רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי אברהם אהרן טייטלבוים מקאלבאסוב זצ"ל - י"ב אלול תר"ע

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 2:49 pm

ר' אברהם אהרן איז געווען דער עלטסטער זוהן פונעם הייליגען ייטב לב פון סיגוט זצ"ל, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית רייצא בתה של ר' יחיאל רובין מקאלבאסוב ב"ר אשר ישעי' מראפשיץ חתן הזרע קודש.

לאחר פטירת חותנו האט ער ממלא מקום געווען ברבנות ואדמורות אין שטאט קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה, עס ווערט דערציילט אז ער האט נישט געוואלט אננעמען קען רבנות אין קיין אנדערע שטעט ווייל דער צאנזער רב האט אים אנגעווינטשן 'קאלבאסובער רב איר זאלט האבן אריכות ימים' וכך הוה ער איז אלט געווען 84 יאר ביי זיין פטירה י"ב אלול שנת תר"ע.

ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף

(איך זוך דעם בילד פון די מצבה אין קאלבאסוב, עס איז שוין ערשינען בתוכינו, כ'האב עס דערווייל נישט אפירגעטראפן)
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום זונטאג פאברואר 22, 2009 8:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 2:56 pm

ר' יחיאל טייטלבוים ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן דא אין ניו-יארק ר' ארי' לייבוש וועלכער איז קודם געווען רב אין קאלבאסוב בחיי אביו, און ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא האט אים דער פאטער ממלא מקום געווען אין קאלבאסוב ביז צו דער קריג.

עס איז פארהאן א הספד מר וואס ר' יחיאל האט געזאגט אויף זיין פאטער ר' אברהם אהרן, ער ברענגט דארט די צוואה און די סדר יציאת נשמה פונעם קאלבאסובער רב זצ"ל.

עס איז דא א באקאנטער בילד פון ר' יחיאל (חיליש) וואס די רשעים די דייטשן ימ"ש האבן געכאפט פון ר' יחיאל מעוטף בטלית ותפילין פאר ער איז רח"ל געשאסן געווארן הי"ד. (זעה בייגעלייגט)
צוגעלייגטע
24042.jpg
Kolbosov.jpg
Kolbosov.jpg (26.89 KiB) געזעהן 5927 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 3:01 pm

מיללער האט געשריבן:ר' יחיאל טייטלבוים ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן דא אין ניו-יארק ר' ארי' לייבוש וועלכער איז קודם געווען רב אין קאלבאסוב בחיי אביו, און ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא האט אים דער פאטער ממלא מקום געווען אין קאלבאסוב ביז צו דער קריג.


דער זוהן פון ר' יחיאל, ר' ארי' לייבוש איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"א און ער נאך נפטר געווארן בחיי אביו כ"ט שבט תש"א (פונקט יעצט טאקע די יארצייט) ער ליגט אין קיו גארדענס הילס, זוון זוהן ר' אלכסנדר שמואל האט אים ממלא מקום געווען באדמורות קאלבאסוב ביז צו זיין פטירה ב' תמוז תש"מ.

די מצבות אדמור"י קאלבאסוב (פון אתר קברי צדיקים)
צוגעלייגטע
aryeh-leibish-teitelbaum.jpg
alexander-teitelbaum.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג פאברואר 22, 2009 4:14 pm

דאס גאנצע רבנות פון ר' אברהם אהרן אין קאלבעסאוו איז נישט געווען אזוי פשוט, סאיז דא דאכט זיך א תשובה אין דברי חיים דערוועגען, מעיקרא האט מען אים אויפגענומען ביז ווילאנג זיין שוואגער ר' אשר וועט אויפוואקסען, אבער ער האט נושא חן געווען דארט אין כמיין אז מהאט געשערט די רבנות דארט, א שארפע מחלוקה האט אבער אויסגעבראכן שפעטער ווען ער איז אוועק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 8:09 pm

נאך אן איידעם פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב איז געווען ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף ז"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 8:43 pm

געטראפן דעם בילד פון די מצבה פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב.
צוגעלייגטע
Kulbesov tumb.jpg
Kulbesov tumb.jpg (73.39 KiB) געזעהן 5854 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 23, 2009 11:52 am

דאס בילד פון זיין מצבה איז נאך פון פארן קריג, כגלייב אז היינט ציטאג אויב מווייסט ווי זיין קבר איז קוקט שוין זיכער נישט אזוי אויס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2009 12:28 pm

יא דער בילד איז היסטאריש, ווער ווייסט די מצב פון קולבאסוב היינט צוטאגס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 23, 2009 1:26 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » מאנטאג פאברואר 23, 2009 4:58 pm

אין קולבאסוב איז נאך פון לאנג געווען א שיינער צאל ראפשיצער חסידים. דער ראפשיצער רב פלעגט דארט אפט קומען באזוכן, זיין זוהן ר' יעקב איז געקרוינט געווארן דארט פאר רב בשנת תקס"ד. ר' יעקב איז געווען א גאר איידעלער, שטילער, צוריקגעצויגענער און ערליכער מענטש. ער איז אבער אויף נישט צו לאנג געבליבן אין קולבאסוב, בלויז בערך זעקס אדער זיבן יאר, ווייל מעליץ האט מקנא געווען קולבאסוב פארן האבן ר' יעקב. לעגענדעס געבן איבער אז געוויסע געעהרטע מעליצער ראשי הקהלה זענען געקומען און מיטן נאכט און איהם אוועקגעגנבעט, און מיט דעם זיך איינגעקויפט דעם נאמען "די גנבים פון מעליץ" (קשה להבין – והוא פליאה)

אין יאר תקצ"ה איז ר' יחיאל רובין ז"ל אויפגענומען געווארן אלס רב און קולבאסוב. דער ר' יחיאל באקאנט אלס ר' חיליש רובין, איז געבוירן בשנת תק"ע, ער איז געווען א זוהן פון ר' אשר'ל ראפשיצער, און אן איידעם ביי הנגיד החסיד ר' אלי רייך פון ריישא.

ר' חיליש איז נסתלק געווארן בשנת תר"כ אלט זייענדיג 50 יאר. ער האט איבערגעלאזט זיין איידעם ר' אברהם אהרן טייטלבוים דער עלצטער זוהן פון דעם ייטב לב, אשתו הצ' רייצא, ר' אברהם אהרן האט געוואוינט און קולבאסוב און איז שוין דעמאלטס אלט געווען 34 יאר, ער האט זיך דאן באשעפעטיגט מיט פארקויפן אונגארישע וויין.

ר' חיליש'ס איינציגער זוהן איז געווען ר' אשר, ער איז געבוירן בשנת תר"ו און איז א נאמען געגעבן נאך זיין זיידע ר' אשר'ל ראפשיצער, ער איז אלט געווען בלויז 14 יאר ווען זיין טאטע איז אוועק.

יעדער האט דעמאלטס פארשטאנען אז ווילאנג דער יונגער אשר'ל וואקסט אונטער ער זאל קומען צו א יארגאנג פאסיג צו איבערנעמען זיין טאטענס ארט אלס קולבאסובער רב, זאל ר' אברהם אהרן דינען און דעם שטעלע.

דער ייטב לב מיט א שיינע צאל סיגעטע חסידים זענען געקומען צו פארן צום התמנות פון ר' אברהם אהרן - א גאר ווייטער רייזע פון סיגעט ביז טיף אין גאליציען - אויך די ארטיגע צאנזער חסידים האבן איהם שטארק געשטיצט, וויבאלד ר' אברהם אהרן איז געווען א גרויסער צאנזער חסיד.

