רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יאסל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט קרעמער באטשי קען ער קאנפורמען צי ס'איז דא קינדער בן אחר בן פון ר' משה יוסף דארעך זיין זון ר' חיים יעקב אדער נישט?
פון די אנדערע דריי ברודער, דער קאלבוסאב'ער רב, דער קדושת יו"ט, אין דער טעטש'ער רב איז דא איינניקלעך בן אחר בן.

יעצט אנגעפרעגט א קרוב משפחה: עס לעבט נאך א זוהן זיינער, ר' שלום טייטלבוים. ר' שלום האט 2 זוהן.

אזוי לעבט ער נאך הייסט! וואלסט אפשר געהאט א מעגליכקייט צי ברענגען א בילד אדער כאטש וויאזוי ער קיקט אויס היינט צי טאג ער האט א ביהמ"ד ער איז א שיינער איד? אדער א בעה"ב?
עפעס ליגט מיר אין זכרון אז ביים ערשטען יארצייט פון ר' נפתל'טשע פון באבוב ז"ל, האב איך געזעהן א בילד פון עימיצען טייטעלבוים כ'טראכט איצט אז סאיז אפשר ער וויל לויטן חשבוין איז ער דאך געווען א פעטער פאר ר' נפתלטשי.
אגב לויט מיין חשבון איז דער ר' שלום די איינציגער גראדער אור אייניקעל פונעם ייטב לב וואס לעבט נאך מיט אינז! אין נאך גאר בן אחר בן.

הרב לעווי איר האט אפשר אין אייערע באבוב'ער ארכיווען א פיקצער פון דעם ר' שלום??? ער איז דאך געווען א שוואגער פון ר' שלמה זצ"ל אין א פעטער פון ר' נפתלטשע זצ"ל.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איים סארי אבער איך האב ביז דער אשכל ניטאמאל געוואוסט אז ער עקזיסטירט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך דריי פרטים לתולדות משפחת ט"ב מאיהעל וואס איך האב געטראפן אינעם ספר בית היי"ן לתולדות אדמור"י מעליץ זצ"ל.

א) ר' ברכי' מאיהעל איז געווען אן איידעם ביים צבי לצדיק, ר' צבי אלימלך שפירא מבלאזוב זצ"ל (דער בלאזובער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לע ראזוואדובער חדב"ן הייטב לב).

ב) ר' ברכי' מאיהעל האט געהאט א זוהן ר' דוד טייטלבוים מפרעמיסלא וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי הורוויץ ממעליץ נכד הזרע קודש מראפשיץ זצ"ל, ער האט פאר א צייט געוואונט אין בלאזוב במקום זקנו, ר' דוד מיט זיין ב"ב און משפחה זענען אלע אומגעקומען עקד"ה הי"ד.

ג) דער בנין דוד מאיהעל האט געהאט א איידעם ר' יוסף מאיר הורוויץ ב"ר אברהם אביש מקראלי ב"ר נפתלי ממעליץ זצ"ל, וועלכער איז אומגעקומען מיט זיין משפחה עקד"ה הי"ד.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיללער האט געשריבן:בייגעלייגט איז אן אויסשניט פונעם 'איהעלער יזכור בוך' ווי ער באשרייבט דאס רבנות פון ר' משה יוסף מאיהעל ובנו ר' ברכי' וחתנו הבנין דוד, אנגעבליך האט זיך די מחלוקה צווישן ר' ברכי' אין די בנין דוד אנגעהויבן ווייל ר' ברכי' איז נאך אינג געווען ווען זיין פאטער איז נסתלק געווארן דערונטער איז דער בנין דוד שוין געווען דיין אין די ספרדישע קהילה.



דאס קען נישט זיין אמת, ווייל די בנין דוד איז נאר געווען א חתן ווען רבי משה יוסף זצ"ל איז אוועק און דערנאך האט ער הערשט חתונה געהאט אין באבוב און האט דארט געגעסן קעסט פאר א שטיק צייט, כמש"כ הווייצענער רב זצ"ל בהקדמה לבנין דוד עיי"ש.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב די וואך געהערט פון איינעם אז די בנין דוד איז געווען די צווייטע מאן פאר זיין רעביצן רוזא בלימא, ווער איז געווען די ערשטע?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ר' ברכי' האט געהאט א זון ר' משה יוסף אב"ד בוקאווסק.
זעה דא
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מאיר האט געשריבן:ר' ברכי' האט געהאט א זון ר' משה יוסף אב"ד בוקאווסק.
זעה דא


אין דער לינק (וויקיפידיע) האב איך געזעהן א טעות. עס שטייט אז די בנין דוד איז געבוירן אין טארנע שבגאליציע, דערווייל איז ער געבוירן אין פוילן (דאכצעך אין לאסק ווי זיין זיידע רבי דוד דוב און זיין פעטער האבן משמש געווען ברבנות) און זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין טארנע ערשט שפעטער ווען ער איז שוין מן הסתם געווען א בחור.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' ברכי' האט געהאט א זין ר' יהודה אב"ד יאווארניק, א דערפיל אין גאליציע. אין י"ג אורות-פשעווארסק איז דא אסאך עובדות וואס ר' יעקעלע זצ"ל האט געהערט פין עם.
אויך האט ר' ברכי' געהאט אן איידעם ר' אשר אלימלך מקאזניץ א ברידער פין ר' אהרעלע.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מיללער האט געשריבן:....ווי דערמאנט אין א דערנעבנדיגער אשכול, איז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסל איהעלער ומחמת סיבות נתפרדה החבילה און די טאכטער פון ר' משה יוסף איז געבליבען אליינס כל ימיה..

חלילה וחס!! לא נתפרדה החבילה, אלא היא מתה מנשיכת כלב שוטה בדמי ימיה, ובעלה ר' לייבוש זצ"ל גנח כל ימיו על אשת נעוריו.
והיה לה שני בנים ממנו, ומתו שניהם רח"ל אחר מיתת אמם ע"ה
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לאמיר דא מאכן א שטיקל סך הכל פון די צאצאים פון ר' משה יוסף מאיהעל.

א) בנו ר' ברכי' מאיהעל מ"מ אביו חתן ר' צבי אלימלך שפירא הצבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל, נפטר בדמי ימיו ונטמן בסיגוט עיר מנוחת אבותיו.
ב) בנו ר' חיים יעקב מלימינוב חתן ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (הראשון) ב"ר מאיר נתן זצ"ל
ג) חתנו ר' דוד דוב מייזליש מאיהעל בעל בנין דוד ב"ר מרדכי זאב
ד) חתנו ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי ערליך מדעלאטין זצ"ל
ה) חתנו ר' נפתלי ט"ב מנירבאטור ב"ר יוקל מוואלאווא

בני ר' ברכי' מאיהעל
א-א) בנו ר' משה יוסף מביקאווסק חתן ר' דוד שפירא ב"ר מאיר יהודה מביקאווסק ב"ר דוד מדינוב
א-ב) בנו ר' דוד מפרעמיסלא חתן ר' נפתלי ממעליץ
א-ג) בנו ר' יהודא מיאווארניק
א-ד) חתנו ר' אשר אלימלך האפשטיין מקאזניץ

בני ר' חיים יעקב מלימינוב
ב-א) בנו ר' יחזקאל מלימינוב
ב-ב) בנו ר' שלום לאויט"א (נ.י.)
ב-ג) חתנו ר' צבי הירש מייזליש מווייצען בן גיסו הבנין דוד מאיהעל
ב-ד) תתנו (בזוו"ר) ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (השני)

(איבער די קינדער פון פונעם בנין דוד וגיסו ר' נפתלי מניר-באטור, זעה אין באזונדערע אשכולות למשפחותיהם)

ווייסט צו היינט צוטאגס איז פארהאן אייניקלעך פון ר' ברכי' מאיהעל?

מיילעך,
דער קאזניצער רבי ר' אשר אלימלך איז ארויף קיין אר"י, הייסט דאס אז זיינע קינדער זענען איהעלער אייניקלעך?
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום זונטאג פעברואר 22, 2009 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

מיללער האט געשריבן:(איבער די קינדער פון פונעם בנין דוד וגיסו ר' נפתלי מניר-באטור, זעה אין באזונדערע אשכולות למשפחותיהם)


וואו איז דא אן אשכל איבער די בנין דוד מאוהעל ובניו? איך זעה נאר איינס פון זיין זון די וויטצענער רב זצ"ל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז דא נאך איינס פונעם אויווארער רב ר' יוסף משה מייזליש, זוך עס אפיר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:לאמיר דא מאכן א שטיקל סך הכל פון די צאצאים פון ר' משה יוסף מאיהעל.

א) בנו ר' ברכי' מאיהעל מ"מ אביו חתן ר' צבי אלימלך שפירא הצבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל, נפטר בדמי ימיו ונטמן בסיגוט עיר מנוחת אבותיו.
ב) בנו ר' חיים יעקב מלימינוב חתן ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (הראשון) ב"ר מאיר נתן זצ"ל
ג) חתנו ר' דוד דוב מייזליש מאיהעל בעל בנין דוד ב"ר מרדכי זאב
ד) חתנו ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי ערליך מדעלאטין זצ"ל
ה) חתנו ר' נפתלי ט"ב מנירבאטור ב"ר יוקל מוואלאווא

בני ר' ברכי' מאיהעל
א-א) בנו ר' משה יוסף מביקאווסק חתן ר' דוד שפירא ב"ר מאיר יהודה מביקאווסק ב"ר דוד מדינוב
א-ב) בנו ר' דוד מפרעמיסלא חתן ר' נפתלי ממעליץ
א-ג) בנו ר' יהודא מיאווארניק
א-ד) חתנו ר' אשר אלימלך האפשטיין מקאזניץ

בני ר' חיים יעקב מלימינוב
ב-א) בנו ר' יחזקאל מלימינוב
ב-ב) בנו ר' שלום לאויט"א (ב"פ)
ב-ג) חתנו ר' צבי הירש מייזליש מווייצען בן גיסו הבנין דוד מאיהעל


(איבער די קינדער פון פונעם בנין דוד וגיסו ר' נפתלי מניר-באטור, זעה אין באזונדערע אשכולות למשפחותיהם)

ווייסט צו היינט צוטאגס איז פארהאן אייניקלעך פון ר' ברכי' מאיהעל?

מיילעך,
דער קאזניצער רבי ר' אשר אלימלך איז ארויף קיין אר"י, הייסט דאס אז זיינע קינדער זענען איהעלער אייניקלעך?

פארזעהן ר' שלמה מ'באבוב זצ"ל.

אויך ר' שלום נ"י, ווייס איך נישט אויב ער וואוינט אין ב"פ, נאר ערגעץ אין ניו יארק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח קרעמער, שוין פאראכטען.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:מיילעך,
דער קאזניצער רבי ר' אשר אלימלך איז ארויף קיין אר"י, הייסט דאס אז זיינע קינדער זענען איהעלער אייניקלעך?

דער פון ארץ ישראל איז געווען א דריטער ברודער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיללער דא האסטע.


א דאנק פאר לעווי פארן העלפן מיט די סייז...
אטעטשמענטס
DSCN0874.jpg
DSCN0874.jpg (5.66 KiB) געזען 4099 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק הרב מאכער, איז דאס אינעם זעלבן אוהל?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס איז א בילד פונעם בנין דוד מאיהעל וואס איז ערשינען בתוכינו (קרעדיט זיידעניו)
אטעטשמענטס
Binyan Dovid.jpg
Binyan Dovid.jpg (13.89 KiB) געזען 4079 מאל
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ווייסט אפשר עמיציר נאך וועמין ר' ברכי' האט געהייסען .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מיילעך,
דער קאזניצער רבי ר' אשר אלימלך איז ארויף קיין אר"י, הייסט דאס אז זיינע קינדער זענען איהעלער אייניקלעך?

דער פון ארץ ישראל איז געווען א דריטער ברודער.


ב''ה
השלישי הי' שמו הרה''צ ר' ישראל אלעזר זצ''ל והי' חתן הרה''צ ר' מרדכי יוסף טווערסקי זצ''ל מזלאטאפאלי - ווארשא בן הרה''ק ר' דוד זצ''ל בן הרה''ק
ר' יוחנן זצ''ל מראחמסטריווקא ויש ממנו ספר בשם עבודת אלעזר נדפס ע''י ועד חסידי קאזניץ .וזכה שנכדו הרה''צ ר' שמשון שטרנבערג שליט''א ממלא
מקומו בכבוד גדול .והי' ממיסדי כפר -חסידים .ושפע עם אהבת-ישראל . הי' תלמיד מובהק להרה''ק הגאון מאסטראווצי זי''ע .ונפטר ער''ח אלו''ל תשכ''ו
יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמח »

מיללער האט געשריבן:א דאנק הרב מאכער, איז דאס אינעם זעלבן אוהל?


יא ס'איז אין די זעלבע אוהל ווי די סיגוט'ע רבנים זי"ע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווייסט איינער פארוואס מעהאט פארדרייט דער נאמען ר' משה יוסף ז"ל און די אייניקלעך זיינע הייסען יוסף משה?
the SCY is the limit
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

scy4851 האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס מעהאט פארדרייט דער נאמען ר' משה יוסף ז"ל און די אייניקלעך זיינע הייסען יוסף משה?


ב''ה
יא!!!!!!!!!!!!!!
כשנולד ר' משה יוסף הי' עוד זקינו הרב מטאלטשאווא בחיים והייטב לב כשנכנס ליולדת אחר הברית לומר לה מז''ט הוא נתן רק השם משה אחר הישמח-משה
אמרה לו הרבנית לא ידעתי שאבי ר' "משה דוד " לא בין החיים אז תפס הייט''ל מה שקרה ואמר לא הוא חי ויוסף לו חיים ולאחר זמן הוא בעצמו הי' מסופק
אם אמר יוסף משה או משה יוסף [בשם הרב מווייצען ]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוין געשריבן אין א אנדערע געהענגעל, ווייל ער איז אוועק אינג.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:לאמיר דא מאכן א שטיקל סך הכל פון די צאצאים פון ר' משה יוסף מאיהעל.

א) בנו ר' ברכי' מאיהעל מ"מ אביו חתן ר' צבי אלימלך שפירא הצבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל, נפטר בדמי ימיו ונטמן בסיגוט עיר מנוחת אבותיו.
ב) בנו ר' חיים יעקב מלימינוב חתן ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (הראשון) ב"ר מאיר נתן זצ"ל
ג) חתנו ר' דוד דוב מייזליש מאיהעל בעל בנין דוד ב"ר מרדכי זאב
ד) חתנו ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי ערליך מדעלאטין זצ"ל
ה) חתנו ר' נפתלי ט"ב מנירבאטור ב"ר יוקל מוואלאווא
ו) בנו ר' ניסן טייטלבוים חתן אחיו הקדושת יו"ט מסיגוט, נפטר בדמי ימיו

בני ר' ברכי' מאיהעל
א-א) בנו ר' משה יוסף מביקאווסק חתן ר' דוד שפירא ב"ר מאיר יהודה מביקאווסק ב"ר דוד מדינוב (גר בסאניק)
א-ב) בנו ר' דוד מפרעמיסלא חתן ר' נפתלי ממעליץ
א-ג) בנו ר' יהודא מיאווארניק
א-ד) חתנו ר' אשר אלימלך האפשטיין מקאזניץ

בני ר' חיים יעקב מלימינוב
ב-א) בנו ר' יחזקאל מלימינוב
ב-ב) בנו ר' שלום לאויט"א (נ.י.)
ב-ג) חתנו ר' צבי הירש מייזליש מווייצען בן גיסו הבנין דוד מאיהעל
ב-ד) תתנו (בזוו"ר) ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (השני)

(איבער די קינדער פון פונעם בנין דוד וגיסו ר' נפתלי מניר-באטור, זעה אין באזונדערע אשכולות למשפחותיהם)


צוגעשטעלט צוויי פרטים (אין באלד) כפי שלמדתי מכבוד הבד"ץ.

איך טוה ווידערהאלן מיין שאלה, איז פארהאן היינט אייניקלעך פון ר' ברכי' מאיהעל?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”