זכרון להולכים: ר' דוד משה הויזער ע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

זכרון להולכים: ר' דוד משה הויזער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

lebediger berel האט געשריבן:יעך האב געהאט די זכי', איך האב געקענט א איד א צדיק אמת, א קדוש וטהור, ווייניג האבן געוויסט זיין גרויסקייט ער האט געהייסן ר' דוד משה הויזער זכר צדיק וקדוש לברכה, ער האט געקענט בלי שום גוזמא כלל
"כל התורה כולה"
ער האט "פון זיך נישט ארויס געקוקט און צו יענעם נישט אריין געקוקט"



אויף דעם ארויף האב איך געשריבן:

אינטערסאנט, איך האב פונקט באמערקט אין די הקדמה פון "בנה ביתך" אז ר' אנשיל שעהר שליט"א שרייבט כהאי לישנא: ובצאתי לא אמנע מלהזכיר נשמת ידידי וחבירי היקר הצמוד בקירות לבבי האברך החשוב ת"ח עצום לא פסיק פומי' מגירסא שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה הרה"ג מוה"ר דוד משה שלום ב"ר פינחס הויזער ז"ל, שיחד בחברותא להבחל"ח למדנו כמה שנים, ונלב"ע בדמי ימיו אחר סבלו יסורים קשים שקבלם באהבה מחרת יוה"כ תשנ"ד לפ"ק. זכרו לא ימוש מאתנו תנצב"ה.

אפשר קענט איר אונז מרחיב הדיבור זיין - אפשר אין על הצדיקים פארום - איבער דעם טייערן איד וואס מיר האבן פארפאסט.

לעבעדיגער בערל האט געענטפערט:
אויב איינער וועט אנהייבן א אשכול אין על הצדיקים, וועל איך אי"ה ממשיך זיין

אלזא. הרי שלך לפניך. זיי מוחל נעם דעם מייק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אה ר' דוד משה הויזער און להבל"ח ר' יוסף ברוך יונגרייז זענען געווען די זקנים תלמידי חכמים מובהקים,
היושבים ראשונה בישיבת סאטמאר.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך געדענק אים שוין נישט פון די אינגע יארן פערזענליך.
אלזא וועל איך אנפאנגען מיט דעם וואס ביקסאד זאגט, ער איז געווען א בחור אין סענס סט. דוכט זיך מיר אפילו איין זמן אין קרית יואל, עכ"פ אין די סוף ל' יארן האבן שוין א גרויס טייל פון זיינע חברים חתונה געהאט, און ער איז נאך געווען א בחור אין ישיבה,
(ווער ס'ווייסט זיין היסטאריע פריער, זאל זיך מעלדן)
ומה עשה, וואס האט ער געטון, ער האט גענומען זיין חברותא יבלח"ט הרב יונגרייז, וועם איך קען נישט פערזענליך, און ס'ווערט אנגעגעבן אז די צוויי לא פסק פומיה מגירסא, זיי האבן געלערנט "בלי גוזמא" 17-18 שעה א מעת לעת, מ'האט אזוינס נישט געזען פאר דעם דא אין אמעריקע, ואחריהם לא קם כמוהם, נישט געשמועסט, נישט געקאועט, נישט פארשטאנען אן עסק, נאר פשוט אלד פעישאנד איבערגעבויגן אויף די גמרא און שולחן ערוך און געלערנט.
די היסטאריע פון הרב יונגרייז ווייטער קען איך נישט, נאר אז ער איז אן איידעם אין מאנסי און זיין רביצין מאכט די "מעלות" (מאנכע זאגן אז די תורה'דיגע בקיאות אין מעלות קומט פון אים, ואנכי לא ידעתי, איך ליין עס נישט)
הרב הצדיק רבי דוד משה איז געווארן א איידעם ביים פרעשבורגער הרב ווייס, און ער האט זיך אריין געזעצט לערנען אין כולל.
דארט האב איך אים זוכה געווען צו באגעגענען ווייל בימים ההם איז נאך אין בארא פארק נישט געווען קיין געהעריגן כולל פאר א סאטמארן אינגערמאן, בין איך פארווארפן געווארן קיין וומ"ס.
איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען, דאס אז ער איז געווען א מתמיד עצום דארף מען קיינעם נישט זאגן, ווייל דאס האט יעדער געזען און געהערט.
לאמיר רעדן א מינוט פון זיין עניוות ושפל ברך, כאטשיק ער האט נישט פארברענגט קיין "סעקונדע" און זיין לערנען איז געווען כאטשיק דריי פיר שעה "רצופות" אן א קאווע, טעלעפאן קאל, ווערטל וכו', אבער פארן לערנען און נאכן לערנען האט ער יעדן געגריסט ווי יענער וואלט ווען געקענט זיין זיין טאטע מיטן גרעסטן רעספעקט און דרך ארץ.
אויב האט איר שוין אמאל געלערנט אין א סטעבליזירטן כולל ווייסט איר דעם סדר, אז ס'זיצן דארט עלטערע אינגעלייט מיט גרויסע בערד, מיט'ן חושן משפט געווענליך און ווען ס'קומען אן די פרישע אפרוחים, באקומען זיי געווענליך דעם בליק פון אויבן אראפ, זיי זאלן קודם וויסן אז דא איז מער נישט זייער "ישיבה" די עלטערע אינגעלייט וואס ווערן שוין באלד זייידעס זענען דן בדברים העומדים ברומו של עולם, (בימים ההם, די שאלה פון א אלטן שוחט) און די פרישע וואגן זיך קוים צו כאפן א בליק פון דערווייטנס.
לא כן עבדי משה
נישט אזוי איז געווען הרב ר' דוד משה זכר צדיק וקדוש לברכה, ער האט יעדן פרישן אינגערמאן מקרב געווען, מיט א "אמת"דיגן שמייכל, אמאל געזאגט א דבר חיזוק, און אמאל באמת געפרעגט צו ער דארף עפעס.
בימים ההם, איז ארויס געקומען ביפערס, און די אינגעלייט האבן געדארפט האבן אלץ קוואדערס, צוריק צו רופן ווען די פרישע קוים כלה האט גע"ביפ"ט, עמערדזשענסי, ברענג מיר א אייז קרים ווען דו קומסט אהיים.
די בעסטע אדרעס צו בארגן א קוואדער איז געווען ר' דוד משה, בתשואות חן, בכבוד, יעדן טאג נאכאמאל, נישט אראפ געקוקט יענעם, נאר פארקערט
המשך יבוא אי"ה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' בערל, אן הערליכער אנאליז איבער אזא טייערן איד (כאב אים נישט געקאנט), איך קוק ארויס בכליון עינים אויפן פארזעצונג.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

המשך
א חבר האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל בטעות אריין געקלאפט אין ר' דוד משה זצ"ל אין דעם שמאלן דורכגאנג אויפן דריטן שטאק בשעת'ן איבערטון דעם רעקל צום חאלאט.
יא, ר' דוד משה פלעגט גיין אין כולל מיטן אפגעריבענעם שווארץ/גרוי חאלאט, און א אלטע שטאפן היט, נישט מיט קיין בעקישע, און נישט מיט קיין שיפע טאשן כמו ישיבה רעקל.
עכ"פ, בשעת ר' דוד משה האט זיך איבערגעטון, (פארגעסן צו זאגן, ער איז אלץ געווען פון די ערשטע אין כולל)
און דער פרישער אינגערמאן איז דורך, און א דריטער איז געקומען אין איילעניש מיט א קאווע, האט ער זיך אריין געקלאפט אין ר' דוד משה, און ר' דוד משה איז שיעור אומעגפאלן, און אלע זענען געווארן אביסל אנגעגאסן, עס האט גענומען א וויילע ביז ער האט זיך באלאנסירט (מעגליך ער איז שוין דעמאלט נישט געווען בבריאות השלימות) דער אינגערמאן האט זיך אראפ געזעצט אויפן פלאץ, און ר' דוד משה איז אריין געקומען אין בית המדרש, ר' דוד משה האט זיך ארום געדרייט זוכן דעם אינגערמאן (ער האט דאך נישט געוואוסט ווי קיינער זיצט ווייל ווען האט ער געהאט צייט צו דעם, ער האט דאך נישט ארויס געקוקט פון די גמרא) נאך א לאנגע צייט זוכן האט ער אים געטראפן און געבעטן מחילה כעבדא קמיה מרא פארן נישט אכטונג געבן און אפשר איז ער שולדיג,
דער אינגערמאן האט נישט געוויסט צו ער זאל לאכן צו וויינען, אנשטאט ער זאל אים זוכן מחילה בעטן, האט ר' דוד משה דאס געטון אין זיין טייערע צייט.
נאך דעם עפיזאד, האט מיר געגליסט נאנט צו ווערן מיט הצדיק הנ"ל, כ'האב אים אנגעפאנגען צו פרעגן סיי וואס פאר א ענין, פארשטייט זיך אז זאכן וואס האבן נישט צו טון אין לערנען האט מען געדארפט כאפן אויפן וועג ארויס, ווייל אויפן וועג אריין האט ער געברענט, הגם, ער וואלט געענטפערט בסבר פנים יפות, אבער אז מ'זעט איינער יאגט זיך, ובפרט אזא איש קדוש, פארגייט דער אפעטיט צו רעדן צו אים.
אבער נאכן פארמאכן די גמרא אדער שולחן ערוך, האט ער געהאט די וועלטס צייט אויב א איד האט עפעס געבעטן, און געענטפערט מיט א שמייכל.
כ'האב אים געקענט פרעגן וועלטליכע זאכן, למשל וויאזוי מ'קען אויסקומען מיט פרנסה אויב מ'לערנט אין כולל, כ'געדענק כ'האב אים געפרעגט וואס צו טון צו באקומען שנעלער סעק. אכט וכדו' ער האט אלעס געוויסט און צו אלעם פארשטאנען כחכם ונבון, פון וואו ? דאס ווייסט איין באשעפער און ס'ווערט אויסגערעכנט אין די משנה ר' מאיר אומר כל העוסק וכו'.
אז כ'האב שוין דערמאנט די משנה, דארף מען דערמאנען דאס ענין פון תורה מביאה לידי נקיות, אויסער וואס ער איז געווען א נקי כפיים, און נישט געוואלט נהנה זיין פון א פרוטה שלא ביושר, און פארשטיייט זיך נקי מכל שמץ ונדנוד עבירה בדבור ובמעשה, איז ער צו זיין פשטות, און מסתמא עניות (זיין פריוואטע געלט זאכן האב איך נישט געוויסט, אבער ער האט זיך מתנהג געווען מורא'דיג בפשטות מיט א אפגעניצטן הוט און חאלאט אין כולל) האט מען נישט געקענט זען אויף אים קיין שמוצ'ל, אויב האט זיך אויסגעגאסן קאווע נעבן אים האט ער געהאט אין טאש פאפיר אפצוווישן און געגאנגען ווייטער, אבער כ'האב אמאל באמערקט אז אפילו זיין שיך איז געווען זויבער, פשוט בתכלית הפשטות, אבער נקי בתכלית הנקיון, אפילו ווען ער איז שוין ליידער געווען בבחי' והוא מחולל מפשעינו, ווי מיר וועלן ווייטער דערציילן אי"ה
המשך יבוא.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איידער איך גיי ווייטער וויל איך נאך אמאל בעטן ווער ס'קען עפעס מוסיף זיין תבוא עליו ברכה,
אויך ווער ס'ווייסט ווען ס'איז זיין יארצייט. (גם אני אשתדל בל"נ לברר פרט זה)
ס'איז געווען שווער פון איין זייט צו לערענען מיט אים בחברותא, ווייל מ'האט געדארפט לערנען פיר שעה בהעלם אחת, הגם, ער האט גארנישט געזאגט ווען דער חבר איז ארויס פאר א וויכטיגע טעלעפאן קאל, אבער ס'איז געווען אומבא'טעמ'ט כמובן.
קרעמער האט געברענגט פון בני ביתך אז ער האט געלערנט מיט אים, דאס מאכט סענס, ווייל ער האט דאך צוזאם געשטעלט אזא יסודות'דיגן חיבור.