עס איז אבער געווען אן ערענסטע קעגנשאפט קעגן ר' אברהם אהרן, א צאל קולבאסובער אידן האבן געוואלט א צווייטער קאנדידאט זאל דינען אלס רב ביז דער יונגער ר' אשר'ל וואקסט אונטער. זיי האבן בוחר געווען איינער א ר' וואלף קרייזמאן פון ריישא, א תלמיד חכם און עושר, ער האט שוין געהאט געוואוינט אין קולבאסוב. דער ר' וואלף האט זיך געפירט זיין אייגן רבנות, וואס האט צוגעברעגט פאר ר' אברהם אהרן היפש עגמות נפש.

המשך יבוא

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » מאנטאג פאברואר 23, 2009 5:02 pm

ר' דוד דער עטשעדער רב, האט זיך אמאל געווערטלט מיט סאטמאר רבין דער בעל דברי יואל, אז ער איז דארף באמת זיין סיגוטער רב, זייענדיג בכור בן בכור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2009 11:46 pm

וויאזוי הייסט דער עטשעדער רב פון ב"פ און וויפיל דורות איז ער פון ר' דוד מעטשעד?
די ראזענבוים משפחה (מאשלוי-קאלבוסוב) וויאזוי קומען זיי אן צו ר' אברהם אהרן?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:36 am

מיללער האט געשריבן:נאך אן איידעם פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב איז געווען ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף ז"ל

דער ר' צבי הירש האט געהאט א איידעם ר' ניסן חיים מבראדשין בן ר' לייזער וואלף מקרעטשניף, און פאטער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים זצ"ל (דער קרעטשניפער רבי האט געהייסן צבי הירש נאכן זיידן ר' צבי הירש ריינמאן).

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:00 am

מאיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך אן איידעם פון ר' אברהם אהרן מקאלבאסוב איז געווען ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף ז"ל

דער ר' צבי הירש האט געהאט א איידעם ר' ניסן חיים מבראדשין בן ר' לייזער וואלף מקרעטשניף, און פאטער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים זצ"ל (דער קרעטשניפער רבי האט געהייסן צבי הירש נאכן זיידן ר' צבי הירש ריינמאן).

אזוי גאר הייסט דאס אז דער קרעטשניפער רבי ר' הערשילי איז א סיגוטער אייניקעל,
שטימט דאך דאן זייער גיט אויף אים אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:31 am

יא יא, פון דא שטאמט טאקע "קרעטשניף - סיגעט".

אגב ער האט זיך געפירט מיט אסאך זאכן כמנהג בית אבותיו מסיגעט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 24, 2009 12:10 pm

מיללער האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף


לאמיר מאכן א שטיקעל סך הכל
א)פון ר' יחיאל ווייס מיר אז סאיז דא דורות ווייל זיין זון ר' לייביש איז דאך שוין דאהי געווען בעפארן קריג
ב)פון ר' דוד פון עטשעד(אגב עטשעד איז אין אונגארען הייסט דאס אז ר' אברהם אהרן'ס קינדער זענען צירוק געקומען צים שורש) ווייסען מיר דערווייל אז אין בארא פארק איז דא אן עטשעדער רבי מיטן נאמען טייטעלבוים, אין לכאורה איז ער זיינס אן אייניקעל
ג)ר' משה דוד אשכנזי ווייסען מיר דערווייל גארנישט
ד) פון ר' צבי הירש ריינמאן האמיר יעצט געשמיסט אז פון זיין איידעם ר' ניסן חיים איז דא דורות
איז זיכער אז דאס זענען געווען אלע זיינע קינדער???

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » דינסטאג פאברואר 24, 2009 12:25 pm

המשך

ר' אשר'ל, דער יונגערער שוואגער פון ר' אברהם אהרן, האט חתונה געהאט ביי די פופצען יאר, ווי ער איז געווארן אן איידעם ביי איינע פון ר' אייזיקל קאמארנא'ס זוהן (איך ווייס נישט פונקטליך ווער), ער איז געזיצן היפש לאנג און קאמארנא אויף קעסט און דארט עוסק געווען בתורה ובתפלה, ספעציעל בתורת הנסתר. ער פלעגט נאר געקומען קיין קולבאסוב אויף קורצע באזוכן ווי ביי זיין פאטער ר' חיליש'ס יארצייט וכדומה.

