ר' אלי' שמחה וואלד ז"ל אב"ד קאליש - משפחת גלאזנער מקלז"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גרונם

ר' אלי' שמחה וואלד ז"ל אב"ד קאליש - משפחת גלאזנער מקלז"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרונם »

אין וומ"ס איז לעצטענס נפטר געווארן א רב פון דערהיים, א זקן מופלג, איבער די מאה, וואס איז געווען באוואוסט ביי יעדן אלס קאלאשער רב, ער פלעגט אפזיצן רוב פונעם טאג אין סאטמארן ביהמ"ד אין ראדני סטריט די לעצטע יארן, ווי ער האט עוסק געווען בתורה ובתפלה בטלית ותפילין.

איז דא עמעצער וואס קען פארציילן מער איבער אים?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

פון קאלאשיצער רב האב איך שוין געהערט אבער נישט פון קאלאשער רב, וויאזוי האט ער געהייסן אויפן נאמען?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

אוי וויי.. קאלאזשער רב. ר' אלי' שמחה וואלד, לעבט שוין נעבעך נישט, ער איז געווען א זון פונעם קלויזנבורגן ראש בית דין, ר' יעקב מאיר, וואס איז געווען א זון פון העלמעצער רב ר' יוסף, און א איידעם ביי קלויזשער רב, ר' משה שמואל גלאזנער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויב מיין זכרון פאפט מיך נישט האט מען אמאל גערעדט דא ערגעצוואו פון אים זיין אפשטאם און זיין היסטאריע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ער אליין איז געוועהן א תלמוד פונעם קרן לדוד, מיר האבן אים געטעסט א יאר פאר זיין פטירה, זייענדיג 101 יאר אלט, מיר האבן אים געפרעגט וועלכע יאר ער האט געלערנט ביים קרן לדוד האט ער געזאגט תר"פ (מיין זכרון איז אפשר נישט אזוי גוט), האט מען אים געפרעגט ווייטער אין וועלכע שטאט, האט ער גענפערט קודם אין ווישעווע און נאכדעם אין סאטמאר, מיר האבן געמאכט דעמאטץ דעם חשבון אז ס'שטומט ווייל אין יענע תקופה איז דער קרן לדוד אריבער פון ווישעווע קיין סאטמאר.

ער פלעגט זייער שיין רעדן פון זיין רבי'ן דער קרן לדוד, ווי אויך איז ער געוועהן עטליכע מאל ביים בעלזא רב ר' ישכר דוב,
איבער זיין יוחס פלעגט ער נאר רעדן פון זיין ווייב'ס יוחס, זאנגנדיג אז זי איז געוועהן א גרויסע מיוחסת ר"ר מילך ועוד,

ער אליין איז געוועהן א מורא'דיגע מתמיד, פלעגט זיצן אין ביהמ"ד גאנצע טעג און נעכט מיט א גמרא און לערנען,

(איך מיין נאר אז קאלאש איז נישט גוט געשריבן, ס'קומט קאלודזש)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דוכט זיך מיר ער לעבט שוין נישט מער ווי א יאר, אויב כ'מאך נישט קיין טעות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
איך געדענק עפעס אויך אז מ'האמיר אמאל גערעדט וועגן אים, אבל לא עלה בידי ע"י חיפוש.

איך געדענק גוט דעם קאלוזשער רב ז"ל פון ראדני סט., איך האב אמאל זוכה געווען אים משמ צו זיין ווען ער האט מיר געשיקט אמאל תענית אסתר צו אים אהיים אין די פראזשעקטס אויף מארסי-העווימייער, די שטוב האט אויסגעזעהן פון אלטן יאר-הונדערט מיט א פשטות שאין כדוגמתה.

הרב קרויז,
עס פרייעט מיר אז איר האט שוין דא רשות כניסה וכתיבה, יהא בואך לברכה.