אבער פאר א דורכשניטליכן אינגערמאן, אפילו פאר א ערנסטער בן תורה איז שווער געווען מיטצוהאלטן מיט ר' דוד משה ז"ל, פלעגט ער כסדר גיין צום ראש הכולל, אזוי ווי א שנה ראשונה אינגערמאן קומט אריין נאך די חתונה און בעטן ער זאל אים צושטעלן א חבר, און אזוי האבן היפשע פאר אינגעלייט געהאט די זכי' צו לערנען מיט אים א געוויסע תקופה, ביז זיי זענען ארויס פון כולל אדער זיי האבן געזען אז זיי קענען נישט מיטהאלטן
(אוי, ווי איז געווען אונזער שכל דעמאלט, ווער האט געקלערט אז מ'וועט מוזן שרייבן אויף דעם בלשון עבר)
זיין סדר היום איז געווען בערך אזוי, ער פלעגט אנקומען ארום צען צו צען, (ס'דוכט זיך מיר, אויב איך געדענק גוט, אז ער פלעגט דעמאלט טועם זיין עפעס במקום פרישטיג). ערלעדיגט די הכנות און די קאווע וכו', זיך אנגעטון דעם חאלאט כנ"ל, און ארום דריי פיר מינוט צו צען איז ער שוין געזיצן אויף זיין פלאץ מיט אלע נויטיגע ספרים צוגעגרייט.
און אויב זיין חברותא איז נישט אנגעקומען האט ער שוין געברענגט די ספרים פון זיין חבר ! ס'זאל זיין גרייט לעת הצורך.
קודם האט ער געלערנט אפאר מינוט א מוסר ספר מיט זיין חבר, און נאכדעם האט ער יעדן איינציגן טאג געלערנט אביסל דברי יואל אויף די סדרה פארן לערנען, און דערנאך איז ער געגאנגען צו די שיעורי הכולל, ער האט זיך צוגעשטעלט צו די שיעורים הונדערט פראצענט, נאר פארשטייט זיך סאך טיפער.
דא קומט דער אינטערעסאנטער פרט.
אזוי ווי ער האט דאך געקענט אסאך בעסער ווי יעדן וויאזוי האט ער אנגעפילט די צייט מיטן (פאר אים) קליינעם שיעור, ער פלעגט לערנען אינעווייניג בעיון יעדן מראה מקום, זיין חברותא האט מיר אמאל געוויזן א אינטערעסאנטע זאך
"ער פלעגט קיינמאל נישט זוכן ווי אינעם עמוד אדער סימן ס'שטייט דער מראה מקום, ער האט בע"פ געוויסט תיכף צו טרעפן די ריכטיגע שורה, ווי ס'פאנגט זיך אן"
ער פלעגט דורך לערנען די גאנצע גמרא רש"י תוס' מפרשים ווען דער בית יוסף ברענגט אראפ די גמרא, און דאס זעלבע ווען תוספות צייכענט צו א אנדערע מקום אין ש"ס האט ער דארט דורכגעלערנט אזוי פלעגט ער צוזאמען מיטן שיעור הכולל נאך לערנען צענדליגע אנדערע חלקים בש"ס ופוסקים.
ויהי היום, אין ויהי אלא לשון צער, וואס דער דור האט שוין נישט געהאט די זכי' מער נהנה צו זיין פונעם גרויסן אור, און ער איז דיאזיגנירט געווארן ל"ע מיט די ביטערע מחלה, און ער האט שוין געמוזט פעלן אביסל פון כולל, געדענק איך ווען ער פלעגט גייט אויף טריטמענטס ה"י האט ער געבעטן דעם ראש הכולל אז ער וויל ווייטער האבן א חברותא אין כולל, ס'איז שוין געווען שווערער איינס ווייל ער האט דאך אסאך געפעלט, האט דער חבר וואס האט געמוזט זיין א מתמיד, געדארפט באשטיין דערויף, והשנית, איז זייער שווער געווען צו זיצן קעגן אים און זען ספר תורה שרוי בצער ווי ער זיצט מיט א האלבע אדער בכלל אן די בארד, און מיט א שוואכן גוף.
זכרה לו אלקי לטובה הרב א.ה. האט פרובירט אים כסדר צו צושטעלן א חבר, ובתוכם האט ער מיר אמאל געבעטן ספעציעל אז איך בין געפארן מיט אים קיין ב"פ, איך זאל מסכים זיין צו לערנען מיט להבחל"ח ר' דוד משה זצ"ל, כ'האב פרובירט א קורצע צייט, ער פלעגט אנקומען שפעט נאך די טריטמענטס פון מעמאריעל, און כ'פלעג מיך איינהאלטן פון וויינען ווען ער האט מיר געזאגט בענוות קדשו," אנטשולדיג פארן שפעטיגן כ'האב נישט געהאט קיין ברירה, כ'וועל טון וויפיל איך קען ס'זאל נישט פאסירן מער"
כ'האב נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן, כ'געדענק אז כ'האב נישט געטראכט ער וועט וועלן לערנען מוסר, ווייל ס'איז שוין שפעט, (ובפרט ווער דארף נאך א מוסר ספר, ווען מ'קומט פון טריטמענט'ס) אבער ער האט נישט געוואלט מוותר זיין, און אויך געלערנט א קורץ שטיקל, און ער האט שוין געוויסט אויסעווייניג ווי מ'קען טרעפן גאר א קליין שטיקל דברי יואל, און אויפגעמישט מיין אויך און מיר האבן אזוי געלערנט.
שפעטער איז ער געווארן שוואכער, און געקומען ווייניגער, כ'האב שוין נישט געקענט אויסהאלטן צו קוקן אויף זיין אפגעשוואכטע צורה, א לאנגע צייט אין א צי, האב איך געבעטן ר' א. זאל מיך באפרייען פון די מצוה, סייווי בין איך שוין דאן ארויס פון כולל,
המשך יבוא אי"ה, ובבקשה ווער ס'קען עפעס מוסיף זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

