רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 20, 2009 1:34 pm

ר' אלעזר אין איהעל אלס רב הצעיר

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג יולי 20, 2009 1:50 pm

מיללער האט געשריבן:ר' אלעזר אין איהעל אלס רב הצעיר

אין ביידע קהילות??

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 6:03 pm

ר' יאסל צו פארענטפערן דיין קשיא וועל איך קודם מקדים זיין מסביר צו זיין א פרט וואס איך מיין אז עס נישט ריכטיג אראפגעברענגט געווארן אויבן,

ובכן, אויפן ערשטן עמוד פון דעם געהענגל האט הרב מיללער געשריבן אז נאכן הסתלקות פון ר' משה יוסף געווארן רב ר' ברכי' און ווען די מחלוקת איז געווארן האבן דעם בנין דוד'ס מענטשן זיך אפגעטיילט און געמאכט א אייגענע 'קהילה', דער פרט איז אביסל אומריכטיג לויט ווי איך האב פארשטאנען פון אפשטאמיגע פון אוהעל, ווייל אינדערהיים אין אונגארן נאכן טיילונג איז טאקע געווען עקסטערע קהילות אין איין שטאט, ווייל נאכן טיילונג האבן אלע שטעט (אדער כמעט אלע) געהאט צוויי באזונדערע קהילות מיט באזונדערע רבנים און שוחטים וכו', און צומאל טאקע מער ווי צוויי קהילות, אבער פונדעסטוועגן האט נישט יעדע ביהמ"ד אדער קלויז וואס האט געדאוונט באזונדער געהייסן א עקסטערע 'קהילה' מיט באזונדערע שוחטים וכו', זיי האבן אלע באלאנגט אונטער איין קהילה מיט איין רב נאר געדאוונט באזונדער אין חסידישן קלויז און צומאל איז עטליכע קלויזן, אבער דאס איז נישט געווען קיין עקסטערע 'קהילה',

יעצט אין אוהעל לויט ווי איך פארשטיי איז אנטשטאנען די מחלוקה תיכף נאכן פטירה פון ר' משה יוסף, און זיי האבן זיך טאקע צוטיילט און געדאוונט עקסטער אין באזונדערע שוהלען און יעדער האט געהאלטן זיין צד פאר רב, אבער עס איז נישט געווען ממש א באזונדערע קהילה מיט באזונדערע שוחטים נאר יעדער האט געהאלטן פאר רב דעם פון זיין צד, ממילא סיי ר' משה יוסף און סיי ר' ברכי' און סיי דער בנין דוד זענען טאקע געווען רבנים אין די ספרד'ישע קהילה, ווייל דאס איז געווען די קהילה וואס ר' משה יוסף איז געווען דער רב, ממילא אויף די רבנות פון די דאזיגע קהילה איז געווען די מחלוקה.

יעצט ווען מען האט אויפגענומען ר' אלעזר בנו של הבנין דוד אלץ רב הצעיר למען השלום פארשטייט זיך אז עס איז געווען אין ספרד'ישע קהילה, ווייל למעשה האט דאך שוין ר' ברכי' לכאורה שוין נישט געלעבט און עס דעמאלס נאר געווען איין רב פון די ספרד'ישע קהילה, נאר זיי פלעגן מסתמא דאווענען באזונדער.

און דאס וואס דו האסט געשריבן אויפן ערשטן עמוד דא אז אין אוהעל פארן קריג איז געווען דריי קהילות, דאס איז טאקע אמת, אבער נישט די דריי וואס דו האסט דערמאנט.

די דריי קהילות זענען געווען ווי פאלגענד:

1) די ספרד'ישע קהילה, אין דעם זענען געווען נכלל אלע חסידישע אידן, (איך ווייס נישט צו עס זענען געווען באזונדערע שטיבלעך פאר געוויסע קרייזן פון חסידות) וואס האבן באלאנגט אונטער די קהילה, וואס אין די קהילה איז געווען ר' משה יוסף ט"ב זצ"ל דער רב, און נאך זיין הסתלקות איז געווארן דארט די מחלוקה ווער עס זאל איהם איבערנעמען.

