רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל - ט”ז אייר תשס”ו-

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

רבבה האט געשריבן:וויא איך זעה האט מען נישט געזש'אלעוועט מיט קיין טיטולים אויף דיא מצבה '''''איש אלוקים קדוש''''
איך וואלט געוואלט וויסען וועהר דער מבין איז . אין וואס געט דאס ציא .
ס'איז א סימן דלות פאר דעם כותב . אין א רחמנות פאר דעם נכתב לדעתי .

אויפן ציון מא' מהאדמורי"ם הגדולים והחשובים מברוקלין, שטייט זיבן מאל דאס ווארט "קדוש". נו וואס פארשטיי מיר אונז.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובה דורך והוא פלאי »

א אהל אויפן הר הזיתים איז א גרעסער חידוש, וואס קיינער האט זיך נישט געטרויט
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביי זיין עלטער פעטער - עלטער שווער הרה"ק רבי איתמר זי"ע, האט מען אויך געבויט א אוהל [באישון לילה].

ולעצם הענין, אויב טאהר מען נישט, דאן העלפט נישט די אמתלא פון טהרה שטיבל [ראחמיסטריווקא] אדער מערה [גור],
אגב, גור האט אויך געבויט א אוהל, בחצר הישיבה.
ועמך כולם צדיקים
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

א טענצל! האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:וויא איך זעה האט מען נישט געזש'אלעוועט מיט קיין טיטולים אויף דיא מצבה '''''איש אלוקים קדוש''''
איך וואלט געוואלט וויסען וועהר דער מבין איז . אין וואס געט דאס ציא .
ס'איז א סימן דלות פאר דעם כותב . אין א רחמנות פאר דעם נכתב לדעתי .

אויפן ציון מא' מהאדמורי"ם הגדולים והחשובים מברוקלין, שטייט זיבן מאל דאס ווארט "קדוש". נו וואס פארשטיי מיר אונז.

מי הוא זה ואיזהוא
אבער דא איז דא א גרעסער טיטול'''''איש אלוקים'''' טייטש דאס איבער אויף יודיש
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ביקסאד האט געשריבן:ביי זיין עלטער פעטער - עלטער שווער הרה"ק רבי איתמר זי"ע, האט מען אויך געבויט א אוהל [באישון לילה].

ולעצם הענין, אויב טאהר מען נישט, דאן העלפט נישט די אמתלא פון טהרה שטיבל [ראחמיסטריווקא] אדער מערה [גור],
אגב, גור האט אויך געבויט א אוהל, בחצר הישיבה.

מען רעט נישט פון מעגען אדער טארן, מען רעט מען האט קיינער נישט געבויט משום כבודם פון די גרויסע וואס זענען דארט געלעגען אן דעם, וזה הי' האמתלא של טהרה שטיבל ומערה,
ואודות דו"ז חו"ז, ערבך ערבא צריך
למה זה תשאל לשמי...
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

שאץ מאץ האט געשריבן:פערצופאל זעה איך נישט עפעס געפערליך איבער געטריבן די טיטלען, די איינציגסטע זאך וואס איז איבער געטריבן איז די ערשטע שורה "איש אלקים קדוש" פון דארט אין ווייטער איז גאנץ נארמאל, עמוד צלותהון, מיט מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען ממש אמת, הגם ער איז געוועהן א אפגעהיטענע איד זיין שמירת עינים איז געוועהן הפלא'דיג אבער ווי געזאגט שרייבט מען נישט איש אלקים קדוש אויף קיין היינטיגן איד,

"איש אלקים קדוש" איז בכלל נישט איבערגעטריבן פאר ווער עס האט אים נאר אביסל געקענט, זיין מסירת נפש (במלוא מובן המילה) פאר פרישות און קדושה אלע זיינע יארן זענען למעלה מהשגתינו (ער האט יארן געליטן יסורים נוראים פארשידענע צייטן וואס פארשידענע באהאנדלונגען וואלט דאס געקענט גרינגער מאכן אבער מחמת גודל צדקתו האט ער בשום אופן זיך נישט געלאזט), אזוי איז דא הונדערטער מעשיות ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט און קדושה וטהרה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויף וועם נאך האט מען געניצט דעם טיטול איש אלקים קדוש?
און זאג, ווי וועם פון די פריערדיגע גלייכסטו אים צו
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

דער בן איש חי נוצט עס אין פיוט ואמרתם כה לחי אויף רבי שמעון בר יוחאי...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:פערצופאל זעה איך נישט עפעס געפערליך איבער געטריבן די טיטלען, די איינציגסטע זאך וואס איז איבער געטריבן איז די ערשטע שורה "איש אלקים קדוש" פון דארט אין ווייטער איז גאנץ נארמאל, עמוד צלותהון, מיט מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען ממש אמת, הגם ער איז געוועהן א אפגעהיטענע איד זיין שמירת עינים איז געוועהן הפלא'דיג אבער ווי געזאגט שרייבט מען נישט איש אלקים קדוש אויף קיין היינטיגן איד,

"איש אלקים קדוש" איז בכלל נישט איבערגעטריבן פאר ווער עס האט אים נאר אביסל געקענט, זיין מסירת נפש (במלוא מובן המילה) פאר פרישות און קדושה אלע זיינע יארן זענען למעלה מהשגתינו (ער האט יארן געליטן יסורים נוראים פארשידענע צייטן וואס פארשידענע באהאנדלונגען וואלט דאס געקענט גרינגער מאכן אבער מחמת גודל צדקתו האט ער בשום אופן זיך נישט געלאזט), אזוי איז דא הונדערטער מעשיות ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט און קדושה וטהרה

איך בין נישט אינטרעסירט זיך ציא דינגען מיט דיר . אבער דאס ווארט קדוש...גאון....צדיק ...און נאך און נאך ...איז רעלאטיוו בייא איינעם מיינט א גאון א מאדע דער טשעבינער רב
ר' משולם ראטה וכדומה . בייא איינעם מיינט א גאון א קלענערע קאליבאר א דיינד'ל בייא אונזער קהל .בייא איינעם מיינט א צדיק א משל דער האסיאטענער רבי אדער ר' שלמה'קע
זעווילער וכדומה ....בייא איינעם מיינט א צדיק איינער וואס דיא צייטונגען באשרייבען איהם אין באטיטלען איהם מיט דעם טיטול כ''ק מרן אדמו''ר וכו' וכו' . איך האב ח''ו ניט קיין טענות
ציא איהם .....יאכלו ענוים וישבעו...דיא זעלבע זאך מיט איין א עושר .בקיצור עס ווענט זעך מיט יענעמ'ס מבינות והשגה אין תורה ועבודה קדושה ופרישות גאונות וצדקות ועשירות .
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

וואסא חילוק, מ'קען דן זיין היינט אויף יעדע מציבה וואס מ'שרייבט איבער געטריבענע טיטלען, אבער איך האב מודה געוועהן אז די ערשטע דריי ווערטער איש אלקים קדוש איז נישט נארמאל, ווען עס פעלט ווען אט די דריי ווערטער וואלט די גאנצע מציבה געקענט דורכגיין גלאטיג אן קיין באזונדערע תמו' מיט די אויגן,

