רבנים ואדמורי"ם שנעקד"ה בשנות הזעם הי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבנים ואדמורי"ם שנעקד"ה בשנות הזעם הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אסאך פראיעקטן זענען פארהאן צו מנציח זיין שמם וזכרם פון די רבנים ואדמורי"ם וועלכע האבן מיטגעטיילט דעם גורל פון רוב מנין ורוב בנין של כלל ישראל אין די יארן פון תרצ"ט-תש"ה ביי די צווייטע וועלט מחלחמה ווען זיי זענען בייזוויליג אומגעומען בידי רוצחים ואכזרים ימ"ש.

אנליין איז באקאנט די ווערק פון דר. פנינה מייזליש וועלכע האט שוין ארויסגעגעבן א בוך בשם 'רבנים שנספו בשואה' וואס די אינפארמאציע מיט הוסופות געפינט זיך דא.

איך האב יעצט געפונען אין א קובץ בשם ירושת הפליטה וועלכע איז ערשינען תיכף נאך די קריג אין בודאפעסט, מיט חד"ת ושו"ת פון גדולי אונגארן וועלכע זענען אומגעקומען עקד"ה, צום סוף איז דא א ליסטע פון אונגארישע רבנים ואדמורי"ם וועלכע זענען געהרגט געווארן דורך די פארשאלטענע דייטשן ימ"ש ושותפיהם.

ינקום ה' דמם לעינינו, בביאת משיח צדקינו אמן.

בייגעלייגט איז דער ליסטע.
אטעטשמענטס
538_109.jpg
538_110.jpg
538_111.jpg
538_112.jpg
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיללער, כ'קלער צו ספעלט נישט איין עמוד, נישט ווייל איך ווייס, נאר פשוט, ס'איז נישטא קיין איין נאמען צווישן "קלמן" און "שלום" ס'קען זיין אז ס'פעילט אפאר נעמען אין צווישן? (אזוי טראכטעך)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויכטיג,
עס פעלט נישט פונעם ספר, קען זיין אז דארט פעלט עפעס.
שימעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שימעלע »

עס איז כדי אונצומערקען אז די מערסטע לעצטע נעמען איז" יונגרייז"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באקאנט איז די שו"ת מקדשי השם וואס דער ווייצענער רב זצ"ל האט נאכן קריג ארויסגעגעבן, תשובות פון צענדליגער קדושים וואס זענען אומגעקומען ביים קריג הי"ד.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איז דא ערגעצוואו אויך אזוינע ליסטעס פון רבני ואדמור"י פולין/גאליציע/רוסלאנד וכדו'?
לויט ווי איך געדענק האט דער היינטיגער קאליבער רבי שליט"א פון ארץ ישראל געדרוקט אין זיין אינציקלופדיה "שמע ישראל", א ליסטע פון רביים ואדמורי"ם וועלכע זענען אומגעקומען ביים קריג.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

סאיז דא א וועב סייט פון א פרוי פנינה מייזליש איבער דעם
זי האט זיך אמאל געוואלט איינשרייבן אלס מעמבער אין די קרעטשמע אבער מהאט איר געוויזן די אנדערע זייט פונעם טיר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
לייען די ערשטע תגובה פליעז
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
בנושא זה כבר נכתב הרבה .אם היו מקבצים את כולם לפונדק הי' כמה וכמה כרכים .
אך למה שכחתם מספרו של הבנש''ק מנשה אונגאר שהוציא לאור כרך על אדמורי''ם שנספו בשואה .
יש ממנו עד היום הרבה כתבים שלא נדפסו בייוו''א .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”