2) די אשכנז'ישע קהילה וואס האט זיך אויך גערופן קהל יראים (אויך האט מען זיי גערופן ארטאדאקסישע קהילה), לויט ווי איך האב געהאט געהערט איז געווען דער רב פון די קהילה פארן קריג ר' צבי הכהן דיק ז"ל הי"ד, אבער אין די ריסוירטש וואס איך האב יעצט געמאכט צו טרעפן אביסל אינפארמאציע איבער איהם קוקט מיר עפעס אויס אז ער איז נאר געווען דער דיין און ראב"ד, [זעה דא אין שו"ת בית ישראל פון עדעלינער רב א שאלה פון א געוויסן מורה הוראה פון די ארטאדאקסישע קהילה אין אוהעל, וואס זעהט אויס אז מען האט איהם אויפגעזאגט, און דער בית ישראל ארבעט ארום אז עס ווענדט זיך צו די קהילה האט איהם אויפגענומען, אדער סתם דער דיין ר' הערש דיק האט גענומען ער זאל איהם העלפן, זעה די צווייטע עמוד פון די תשובה], און אין די הסכמה וואס ר' הערש דיק האט געגעבן אויפן ספר רמון פרץ אין יאהר רופט מען איהם אן 'אדמו"ר הגאון הישיש ציס"ע כבוד מו"ה צבי כ"ץ דיק שליט"א ראבדק"ק ש' איהעל' זעה דא,

3) די שטאטוס-קווא קהילה,

איך ווייס אויך פון א רב וואס איז געווען אין אוהעל (לכאורה אין די אשכנז'ישע קהילה), פון יאהר תרפ"ב ביז תרפ"ה, דאס איז געווען הגאון ר' יואל פעלנער זצ"ל, וואס איז געווען קודם רב אין בעלעד, דערנאך אין תרפ"ב איז ער אריבער קיין אוהעל וואו ער געבליבן ביז זיין פטירה י"ג תמוז תרפ"ה, דער ר' יואל פעלנער איז געווען א גרויסער גאון און געוואלדיגער ראש ישיבה, ווען ער איז אריבער פון בעלעד קיין אוהעל זענען אסאך תלמידים מיטגעגאנגען מיט איהם, זעה דא א קורצע באשרייבונג איבער איהם, דארט שטייט אז ער האט געהאט 300 תלמידים וואס זענען געזיצן ביי זיין שיעור יעדן טאג עיי"ש.

די דריי קהילות האב איך געהאט שוין פון לאנג געוואוסט, יעצט האב איך אויך געטראפן א תנא דמסייע, און עס איז פאר זיך אליין א אינטערעסאנטע מאמר אין המאור, ווי עס קוקט אז איינער האט געהאט טענות אויף הרה"ג ר' שלום ווייס בעמח"ס כתנת תשבץ על מדרש פליאה ועוד כמה ספרים, פארוואס ער רופט זיך אב"ד אוהעל, און ער שרייבט דארט פון די דריי קהילות אין אוהעל פארן קריג און אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' הערש דיק ז"ל פון די אשכנז'ישע קהל יראים, און נאכן קריג איז ער (ר' שלום) צוריק געגאנגען קיין אוהעל און געווען דארט דער רב אין די אשכנז'ישע קהילה ממילא זאל מען נישט האבן קיין טענות ווייל דער בנין דוד איז נישט געווען רב אויף גאנץ אוהעל נאר אויף איין קהילה פון אוהעל, קוק דא ותמצא נחת.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 20, 2009 6:11 pm

בנינו בן הרחמן,
אז די טויגסט יא עד השתא אמאי לא אתית? בתמיה.

דער המאור וואס איר ברענגט איז ריזיג, דאס איז טיפיקעל המאור, אבל שכחת לציין אז ער דערמאנט דעם רב פון קהל יראים בשם ר' דוב בער קליין און ר' צבי דיק טאקע אלס דיין, און זיין פאטער ר' צבי הכהן ווייס איז געווען ש"ץ ושו"ב ביי די יראים, ער ברענגט א קאנסוס וואס ער האט געקריגען פון די אשכנזישע קהילה נאך די קריג.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 6:48 pm

איך האב טאקע אינזין געהאט צו דערמאנען וועגן דעם ר' דוב בער קליין,
קען זיין אז ער געווארן רב נאך ר' יואל פעלנער,

און דאס וואס איך האב געשריבן בלשון ספק אין וועלכע קהילה ר' יואל פעלנער איז געווען רב, דאס איז ווייל איך האב אמאל געהערט עפעס א מימרא פון א אייניקל ממשפחת יוצאי אוהעל, וואס לויט דעם האט אויסגעקוקט אז דער בנין דוד, ר' יואל פעלנער, און ר' הערש דיק, זענען געווען 3 רבנים אין די דריי קהילות אין אוהעל אין איין צייט, און לויט דעם זענען ר' יואל פעלנער און ר' הערש דיק נישט געווען אין איין קהילה, אבער לכאורה שטימט עפעס נישט דערמיט ווייל לויט די יארן וואס ר' יואל פעלנער איז געווען אין אוהעל טרעפט מען אין ספרים ווי מען רופט איהם נאר אן דיין אדער ראב"ד, ממילא קען זיין אז ר' יואל פעלנער איז יא געווען אין ארטדאקסישע אשכנז'ישע קהילה צוזאמען מיט ר' הערש דיק וואס איז געווען דער ראב"ד אונטער איהם.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 7:31 pm

אויך האב איך געטראפן אין המאור עפעס א גירסא איבער די מחלוקת פון ר' ברכי' מיטן בנין דוד, פון דארט קוקט אויס אז ר' משה יוסף האט צוגעזאגט דאס רבנות פארן בנין דוד, (אפשר ווייל ער זאל וועלן קומען פון פוילן קיין אונגארן?), אבער איך ווייס נישט ווער זיין מקור אויף דעם איז, צו זעהן דעם שטיקל דרוקט דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 20, 2009 9:08 pm

ר' בן הרחמן, א דאנק, דאס איז דאך געווען די טענה פון בנין דוד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 20, 2009 9:57 pm

לכאורה איז טאקע געווען די טענה, נאר פון די וואס ביז אהער גערעדט איבער די מחלוקה איז נאכנישט געווארן גערעדט איבער די פרט זעה דא די תגובה פון הרב מיללער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 11:23 pm

מצבת ר' משה יוסף מאיהעל בהאוהל בסיגוט (מימין מרן העצ"ח)
צוגעלייגטע
MosheYosef1.jpg
MosheYosef1.jpg (22.92 KiB) געזעהן 4811 מאל

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:33 am

וואס איז די מעשה אז מ' רעדט גארנישט פון זיין פוילישען איידים הרה"ק ר' אליעזר מחנטשין בן הרה"ק ר' חיים שמואל מחנטשין חתונה געהאט מיט זיין טאכטער חי' רבקה?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 9:06 am

משה זוך מיר האט געשריבן:וואס איז די מעשה אז מ' רעדט גארנישט פון זיין פוילישען איידים הרה"ק ר' אליעזר מחנטשין בן הרה"ק ר' חיים שמואל מחנטשין חתונה געהאט מיט זיין טאכטער חי' רבקה?

בנו ר' לייבוש הורוויץ-שטערנפעלד הי"ד חותן אדמו"ר מטריסק לאנדאן שליט"א.

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:24 am

מיילעך האט געשריבן:
משה זוך מיר האט געשריבן:וואס איז די מעשה אז מ' רעדט גארנישט פון זיין פוילישען איידים הרה"ק ר' אליעזר מחנטשין בן הרה"ק ר' חיים שמואל מחנטשין חתונה געהאט מיט זיין טאכטער חי' רבקה?

בנו ר' לייבוש הורוויץ-שטערנפעלד הי"ד חותן אדמו"ר מטריסק לאנדאן שליט"א.

דאס מיינט אלע זיינע אייניקלעך וואס זענען פון זיין זייט טשערנובלער אין רוז'ינער אייניקלעך זענען פון זיין רביצין'ס זייט צאנזער אין סיגיטער אייניקלעך,
איך ווייס נאך אזא איינער דער זלאטיפאלער-טשארטקובער רבי פון לונדון איידים פון דער ליעזש'ער פון לונדון

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג מאי 27, 2010 2:00 pm

אין מאורי גליצי' ברענגט ער נאך אן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' שלום הלברשטאם מניסקא בן ר' ברוך מגארליץ, (ביים ערך פון ר' משה יוסף שרייבט ער עס אלץ יש אומרים), און ער ברענגט דארט צוויי קינדער פון איהם, א) בנו ר' חיים בנציון שהי' גר בפאדגורזע-קראקא (ילדיו תלמידי ישיבת באבוב בשנות תרס"ט ותרע"א), ב) חתנו ר' מנשה יחזקאל פרענקל מלימאנוב.

לעצטענס זוכענדיג אין די געבורט רעקארדס פון סטראפקאוו, האב איך דארט געטראפן עטליכע רעקארדס פון ר' משה יוסף'ס משפחה פון די יארן ווען ער משמש געווען ברבנות אין סטראפקוב (איך מיין ער איז געווען דארט פון בערך תר"מ ביז תרנ"א ווען ער איז געגאנגען קיין אוהעל), ווי אויך איז מיר באשטעטיגט געווארן וועגן דעם איידעם ר' שלום הלברשטאם.

איין רעקארד איז אנהייב שנת תרמ"ה (נאוועמבער 1884 למס') איז געבוירן ביי ר' משה יוסף א אינגל ירוחם הערש (די ערשטע נאמען בין איך נישט זיכער ווייל עס איז אזוי קלאר), דארט שטייט אויך אז דאס קינד איז אוועק צוויי יאר שפעטער בשנת תרמ"ז.
נאך א רעקארד אקטאבער 1 1885 למספ' וואס איז לפי חשבון שמיני עצרת תרמ"ו לפ"ק פון א אינגל זלמן לייב וואס איז געבוירן ביי נפתלי ט"ב (הוא ר' נפתלי מבאטור) וזוגתו ברכה טייטלבוים (היא בת ר' משה יוסף), דאס קינד איז אוועק ביי די אנדערטהאלבן יאר.
נאכדעם האב איך געזעהן צוויי רעקארדס פון קינדער וואס זענען געבוירן צו שלום הלברשטאם וזוגתו חוה טויבא טייטלבוים (היא ג"כ בת ר' משה יוסף), א אינגל נחום ער"ח אלול תרמ"א, און נאך א אינגל (נישט קלאר די ערשטע נאמען) בתחילת שנת תרמ"ג, ביידע קינדער האבן זיך נישט געהאלטן, איינער איז אוועק ביי 6 אהאלב חדשים, די צווייטע ביי אנדערהאלבן יאר.

אגב זעהן מיר פון דעם אז די צוויי איידעמער ר' שלום ה"ש מניסקא און ר' נפתלי מבאטור זענען געווען היבש עלטער פונעם בנין דוד (און לכאורה ר' שלום דער ערשטער איידעם), ווייל דער בנין דוד האט ערשטע חתונה געהאט תרנ"ז לפ"ק.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג מאי 27, 2010 2:02 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:
משה זוך מיר האט געשריבן:וואס איז די מעשה אז מ' רעדט גארנישט פון זיין פוילישען איידים הרה"ק ר' אליעזר מחנטשין בן הרה"ק ר' חיים שמואל מחנטשין חתונה געהאט מיט זיין טאכטער חי' רבקה?

בנו ר' לייבוש הורוויץ-שטערנפעלד הי"ד חותן אדמו"ר מטריסק לאנדאן שליט"א.

דאס מיינט אלע זיינע אייניקלעך וואס זענען פון זיין זייט טשערנובלער אין רוז'ינער אייניקלעך זענען פון זיין רביצין'ס זייט צאנזער אין סיגיטער אייניקלעך,
איך ווייס נאך אזא איינער דער זלאטיפאלער-טשארטקובער רבי פון לונדון איידים פון דער ליעזש'ער פון לונדון

דער ליעזש'ער האט זיך שוין זייט דעמאלס נאכאמאל משדך געווען מיט טשערנאבל'ער גזע, זיין זוהן ר' משה אב"ד ראדוואן האט זיך משדך געווען מיט איינעם פון די קינדער פון אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג מאי 27, 2010 2:12 pm

מיילעך האט געשריבן:לכבוד רב מיללער,
ר' חיים יעקב מלימנוב איז נטמן אין באבוב. אין איין אהל מיט זיין שווער מהר"ש.

איך האב געטראפן א בילד פון די מצבה אינעם אהל אין באבוב, עס איז נישט אזוי קלאר אבער די נאמען חיים יעקב קען מען זעהן ווייל עס האט טינט.
צוגעלייגטע
4349410.jpg
4349410.jpg (18.18 KiB) געזעהן 4639 מאל
4349917.jpg
4349917.jpg (20.07 KiB) געזעהן 4638 מאל
4350018.jpg
4350018.jpg (20.31 KiB) געזעהן 4638 מאל

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » פרייטאג מאי 28, 2010 8:36 am

בןהרחמן האט געשריבן:אין מאורי גליצי' ברענגט ער נאך אן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' שלום הלברשטאם מניסקא בן ר' ברוך מגארליץ, (ביים ערך פון ר' משה יוסף שרייבט ער עס אלץ יש אומרים), און ער ברענגט דארט צוויי קינדער פון איהם, א) בנו ר' חיים בנציון שהי' גר בפאדגורזע-קראקא (ילדיו תלמידי ישיבת באבוב בשנות תרס"ט ותרע"א), ב) חתנו ר' מנשה יחזקאל פרענקל מלימאנוב.

לעצטענס זוכענדיג אין די געבורט רעקארדס פון סטראפקאוו, האב איך דארט געטראפן עטליכע רעקארדס פון ר' משה יוסף'ס משפחה פון די יארן ווען ער משמש געווען ברבנות אין סטראפקוב (איך מיין ער איז געווען דארט פון בערך תר"מ ביז תרנ"א ווען ער איז געגאנגען קיין אוהעל), ווי אויך איז מיר באשטעטיגט געווארן וועגן דעם איידעם ר' שלום הלברשטאם.

איין רעקארד איז אנהייב שנת תרמ"ה (נאוועמבער 1884 למס') איז געבוירן ביי ר' משה יוסף א אינגל ירוחם הערש (די ערשטע נאמען בין איך נישט זיכער ווייל עס איז אזוי קלאר), דארט שטייט אויך אז דאס קינד איז אוועק צוויי יאר שפעטער בשנת תרמ"ז.
נאך א רעקארד אקטאבער 1 1885 למספ' וואס איז לפי חשבון שמיני עצרת תרמ"ו לפ"ק פון א אינגל זלמן לייב וואס איז געבוירן ביי נפתלי ט"ב (הוא ר' נפתלי מבאטור) וזוגתו ברכה טייטלבוים (היא בת ר' משה יוסף), דאס קינד איז אוועק ביי די אנדערטהאלבן יאר.
נאכדעם האב איך געזעהן צוויי רעקארדס פון קינדער וואס זענען געבוירן צו שלום הלברשטאם וזוגתו חוה טויבא טייטלבוים (היא ג"כ בת ר' משה יוסף), א אינגל נחום ער"ח אלול תרמ"א, און נאך א אינגל (נישט קלאר די ערשטע נאמען) בתחילת שנת תרמ"ג, ביידע קינדער האבן זיך נישט געהאלטן, איינער איז אוועק ביי 6 אהאלב חדשים, די צווייטע ביי אנדערהאלבן יאר.

אגב זעהן מיר פון דעם אז די צוויי איידעמער ר' שלום ה"ש מניסקא און ר' נפתלי מבאטור זענען געווען היבש עלטער פונעם בנין דוד (און לכאורה ר' שלום דער ערשטער איידעם), ווייל דער בנין דוד האט ערשטע חתונה געהאט תרנ"ז לפ"ק.


בספר " דברי ברוך - גארליץ מונה עוד שני בנים לרבי שלום מניסקא: 1. ר' מנחם [תרס"ט] [ ואולי זהו ר' נחום שנזכר אצלך ? ]
2. ר' יהושע [ תרע"א ]
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג מאי 28, 2010 10:45 am

די צוויי נעמען וואס דו דערמאנסט ברענגט דער מאורי גליצי' אלץ קינדער פון ר' חיים בנציון ב"ר שלום, אז זיי זענען געווען תלמידי ישיבת באבוב איינער בשנת תרס"ט והשני בשנת תרע"א, קוק איבער אינעם דברי ברוך צו ער שרייבט נישט אויך אלץ אייניקלעך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 28, 2010 11:19 am

יישר-כח בן הרחמן פאר די פרטים חשובים בתולדות ר' משה יוסף מאיהעל ומשפ'.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג מאי 31, 2010 11:38 am

טשערנאבעל סיגעט צאנז, זענען דאך אלע סאטמערע קינדער, ווייל ר' מאטעלע הארניסטייפעל איז דאך געווען א טשערנאבעלע אייניקעל.

און איך מיין אז וויזשניץ זענען רוזשינער אייניקלעך נישט אזוי?, סאו מאך אליין די קאלקעלעישען, אז עס זענען דא פיל מער ווי נאך איינער וואס האט צאנז סיגעט טשערנאבעל רוזין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוקטובער 31, 2010 1:52 pm

אין אן אנדערען אשכול האט ידידנו פארשלאפן געשריבן
farshlufen האט געשריבן:איבערקוקענדיג די אונגארישע געבורטס רעקארדס אויף דזשואיש דזשען זע איך אז ר' משה יוסף ז"ל האט אויך געהאט א "זלמן לייב" נולד September 26 1883 דאס קומט אויס כ"ו אלול תרמ"ג נאך אין די שלשים פון היייליגן יטב לב ונפ' April 12 1884 דאס איז י"ז ניסן דער ערשטער טאג חוהמ"פ תרמ"ד.

נאך א זון [לר' משה יוסף] יעקב הערש איז אים געבוירן א יאר שפעטער nov. 13 1884 כ"ה חשון תרמ"ה ונפ' Feb. 22 1887 כ"ח שבט תרמ"ז.

ייש"כ לידידנו הנ"ל, מיר האבן שוין אויבן גערעדט איבער רעקארדס פון סטראפקאוו פון משפחת ר' משה יוסף מאוהעל, יעצט האט דזשואיש-דזשען ארויפגעלייגט נאך פרישע רעקארדס אויף זייער דאטאבעיס.

נאר אפאר הוספות והערות

די צוויי דערמאנטע זיהן ווי אויך נאך א דריטע טאכטער לאה זיסל זענען געבוירן געווארן צו ר' משה יוסף אין סטראפקאוו ווי ער האט משמש געווען ברבנות בערך פון תר"מ ביז תרנ"א, און פון די טאכטערס נאמען קען מען אויך האבן א הוכחה איבער דעם וואס אויסגעשמועסט געווארן אינעם אשכול פון ר' דוד מקשאנוב, בנוגע פון וועלכע זיווג הרבנית הינדא אשת ר' משה יוסף איז געווען, פון דא זעהט מען טאקע אז זי איז געווען מזיווגו השני לאה זיסל צינץ נכדת היד הקטנה.

בנוגע די צווייטע זוהן וואס פארשלאפן האט דערמאנט מיטן נאמען יעקב הערש, דאס איז טעות ווייל ער האט דאך געהאט א עלטערע זוהן ר' חיים יעקב דער לימאנוב'ער רב, דער ריכטיגער נאמען איז לכאורה ירוחם הערש (אן אנדערע רעקארד אין דזשואיש-דזשען שרייבט איציק-הערש).

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג נובעמבער 02, 2010 3:26 pm

געוואלד האט געשריבן:ווען ר' משה יוסף איז נסתלק געווארן האט מען איהם לכתחלה געוואלט לייגן אין איהעל און די נייע ארטאדאקסישער ביה"ח, (אינעם אלטן ביה"ח ווי דער ישמח משה ליגט, איז נישט געווען קיין רעדע, ווייל דאס האט ליידער באלאנגט פאר די נעאלאגן) אבער די פארוואלטער וואס זענען געווען די מתנגדישע קהלה פון רב לעוו, האבן בשום א"א נישט געהאלטן צוטיילן א מקום מכובד לפי רצונו ורוחו הקדושת יו"ט, מ'זאל קענען אויפשטעלן אן אוהל וכדומה, און מ'האט זיך ארומגעקריגט מיט זיי קרוב צו 48 שעה, מ'פארציילט אז דער עצי חיים וואס איז דערמאלטס געווען א יונגער בחור, אדער א גאר יונגערמאן, האט געזאגט פארן טאטן אז ער האט געחלומט די נאכט ווי מ'פירט דעם איהעלער פעטער קיין סיגעט, האט מען אויפגעגעבן און מ'האט אריבערגעברענגט קיין סיגעט, ושם מנו"כ.

אויסשניט פונעם סיגוט'ער פנקס (זייט 52 אינעם פידיעף) וואס פארצייכנט דאס ברענגען ר' משה יוסף קיין סיגוט און לייגן אינעם אוהל, און אז דער קדושת יו"ט דארף באשטימען וועלכע מקום אינעם אוהל, ויורשיו ר' ברכי' וחתנו ר' נפתלי ט"ב יתנו מעות קרקע. (קליקט אויפן בילד צו זעהן גרעסער און קלארער).
צוגעלייגטע
pinkes sighet page 52.jpg

hotwire
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 08, 2009 2:17 pm

תגובהדורך hotwire » מיטוואך נובעמבער 03, 2010 11:49 am

בשם הרב נתן יוסף מייזלס שמעתי פעם, שאמר בעל הדברי יואל פעם תחת אחד השיחים
כי על שני חתימות שנתן קודם המלחמה היא מתחרט, ודעתו היום שטעה, ואחד מהם היא החתימה בעד ר' ברכיה

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 6:01 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
בזכרונותיו של יוסף מארגאשעס מובא.שהוא זוכר כשהאדמו''ר הראשון ר' שלמהעלע מבאבוב ור' משהעלע בארדיאווערבאו ללעמבערג להדפיס את הדברי-חיים
על שמות גיטין . התפללו כל יום מנחה - מעריב ביחד עם השואל ומשיב והתפלפלו איתו בציוו זקינם על מה שכתוב בדברי חיים על גיטין ולפעמים השמיטו
כבר מה שהדפיסו . והכל הי' בציוו זקינם

ווייסט איינער וואס דאס איז "זכרונותיו של יוסף מארגאשעס" ? וואו וואס און ווען ?!?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 8:46 pm

אין דעם נייעם גליון "שלומה של מלכות -באבוב" האבן זיי אריינגעלייגט אן היסארישע בילד "פורסם ראשון" פון ר' חיים יעקב לימאנובער ז"ל (בן ר' משה יוסף).

עס איז א מורא'דיגע היסטארישע בילד. קודם איז עס די איינציגסטע בילד פון איהם, וואס ביז היינט האט מען געמיינט אז עס געפינט זיך נישט קיין בילד פון איהם. (ער האט נאך דא א זוהן ר' שלום שיחי' לרפו"ש, וואס האט געקענט באשטעטיגען אז דאס איז זיין טאטע, און ער האט אויך אנגעוויזן אויף אנדערע אידן אין דעם בילד). און אויך איז עס גאר א הערליכין קלארע בילד, ממש א יקר המציאות.
עס שטייט דארט זייער אינטערסאנטע פרטים וועגן די בילד.

איך לייג דא ארויף וואס איך האב געכאפט פון מיין טעלעפאון, אבער ס'איז אסאך קלארער און גרעסער. אפשר קען איינער עס סקענען און ארויפלייגן?
צוגעלייגטע
limoniv.jpg
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 8:53 pm

דער בילד, אדער טייל דערפון איז שוין געווען ביינונז, דאכציך אינעם ווער ווייסט שנירל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 13 געסט