א קליינע הוסופה.
איך געדענק ווען ער האט געלערענט און סענדז סט. ער איז געזעצען נעבען ארון קודשת טאמער האט מען עם געפרעגט אויף א גמרא ווי עס שטייט האט ער גענפערט ( ווי למשל ער ווייסט נישט זיכער ) איך מיין אז דארט און דארט, און א מינוט דערנאך איז ער געקומען מיט א גמרא אויףגעמישט אז ער האט דאס פערצופאל דארט טאקע געפונען, איינמאהל איז געווען א פארהער מצד די רעגירונג און הרב פארלער איז געקומען פארהערן, האט מעו שוין געזעהן אז ער זאל זיך אפשטעלן ביי ר' דוד משה פארשטענדליך ער האט נאר פערצופאל געוויסט אלעס וואס צו ענטפערן, איינע פון די חידושים וואס עס האט ארויסגערופען זיין זייגער און פינקטלעכקייט צו עס איז געווען אנהייב זמן צו סוף זמן צו פאר פורים און צו פאר פסח צו זונטאג צו פרייטאג פארטאגס ( ווער עס פארשטייט וואס איך רעד ) אסאך מאהל איז ער געווען די איינציגסטער אויף די ישיבה באס פרייטאג פארטוגס פון ב.פ. אויב די ישיבה האט נישט ערקלערט מיט א צעטיל אז מארגען איז סוף זמן אדער פאר א געוויסע סיבה וועט נישט זיין מארגען קיין ישיבה דעלמאס איז ביי עם געווען ישיבה נישט קיין חילוק וואס עט טוט זיך ארום אים, און שטענדיג מיט א אנגענעמע שמייכעל, אויב האט מען געדארפט גיין צו א שיעור איז ער דארט געווען מיט זיין דיקע גמרא אזוי ווי א ערשטע זמן בחור די ערשטע וואך פון זמן, און מען רעדט פון די גאר הויכע צוואנציגער יארען. איך געדענק מען האט זיך אמאל געווערטעלט אויף א געוויסע יונגע בחור אז ער איז נעבעך א רחמנות ווייל זיין חבר איז א חתן געווארען האט מען אבער צוגעלייגט " דוד משה איז בכלל נישט קיין רחמנות.
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

