בלאט 1 פון 1

דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2009 1:54 pm
דורך קעלער
בס"ד
ווער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן דער טאנץ וואס ווערט גערופן בפי החסידים "דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ"?
איז עס טאקע פון הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע?
איז דער טאנץ פון אים, אדער דער ניגון, אדער אפשר גאר ביידע צוזאמען?
מפי השמועה אז אין באבוב איז עס טאקע מקובל אלץ א הייליגער טאנץ.
ווייסט איינער עפעס וועגן דעם?
יישר כחכם

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 8:39 am
דורך איטשע
אין "ספר צאנז" פון ר' שלמה זלמן לעהרער טענה'ט ער אז עס גאר א צאנזער ניגון....

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 9:08 am
דורך bailout
יענע וואך ווען ס'יז אויסגעפאלן די יארצייט האב איך געהערט פון א געוויסן רב ביי שלש סעודות האט ער ארויסגעברענגט אז די ניגון ווייסט ער נישט צו ס'איז די מקור פון ר''ר אלימלך אבער די בחינות וואס מען קען זען פון די סארט טאנץ איז אויף אלעם דא תורות אין נועם אלימלך.

איז ער געגאנגען אין די רייע, איך געדענק נישט אלעס אבער וויפיל איך געדענק וועל איך שרייבן.

שבע יפול צדיק וקם, איז א בחינה וואס ווערט געברענגט אז טראץ די ירידות הייבט מען זיך אויף.

די וועלט איז א גלגל החוזר, היינט איז איינער אויבן מארגן איז דער צווייטער.

דאס וואס ר''ר אלימלך שרייבט אין צעטיל קטן, אז מען זאל זיך נעמען א חבר אין עבודת השם.

הכנעה פאר יעדן איד.

מען קען זאגן אסאך בחינות אויף דעם, ס'איז דא די בחינה פון ''על כל גל וגל נעניתי ראשי'' זיך צו דראפען אין שווערע צייטן, (איך געדענק נישט אויף זיכער ס'קען זיין ער האט דאס אויך דערמאנט).

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 10:40 am
דורך יוסלמאן
בעילאוט, קען זיין אז מהאמיר געהערט איין של"ס תורה... איין גוטע בחינה וואס ער האט געזאגט אז ווען מ'קומט אן צטם עק דרייט מען זיך ארום און מגייט ווייטער, א איד שטעלט זיך נישט אפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:19 am
דורך זאמלער
איך האב געזען פין א. רעכטמאן וואס איז געווען פין די משלחת פין אנסקי ברענגט ער די טאנץ אין ער רופט דאס אן דעם בעל שם טוב'ס טאנץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 11:41 pm
דורך אלדד
אפשר ברענגסטו א פונקטליכער מקור איך זאל דאס קענען נאכקוקען...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 18, 2010 4:18 am
דורך זאמלער
איך דארף עס אפיר זיכען אי''ה בקרוב וועל איך ברענגען די מקור

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 18, 2010 9:20 am
דורך והוא פלאי
בבאבוב מקובל (ואף נדפס בקונטרסים או בספרים שיצאו לאור לקראת חתונה) שהקדושת ציון אמר שאינו מהר"ר אלימלך, שאינו ידוע לנו שהחבריא מראפשיץ רקדו אותו, ואם הי' מהרר"א הי' מרקדים, אבל הוא דבר ישן, ויש לזה מקור, ואמר על זה ביאורים,
המהר"ש השני הי' רוקד בחתונת צאצאיו הניגון, ויש בבאבוב קבלות שונות אודות ריקוד זה, למשל, שבימי קדם לא הניחו לבחורים לרקוד את זה, ושמעתי הטעם, מפני שיש בו ענינים של יחודים וקבלה, שאינו שייך לבחורים וכו'

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 18, 2010 11:01 am
דורך באנקיר

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 25, 2010 7:39 am
דורך א טענצל!
אגב, ביי די דרשה פון ר' שמעון זאב מייזליש לטובת רובאשקין אין ב.פ. דיבר מניגון הלזה שנרמז בו עניני אחדות וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 10:18 pm
דורך נחמן נתן
זאמלער האט געשריבן:איך דארף עס אפיר זיכען אי''ה בקרוב וועל איך ברענגען די מקור

מיר ווארטן.