זאגט איר אז דער קאלוזשער רב איז געווען אן אייניקל פון רמ"ש גלאזנער פון קלויזענבורג( קלוזש) הייסט דאס אז ער איז געווען אן אייניקל פון חתם סופר, ווי איז געקומען צו הרב גלאזנער אזא חסידישער אייניקל?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער. ברוך אתה

ווען דער רמ"ש (נישט זיך פארמישן מיט'ן אנדערן רמ"ש) האט גענומען זיין פאטער פאר אן איידעם, איז ער נאך געקומען פון א אשכנז'ישע שטוב.
די וואלד משפחה זענען נישט געווען ספעציעל חסידיש, צו לערנען ביים קרן לדוד [וואס שטאמט אויך פון טשארנא] און פארן צו בעלזער רב אין אונגארן, דארף מען נאך נישט זיין אזוי חסידיש.
לעצט פארראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פעברואר 10, 2009 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרויז,

איז פארהאן נאך רבנישע מיטגלידער פון די וואלד פאמיליע?
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג פעברואר 10, 2009 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יא זיכער

קודם דער זיידע ר' יוסף וואלד איז געווען א זון פונ'ם גאון ר' מרדכי לייבוש וואלד וואס איז געווען דער פריערדיגער העלמעצער רב.

און ר' יוסף'ס ברודער איז געווען דער באקאנטער גרויסער גאון און צדיק ר' יעקב צבי וואלד[מאן] בארשער רב. וואס האט א שושלת פאר זיך.

אויך איז געווען א זון ר' אליהו וואס האט געהאט א זון א גרויסער תלמיד חכם און א מחדש ר' אפרים וואלד פון סאטמאר.

דער ר' יעקב מאיר וואלד, האט געהאט א חשוב'ן איידעם, ר' שמעון בלאקסענהיים האט ער געהייסן, דאכט זיך ער איז געווען א שוואגער אדער נעפיו פון פאיער רב, און וויטקער רב, ער איז געווען ממלא מקום פון שווער אלס ראב"ד אין קלויזנבורג, דארט האט ער געהאט צו טון, מיט דעם גלאזנער, דער זון, נישט דער פאטער.
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

דער קאלוזשער רב איז נפטר געווארן חוה"מ פסח תשס"ז דא אין וויליאמסבורג, און זיין לויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד אויף ראדני סט. במעמד קהל רב.

בן מאה וארבע היה במותו, און ער האט געהאט א שיבה טובה, אנגעזאפט מיט תורה ויראת שמים, ער איז געווען א תלמיד נישט נאר פון קרן לדוד נאר אויך פון ר' יהודה גרינוואלד זצ"ל פון סאטמאר, אויך האט ער זיך מסתופף געווען כמ"פ ימים טובים בצ"ק פון מרן המהרי"ד מבעלזא זצ"ל.

ער איז געווען באקאנט פאר אן איש קדוש מאוד, און א בעל יסורים גדול, ער האט געלערנט יארן בחברותא מיט הגה"צ ר' יחזקאל מערץ זצ"ל, אזוי אויך מיט הרה"צ ר' יושע באנדא שליט"א.

ער האט געוואוינט יארן אין א"י, אינטרעסאנט איז ווען איך בין געווען מיט א 15 יאר צוריק אין א"י, האב איך געהערט ווי מ'רופט אים דארט "דער קאלישער רב", וצ"ע.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייש קרויז האט געשריבן:יא זיכער

קודם דער זיידע ר' יוסף וואלד איז געווען א זון פונ'ם גאון ר' מרדכי לייבוש וואלד וואס איז געווען דער פריערדיגער העלמעצער רב.

און ר' יוסף'ס ברודער איז געווען דער באקאנטער גרויסער גאון און צדיק ר' יעקב צבי וואלד[מאן] בארשער רב. וואס האט א שושלת פאר זיך.

אויך איז געווען א זון ר' אליהו וואס האט געהאט א זון א גרויסער תלמיד חכם און א מחדש ר' אפרים וואלד פון סאטמאר.

