תגובהדורך משה'עלע » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 4:09 pm
כבין דורך די אשכול סאיז דא אסאך וואס מעיר צו זיין אבער נישט אלעס מעג מען
אפאר הערעלך בקצרה בחפזי
מילער האט מעתיק געווען איהעל יזכור ביך
אזהרב ממאד איז געווען ממתנגדי הבנין דוד
למעשה איז דא אתשובה און לבושי מרדכי ווי ער שרייבט זייער שארף קעגען די מתנגדים פונעם בנין דוד
וועגען דער שבת פונעם דרכי תשובה און איהעל, ידוע ער האט געזאגט די תורה פונעם דברי חיים אויף קרח, און ער האט אויסגעפירט ווער סוועט טשעפענען דעם רב וועט איינעמען, .....
עס איז דא א בריוו און אגרות שפירין פונעם צום בנין דוד
געוואלד האט געשריבען מהאט באגראבען הערשט אכט און פערציג שעה, לויט ווי איך געדענק איז ער אוועק מאנטיג און מהאט אים באגראבען פרייטיג, די אכט און פערציג שעה האט דער קדיו"ט געזאגט דארנעשטיג אז ער האט שוין 48 שעה נישט גלייגט קיין תפילין
דאס וואס מען שרייבט אז מען האט אויפגענימען ר' אלעזר אלס רב הצעיר מפני השלום, איז אפשר בבחינת מפני השלום מעג מען משנה זיין, אבער עס האט זיך געגאסען בלוט אויף דעם, ביז אינמיטען קריג (די זשאנדארען זענען געקימען און קלויז און געשריגען און פולין שעכט מען אייערע ברידער, און איר שלאגט זיך אויף שטותים) ואכמ"ל
בן הרחמן האט זייער גוט געשריבען
און למעשה איז געווען א דין תורה און ר' ברכי' האט פארלוירען, אבער דאס האט נישט אפגעהאלטען די מתנגדים פונעם בנין דוד אים אויסצוטיילען צרות צרורות
ר' משה יוסף האט צוגעזאגט דאס רבנות ווייל דעם בנין דודס רעבעצען איז נישט געווען געזונט, זי האט געהינקעט (ועוד ואי אפשר להעלות על הכתב)
עכ"פ דער אשכול האט אריינגעוואנדערט טיף אונעם בנין דוד כהעט געראטען אויפצומאכען א אשכול איבערן בנין דוד און אהינפירען די תגובות, און מעמיר דא ממשיך זיין איבער ר' משה יוסף
איבער דעם וואס ר' נתן יוסף האט געזאגט בנוגע דעם רבין
דער עצי חיים האט א האלב יאהר פאר די פטורה געטראפען דעם בנין דוד און ער האט אים געוואלט איבער בעטען, און דער בנין דוד האט אים געסאגט אז ער קען מוחל זיין אבער נישט פארגעסן, האט ער געזאגט אויב אזוי בין איך נישט אינטערסירט.
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל