רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תגובהדורך דוד משמש » זונטאג מאי 10, 2009 3:53 pm

כמיין סאיז ליבאאוויטטשע פאנטאזיעס

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מאי 10, 2009 4:11 pm

דוד משמש האט געשריבן:כמיין סאיז ליבאאוויטטשע פאנטאזיעס


כבוד המשמש בקודש שיחי'
פאנטאזי' האט נישט קיין גבולים כידוע ---אין ספעשעל וועהן צווייא צדדים פאנטאזירען בויעט מען וועלטען מען פליט אין דיא הימלען אין ס'איז
געוואלדיג .איך האב אלץ בחור אמאהל געהערט וויא דער פאנאוויזשער רב האט דערציילט פאר דעם קאפיטשנצער רבי זצ''ל אז
ווען עהר האט געזאגט פאר זיינע ארומיגע אין מיטען דיא צווייטע וועלט מלחמה וואס עהר פלאנט אלץ אויף ציא בויען אויף דעם בארג וואס הרה''ח
ר' יעקב האלפערין ז''ל האט איהם געגעבען -דארט וויא ס'שטייט היינט ציא טאג דיא ישיבה מיט דיא גאנצע קרי' -האט איהם א יוד געזאגט
רבי איהר חלומ'ט האט עהר גענטפערט יע יע אבער איך שלאף ניט . וראוים הדברים למי שאמרם

בונם דער טרעגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:31 pm

תגובהדורך בונם דער טרעגער » דינסטאג מאי 12, 2009 12:33 am

וועלכע יאר האט רבינו זי"ע געפענט זיין ערשטע ביהמ"ד און און וועלכע שטאט ???

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מיטוואך מאי 13, 2009 1:53 pm

אן איטערסאנטע זייך צו באמערקען, אז דער קרעטשניפער רבי ז"ל איז אויכעט א נעפיו און אויכעט אן עלטערן שוואגער מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק פועל ישועות בקרב הארץ ר' דוד משה זצ"ל פון קרעטשניף רחובות. דער רחובות'ער איז בן זקוניו פון דער זיידא ר"ר לייזער וואלף זי"ע א ברידער מיט הרה"ק ר' ניסן חיים זצ"ל אבי כ"ק דעם קרעטשנעווער רבי זצ"ל. און אין ביידע זענען לוקחי בנותיו פונ'עם צדיק נשגב ר"ר חיים מרדכל'י פון נאדווערנע זצ"ל
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג מאי 14, 2009 11:03 am

און ר' חיים מרדכי זצ"ל איז אויך געוועזן א איידים ביי ר' לייזער וואלף זצ"ל.

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » מוצ"ש מאי 16, 2009 11:39 pm

דער קרעטשניוע ניגון ואני בעודי
וואס דער ניגון אליינס - שרייט קרעטשניוו

וויסט איימיצער דער מקור פון דעם ניגון

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג מאי 17, 2009 7:45 am

זער ניגון האט רביה"ק געמאכט שב"ק פרשת מטות מסעי תשמ"ז.

דאנערשטיג נאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון זיין ערשטע אייניקל, טאכטער פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אויף שבת איז רביה"ק געפארן אויף מנוחה קיין בית חלקיה, עס איז אבער מיט געפארן א שטיקל עולם, פרייטיג צונאכטס נאכן טיש איז רביה"ק ארויס געגאנגען אין חצר צוליב די גרויסע היץ אינעווייניג, און זיך אוועק געזעצט אינטער א בוים, דעמאלטס האט ער געמכאט דעם ניגון.

מוצש"ק איז פארגעקומען די "תנאים", אין בני ברק, געמאלטס איז געוועהן דער ערשטער מאהל וואס רביה"ק האט געזונגען די ניגון ברבים.

(מפי עדי ראיה, וואס זענען געווהען דארט אויף שבת).

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תגובהדורך דוד משמש » מאנטאג מאי 18, 2009 12:17 am

אה! דער ואני בעודי ניגון פלעגט דער עולם זיך הייבען און די לופטען..
און דער רבי מיט זין זיסע פינגער בצורת שם שד-י - פלעגט צו געבן צום טעם - ווער ס'איז נאר אמאהל אריין און קרעטשניוו ווייסט דערפון

-
זאגטס רבי רזא - פון ווי שטאמט דער ניגון אויף "על הכל"

אוועטאר
זעירא דמן חברייא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 11:55 am

תגובהדורך זעירא דמן חברייא » מאנטאג מאי 18, 2009 11:09 am

דער ניגון האט דער רבי געמאכט אין אנטווערפן [געהערט פאר עטליכע יאר צוריק מפי חד מתלמידיו המובהקים הרוצה בעילום שמו].
הקטן השפל והנבזה
למה זה תשאל לשמי והיא פלאי

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג מאי 21, 2009 7:27 am

היינט איז די יאהרצייט פונעם זיידן ר' לייזער וואלף זי"ע. נו ווי זענט איר קרעטשניף'ער חסידים.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:33 pm

שוין אויסגעכאפט, כ'האב געוואלט מוסיף זיין אז היינט איז רבי לייזער וואלפ'ס יארצייט.

לחיים! לחיים! זכותם יגן עלינו!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 19, 2011 3:52 pm

היינט נאכט געפאלד די יארצייט פונעם קרעשניפער רבי'ן זצ"ל, איך האב אפאר שיינע בילדער פון אים איך וועל עס פראבירן ארויף צו לייגן,
צוגעלייגטע
060604_074827-5_1.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 19, 2011 3:56 pm

'
צוגעלייגטע
indexCAMVB488.jpg
indexCAMVB488.jpg (31.5 KiB) געזעהן 2032 מאל

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דאנארשטאג מאי 19, 2011 4:07 pm

וועהר ס'האט אמאהל געזען דאס חיות פין דעם צדיק אין איין מצוה אדער אין דאווענען ממש כל עצמותי תאמרנה בכלל דער וחי בהם
בשעת פארלערנען חורש''י בין מנחה מעריב ביים סתם שלום עליכם געבען ווען עהר האט געזעהן א יוד א גוטען פריינד א חסיד מיט
וואס פאר חיות דקדושה אלעס וואס דער צדיק האט געטהין האט עהר געטין מיט א פרישקייט מיט חיות מיט א געשמאק . אין מיט
געשלעפט מיט גענימען דעם עולם מיט זיך . א טיש א מעשה אלעס מיט א חיות . אוי ס'בענקט זיך

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:29 am

מיט יבלחט"א כ"ק אדמור מסקולעני שליט"א
צוגעלייגטע
01EEEA~1%20(5).JPG
01EEEA~1%20(5).JPG (25.38 KiB) געזעהן 2005 מאל

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:31 am

לשם מצות מצוה
אויפן קרעטשניפע נוסח
צוגעלייגטע
16.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:35 am

ותשליך במצולות ים כל חטאם
ביי תשליך אין די לעצטערע יארן ביים ים כנרת אין טבריא
צוגעלייגטע
IMG_9098.JPG

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:37 am

ביי די נענועים צד מטה
דאס איז שוין געוועהן ממש א יאר פאר די פטירה און האט ער זיך געבויגן ממש ביז דער ערד
צוגעלייגטע
1yuy1.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:39 am

ובכן צדיקים יראו
דער באזוך פון כ"ק הברך משה זצ"ל ביים רבי'ן ווען ער האט געהאט די ת"ת חיי עולם המקורית ביי זיך אין בנין
קיץ שנת תשנ"ד
צוגעלייגטע
060601_163910-62_1.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:41 am

א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקטאש שליט"א
צוגעלייגטע
060604_072604-1_1.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:43 am

היסטאריע
דער מצבה וואס דער רבי האט קובע מקום געוועהן פאר זיין פאטער ר' ניסן חיים בן רבי לייזער וואלף זצ"ל הי"ד
דער רבי צינד א לעכט לע"נ
צוגעלייגטע
resized_DSC01256.JPG

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 1:45 am

והאבן הזאת
די מצבת קודש פון רבי'ן ז"ל אויפן הר הזיתים
צוגעלייגטע
rIMG_1465%20(1).jpg

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » פרייטאג מאי 20, 2011 9:00 am

וויא איך זעה האט מען נישט געזש'אלעוועט מיט קיין טיטולים אויף דיא מצבה '''''איש אלוקים קדוש''''
איך וואלט געוואלט וויסען וועהר דער מבין איז . אין וואס געט דאס ציא .
ס'איז א סימן דלות פאר דעם כותב . אין א רחמנות פאר דעם נכתב לדעתי .

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג מאי 20, 2011 11:05 am

קרעטשנעווער חסידים, בעלי דעת,האבן שוין בשעתו געהאלטן אז ס'איז אביסעלע צופיל.

אגב, ווער האט מנדב געוועזן די מציבה על קברו?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מאי 20, 2011 5:14 pm

פערצופאל זעה איך נישט עפעס געפערליך איבער געטריבן די טיטלען, די איינציגסטע זאך וואס איז איבער געטריבן איז די ערשטע שורה "איש אלקים קדוש" פון דארט אין ווייטער איז גאנץ נארמאל, עמוד צלותהון, מיט מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען ממש אמת, הגם ער איז געוועהן א אפגעהיטענע איד זיין שמירת עינים איז געוועהן הפלא'דיג אבער ווי געזאגט שרייבט מען נישט איש אלקים קדוש אויף קיין היינטיגן איד,


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויל וועלן און 10 געסט