זיין יארצייט איז ממחרת ליוה"כ
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

mosh האט געשריבן:זיין יארצייט איז ממחרת ליוה"כ

נלב"ע בשנת תשנ"ד
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

לעבעדיגער הערליך און עמאושענעל באשריבן, יעך בין זייער נייגעריג ווער דער הייליגער יוד איז געווען,
האט ער איבער געלאזט קינדער?
אווי ליגט ער? איך וואלט ווען ארויפגעגאנגען צו זיין הייליגע ציון,
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

ער האט איבער געלאזט אפאר קינדער ( איך מיין אז זיי ווילען נישט זעהן זייערע נעמען דא אויפן קאמפיאטער) ער ליגט און קרית יואל, איך געדענק אז דער ברך משה האט עם מוראדיג שטארק באוויינט מיט גאר גרויסע טיטלען
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ביי וועם איז ער געווען א איידעם? ביי הרב מאיר ווייס מפרעשבורג?
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

MOSH לאמיר רעדן צו אייך בדרך כבוד, ווייל לויט דיין פריעדעגע תגובה איז עפעס משמע אז די ביסט א סענדז סט. תלמיד,

סוי איר שרייבט אז זייערע קינדער וואלטן נישט געוואלט אז זייערע נעמען זאלן זיין אויפן קאמפיוער, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן אויב דוד הצדיק ר' דוד משה וואלט יא געוואלט זיין נאמען דאהי?
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

וואלוועלע האט געשריבן:MOSH לאמיר רעדן צו אייך בדרך כבוד, ווייל לויט דיין פריעדעגע תגובה איז עפעס משמע אז די ביסט א סענדז סט. תלמיד,

סוי איר שרייבט אז זייערע קינדער וואלטן נישט געוואלט אז זייערע נעמען זאלן זיין אויפן קאמפיוער, וואלט איך אייך געוואלט פרעגן אויב דוד הצדיק ר' דוד משה וואלט יא געוואלט זיין נאמען דאהי?



זיכער אז נישט. אבער איר פארשטייט א חילוק פון ביישרייבען א מענטש וואס ער איז בעלמא דקשוט וואס ער שעמט זיך נישט און עס מאכט עם נישט גרויס אבער א קליין די אלע שטותים . .......( דא בלייבט מען שטיין )
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א ריזן דאנק אייך, לעבעדיגער בערל נ"י, פאר די אינהאלטסרייכע באריכט איבער דעם געוואלדיגן מתמיד און ירא שמים. עס וועט זיכער לאזן א השפעה אויף אונז לטוב אי"ה.

איך בין יעצט נייגעריג געווארן צו זעהן א בילד פון אים... (איך פלעג מיך דרייען אין כולל אין די אנהייב נו"ן יארן, לערנענדיג בחברותא מיט א קרוב מיינער. אגב, פון וועלכן כולל רעדט מען דא? זופניק אדער תהלת יואל).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, מען רעדט נאך פאר די תהלות יואל צייטן, איך געדענק אים פון דזשופניק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אה ! זיינע תחנונים צום ברך משה ער זאל אים פארהערן וואו די איבריגע בחורים און מיט אים נישט מאכן א אויסנאם,
ער האט בכלל נישט פארשטאנען מיט וואס ער איז אנדערש פון די איבריגע בחורי חמד,
דער ברך משה האט טאקע געהייסן מען זאל אויף קריצן אויף זיין מצבה הגאון, צום סוף האט מען געשריבן הה"ג.

זיין חברותא הרה"ג ר' יוסף ברוך בענדיט יונגרייז שליט"א ראה"כ סאטמאר - מאנסי, איז א איידעם ביי הרה"ח ר' משה
ישראל כהן, בן החסיד המרומם ר' יאנקעלע כהן [ראלניצקי].
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

א גוטן טייערע ברידער איך בין געווען פארנומען ביז יעצט
קודם ישר כח ר' מויש
לאמיר געדענקען זיין יארצייט ממחרת יום הכיפורים,
ער ליגט אין בית החיים אין קרית יואל.
לויט מיין זכרון האט ער איבערגעלאזט נאר איין איינציגע בת יחידה
מעגליך כ'האב א טעות,
אזוי ווי כ'האב געעפנט מיין ביזנעס אין די זעלבע תקופה וואס ער איז נפטר געווארן און כ'בין געוועזן פארנומען יומם ולילה האב איך ליידער נישט זיך אינטערעסירט דעם מצב און כ'קען נישט זאגן קיין פרטים אבער כ'מיין אז די אלמנה האט נאך אמאל חתונה געהאט און די טאכטער איז ערצויגן געווארן דורך איר צווייטן מאן.
דאס איז נאר וואס כ'געדענק אן זיך נאכפרעגן א מעשה פון פופצן יאר צוריק, זי איז שוין לכאורה אין די עידזש חתונה צו האבן, ואנכי לא ידעתי.
צוריק צו זיין ציון, ער ליגט אין קרית יואל גאנץ נאנט צום דורכגאנג, קענסט אויפזוכן זיין קבר אויף די ליסטע.
א אינטערעסאנטע פרט, ווען כ'האב געלערנט אין וומ"ס פלעג איך נאכמיטאג פון צייט צו צייט אריין גיין צו א עלטער מומע כאפן א מיטאג, אזוי ווי כ'האב געלערנט מיט ר' ד"מ זצ"ל האב איך געכאפט א שמועס מיט מיין עלטער פעטער ז"ל איבער מיין חברותא, ער איז אזוי נתפעל געווארן, ער האט זיך פאראינטערסירט איבער אים און געזען אז איך ווייס נאר כטיפה מן הים איבער זיין גרויסקייט, האט ער זיך פארבינדן מיט ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ז"ל וואס איז דעמאלטס געווען דער ראש פון חברה קדישא און געבעטן א טובה אז ווען ער וועט נסתלק ווערן זאל מען אים לייגן ווי נענטער מ'קען צו ר' דוד משה, ער ליגט טאקע גאנץ נאנט צו אים. הגם ר' חיים הערש האט שוין נישט געלעבט ווען מיין פעטער איז נסתלק געווארן זעט אויס ער האט דאס אויך געבעטן פון אנדערע, אדער א בחינה פון רצון יראיו יעשה.
כ'האב אבער ארויס גענומען פון דעם נאך א לימוד,
אז דער עלטערער דור האט באמת מחשיב געווען א תלמיד חכם, און כאטשיק מיין פעטער האט געקענט זיין ר' דוד משה'ס טאטע און אפשר זיין זיידע, האט אים געפאסט צו רופן א צווייטן איד און זיין עלטער און בעטן צו ליגן נעבן א תלמיד חכם וצדיק.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער האט א זון וואוינען אין ק"י.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ישר כח אדוני הסעקרעטאר (קוק דיין הודעה פרטית)

נאך א וויכטיגע פרט איבער זיין גאונות
עס איז געווען באקאנט אז ער איז דער אינציגסטער אין וויליאמסבורג וואס מ'קען רופן צו זיין א ממלא מקום אלץ מגיד שיעור, אומפארגעקוקט, מ'האט אים געקענט רופן אפילו 5 מינוט פאר דעם.
דער וויליאמסבורגער דיין פלעגט אים טאקע ניצן אלץ עמערדזשענסי ביי זיין נאכט שיעור אין ראדני,
ס'איז געווען צייטן וואס ער האט געמוזט אוועק גיין פון שיעור מיט א צען מינוט נאטיץ
פלעגט ער שיקן רופן רבי דוד משה זצ"ל
נישט קיין חילוק וואסערע מסכת מ'האט געהאלטן,
און ער לערנט פאר א שיעור עיון כידוע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב יעצט באמערקט מאיר מייער'ס תגובה
דער ענטפער איז
יא, ביי הרב ווייס מ'פרעשבורג

מיט דעם בין איך מסיים מיין הערכה אויף ר' דוד משה זצ"ל
הגם, קען זיין כ'וועל זיך נאך עפעס דערמאנען, אבער כ'מיין אז כ'האב ארויסגעגעבן מיינע זכרונות בדרך כלל

יעצט, טייערע קאלעגן:
ביטע זייט ממשיך ווער ס'קען עפעס מוסיף זיין תבא עליו ברכת טוב,

אויך וואלט מען געמעגט עפענען נאך אשכולות איבער ענליכע אידן בדומה לו, כ'זע דער עולם גלייכט די סארט זאכן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לעבעדיגער, כאדער געענטפערט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' בערל, איר האט נישט קיין מושג וואס איר האט מיט מיר געטון מיט דעם באשרייבונג, שוין עטליכע טעג וואס איך דריי מיך ארום מיט דעם איד אין די געדאנקן, איך האב זאגאר געזאגט פאר זיינס א זון אז איך וועל אים ארויסדריקן דייע עראירונגן פון זיין פאטער, ער איז זייער דאנקבאר.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די רעדאקציע האט געטון א געוואלדיגע זאך מיט'ן אוועק טראגן דעם אנדערן נושא פון דא.

דער אשכול וועט נישט זיין קיין דבר השלם אויב מ'וועט נישט ארויף לייגן זיין טאטנס נאמען פונקטליך, אלזא מיר ווייסן שוין זיין יארצייט, אפשר קען איינער ארויף לייגן זיין פונקטליכן נאמען ושם אביו.
וואס (לחרפתי) ווייס איך נישט, מ'זאל קענען לערנען משניות וכו' לעילוי נשמתו
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

דא שטייט פונקטליך שמו ושם אביו ויום היארצייט.
קרעמער האט געשריבן:אינטערסאנט, איך האב פונקט באמערקט אין די הקדמה פון "בנה ביתך" אז ר' אנשיל שעהר שליט"א שרייבט כהאי לישנא: ובצאתי לא אמנע מלהזכיר נשמת ידידי וחבירי היקר הצמוד בקירות לבבי האברך החשוב ת"ח עצום לא פסיק פומי' מגירסא שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה הרה"ג מוה"ר דוד משה שלום ב"ר פינחס הויזער ז"ל, שיחד בחברותא להבחל"ח למדנו כמה שנים, ונלב"ע בדמי ימיו אחר סבלו יסורים קשים שקבלם באהבה מחרת יוה"כ תשנ"ד לפ"ק. זכרו לא ימוש מאתנו תנצב"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”