לאמיר נישט פארקריכן וחוייל באלד קומען אן אהער די קרעטשניפער חסידים און וועלן מאכן מיט דעם אשכול ווי לעצטע מאל.... אזש מ'האט דאס געמוזט פארשפארן,
ווער געדענקט נאך?.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אז מ'רעדט שוין יא פון די מציבה,
איך האלט אז ס'איז א גרויסע עוולה אז מ'האט געשריבן אינעם נוסח "בשנות השואה" שואה איז א היברעאיש ווארט, דער קרעטשניפער רבי איז געוועהן א גרויסע קנאי, כמעט נישט דורך געלאזט קיין ש,ש אן רעדן קנאות, מ'לעגט זאגן אז ער פלעגט נישט אנרירן קיין שקלים (איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם.... אבער אזוי זאגט מען, מאנכע זאגן אז דאס איז נישט געוועהן צוליב קנאות נאר צוליב חכמה וויסנדיג אז שקלים איז גארנישט ווערד....),
עכ"פ צו שרייבן אזא ווארט אויף די מציבה איז זיכער מצער דעם איד,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שאץ מאץ האט געשריבן:וואסא חילוק, מ'קען דן זיין היינט אויף יעדע מציבה וואס מ'שרייבט איבער געטריבענע טיטלען, אבער איך האב מודה געוועהן אז די ערשטע דריי ווערטער איש אלקים קדוש איז נישט נארמאל, ווען עס פעלט ווען אט די דריי ווערטער וואלט די גאנצע מציבה געקענט דורכגיין גלאטיג אן קיין באזונדערע תמו' מיט די אויגן,.

גיי און ביה"ח ווי די האסט געקענט מענטשן וואס זענען דארט וועסטו זעין אסאך ערגער, מען קען שרייבען אויף פשוטע מענטשן גרויסע טיטלן, במיילה פאר רבי'ס מיז מען שרייבען נאך מער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

אויף די מציבה פון הרבנית הצדיקת אלטא פיגא מסאטמאר ע"ה שטייט אויף איר הייליגער מאן "קודש הקדשים" איך גיי נישט אריין אין דעם אז הגה"ק מסאטמאר איז געווען דער מנהיג הדור און וכו' וכו' און א דור פריער פון הגה"ק מקרעטשניף אבער פארט זעהט מען אז מען שרייבט אזעלכע סארט טיטלען, עס איז לענ"ד איבריג אפילו דן צו זיין דערוועגן צו עס קומט זיך אים יא דער טיטל צו נישט, יעדער איינער וואלט געהאלטן אז פאר זיין רבי וואלט מען געמעגט שרייבן די טיטל, אויב אזוי מעגן די קרעטשניפ'ע חסידים האלטן אזוי אויף זייער רבי'ן וואס ווי דערמאנט איז דאס ווייט פון איבערגעטריבן
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

די גאנצע שמועס דא איז זינלאז... למעשה שטייט אזוי אויף די מציבה און פערטיג. וואס האט מען זיך צו טענה'ן צו ס'איז יא אדער נישט איבערגעטריבן?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קודש קדשים איז נאך אלץ נישט "אלקים"....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

בכלל וועהר זענען דיא שרייבערס........ חסידים ......אין איינער וויל איבער שטייגען דעם צווייטען . נישט ווייל אפילו עהר אליין האלט אזוי . אדער וויא ס'איז ידוע דאס ווארט
פיו הייליגען שפת אמת . אז דאס וואס עהר שרייבט גרויס אויף זיין רעבין איז ציא ווייזען וויא א גרויסען רבי עהר האט אין ממילא פארשטייט מעהן וויא גרויס עהר איז..אז נישט פאסט איהם גאהר נישט ציא פאהרען ציא איהם .והדברים ארוכים ומייגעים .איך האב אמאהל געהערט פין הרה''צ ר' איציקעל זצ''ל אמשיניווער פין בארא -פארק . אז ס'איז אמאהל געקימען צי' זיין זיידען
דער אלטער ווארקער רבי . א קאצקער חסיד אין זאגט איהם וויא גרויס דער קאצקער רבי איז אין ממילא זאהל עהר אויך פאהרען קיין קאצק .האט איהם דער אלטער ווארקער געזאגט
עהר איז געניג גרויס אפילו איך פאהר נישט ציא איהם אז דיא זאלסט פאהרען ציא איהם .הרבה מהחסידים שרוצים שהשני יסע לרבי ''שלו'' הטעם הוא לא כדי שהשני יקבל עליו דרך עבודה
ממנו . רק פשוט שעל ידי זה הוא מרגיש נח אין גיט פארוואס עהר פאהרט ציא איהם. ודו''ק
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

שאץ מאץ האט געשריבן:קודש קדשים איז נאך אלץ נישט "אלקים"....

פאר אזא ידען ווי שאץ מאץ וואלט געפאסט צו וויסן אז "איש אלקים" מיינט נישט "אלקים" עס מיינט "א געטליכער מאן" אין פראסטער אפטייטש, א טיטל וואס חסידים אין אלע דורות האבן געניצט, דו"ק ותשכח, א דוגמא געדענק איך יעצט די הסכמה פון הרה"ק ר' זישא זי"ע אויף דעם ספר התניא ווי ער שרייבט "איש אלקים קדוש וטהור", אזוי אויך ליגט מיר אין קאפ דעם לשון אין יושר דברי אמת ווי ער דריקט זיך אויס אויף איינע פון די קדושים וטהורים שרפי מעלה "הקדוש האלקי" "דער געטליכער קדוש"

איך מיין נישט מדמה זיין היינטיגע צדיקים צו די פריערדיגע אבער פון דאס אלעס קענסטו זעהן אז עס איז א טיטל וואס מען האט געניצט אויף צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז זיי זענען טאקע אויסגעטוהן מחיזו דהאי עלמא און טאקע "געטליך" !!!!

אזוי אויך וועסטו טרעפן נאך אסאך פלעצער ווי גרויסע מענטשן האבן געניצט דעם לשון אפילו אויף צדיקים פונעם לעצטן דור וואס זענען נישט לאנג צוריק געווען דא, ממילא איז זינלאז די גאנצע דעבאטע צו עס איז יא ראוי צו ניצן דא דעם לשון צי נישט, קרעטשניפ'ע חסידים האלטן פון זייער רבי'ן קודש הקדשים - און נישט אומזינסט - און אויב זיי האלטן אז ער איז געווען א איש האלקים איז נישט קיין איבערגעטריבנקייט דאס צו שרייבן אויף די מציבה
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שאץ מאץ האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון די מציבה,
איך האלט אז ס'איז א גרויסע עוולה אז מ'האט געשריבן אינעם נוסח "בשנות השואה" שואה איז א היברעאיש ווארט, דער קרעטשניפער רבי איז געוועהן א גרויסע קנאי, כמעט נישט דורך געלאזט קיין ש,ש אן רעדן קנאות, מ'לעגט זאגן אז ער פלעגט נישט אנרירן קיין שקלים (איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם.... אבער אזוי זאגט מען, מאנכע זאגן אז דאס איז נישט געוועהן צוליב קנאות נאר צוליב חכמה וויסנדיג אז שקלים איז גארנישט ווערד....),
עכ"פ צו שרייבן אזא ווארט אויף די מציבה איז זיכער מצער דעם איד,

דוכט זיך מיר אז דער גרעסטער קנאי בדורינו מרן הק' מסאטמאר זי"ע נוצט אויך דאס ווארט 'שואה' לגבי די מלחמה בספריו הק' (ויוא"מ אדער על הגאולה)
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:קודש קדשים איז נאך אלץ נישט "אלקים"....

פאר אזא ידען ווי שאץ מאץ וואלט געפאסט צו וויסן אז "איש אלקים" מיינט נישט "אלקים" עס מיינט "א געטליכער מאן" אין פראסטער אפטייטש, א טיטל וואס חסידים אין אלע דורות האבן געניצט, דו"ק ותשכח, א דוגמא געדענק איך יעצט די הסכמה פון הרה"ק ר' זישא זי"ע אויף דעם ספר התניא ווי ער שרייבט "איש אלקים קדוש וטהור", אזוי אויך ליגט מיר אין קאפ דעם לשון אין יושר דברי אמת ווי ער דריקט זיך אויס אויף איינע פון די קדושים וטהורים שרפי מעלה "הקדוש האלקי" "דער געטליכער קדוש"

איך מיין נישט מדמה זיין היינטיגע צדיקים צו די פריערדיגע אבער פון דאס אלעס קענסטו זעהן אז עס איז א טיטל וואס מען האט געניצט אויף צדיקים וואס מען האט געהאלטן אז זיי זענען טאקע אויסגעטוהן מחיזו דהאי עלמא און טאקע "געטליך" !!!!