דער ר' יעקב מאיר וואלד, האט געהאט א חשוב'ן איידעם, ר' שמעון בלאקסענהיים האט ער געהייסן, דאכט זיך ער איז געווען א שוואגער אדער נעפיו פון פאיער רב, און וויטקער רב, ער איז געווען ממלא מקום פון שווער אלס ראב"ד אין קלויזנבורג, דארט האט ער געהאט צו טון, מיט דעם גלאזנער, דער זון, נישט דער פאטער.


זייער נוצבארע אינפארמאציע הרב קרויז, תשוח"ח לך.

איבער די שייכות פון ר' שמעון בלאקסענהיים דומ"ץ קלויזענבורג צו משפחת וויינבערגער איז אזוי, זיין פאטער (איך געדענק נישט זיין נאמען אויף דער מינוט) איז געווען אן איידעם ביי ר' שמואל וויינבערגער ז"ל דער פאטער פון הגה"צ ר' שלמה לייב וו"ב אב"ד ניר-באגאד, דער וויטקא רב ר' יהושע העשל לאנדא איז געווען אן איידעם ביים באגאדער רב און ר' יחזקאל שרגא וויינבערגער אב"ד פאיע (פאטער פונעם פאיע רב שליט"א) איז געווען א זוהן פון באגאדער רב און אן איידעם ביי זיין שוואגער דער וויטקא רב.

ר' שמעון בלאקסענהיים האט געהאט א ברודער ר' שמואל זלמן בלאקסענהיים וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ש"ב ר' אייזיק וויינבערגער מדעברעצין ב"ר שמואל הנ"ל (אחי רש"ל מבאגאד), אין ניו-זשערסי איז פארהאן אן ארטאדאקסישער רב ר' חיים בלאקסענהיים שליט"א וועלכער איז א זוהן פון ר' שמואל זלמן הנ"ל.

צוריק צו משפחת וואלד/וואלדמאן, דער ר' יעקב צבי וואלדמאן אב"ד בארשא איז דאכציך געוווען א סיגוטער חסיד, עס איז היינט פארהאן אסאך אייניקלעך פון די משפחה, ווער זענען געווען זיינע קינדער?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייש קרויז האט געשריבן:אוי וויי.. קאלאזשער רב. ר' אלי' שמחה וואלד, לעבט שוין נעבעך נישט, ער איז געווען א זון פונעם קלויזנבורגן ראש בית דין, ר' יעקב מאיר, וואס איז געווען א זון פון העלמעצער רב ר' יוסף, און א איידעם ביי קלויזשער רב, ר' משה שמואל גלאזנער.



ר' פייש,
אינעם ספר היזכור פון קלויזנבורג (אויף פעיזש 47 פון די לייברערי) ווערט אויסגערעכנט די קינדער פון רמ"ש גלאזנר, איך זעה נישט דעם ר' יעקב מאיר וואלד וצ"ע.

ווידער שפעטער (פעיזש 53) רעכנט ער אויס ר' יעקב מאיר וואלד אלס דיין אין די קהילה און ער רעכנט אויס צוויי זוהן 'לייב' און 'צבי' (לוקי און הרשקו) אבער נישט דעם קלאזושער רב ר' אלי שמחה.

בייגעלייגט איז דער דף 53
אטעטשמענטס
0053.gif
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער, צוויי זייטיגע שאלות,
1) ר' יודעלע ז"ל האט משמש געווען אלס ראב"ד אין די ספרד'ישע [היימישע] קהילה?
2) ר' נחמן כהנא ז"ל איז געווען דארט, וואס? וועלכע יארן? און איז דאן נאכן קריג אויך געווען 2 קהילות?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער
ר' יעקב צבי וואלדמאן, דער איידעם פונ'ם צדיק ר' ברוך אברהם בינדיגער האנשאוויצער רב. האט געהאט הערליכע דורות.
ר' ישראל שמעון מאיר דומ"ץ בארשא.
ר' משה עזריאל וואלדמאן רב אין בארשא.
ר' מענדל שלום דיין אין וויעליטשקא.

זיינע איידימער זענען, אדמו"ר ר' בערצי לייפער פון נאדווערנע דערנאך אין אונגוואר, זיינע קינדער זענען די לייפער משפחה פון טעמעשוואר,
ר' מענדל וואלף ווייסבערג רב אין טארקאן.

צווישן זיינע אייניקלעך ציילן זיך נאך רבנים פון יענע יארן, צווישן זיי דער ראחובער רב, ר' משה פון ביקאווסק, ביסטריצער דיין ר' נפתלי מנחם וואלדמאן ר' אלעזר אלימלך וואלדמאן דיין אין בארדיוב.

וואס איז די צ"ע פון ספר היזכור, האט ער נישט געוואוסט.

דיין אינפארמאציע פון בלאקסענהיים משפחה, איז זייער אינטערעסאנט, יישר כח. איך האב געמיינט אז די קירבות איז געווען אלס זיין ערשטן שווער, ר' וואלף כהנא טשארנא רב.

פארשלאפן
ר' יודעלע איז געווען ראב"ד אין שטאט, און האט זיך אפגעזאגט דערפון, ווייל ער האט נישט געוואלט איבערבעטן גלאזנער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרויז,
נשתוממתי מהמראה, איר זענט א בקי נפלא בריך רחמנא דסייען צו האבן אזא איד בתוכינו.

עטליכע שאלות;
ר' ברוך אברהם בינדיגער אב"ד האנשאוויץ, האט דאס א שייכות מיט דעם שינאווא רב'ס איידעם בינדיגער?

וועמעס ערשטע שווער איז געווען ר' וואלף כהנא?
און וועמענס זוהן איז ר' וואלף כהנא משטארנא געווען?
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג פעברואר 10, 2009 2:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער יישר כח

זיכער האט דאס א שייכות, ר' אלעזר בינדיגער איז געווען א זון פון ר' שמואל זנוויל בן הרה"צ ר' ברוך אברהם בינדיגער, וואס איז נאך געפארן צום הייליגן חוזה, און געווען שפעטער א גרויסער צאנזער חסיד. ר' אלעזר האט געהאט א זון ר' אלימלך בינדיגער, ער איז געווען א איידעם ביים פעטער ר' משה'לע שינאווער.

ר' שמעון בלאקסענהיים דיין ש"ב, איז געווען בזיווג ראשון אן איידעם ביי ר' ואלף כהנא טשארנא רב, זיין רעבעצין איז נעבעך אוועק, האט ער דאן חתונה געהאט מיט ר' יעקב מאיר וואלד'ס טאכטער.
ר' וואלף'ס פאטער האט געהייסן ארי' ליב, אבער האט נישט משמש געווען ברבנות, ר' וואלף גופא איז געווען א תלמיד מובהק פון מהר"ם שיק, און זיין שווער ר' נטע קאלמאן איז געווען רב אין טשארנא, האט ער אים ממלא מקום געווען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרויז,

איך האב מיך נישט געפוילט נאר נאכגעזוכט עד שמצאתי את שאהבה נפשי, אין די הקדמה פון ספר שו"ת דור רביעי להרמ"ש גלאזנר, וואס דער אייניקל ר' אברהם קליין שרייבט, ברענגט דארט די קינדער פון ר' משה שמואל און ער רעכנט טאקע אויס אן איידעם בשם וואלד אבער נישט ר' יעקב מאיר נאר ר' מנחם וואלד בן הרה"צ מקירא-העלמעץ הי"ד.

עפי"ז האט איר לכאורה א טעות און פארמישט די צוויי ברודער ר' יעקב מאיר דומ"ץ קלויזענבורג מיט ר' מנחם חתן הרמ"ש גלאזנר.

