר זאלט האבן אריכות ימים' וכך הוה ער איז אלט געווען 84 יאר ביי זיין פטירה י"ב אלול שנת תר"ע.

ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף

(איך זוך דעם בילד פון די מצבה אין קאלבאסוב, עס איז שוין ערשינען בתוכינו, כ'האב עס דערווייל נישט אפירגעטראפן)



מציבת ר' יצחק משולם ריינמאן בן רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל על הביה"ח בעיר סיגוט:
viewtopic.php?p=1057585#p1057585
מצבות שטעלער האט געשריבן:1802
ר' יצחק משולם ב"ר צבי הירש אב"ד קרעטשיניב - כ"ח כסלו תרפ"ה

ולמעלה בקודש קדושים מפורסמים ונכד הגה"ק מרן ייטב לב ונכד הגה"ק מרן אב"ד דק"ק ראפשיץ

בילד


dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג מאי 31, 2015 2:11 pm

מי היה הילדים של רבי משה ריינמאן?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יוני 03, 2015 12:24 pm

הגה"צ רבי דוד טייטלבוים מעטשעד הי"ד בן הרה"ק רבי אברהם אהרן מקאלבאסוב זצ"ל

דוד-טייטלבוים.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 20, 2016 1:07 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' יחיאל טייטלבוים ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן דא אין ניו-יארק ר' ארי' לייבוש וועלכער איז קודם געווען רב אין קאלבאסוב בחיי אביו, און ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא האט אים דער פאטער ממלא מקום געווען אין קאלבאסוב ביז צו דער קריג.


דער זוהן פון ר' יחיאל, ר' ארי' לייבוש איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"א און ער נאך נפטר געווארן בחיי אביו כ"ט שבט תש"א (פונקט יעצט טאקע די יארצייט) ער ליגט אין קיו גארדענס הילס, זוון זוהן ר' אלכסנדר שמואל האט אים ממלא מקום געווען באדמורות קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה ב' תמוז תש"מ.
בילד


אין 'די אידישע צייט' יענע וואך, האט דער בארימטער שריפטשטעלער און יעדן נפלא הרב א.ז.י. פר"מ געהאט א באשרייבונג איבער הרה"ק רבי אלעזר מריישא זצ"ל ומשמשו בקודש החסיד ר' הערש באק ע"ה וועלכער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בעצת רבו הק' זי"ע. דערציילט דארט ר' חנא בדרך אגב אז אויך דער שוואגער פון רבי אלעזר ריישער זצ"ל, דער קאלבאסובער רב זצ"ל ר' לייבוש ט"ב איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא עפ"י עצת גיסו ז"ל.

בייגעלייגט איז די מודעה אין 'מארגן זשורנאל' איבער די אנקום פונעם קאלבאסובער רב קיין אמעריקא:
צוגעלייגטע
קאלבאסוב.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 2:02 pm

מגליון זקניך ויאמרו לך (סוכות תשע"ג)

unnamed.png
unnamed.png (92.85 KiB) געזעהן 1670 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:28 am

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' כי תצא תשע"ז)
צוגעלייגטע
רבי אברהם אהרן מקאלבסוב.pdf
(92.01 KiB) דאונלאודעד 46 מאל

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מענדל טייטלבוים מטשענסטחוב

תגובהדורך תולעת-ספרים » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 2:38 pm

כ'ווייס נישט צי דא איז דער פלאץ, אבער אפשר ווייסט איינער מעהר פרטים אויף הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים בן הרה"צ ר' דוד אבד"ק עטשעד, בן הרה"צ ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זצ"ל, עהר איז גיוועהן א איידים ביי הגה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב אין אזוי נאך גיוועהן א שוואגער מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
אפשר דרייט זיך דא אין פארום איינער וואס האט עפעס גיהערט פון די רעבעצין מאת אלטא פייגא ע"ה אויף איהר ברידערס אין שוואגערס?
אינטערעסאנט איז אז די ביידע שוועסטערס - וואס זענען גיבוירען דעם זעלבען טאג (אזוי ווי מעט זעהט לכאורה אין די פאפירען) - האבען ביידע חתונה גיהאט מיט משפחת התמרים...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 3:12 pm

משפחת אחיו ר' נפתלי האבן נישט קיין אינפארמאציע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:16 am

היינט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק ר' אברהם אהרן מקולבוסוב זי''ע
געליינט דער שבת די שיינע ביוגראפיע איבער איהם אין דער תורה בלעטל עלים לתרופה וואס כ'האב געזעהן אין א שוהל ..
参考专家

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:56 am

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט איז דער הילולא קדישא פין הרה''ק ר' אברהם אהרן מקולבוסוב זי''ע
געליינט דער שבת די שיינע ביוגראפיע איבער איהם אין דער תורה בלעטל עלים לתרופה וואס כ'האב געזעהן אין א שוהל ..

גא"מ
יא! זייער שיין געשריבן!
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:21 am

במיוחד הנאה געהאט פון די ווארט פון די רשעים האבן געלט ווייל זיי זאגן חטאתי און שפעטער בעט מען פאר פרנסה, און וואס זיין טאטע הרה"ק די ייטב לב זי"ע האט איהם גענטפערט.

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מנדל טייטלבוים מטשענסטחוב

תגובהדורך תולעת-ספרים » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:16 pm

משפחת אחיו ר' נפתלי האבן נישט קיין אינפארמאציע?
אפשר האט איהר א טעלעפאן-נאמבער פון איינער פון די משפחה וואס קען וויסען?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:28 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:כ'ווייס נישט צי דא איז דער פלאץ, אבער אפשר ווייסט איינער מעהר פרטים אויף הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים בן הרה"צ ר' דוד אבד"ק עטשעד, בן הרה"צ ר' אברהם אהרן מקאלבסוב זצ"ל, עהר איז גיוועהן א איידים ביי הגה"צ ר' אביגדור מטשענסטחוב אין אזוי נאך גיוועהן א שוואגער מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
אפשר דרייט זיך דא אין פארום איינער וואס האט עפעס גיהערט פון די רעבעצין מאת אלטא פייגא ע"ה אויף איהר ברידערס אין שוואגערס?
אינטערעסאנט איז אז די ביידע שוועסטערס - וואס זענען גיבוירען דעם זעלבען טאג (אזוי ווי מעט זעהט לכאורה אין די פאפירען) - האבען ביידע חתונה גיהאט מיט משפחת התמרים...

מיין פארוואלקנטע זכרון געדענקט עפעס פונם קונטרס 'מחברתו הטהורה', וואס לעת עתה זענען ארויס געקומען נאר חלקים דערפון, דארט אינעם ערשטן קונטרס דאכציך מיר שטייט עפעס

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:51 pm

קען איינער אהער ברענגען דו באוואוסטע בילד פון זיין זון ר' יחיאל מיט טו"ת (גענומען געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש)? דערמאנט געווארן אין די עלים די וואך

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:10 pm

טייטל האט געשריבן:קען איינער אהער ברענגען דו באוואוסטע בילד פון זיין זון ר' יחיאל מיט טו"ת (גענומען געווארן דורך די נאצי'ס ימ"ש)? דערמאנט געווארן אין די עלים די וואך

Kolbosov.jpg
Kolbosov.jpg (26.89 KiB) געזעהן 1410 מאל

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:14 pm

ליגט מיר אין קאפ כ'האב געזעהן דא אין וועלטל עפעס א הסבר וועגן די אופן וויאזוי ער זיצט, די נאציס האבן עם געהייסן עפעס פארשטעלן.

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי מנחם מענדל טייטלבוים מטשענסטחוב

תגובהדורך תולעת-ספרים » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:33 pm

מיין פארוואלקנטע זכרון געדענקט עפעס פונם קונטרס 'מחברתו הטהורה', וואס לעת עתה זענען ארויס געקומען נאר חלקים דערפון, דארט אינעם ערשטן קונטרס דאכציך מיר שטייט עפעס

אפשר קענט איהר דאס ארויפלייגען, כ'האב דאס קיינמאהל נישט גיזעהן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:03 pm

יציב פתגם האט געשריבן:הגה"צ רבי דוד טייטלבוים מעטשעד הי"ד בן הרה"ק רבי אברהם אהרן מקאלבאסוב זצ"ל

עטשעד.jpg
עטשעד.jpg (57.59 KiB) געזעהן 472 מאל

מכתב ממנו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:26 pm

מיילעך האט געשריבן:לכבוד מיללער
ר' נפתלי מעטשעד ליגט אין סאטמארער חלקה אין ניו זשערסי.
אגב ר' אברהם אהרן מקאלבסוב האט געהאט נאך אן איידעם. ר' יעקב שלמה פרענקל ב"ר יצחק יודא פרענקל בעל "מחיר חלב" אב"ד סאניק. משפחת פרענקל אין לאנדאן די נדבנים פינעם זאל "עטרת אברהם" אין וומסב"ג זענן אייניקלעך.

פלא - ברעקארד בעיר סאנוק מצאתי רישום נישואי מלכה בתו של הגה"צ מקאלבאסוב זצ"ל עם 'חיים מרדכי ב"ר אפרים' פרענקל - בשנת תר"ס
teitelbaum frenkel.png
teitelbaum frenkel.png (42.61 KiB) געזעהן 341 מאל

ובהמשך שם יש רישום לידתו של חיים מרדכי פרענקל הנ"ל ב"ר אפרים וחנה לבית ענגלארד משנת תרל"ג

איז מעגליך ר' אפרים געווען א זון פון ר' יהודה יצחק מסאניק? דער פאטער פון ר' יהודה יצחק האט טאקע געהיייסן חיים מרדכי, כנראה מהקדמת הספר שני צמידים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

אויף די מצבה פון הרה"ח ר' ליבוש פרענקל אין קרית יואל נכד הנ"ל ווערט געשריבן זיין יחוס ווי פאלגענד: ר' יהודה יצחק המכונה ליבוש ב"ר חיים אפרים ב"ר יעקב שלמה ב"ר יהודה יצחק מסאניק - וחתן רא"א מקלאבסוב, עס איז נישט קלאר אויף וועם דער 'וחתן' גייט ארויף צו ר' חיים אפרים איז געווען דער איידעם אדער ר' יעקב שלמה - אבער לויט די רעקארד איז גאר געווען א דריטע דור אינדערמיט 'חיים מרדכי ב"ר אפרים ב"ר יעקב שלמה' וצ"ע
בילד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי אברהם אהרן ט"ב עטשעד

תגובהדורך dovidal » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:47 pm

בנו של ?
צוגעלייגטע
AAT ETCHED.jpg
AAT ETCHED.jpg (204.71 KiB) געזעהן 158 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט