דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 1:18 am

דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלער »

בס"ד
ווער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן דער טאנץ וואס ווערט גערופן בפי החסידים "דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ"?
איז עס טאקע פון הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע?
איז דער טאנץ פון אים, אדער דער ניגון, אדער אפשר גאר ביידע צוזאמען?
מפי השמועה אז אין באבוב איז עס טאקע מקובל אלץ א הייליגער טאנץ.
ווייסט איינער עפעס וועגן דעם?
יישר כחכם
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אין "ספר צאנז" פון ר' שלמה זלמן לעהרער טענה'ט ער אז עס גאר א צאנזער ניגון....
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

יענע וואך ווען ס'יז אויסגעפאלן די יארצייט האב איך געהערט פון א געוויסן רב ביי שלש סעודות האט ער ארויסגעברענגט אז די ניגון ווייסט ער נישט צו ס'איז די מקור פון ר''ר אלימלך אבער די בחינות וואס מען קען זען פון די סארט טאנץ איז אויף אלעם דא תורות אין נועם אלימלך.

איז ער געגאנגען אין די רייע, איך געדענק נישט אלעס אבער וויפיל איך געדענק וועל איך שרייבן.

שבע יפול צדיק וקם, איז א בחינה וואס ווערט געברענגט אז טראץ די ירידות הייבט מען זיך אויף.

די וועלט איז א גלגל החוזר, היינט איז איינער אויבן מארגן איז דער צווייטער.

דאס וואס ר''ר אלימלך שרייבט אין צעטיל קטן, אז מען זאל זיך נעמען א חבר אין עבודת השם.

הכנעה פאר יעדן איד.

מען קען זאגן אסאך בחינות אויף דעם, ס'איז דא די בחינה פון ''על כל גל וגל נעניתי ראשי'' זיך צו דראפען אין שווערע צייטן, (איך געדענק נישט אויף זיכער ס'קען זיין ער האט דאס אויך דערמאנט).
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

בעילאוט, קען זיין אז מהאמיר געהערט איין של"ס תורה... איין גוטע בחינה וואס ער האט געזאגט אז ווען מ'קומט אן צטם עק דרייט מען זיך ארום און מגייט ווייטער, א איד שטעלט זיך נישט אפ.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

איך האב געזען פין א. רעכטמאן וואס איז געווען פין די משלחת פין אנסקי ברענגט ער די טאנץ אין ער רופט דאס אן דעם בעל שם טוב'ס טאנץ
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

אפשר ברענגסטו א פונקטליכער מקור איך זאל דאס קענען נאכקוקען...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

איך דארף עס אפיר זיכען אי''ה בקרוב וועל איך ברענגען די מקור
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בבאבוב מקובל (ואף נדפס בקונטרסים או בספרים שיצאו לאור לקראת חתונה) שהקדושת ציון אמר שאינו מהר"ר אלימלך, שאינו ידוע לנו שהחבריא מראפשיץ רקדו אותו, ואם הי' מהרר"א הי' מרקדים, אבל הוא דבר ישן, ויש לזה מקור, ואמר על זה ביאורים,
המהר"ש השני הי' רוקד בחתונת צאצאיו הניגון, ויש בבאבוב קבלות שונות אודות ריקוד זה, למשל, שבימי קדם לא הניחו לבחורים לרקוד את זה, ושמעתי הטעם, מפני שיש בו ענינים של יחודים וקבלה, שאינו שייך לבחורים וכו'
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אגב, ביי די דרשה פון ר' שמעון זאב מייזליש לטובת רובאשקין אין ב.פ. דיבר מניגון הלזה שנרמז בו עניני אחדות וכו'.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

זאמלער האט געשריבן:איך דארף עס אפיר זיכען אי''ה בקרוב וועל איך ברענגען די מקור

מיר ווארטן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

איינער קען דא לייגען א ריקארדינג פון דער ניגון??יישר כח
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א טענצל! האט געשריבן:אגב, ביי די דרשה פון ר' שמעון זאב מייזליש לטובת רובאשקין אין ב.פ. דיבר מניגון הלזה שנרמז בו עניני אחדות וכו'.


מהר"ש מ'באבוב האט געטאנצן דעם טאנץ האט ער נאר גע'טאנצט אנכאפענדיג אחד מבני משפחתו ברודער שוואגער וכיוצ"ב.

מהר"ש האט נאכגעזאגט בשם אביו הקדושת ציון דער טאנץ איז מרומז אויף הכנעה וויבאלד מ'דארף זיך אונטערבייגן פאר דער וואס קומט דיר אקעגן נישט קיין נפק"מ ווען יענער צוויי זענען. - אמאל האט ער דאס געזאגט נאך וואס ער האט באמערקט אז עפעס פאר א חשוב'ער האט מען אלס געהאלטן די הענט אויף ארויף אז יענער זאל זיך נישט דארפן בייגן, האט דער באבוב'ער רב געזאגט ענדערש וואלט יענער רבי בכלל נישט געזאלט טאנצן ווי איידער אויף דעם מהלך, וויבאלד דאס איז פונקט פארקערט אויף וואס דער טאנץ איז מרומז.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

קעלער האט געשריבן:בס"ד
ווער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן דער טאנץ וואס ווערט גערופן בפי החסידים "דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ"?
איז עס טאקע פון הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע?
איז דער טאנץ פון אים, אדער דער ניגון, אדער אפשר גאר ביידע צוזאמען?
מפי השמועה אז אין באבוב איז עס טאקע מקובל אלץ א הייליגער טאנץ.
ווייסט איינער עפעס וועגן דעם?
יישר כחכם

יעצט באמערקט דעם אשכול, שוין לאנג וואס איך וואונדער זיך איבער דעם.

איך זאג אלס אויף א ווערטל אז דער סארט טאנץ, פלעגט גאר טאנצן דער וואסער טרעגער פון דוקלא!!
גראדע, האט ער דעהייסן 'מיילעך' און דערפאר האט מען עס גערופן אין דוקלא 'מיילעך'ס טאנץ'...
ער פלעגט דאס טאנצן בדרך כלל פונקט ווען מען האט געזינגען דעם ניגון..
קיין טארנא האט עס א דוקלא איד געברענגט, און מען האט עס דארט בטעות גערופען 'רבי מיילעך'ס טאנץ'...
פון דארט קיין וויעליטשקע האט זיך עס שוין געטוישט צו 'רבי ר' מיילעך'ס טאנץ'...
און פון איז שוין אויסגעקומען א סך הכל וואס די גאנצע וועלט ווייסט, אז כ"א אדר ביים סעודה מוז מען זינגען דעם ניגון......
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

אפשר מ'קען שיקען בילדער אין פילמען פינ'ם טאנץ ביטע
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:אפשר מ'קען שיקען בילדער אין פילמען פינ'ם טאנץ ביטע

ביי די אנדערע זייט מחיצה רופט מען עס: אנדער-אווער...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:אפשר מ'קען שיקען בילדער אין פילמען פינ'ם טאנץ ביטע

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1143114
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ווארקער חסיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 8:00 pm

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארקער חסיד »

הרה''ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זינגט אין טייטשט דעם רבי ר' מיילעך טאנץ
אטעטשמענטס
הרה''ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זינגט רבי ר' מיילעך טאנץ.jpeg
הרה''ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זינגט רבי ר' מיילעך טאנץ.jpeg (139.94 KiB) געזען 1017 מאל
אוועטאר
גרינע לייבן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 7:05 am

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע לייבן »

"עתיקין" האבן נאך נישט עוסק געווען אין דעם ניגון?
נחלתי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:57 am
קעלער האט געשריבן:
בס"ד
ווער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן דער טאנץ וואס ווערט גערופן בפי החסידים "דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ"?
איז עס טאקע פון הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע?
איז דער טאנץ פון אים, אדער דער ניגון, אדער אפשר גאר ביידע צוזאמען?
מפי השמועה אז אין באבוב איז עס טאקע מקובל אלץ א הייליגער טאנץ.
ווייסט איינער עפעס וועגן דעם?
יישר כחכם
יעצט באמערקט דעם אשכול, שוין לאנג וואס איך וואונדער זיך איבער דעם.

איך זאג אלס אויף א ווערטל אז דער סארט טאנץ, פלעגט גאר טאנצן דער וואסער טרעגער פון דוקלא!!
גראדע, האט ער דעהייסן 'מיילעך' און דערפאר האט מען עס גערופן אין דוקלא 'מיילעך'ס טאנץ'...
ער פלעגט דאס טאנצן בדרך כלל פונקט ווען מען האט געזינגען דעם ניגון..
קיין טארנא האט עס א דוקלא איד געברענגט, און מען האט עס דארט בטעות גערופען 'רבי מיילעך'ס טאנץ'...
פון דארט קיין וויעליטשקע האט זיך עס שוין געטוישט צו 'רבי ר' מיילעך'ס טאנץ'...
און פון איז שוין אויסגעקומען א סך הכל וואס די גאנצע וועלט ווייסט, אז כ"א אדר ביים סעודה מוז מען זינגען דעם ניגון......
אזוי גאר? פששט ביסט איר א חכם.
איינער ברענגט פון הרה''ק ר' שמעון'לע אמשינאוויר איינער פון באבוב רב. און דער אייניקעל 'זאגט אלס' פון די וואסער שעפער גאר...
זאגט נאר, וואס נאך זאגט אייך 'אלס'
גרויפן רייסער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 1:04 pm

Re: דער רבי ר' אלימלך'ס טאנץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויפן רייסער »

אויב איינער קען אפיר זוכן פון די אשכולות איינע פון די ווידיאוס ווי האחים האדמו"ר מהרנ"צ ויבחלט"א אדמו"ר שליט"א טאנצן רבי אלימלך טאנץ אין ביהמ"ד הגדול
דאכצימער פארהאן אזעלעכע אויף די סעט פון די פאשפרייטע פיר דיסקס פון אביהם ז"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”