אזוי אויך וועסטו טרעפן נאך אסאך פלעצער ווי גרויסע מענטשן האבן געניצט דעם לשון אפילו אויף צדיקים פונעם לעצטן דור וואס זענען נישט לאנג צוריק געווען דא, ממילא איז זינלאז די גאנצע דעבאטע צו עס איז יא ראוי צו ניצן דא דעם לשון צי נישט, קרעטשניפ'ע חסידים האלטן פון זייער רבי'ן קודש הקדשים - און נישט אומזינסט - און אויב זיי האלטן אז ער איז געווען א איש האלקים איז נישט קיין איבערגעטריבנקייט דאס צו שרייבן אויף די מציבה

איך האב אמאהל געזען א בריעף וויא עמיצער האט געשריבען פאר א גרוש ל''ע איש אלוקים וואס דאס מיינט א געטעלעכער מאן .
לשון נופל על לשון
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

ארויפגעברענגט לרגל יומא דהילולא קדישא.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שאץ מאץ האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון די מציבה,
איך האלט אז ס'איז א גרויסע עוולה אז מ'האט געשריבן אינעם נוסח "בשנות השואה" שואה איז א היברעאיש ווארט, דער קרעטשניפער רבי איז געוועהן א גרויסע קנאי, כמעט נישט דורך געלאזט קיין ש,ש אן רעדן קנאות, מ'לעגט זאגן אז ער פלעגט נישט אנרירן קיין שקלים (איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם.... אבער אזוי זאגט מען, מאנכע זאגן אז דאס איז נישט געוועהן צוליב קנאות נאר צוליב חכמה וויסנדיג אז שקלים איז גארנישט ווערד....),
עכ"פ צו שרייבן אזא ווארט אויף די מציבה איז זיכער מצער דעם איד,

אין קונטרס על הגאולה ועל התמורה ווערט צוויי מאל דערמאנט די ווארט שואה אויף די צווייטע וועלט קריג, איינמאל אין סי' לה און די צווייטע מאל אין סוף סי' לו, עיי"ש.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כתר ישועה האט געשריבן:אן איטערסאנטע זייך צו באמערקען, אז דער קרעטשניפער רבי ז"ל איז אויכעט א נעפיו און אויכעט אן עלטערן שוואגער מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק פועל ישועות בקרב הארץ ר' דוד משה זצ"ל פון קרעטשניף רחובות. דער רחובות'ער איז בן זקוניו פון דער זיידא ר"ר לייזער וואלף זי"ע א ברידער מיט הרה"ק ר' ניסן חיים זצ"ל אבי כ"ק דעם קרעטשנעווער רבי זצ"ל. און אין ביידע זענען לוקחי בנותיו פונ'עם צדיק נשגב ר"ר חיים מרדכל'י פון נאדווערנע זצ"ל

די דערמאנסט מיך א'ווארט פון מירער ראש ישיבה,רבי חיים שמאולעוויטש, אז ביי לוט שטייט חתניו ולוקחי בנותיו,ס'איז דא חתניו ,און ס'איז דא לוקחי בנותיו, ודי.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דעפרעסט האט געשריבן:קרעטשנעווער חסידים, בעלי דעת,האבן שוין בשעתו געהאלטן אז ס'איז אביסעלע צופיל.

אגב, ווער האט מנדב געוועזן די מציבה על קברו?

איך בין מגלה דעת אז נישט איך האב מנדב געווען די מציבה
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 9:35 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וואס נאך איז נייעס? סוכה שוין גרייט? ד' מינים האט שוין דער רימינובער רבי? וועט זיין א שמחת בית השואבה בחצאות רימינוב?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”