שפעטער ווען ר' אייזיקל מקאמארנא איז נסתלק געווארן איז געווארן זיין פרנסה בדוחק, און ער האט אנגעהויבן תובע זיין די קולבאסובער רבנות, האט מען ע"פ הצעות הדברי חיים אויסגעארבעט אז ר' אשר'ל זאל בלייבן און קאמארנע און מ'זאל איהם אהין שיקן געהאלט, ס'דא א תשובה פון שואל ומשיב איבער דעם סיכסוך ווי דער שואל ומשיב שרייבט אז מ'זאל טוהן וואס דער דברי חיים האט מציע געווען. אבער למעשה האט ר' אשר'ל אלס געלעבט אין די האפענונג אז ער וועט נאך באקומען די קולבאסובער רבנות וואס איז קיינמאל געקומען דערצו.

דער ר' אשר'ל איז געווען א גאר געהויבענער מענטש, ער פלעגט אויפשטיין יעדן טאג פראווען חצות און עוסק זיין בתורת הנסתר ביז פינף פארטאגס, און ווי עס שיינט האט דער דברי חיים אויך געהאלטן מן הדין אז דאס רבנות קומט זיך פאר ר' אשר'ל, נאר וויבאלד ר' אברהם אהרן איז אויך געווען אן אדם השלם מאוד, דער דברי חיים האט שטארק געהאלטן פון איהם, און פילע בני העיר האבן זיך שטארק מדבק געווען און איהם, בנוסף מיט דעם אז ר' אשר'ל איז דייקא געווען א שטארק צוריקגעצויגענער מענטש וואס איז אנטלאפן פון כבוד, ער האט בעיקר געוואלט דאס רבנות צוליב פרנסה, האט מען עס אזוי אויסגעארבעט אלס הדבר השוה לכל.

ווי דערמאנט, ווילאנג ר' אשר'ל איז געזעצין און קאמארנא האט ר' אברהם אהרן זיך שטארק איינגעגלידערט און די קולבאסובער רבנות, ער האט געהאט א שטארקע קשר מיט די בני העיר. ווען זיין טאטע דער ייטב לב איז נסתלק געווארן בשנת תרמ"ג, האט מען איהם פארגעשלאגן די סיגוטער רבנות, ער האט עס אבער אנטזאגט און געהייסן מ'זאל ענדערש אויפנעמען זיין אינגערע ברודער דער קדושת יו"ט.

המשך יבוא...(איך שרייב נאך א ענגלישע ארטיקל פון jewishgen)

אגב, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן בין כותלי הקרעטשמע, תולדות ר' אשר'ל מקולבאסוב? אויב נישט קען אפשר איינער מיטיילן

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג פאברואר 24, 2009 12:32 pm

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ער האט איבערגעלאזט;
א) בנו ומ"מ הרה"ק ר' יחיאל וועלכער איז אומגעקומען עקד"ה (זעה קומענדיגע תגובה)
ב) בנו ר' דוד מעטשעד בעמח"ס דברי דוד
ג) בנו ר' משה (נפטר בחיי אביו בדמי ימיו)
ד) חתנו ר' משה דוד אשכנזי ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח מאלעסק
ה) חתנו ר' צבי הירש ריינמאן מקרעטשניף


לאמיר מאכן א שטיקעל סך הכל
א)פון ר' יחיאל ווייס מיר אז סאיז דא דורות ווייל זיין זון ר' לייביש איז דאך שוין דאהי געווען בעפארן קריג
ב)פון ר' דוד פון עטשעד(אגב עטשעד איז אין אונגארען הייסט דאס אז ר' אברהם אהרן'ס קינדער זענען צירוק געקומען צים שורש) ווייסען מיר דערווייל אז אין בארא פארק איז דא אן עטשעדער רבי מיטן נאמען טייטעלבוים, אין לכאורה איז ער זיינס אן אייניקעל
ג)ר' משה דוד אשכנזי ווייסען מיר דערווייל גארנישט
ד) פון ר' צבי הירש ריינמאן האמיר יעצט געשמיסט אז פון זיין איידעם ר' ניסן חיים איז דא דורות
איז זיכער אז דאס זענען געווען אלע זיינע קינדער???

תיקון טעות הרב מילער:
זיין זון וואס איז אוועק בחיי אביו האט נישט געהייסן משה, נאר אשר ישעי'.

און פון ר' משה דוד איז געבליבן א זון ר' יחיאל ער האט געוואוינט שפעטער אין נוי יארק.

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » דינסטאג פאברואר 24, 2009 4:06 pm

אינעם ניו יארק פובליק לייברערי וועבסייט האב איך געפונען דער פנקס קולבשוב, מ'קען דארט אסאך נאשן ס'איז א גרויסער בוך און אביסל שווער צו אויסזוכן די חומר נוגע לתולדות ר' אברהם אהרן זצ"ל, איך האב אידענטיפיצירט די פאלגענדע images:

image 59 - די פריע היסטאריע - פון ר' יחיאל (הראשון) וחתנו ר' אברהם אהרן דידן,

image 121, סוף ימיו של ר' אברהם אהרן זצ"ל, און די פטירה, זייער אינטעסאנט, צייגט מהותו וקדושתו.

image 123 - די מחלוקה צווישן ר' יחיאל השני מיט ר' אשר'ל.
ר' אשר'לס הסתלקות אין מיטן ברען פון די ערשטע מלחמה.
דער רב ר' יחיאל ומשפחתו פליכטן קיין העלמעץ אונגארן.

image 133 - תיכף נאך די ערשטע וועלט מלחמה, ר' לייבוש בן ר' יחיאל קומט אהיים קיין קולבאסוב און ווערט צייטווייליג אויפגענומען אלס רב, ביז זיין טאטע דער רב איז אהיימגעקומען.

image 142 - ר' לייבוש אין אמעריקע

image 146 - א 'מיניטשור' מחלוקה'לע צווישן דער רב ר' יחיאל און ר' אשרל'ס איידעם ר' מענדעלע מ'גלאגוב (אן אייניקל פון ר' מענדעלע הידוע בן ר' אשר'ל ראפשיצער) א בילד פון ר' מענדעלע.

images 407 - 410 - נאך איבער חסידים אין קולבאסוב, צוויי בילדער, נאטן פון א קולבאשובער ניגון.

Images 665 - תולדות ר' אברהם אהרן אויף לשה"ק, 675 איז ר' אברהם אהרן'ס צוואה, ח"י סעיפים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 24, 2009 6:43 pm

געוואלד, געוואלדיג!

לאמיר פרובירען צו פארענטפערן די שאלות וואס עגבערט עטליכע אידן דאהי,
1) וואס איז דער מצב פונעם ביה"ח אין קאלבאסוב היינט צוטאגס, איז דא א אוהל-מצבה על קברם של הרבנים? האט איינער א בילד?
2) איז דא 'ריינמאן' אייניקלעך א חוץ דורך זיין איידעם ר' ניסן חיים ראזענבוים?
3) איז דא היינט א קאלובוסובער רבי בא"ב, דאס הייסט האט ר' אלכסנדר שמואל ב"ר ארי' לייבוש ב"ר יחיאל א זוהן א רבי/רב?
4) ווי קומט דער מאשלויער רבי צו קאלבאסוב?

רבותי דער נעקסטער אשכול לתולדות אדמור"י בית איהעל-סיגוט, וועט זיין איבער ר' שמואל מגארליץ ב"ר אלעזר ניסן, ביטע אווקעלייגען די תגובות פאר דאן ולא אמרי רבנן בכפילא.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:40 pm

1) עס איז דא א נייע אהל געבויט פאר א יאהר זומער וואו מיר האבן דערמאנט דא.

