Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ר' משה דוד אסטרייכער מטשימפא ז"ל, תשי"ד

מאנטאג פבואר 16, 2009 6:08 pm

דער טשימפא רב איז געבוירן ל"ג בעומר תרמ"ג צו זיין פאטער ר' יוסף זלמן אסטרייכער פון מונקאטש וועלכער איז געווען אן אייניקל פונעם טשענגערער רב ר' יהונתן בנימין עסטרייכער ואביו ר' משה ארי' מקראלי, די מאמע פון טשימפא רב איז געווען א טאכטער פון ר' בנימין פערלשטיין פון מונקאטש.

ער האט געלערנט ביי ר' יהודה גרינפעלד אין סעמיהאלי און שפעטער אין סאטמאר ביי ר' יהודה גרינוואלד אב"ד דשם בעמח"ס זכרון יהודה.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית אלטי יהודית בת ר' יוסף לייב מאיעראוויטש פון מיידאן, נאך די חתונה האט ער געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה ממש מן הבוקר ועד הערב, אזש אז דער מונקאטשער רב האט אים געלאזט באפעלן אז ער טאר נישט אזוי מענה זיין זיין גוף.

ביי די מלחמה האט ער פארלוירן זיינע עלטערען און טייל פון זיינע קינדער, אבער ער האט זיך באוויזען צו ראטעווען מיט זיין רביצין און עטליכע קינדער, ער האט בסוף ייו געוואונט אין וומ"ס ביז צו זיין פטירה ביום עש"ק פר' אמור תשי"ד, והובל למנוחות לארץ ישראל בעיר בני-ברק.

עס איז פארבליבען פון אים די חיבור שו"ת תפארת אדם וואס די בני חתני המחבר האבן געדרוקט בשנת תשט"ו.

דער שער בלאט פון תפארת אדם
עטעטשמענטס
1488.jpg

Advertisement

מאנטאג פבואר 16, 2009 9:10 pm

מילער
די תגובות פון יענעם אשכול, קענסטו אויך צולייגן אם תרצה.

מאנטאג פבואר 16, 2009 9:37 pm

זיין טאכטער און איידעם ר' אייזיק שווארטץ ראה"ק פאפא במאנסי.

מאנטאג פבואר 16, 2009 10:46 pm

מיללער האט געשריבן:והובל למנוחות לארץ ישראל בעיר בני-ברק.

די סיבה דערצו איז געווען ווייל דער וויזשניץ'ער רבי דער אמרי חיים האט אים מכיר טובה געווען פאר זיין תשובה להעלאת
ארון הקודש פון דעם אהבת ישראל, האט מען אים געלייגט אין דעם פאדער צימער פון דעם אוהל אין בני ברק.

דינסטאג פבואר 17, 2009 9:11 am

פייש קרויז האט געשריבן:מילער
די תגובות פון יענעם אשכול, קענסטו אויך צולייגן אם תרצה.


מצוה לשמוע דברי חכמים.

farshlufen האט געשריבן:אויפן טשימפער רב האט מען געזאגט אז ער האט געוואוינט אויף ראדני סטריט און אמאל אהיימגייענדיג פון ביהמ"ד האט ער זיך פארקלערט אין לערנען און נישט געפונען די וועג אהיים, גייט אדורך א איד און זעט אז ער בלאנדזשעט פרעגט ער אים וואאו וואוינט איר? ענטפערט דער טשימפער רב ער געדענקט נישט פונקטליך אבער "סטריט" הייסט עס.


פייש קרויז האט געשריבן:פארשלאפן.
דאס האב איך געהערט דערציילן ווען ער איז געבליבן ביי א חתונה אמאל.

איך האב געהערט פון ר' מ"מ גערטנער נ"י, אז אמאל האט אים א איד געטראפן אויף ראדני ווי ער זיצט פארצווייפלט, פרעגט אים יענער וואס האט פאסירט, זאגט ער אז ער האט א סימן וואו ער וואוינט, אבער אזוי ווי ס'איז פארשנייט, דערקענט ער נישט דעם וועג אריין.

דינסטאג פבואר 17, 2009 11:23 am

רבותי! אהער מיט בילדער פונעם טשימפער רב זצ"ל
אט וועל איך נישט זיין בלויז א "נאה דורש".
עטעטשמענטס
scan0001.jpg

דינסטאג פבואר 17, 2009 12:09 pm

נחמן נתן ידידי,
האמת אגיד איך האב נאך קיין בילד פונעם טשימפא רב קיינמאל נישט געזעהן תשוח"ח אל התמונה.

ביקסאד האט געשריבן:זיין טאכטער און איידעם ר' אייזיק שווארטץ ראה"ק פאפא במאנסי.


מרן מביקסאד,
אינעם ספר ווערט דערמאנט א זוהן אויך פונעם טשימפא רב, ווייסט איר עפעס פרטים איבער אים?

אגב,
דער טשימפא רב איז נישט קיין אייניקל בא"ב פונעם טשענגער רב ר' יהונתן בימין עסטרייכער (הגם די משפחה נאמען ענדלט) דאכציך אז ער איז אן אייניקל פון זיין מאמעס זייט.

דינסטאג פבואר 17, 2009 12:14 pm

גם אני מצטרף מיט א שכוח גדול פאר ר' נחמן נתן (וואס איז אגב לעצטענס א שטיק רוח החיים דא ביינונז אין ביהמ"ד) פארן שטעלען דאס בילד.

דינסטאג פבואר 17, 2009 12:20 pm

[יאסל,
אז מ'לעבט דערלעבט מען]

דינסטאג פבואר 17, 2009 12:24 pm

איך זעה אז דער עולם (ובראשם ידידי הרב מיללער שליט"א וואס האט נאך קיינמאל פריער נישט געזעהן קיין בילדער פונעם טשימפער רב זצ"ל) איז שטארק אינטערעסירט אין נאך בילדער האב איך אפיר גענומען נאך א בילד פון מיין ארכיוון, אסאך א קלארערער ווי דער פריערדיגער.
עטעטשמענטס
scan0002 (2).jpg

דינסטאג פבואר 17, 2009 12:38 pm

אט האט איר דעם לינק צום ספר תפארת אדם זיי באשרייבן איהם זייער שיין אין די הקדמה, בכלל איז אינטערעסאנט צו ליינען זיין אייגענע הקדמה ווי ער פראבירט צו פארענטפערן געוואוסע הנהגות פון צדיקים וועלכע האבן אויסערליך אויס געזעהן קעגן די הלכה עיי"ש.

דינסטאג פבואר 17, 2009 1:47 pm

איך וועל איבערשרייבן נאכאמאל.
שמעתי מר' חיים פלאהר נ"י, שהי' בעת הלוי' שלו בערב שבת, וראה איך שרבינו מסאטמאר זי"ע קרע קריעה עליו כדין, והתבטא עליו שהי' לומד תורה לשמה.

דינסטאג פבואר 17, 2009 1:49 pm

די יחוס פון טשימפא רב צום קראלי רב ר' משה ארי' איז אזוי.

ר' משה דוד
בן ר' יוסף זלמן ממונקאטש
בן ר' משה דוד ממונקאטש
בן ר' יוסף שלמה זלמן דיין במונקאטש מתלמידי החתם סופר.
בן ר' אליעזר
בן ר' משה ארי' אב"ד קראלי

דינסטאג פבואר 17, 2009 2:33 pm

כ'האב געמיינט ער איז א אייניקל פונעם טשענגער רב ר' יונתן בנימין??

דינסטאג פבואר 17, 2009 3:55 pm

עס איז מיר א חידוש הרב קרויז וואס איר שרייבט, ווייל אין די הקדמה שרייבן די קינדער יא אז ער איז אן אייניקל פונעם טשענעגערער רב, שוין העמיר מוזן זיך אריינלייגן דערין לכשאפנה.

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:07 pm

א ריזן דאנק פאר נחמן-נתן, אזא בילד איז כדאי צו זעהן.

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:34 pm

מילער
איך האב געשריבן זיין יחוס בן אחר בן. פון ר' משה ארי' דער קראלער רב איז ער געווען אן אייניקל דורך זיין זון אליעזר, אזוי שטייט אויף די מצבה פון מונקאטשע דיין ר' יוסף שלמה זלמן "בן ר' אליעזר".
קען זיין ער איז אויך געווען דורך אן אנדערע זייט אן אייניקל פון טשענגער רב, וואס איז אויך א זון פון ר' משה ארי'.

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:36 pm

זיי שרייבן אז ער איז געווען אן אייניקל פון קראלער רב וגם מבנו ס'איז משמע עפעס ווי ס'איז אן עקסטערע יחוס וועלכע האט נישט דירעקט קיין שייכות

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:46 pm

אין "אגרות שפירין" [מכתבים ואגרות קודש לצדיקי בית דינוב-מונקאטש] איז פארהאנען דריי בריוון פון הגה"ק בעל דרכי תשובה זצ"ל צו טשימפער רב (איינס איז א היתר הוראה פאר איהם). די געוואלדיגע התפעלות וואס דער דרכי תשובה האט געהאט פון איהם זעהט זיך אן אינעם היתר הוראה בריוו.
לתועלת החברים בין מעתיק די דריי בריוון.

עיין שם גם בספר הנ"ל מכתבים: קלו, רמז, מה שכתב אליו הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל. [אז דער עולם וועט וועלן וועל איך אי"ה אויך מעתיק זיין די בריוון פונעם מנחת אלעזר].
עטעטשמענטס
רב.pdf
(41.61 KiB) געדאון לאודעד 44 מאל

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:49 pm

אטא דא איז דער כת"י געדרוקט אין ספר
עטעטשמענטס
darke tchiva.jpg
darke tchiva.jpg (33.7 KiB) געזעהן געווארן 1432 מאל

דינסטאג פבואר 17, 2009 4:54 pm

יישר כח, בן בוזי

דינסטאג פבואר 17, 2009 6:40 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:והובל למנוחות לארץ ישראל בעיר בני-ברק.

די סיבה דערצו איז געווען ווייל דער וויזשניץ'ער רבי דער אמרי חיים האט אים מכיר טובה געווען פאר זיין תשובה להעלאת
ארון הקודש פון דעם אהבת ישראל, האט מען אים געלייגט אין דעם פאדער צימער פון דעם אוהל אין בני ברק.

א באשרייבונג איבער די השתלשלות הענינם בנוגע מפנה זיין גופו הטהור פונעם אהבת ישראל, דער טשימפא רב ווערט טאקע דערמאנט אלס דער רב המשיב כענין אויף די שאלה פונעם אמרי חיים, אינאיינעם מיט'ן בראשובער רב ר' דוד שפערבער ז"ל בעל אפרקסתא דעניא.

מיטוואך פבואר 18, 2009 1:31 pm

הוראה פון ר' משה האלבעשטאם צאנזער רב, ר' יהודא גרינוואלד סאטמארער רב, דער ערוגת הבשם מיטן מהרש"ם אויפן זעלבער בריוו.
עטעטשמענטס
m halberstam tzanz.jpg
Y greenwald.jpg
Y greenwald.jpg (37.62 KiB) געזעהן געווארן 1344 מאל
arigas haboisem mharsham.jpg

דינסטאג ספטמבר 01, 2009 7:50 am

פייש קרויז האט געשריבן:מילער
איך האב געשריבן זיין יחוס בן אחר בן. פון ר' משה ארי' דער קראלער רב איז ער געווען אן אייניקל דורך זיין זון אליעזר, אזוי שטייט אויף די מצבה פון מונקאטשע דיין ר' יוסף שלמה זלמן "בן ר' אליעזר".
קען זיין ער איז אויך געווען דורך אן אנדערע זייט אן אייניקל פון טשענגער רב, וואס איז אויך א זון פון ר' משה ארי'.

איר האט א קאפי אדער בילד פון די מציבה פון ר' יוסף זלמן?

אהער דערמיט

יישר כח

דינסטאג ספטמבר 01, 2009 9:25 pm

אויך האט ער אן איידעם שטיינמעטץ אין וויזניץ מאנסי
שרייב א תגובה

Advertisement