דא האט איר אן אויסשניט פון די הקדמה.
אטעטשמענטס
726_7.jpg
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פייש קרויז האט געשריבן:ר' אלעזר בינדיגער איז געווען א זון פון ר' שמואל זנוויל בן הרה"צ ר' ברוך אברהם בינדיגער, וואס איז נאך געפארן צום הייליגן חוזה, און געווען שפעטער א גרויסער צאנזער חסיד. ר' אלעזר האט געהאט א זון ר' אלימלך בינדיגער, ער איז געווען א איידעם ביים פעטער ר' משה'לע שינאווער.
.


אנטשולדיגט וואס איך האק אריין, אבער לאמיר דיר פרעגן, פארוואס זענען דא עטלעכע בינדיגער אייניקלעך פונעם האנשעוויצע רב ר' ברוך אברהם, וואס זאגן אז זיי זענען לובלין'ע אייניקלעך פון חוזה, און די צייט וואס אנדערע אייניקלעך לייקענען עס קאטעגאריש?

נישט חלילה איך מיין עפעס, איך פרעג סתם לידועה בעלמא
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייש קרויז האט געשריבן:יא זיכער

קודם דער זיידע ר' יוסף וואלד איז געווען א זון פונ'ם גאון ר' מרדכי לייבוש וואלד וואס איז געווען דער פריערדיגער העלמעצער רב.


לויט ווי איך לייען
דא איז ר' יוסף געווען ממלא מקום אביו אין העלמעץ (Kralovsky Chlmec)

The History of the Community
At the beginning of the eighteenth century Jews lived in many settlements in the Zemplen district, but the first mention of Jews who lived in Kralovsky Chlmec dates from 1746, when one local Jewish family was mentioned in the district tax registration.
In the second half of the eighteenth century a few more Jewish families from Galicia and Russo-Carpathia settled there. During the nineteenth century the number of the Jews in the town gradually grew to about 400 people shortly before its end. In the nineteenth century the Jews made their living selling grain and other agricultural products, producing leather and its products, wine, cattle, and poultry. Some were farmers who owned of plots of land, and one had a very large farm.

Until the end of the eighteenth century the Jews of Kralovsky Chlmec belonged to the Satoraljaujhely community and its rabbinate. At the beginning of the nineteenth century the veteran families (Shtenfast, Keller, Rubin, Ziner, and some others) organized the Kralovsky Chlmec Jewish community, joined by many Jews nearby. From 1840 there were rabbis in Kralovsky Chlmec. At the time of the first rabbi, Rabbi Mordechai Arie Laibush Wald from Hanusovce (he was the local rabbi during the years 1840-1875), a synagogue was erected using a traditional building style.

A yeshiva with about 50 students and other public institutions was inaugurated in the middle of the nineteenth century. After the Hungarian –Jewish schism in 1869, Kralovsky Chlmec joined the Orthodox community organization.

In 1888 a Bet Midrash was established in the town, a hostel for visitors in the 1890's, and a Talmud Torah was opened where 60 children studied. As the community grew, Jews from other settlements joined it. At the end of the nineteenth century Jews from 26 settlements belonged to it. After the death of Rabbi Mordechai Arie in 1875, his son, Rabbi Joseph Wald, succeeded him. Rabbi Yoel Zeev Glattstein, author of Nachalat Avot, followed him and the Dayan, Rabbi Hanania Yom Tov Lipa Deutsch, assisted him. In Rabbi Glattstein's era, there were about 80 students in the local yeshiva.

After the beginning of World War I about 60 local Jews were conscripted into the Austro-Hungarian army. Seven of them were killed in battle. The town itself was relatively quiet in the period during the war.


אויך ווערן דארט דערמאנט די העלמעצער רבנים ודיינם, ר' יואל זאב גלאטשטיין און ר' חי"ל דייטש זצ"ל מהעלמעץ.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מיללער
נישט איך, נאר דער בעל הקדמה האט א גרויסן טעות, קוק אריין אין יעדע ביאגראפישע ספר, וואס רעדט פון ר' משה שמואל גלאזנער אדער ר' יעקב מאיר, חכמי טראנסילוואניע פון הרב כהן וואס איז זייער א קראנטער, און אין שם הגדולים די אונגארישע, אהלי שם, אוצר הרבנים.
ווילסט האבן נאך סחורה, אין שו"ת דור רביעי אליינס, איז דא א תשובה צו אים להמיועד להיות חתני, דארט שטייט גאר ישראל וואלד... זעסטו שוין ווי צומישט ס'איז, אבער ער איז געווען זיין איידעם, און פאר דעם האט ער באקומען די פאזיציע.

שאץ, איך ווייס אזויפיל אז ער איז געפארן צום חוזה. קען זיין איינער פון די אייניקלעך זענען חוזה'ס אייניקלעך פון אן אנדערע וועג.

מילער.
איך ווייס נישט וואס איר צילט מיט דעם פנקס הקהלות פון יד ושם אויף סלאוואקיע, וואס איז אגב א דורכפאל פון א ארבעט, אבער ער זאגט דאך די זעלבע זאך, אז ר' יוסף וואלד האט ממלא מקום געוען דעם פאטער ר' מרדכי לייבוש.

און דער ר' יואל וואלף גלאטשטיין איז געווען א איידעם ביי ר' יוסף וואלד, און טאקע זיין ממלא מקום ביזן קריג.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

farshlufen האט געשריבן:הרב מיללער, צוויי זייטיגע שאלות,
2) ר' נחמן כהנא ז"ל איז געווען דארט, וואס? וועלכע יארן? און איז דאן נאכן קריג אויך געווען 2 קהילות?


יא, ר' נחמן כהנא זצ"ל איז געווען רב אין קלויזנבוירג, לכאורה פארן קריג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' פייש יקירי,

עס איז שווער צו זאגען אז דער אייניקל זאל נישט מדייק זיין זיין פעטער'ס נאמען בזמן ווען ער געדענקט נאך געהעריג זיין זיידע, און אזוי אויך ער זאל נישט דערמאנען זיין פאזיציע אלס דומ"ץ אין קלוזש.

איך האב אייך געוויזן צוויי מקורות וואו עס זעהט אויס אז ר' יעקב מאיר איז נישט געווען חתן רמ"ש גלאזנר, איר טענה'עט אז אנדערע שרייבן אנדערש, איך וועל בל"נ פרובירען נאכקוקען אין מקורות וואס איר צייכנט צו, אבער דערווייל אויב קענט איר אהערברענגען א קאפיע פון די תשובה פון דור רביעי (עס געפינט זיך אויף היברו-בוקס) וואלט דאס מיר געווען אינטערעסאנט.

דעפ פנקס הקהלות האב איך געברענגט ווייל איר האט נישט געהאט דערמאנט אז ר' יוסף האט ממלא מקום געווען זיין פאטער אין העלמעץ.

א דאנק נאכמאל פאר אייער אפגעגעבנקייט מיט מיינע משוגעתן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך_הער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב מיללער, צוויי זייטיגע שאלות,
2) ר' נחמן כהנא ז"ל איז געווען דארט, וואס? וועלכע יארן? און איז דאן נאכן קריג אויך געווען 2 קהילות?


יא, ר' נחמן כהנא זצ"ל איז געווען רב אין קלויזנבוירג, לכאורה פארן קריג.


הער איך גוט? איר זענט זיכער דערין?
עס קלעיפט עפעס נישט אז עס זאל האבן געווען נאך פארן קריג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרויז,
דערווייל האב איך געטראפן נאך א מקור לדברי, אינעם ספר 'דור דורים' פון ר' עקיבא בן רמ"ש גלאזנר, איז אריינגעדרוקט לזכרון עולם די משפחה פון ר' עקיבא, ווערט דארט דערמאנט בזה"ל: "אחותו מרת דינה ובעלה ר' ישראל מנחם ב"ר יוסף וואלד"

(זעה בייגעלייגט)
אטעטשמענטס
9618_13.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”