3) ער האט איין זוהן וואס וואוינט אין ב"פ, וואס האט אויך די ירושה תפלין,
האט איטליכע קינדער איינער האט א בית מדרש אין וועסלי היללס [מאנסי] עטרת רא"ש ע"ש זיין זיידן,
פון די פיהר בתי מדרשים מיט דעם נאמען קאלבסוב היינט צו טאג.
4) הרה"צ ר' מאיר מ'מאשלוי זצ"ל חתן ר' נפתלי בן ר' דוד מ'עטשעד.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:43 pm

דאס האט מיילעך געשריבן אינעם טעטש'ער אשכול
מיילעך האט געשריבן:ר' מאיר גר"וו איז געווען א איידעם ביי ר' יודא יחיאל טויב מראזלא פאטער פין אדמו"ר מקאלוב-ארה"ק שליט"א, וואס ער איז געווען א איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי מאלעסק(ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח) איידעם ביי ר' אברהם אהרן מקאלבסוב.
אגב ר' משה דוד האט געהאט א זון דא ר' יחיאל מאלעסק וואס ליגט אין בית דוד-עלמאנט, ט"ז אדר תרצ"ב,

האמיר שוין דורות פון ר' משה דוד אשכנזי,
אינטערסאנט וואלט געווען צי זיין זון וואס האט שוין דא געוואוינט דא בעפארן קריג צי סאיז דא פונעם קינדער?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:46 pm

מיללער האט געשריבן:ר' יחיאל טייטלבוים ב"ר אברהם אהרן מקאלבאסוב האט געהאט א זוהן דא אין ניו-יארק ר' ארי' לייבוש וועלכער איז קודם געווען רב אין קאלבאסוב בחיי אביו, און ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא האט אים דער פאטער ממלא מקום געווען אין קאלבאסוב ביז צו דער קריג.

עס איז פארהאן א הספד מר וואס ר' יחיאל האט געזאגט אויף זיין פאטער ר' אברהם אהרן, ער ברענגט דארט די צוואה און די סדר יציאת נשמה פונעם קאלבאסובער רב זצ"ל.

עס איז דא א באקאנטער בילד פון ר' יחיאל (חיליש) וואס די רשעים די דייטשן ימ"ש האבן געכאפט פון ר' יחיאל מעוטף בטלית ותפילין פאר ער איז רח"ל געשאסן געווארן הי"ד. (זעה בייגעלייגט)

1) וואו אזוי גיבט איר צו פארשטיין אייער ערשטע און צווייטע פאראגראף, איז ר' יחיאל געווען רב אין תרע"א אדער ערשט נאר נאך וואס זיין איז ארויס געפארן קיין אמעריקא, איר דארפט מיר נישט צו ענטפערען יאך ווייס די תשובה נאר וואו איר ווייסט פון אישית שרייב יאך אצינדער זייער איין געהאלטן.
2) קוקט נאך אין פנקס צו מען האט אים דאן געשאסן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:01 pm

ביקסאד האט געשריבן: וואו אזוי גיבט איר צו פארשטיין אייער ערשטע און צווייטע פאראגראף, איז ר' יחיאל געווען רב אין תרע"א אדער ערשט נאר נאך וואס זיין איז ארויס געפארן קיין אמעריקא, איר דארפט מיר נישט צו ענטפערען יאך ווייס די תשובה נאר וואו איר ווייסט פון אישית שרייב יאך אצינדער זייער איין געהאלטן.

סאיז ידוע אז דער ר' לייבוש איז געווען א פשרה ער איז געווען אנגענומען ביי אלע צדדים אין די שטאט, אין נאכן ערשטען קריג ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא איז שוין נישט געווען ציפיל וואס זיך ציקריגען.
אגב איך דארף זיך אויך איינהאלטען ווען איך ליין אייערע תגיבות די שיטה פון שרייבען בקוציר נעמט מיר אין אנדערע אסאך מאל ארויס פון די כלים!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:09 pm

