פיקוח נפשות- פון די סעריע על הצדיקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

פיקוח נפשות- פון די סעריע על הצדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם ס'איז ביי מיר נישט געווען קיין קשיא די מעשה וואס איך האב אויבן געברענגט אז ער איז געפארן שבת מיט'ן באן, ווייל ס'לכאורה נישטא קיין שאלה אין די מעשה, בפרט נאך אז ער האט געטוהן מער ווי סתם מאדנע זאכן, און אויף הצלת נפשות איז עס לכו"ע מותר ואכמ"ל,

אמת אז הצלת נפשות איז מותר לחלל עליו את השבת אבער דאס איז ווען מזעט אזא ענין, דא מיין איך וועסט דאס מיר מודה זיין אז ר' אהר'לע האט נישט געזעהן באספקלריא המאירה אז דארט אין דארט איז דא א איד וואס וויל זיך חלילה מאבד זיין, נאר ער האט געהאט אן הרגשה כידוע ביי צדיקים, איז לויט ווי איך פארשטיי איז דערויף נישטא קיין היתר.

בן בוזי האט געשריבן:

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דאס וואס מ'פארציילט חזיונות אויף צדיקים זענען געווען מכח הרגשה, די מעשיות וואס איך ווייס איז אז צדיקים האבן געזעהן מסוף העולם ועד סופו בפועל ממש, ואכמ"ל בזה

גרונם האט געשריבן:כבוד הרב בן בוזי: לשיטתך פארוואס געפינט מען נישט ביי אנדערע צדיקים וועלכע האבן געזען מסוף העולם ועד סופו אז זיי האבן מחלל שבת געווען ווייל זיי האבן געזען באקספלריא המאירה אז א איד אין יענע עק וועלט איז אין א סכנה?

אויב קשיות איז דא שווערערע ווי דאס, אלא מאי פרעג נישט קיין קשיות!! :!:

זעליג האט געשריבן:כ'געדענק נישט אויף וועמען מען דערציילט דאס (כ'מיין אז דאס איז געווען דער אמשינאווער רבי ר' שמעון'לע), אז ווען דער דייטש ימ"ש איז אריינגעקומען אין פוילן (ס'איז געוועזן שבת?) האט ער גענומען פערד און וואגן איז איז אנטלאפן און ער געזאגט פארן עולם ס'איז פיקוח נפש מען מוז אנטלויפן. און דער עולם האט איהם נישט פארשטאנען מען האט נאך נישט געוואוסט וואס עס ווארט נעבעך אויף זיי.
גרונם האט געשריבן:לדעתי הקלושה פאדערט דער ענין א באזונדערער אשכול.
און לאמיר נישט פארקריכן, שרייבט ווייטער איבער ר' אהר'לע זצ"ל.

א גוט ווארט האט געשריבן:
זעליג האט געשריבן:כ'געדענק נישט אויף וועמען מען דערציילט דאס (כ'מיין אז דאס איז געווען דער אמשינאווער רבי ר' שמעון'לע), אז ווען דער דייטש ימ"ש איז אריינגעקומען אין פוילן (ס'איז געוועזן שבת?) האט ער גענומען פערד און וואגן איז איז אנטלאפן און ער געזאגט פארן עולם ס'איז פיקוח נפש מען מוז אנטלויפן.

אין בעלזא שמחת תורה ביינאכט איז דער גאנצער עולם ארויף אויף'ן באן
זעליג האט געשריבן:יא אבער דארט האט מען שוין געוואוסט אז ס'איז פיקוח נפש.

לעווי האט געשריבן:
זעליג האט געשריבן:אז ווען דער דייטש ימ"ש איז אריינגעקומען אין פוילן (ס'איז געוועזן שבת?)

די דייטש איז אריין ערב שבת, קען זיין אז די סכנה האט זיך געפילט דארט הערשט אום שבת.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

דער מאור עינים איז אמאל אינמיטן קריאת שמע צוגעגאנגען צו א תלמיד און אראפפ גענומען זיינע תפילין ווייל ער זאל נישט אויסגיין
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

געהערט אמאל אז איינער פון די צדיקם נאכן קריג (ווען מען וועט זיך דערמאנען וועט מען צישרייבן)ווען זיין מאמע איז נישט געווען גזינט אין מען האט געדארפט מחלל שבת זיין צו ברענגן א דאקטער מיט א קאר האט ער עם געהייסן גיין מיטן שטריימל און בעקשע אז מען זאל זען אז ער איז א ערליכע איד און מען וועט זיך פארשטעלן אז ער פארט פאר פיקוח נפש
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'ווייס נישט אויב די מעשה באלאנגט דא, אבער ס'איז אויך עפעס ווען פיקוח נפש.

א יוד איז אמאל געקומען צום בעל בירך משה, (כ'געדענק נישט ווען די מעשה איז געווען, צו יו"ט אין א וואכען טאג, אדער, א שבת פאר א יו"ט) און ער האט געזאגט, אז ער האט געהאט א מיידל, און ער וויל א נאמען געבן, אבער זיין שוויגער וואס וואוינט אין אויסלאנד, האט א נאמען, וואס זי וויל ער זאל געבן, און ער געדענקט נישט וואס דאס איז, סאו ווילער וויסן צו ער זאל ווארטן אדער נישט.

האט עם די בירך משה געזאגט, "א שוויגער איז פיקוח נפש" און ער האט עם געהייסן ווארטן......
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

מען האט זיך נאכגפרעגט אויף די מעשה וואס מיר ברענגן אראפ דא פריער
דאס איז געווען מהר"ש מבאבוב זי"ע ווען ער האט געוווינט און קראנהייטס און זיין מאמע די רעבצין פון די קדושת ציון איז שטארק קראנק געווארן און מען האט געדארפט ברענגן אום שבת א דאקטער פון ערגץ ווי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

חוקר האט געשריבן:געהערט אמאל אז איינער פון די צדיקם נאכן קריג (ווען מען וועט זיך דערמאנען וועט מען צישרייבן)ווען זיין מאמע איז נישט געווען גזינט אין מען האט געדארפט מחלל שבת זיין צו ברענגן א דאקטער מיט א קאר האט ער עם געהייסן גיין מיטן שטריימל און בעקשע אז מען זאל זען אז ער איז א ערליכע איד און מען וועט זיך פארשטעלן אז ער פארט פאר פיקוח נפש

געזאגט האט מיר א איד פון די 'מאנסי אלד טיימערס', וואס איז גאר אקטיוו אין די חברה הצלה:
אמאל האט דער גאון ר' יעקב קאמינעצקי ז"ל גערופן פאר הילף אום שבת קודש, און אזוי ווי דער אינגערמאן האט געוואוינט נישט ווייט פון ר' יענקב'ן, האט ער געקלערט (אויך ווייל האט אביסל מורא געהאט פון ר' יעקב) אז ער וועט אריבער לויפן צופיס גיין זעהן דעם מצב, דער אינגערמאן לויפט אויף די מאנסי בערג, און קומט אהן צו ר' יענקעב'ן אין שטוב, קוים מיט'ן אטעם.
פרעגט איהם ר' יענקב, וואס גייט פאהר? זאגט ער אז ער וואוינט ממש דא אראפ די גאס.
עס האט אויסגעפעלט צו ברענגן דעם אקסיג'ן טאנק, האט ר' יעקב געזאגט פאר דעם אינגערמאן: גיי אהיים און ברענג דאס צוריק מיט דיין קאר!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דאכצעך מיר אז ס'איז דא א תשובה פון בערז'אנער רב, צו מען מעג שרייבן א קוויטל שבת און דאס אריבער שיקן מיט א טעלעגראם צום רבי'ן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

זעליג האט געשריבן:דאכצעך מיר אז ס'איז דא א תשובה פון בערז'אנער רב, צו מען מעג שרייבן א קוויטל שבת און דאס אריבער שיקן מיט א טעלעגראם צום רבי'ן.

סאיז נישט קיין תשובה פין מהרש''ם ס'איז א מעשה וואס עהר ברענגט אראפ וואס איז געווען בחיי פין ערשטען בעלזער רב מיט ר' שלמה קליגר וועהן עהר
איז געווען א יונגערמאן אויף קעסט .
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

נו, ער איז מתיר צו נישט?
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

וכן ידוע על הבית ישראל, שנתקף ביסורים נוראים בשב"ק ר"ח אייר, ולא רצה בשום אופן שיובילוהו לבית החולים, וכן לא רצה שינתחוהו, אבל לבסוף במוצש"ק שנלקח לבית החולים והרופאים הזהירו שצריכים לנתחו על אף שציוה שלא, ואחר דין ודברים בין הרופאים והאחים הק' הלב שמחה והפני מנחם ובין היוצאי משרתים, נתחוהו!
הרופאים יצאו מחדר הניתוחים ואמרו שפתחו וסגרו שאין מה לעשות.
על זה הגיבו אחיו: שלכאורה ידע זאת בעצמו על כן ציוה ביום השבת שלא ינתחוהו כדי שלא לחלל עליו את השבת בסתם.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”