בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 12:34 pm
דורך מגיד מרדכי
[quote="מיללער"] די מאמע פון טשימפא רב איז געווען א טאכטער פון ר' בנימין פערלשטיין פון מונקאטש.

אמו הצדיקת שרה רחל איז געווען בת הרבני החו״ב הנגיד החסיד מוה״ר פנימין פערלשטיין זצ״ל בק״ק מונקאטש,
אינטרסאנט צו וויסען אז זיין מאמע שרה רחל איז געבורען בזו"ר כשנשא את הרבני החו״ב הנגיד החסיד מוה״ר פנימין פערלשטיין זצ״ל בק״ק מונקאטש, לאמה מרת אסתר, ונפטרה, ולהם נולד רק בת אחד שרה רחל הנ"ל, ואח"כ נשא החסיד מוה״ר פנימין פערלשטיין זצ״ל בק״ק מונקאטש את מרת שרה ליפשא בת מוה"ר מאיר יעקב ליטשקיר גרינפעלד זצ"ל בת כקש"ת מו"ה שאול יחזקאל זצוק"ל המחבר דספר מגן שאול תלמיד מהישמח משה והח"ס, בן מוה"ר אברהם שלמה זצ"ל ראב"ד אוהל, בן מרת שרה ליפשא ע"ה, בת מוה"ר יהושיע העישל זצוק"ל, בן מוה"ר בנימין זאב זצוק"ל, בן מוהרה"ג יהודה לייב זצוק"ל, בן רשכבה"ג מוה"ר יהושיע העשיל זצוק"ל אב"ד קרקא בעל חנוכת התורה. נפטרה י"ג שבט.

וסיפר לי הרה"ח ר' יוסף בנימין ווילליגער שליט"א שבעל הדברי חיים מצאנז זי"ע צוה לאביה מוה"ר מאיר יעקב ליטשקיר גרינפעלד זצ"ל שבתו מרת שרה ליפשא שהיתה אז בת יד-טו ישא לזקיני הרה"ח ר' בנימין פערלשטיין שהי' יותר מעשרים שנה יותר מבוגר ממנה ונתאלמן.

תולדות המשפחה יכולים לראות באנגלית בלינק זה

http://www.familyorigins.com/users/b/o/ ... 1/d700.htm

הרה"ג ר' מרדכי ווילליגער זצ"ל געווען זיין פעטער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 29, 2013 2:10 pm
דורך מגיד מרדכי
דא זעהט מען עהר האט זיך משתתף געווען במעות קדימה להו"ל ספרו שו"ת תפארת אדם

פארעפענטליכט: שבת פבואר 15, 2014 10:10 pm
דורך איימעניט
האט איינער א כתי"ק פון טשימפער רב זי"ע צו קענען משוה זיין דעם הקדשה זעהן צו דאס איז טאקע פון אים?
יישכ"ח

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 10:22 pm
דורך מגיד מרדכי
איימעניט האט געשריבן:האט איינער א כתי"ק פון טשימפער רב זי"ע צו קענען משוה זיין דעם הקדשה זעהן צו דאס איז טאקע פון אים?
יישכ"ח


משנת תרפ"ח

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 10:38 pm
דורך איימעניט
זעה מיר אז ס'איז נישט פון אים - א גרויסן דאנק אייך כבוד הרב

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 10:44 pm
דורך יוסף שרייבער
אייער הקדשה זעהט ענדערש אויס די כתב פון א פרוי.. דארף מען פרעגען די גראפאלאגען אויפען וועלטעל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 23, 2014 10:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוסף שרייבער האט געשריבן:אייער הקדשה זעהט ענדערש אויס די כתב פון א פרוי.. דארף מען פרעגען די גראפאלאגען אויפען וועלטעל.

איך וואלט עס נישט דייעגנאוזט פאר א פרוי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 2:17 pm
דורך זאמלער
געטראפן א ספר שהיה שייך לבן אב"ד טשימפע
נתתי לדורן דרשה להרב חו"ב החסיד יר"ש מוה' ישראל אלי' אסטרייכער מק"ק אראד יצ"ו בן הגה"צ מרן משה דוד אסטרייכער אבדק"ק שטימפא!
ממני הק' משה אהרן פריעדמאן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 3:28 pm
דורך מיללער
מחידו"ת הרב מטשימפא זצ"ל - המאסף תרע"ג:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 10:41 am
דורך מיללער
פון די סעריע גדולים-בילדער אשכול

דער טשימפא רב זצ"ל מסדר קידושין ביי א חופה:
בילד

תרנגול האט געשריבן:דער וואס שטייט נעבן טשימפער רב זצ"ל איז הרה"ח ר' הערשל ניימאן ז"ל א וויזניצער חסיד (דער טאטע פונעם וויזניצער דיין אין מאנסי הרב אברהם ניסן ניימאן שליט"א). דאס איז אין יאר תש"ח ביי די חופה פון איינעם פון ר' הערשל'ס קינדער.


הרה"ח ר' פנחס עסטרייכער ז"ל אחיו של הטשימפא רב (צווייטער פון לינקס):
בילד

יציב פתגם האט געשריבן:אין סאטמאר איז באקאנט די מעשה אז די רבי זי"ע האט געפלאנט צו שרייבן א ספר ווי ער וועט מער מסביר זיין דאס ענין מיטן דרך הבעש"ט הק', און ר' פנחס עסטרייכער זייענדיג א מקורב צום רבי'ן האט פארשטאנען אז שרייבן אזא ספר וועט קאסטן דעם רבי'ן פיל כח און מיה און עס וועט שווער אנקומען פארן רבי'ן ארויסצוגעבן אזא ספר, האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז עס לוינט זיך נישט אז דער רבי זאל שרייבן אזא ספר, ווייל פאר די גאס וועט נישט העלפן אפילו דער רבי זאל שרייבן א עקסטערע חיבור איבער דעם ענין, און ווייטער פאר אונז איז גענוג בלויז די ווערטער וואס די רבי האט געשריבן אין ויואל משה.. ווי עס זעהט אויס האט דער רבי אנגענומען זיינע ווערטער.

אין ספר טיב לבב (פר' שמות) איז געדריקט א הספד פונעם רבי'ן אויף ר' פנחס ז"ל.

מיללער האט געשריבן:ערהאלטן א שיינעם סיפור, תשוח"ח להרב ששלח אלי:

מענין לענין ווערט דערציילט אין ספר 'מבצר תורה ויראה' (ח"ג) אז עס איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן הדבר"י ז"ל הרב החסיד ר' פנחס עסטרייכער ז"ל, א זקן ונשוא פנים מחשובי מתפללי ולומדי בית מדרשינו אין בארא פארק, א ברודער מיטן טשימפער רב זצ"ל, און ער האט זיך מיטן רבי'ן שואל עצה געווען צי ער זאל פארן קיין ארץ ישראל. דער רבי האט געוואלט הערן זיין תשובה, דעריבער האט ער איהם געפרעגט לאמיר הערן וואס איז אייער ספק? זאגט ר' פנחס, ער האט פשוט מורא פון די שרעקליכע מינות וכפירה וואס הערשט דארט, אפשר וועט ער ח"ו פארכאפט ווערן. זאגט איהם דער רבי "אבער איך פאר דאך אויך קיין ארץ ישראל פון צייט צו צייט?!" האט ר' פנחס גענטפערט "ווי אזוי קען דאס דער רבי פארגלייכן, ווען עס ברענט א פייער ח"ו, ווייסן אלע פשוט'ע מענטשן אז זיי דארפן אנטלויפן און נאר די ספעציעל געלערנטע פייער לעשער זיי מעגן אריינלויפן אין פייער און ראטעווען וואס עס איז שייך צו ראטעווען, דער רבי איז דער פייער לעשער, דער רבי דארף פארן און רעדן צו די אידן זיי צו ראטעווען פונעם פייער פון ציוני'זם, אבער אזעלכע פשוט'ע מענטשן ווי איך ווי מעגן מיר אריינגיין אינעם פייער?!" דער רבי האט זייער הנאה געהאט צו הערן דעם געדאנק.