געוואלד האט געשריבן:המשך

ר' אשר'ל, דער יונגערער שוואגער פון ר' אברהם אהרן, האט חתונה געהאט ביי די פופצען יאר, ווי ער איז געווארן אן איידעם ביי איינע פון ר' אייזיקל קאמארנא'ס זוהן (איך ווייס נישט פונקטליך ווער)
ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' אלכסנדר בנו הגדול פון מהרי"א וועלכער איז נסתלק געווארן על פני אביו בשנת תרי"ט ומנו"כ אין לבוב, פונקטליך וואו איז געווען א דין ודברים אחר הטמנתו ואכהמ"ל.
געוואלד האט געשריבן:שפעטער ווען ר' אייזיקל מקאמארנא איז נסתלק געווארן איז געווארן זיין פרנסה בדוחק, און ער האט אנגעהויבן תובע זיין די קולבאסובער רבנות, האט מען ע"פ הצעות הדברי חיים אויסגעארבעט אז ר' אשר'ל זאל בלייבן און קאמארנע און מ'זאל איהם אהין שיקן געהאלט, ס'דא א תשובה פון שואל ומשיב איבער דעם סיכסוך ווי דער שואל ומשיב שרייבט אז מ'זאל טוהן וואס דער דברי חיים האט מציע געווען. אבער למעשה האט ר' אשר'ל אלס געלעבט אין די האפענונג אז ער וועט נאך באקומען די קולבאסובער רבנות וואס איז קיינמאל געקומען דערצו.

דער ר' אשר'ל איז געווען א גאר געהויבענער מענטש, ער פלעגט אויפשטיין יעדן טאג פראווען חצות און עוסק זיין בתורת הנסתר ביז פינף פארטאגס, און ווי עס שיינט האט דער דברי חיים אויך געהאלטן מן הדין אז דאס רבנות קומט זיך פאר ר' אשר'ל, נאר וויבאלד ר' אברהם אהרן איז אויך געווען אן אדם השלם מאוד, דער דברי חיים האט שטארק געהאלטן פון איהם, און פילע בני העיר האבן זיך שטארק מדבק געווען און איהם, בנוסף מיט דעם אז ר' אשר'ל איז דייקא געווען א שטארק צוריקגעצויגענער מענטש וואס איז אנטלאפן פון כבוד, ער האט בעיקר געוואלט דאס רבנות צוליב פרנסה, האט מען עס אזוי אויסגעארבעט אלס הדבר השוה לכל.
אז ער האט פארלאנגט דאס רבנות נאר אלס פרנסה איז נישט דער ערשטער פארדרייטער פאקט [ליגנ"ט בלע"ז] וואס איר זענט מעתיק פון jewishgen אדער אז
געוואלד האט געשריבן:ר' אברהם אהרן זיך שטארק איינגעגלידערט און די קולבאסובער רבנות, ער האט געהאט א שטארקע קשר מיט די בני העיר.
די מציאות אחר פטירתו האט געצייגט פארקערט, און זיין פאטער דער ייטב לב האט בחייו אים געבעטן ער זאל קומען צו אים קיין אונגארן, עס איז געווען אפשר וועגן די רבנות אין סיגעט.
געוואלד האט געשריבן:ווען זיין טאטע דער ייטב לב איז נסתלק געווארן בשנת תרמ"ג, האט מען איהם פארגעשלאגן די סיגוטער רבנות, ער האט עס אבער אנטזאגט און געהייסן מ'זאל ענדערש אויפנעמען זיין אינגערע ברודער דער קדושת יו"ט.
עוה"פ שקר, דאן איז שוין געווען דערנאך, דער ייטב לב האט שוין בחייו געהאט באפוילן מען זאל אויף נעמען זיין צווייטן זוהן דעם קדושת יו"ט.
געוואלד האט געשריבן:המשך יבוא...(איך שרייב נאך א ענגלישע ארטיקל פון jewishgen)
לינק ביטע.
געוואלד האט געשריבן:אגב, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן בין כותלי הקרעטשמע, תולדות ר' אשר'ל מקולבאסוב? אויב נישט קען אפשר איינער מיטיילן
קוקט נאך מיין תגובה, די ערשטע אויף דעם בלאט.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 1:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט