רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג פאברואר 09, 2009 10:10 am

מיילעך האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין לאנדאן, ער איז געווען דארט פאר א קורצע צייט, אזוי ווי ער איז געווען אין רוים, אין נאך פלעצער. אין לאנדאן האט ער געוואינט דארט ווי עס איז היינט תורת חסד, פונקטליכער=118 caznove road .
.

איבער זיין וויילן אין לאנדאן ווערט פארציילט אז ער איז אמאל ארויס אויף די גאס (צו זיין פונקטליך איז דאס געוועהן מענאר ראד) און אפגעשטעלט א שטאטישע באס (אפשר א צוויי שטאקיגע?...) און אראפ געשלעפט א מענטש פון דארט און אהיים געפירט קיין פוילן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:13 pm

הגם ס'איז ביי מיר נישט געווען קיין קשיא די מעשה וואס איך האב אויבן געברענגט אז ער איז געפארן שבת מיט'ן באן, ווייל ס'לכאורה נישטא קיין שאלה אין די מעשה, בפרט נאך אז ער האט געטוהן מער ווי סתם מאדנע זאכן, און אויף הצלת נפשות איז עס לכו"ע מותר ואכמ"ל, אבער איך האב נעכטן נאכגעקוקט אין מיינע רשימות האב איך געזעהן אז כ'האב אויס געמישט צוויי מעשיות וטעות לעולם חוזר.
איין מעשה איז אז ער האט אמאל גענומען דעם באן און אראפ געגאנגען ביי איין אפשטעל און געראטעוועט א מענטש פון זיך נעמען דאס לעבן, די צווייטע מעשה איז ער האט זיך אמאל ארויס געלאזט אינמיטן קבלת שבת מיט זיין ארמיי צום פארק ווי זיי האבן געטראפן א פארפאלק שפאצירן, איז ער צוגאגאנגען צום מאן און געעפנט זיין וועסטל פון ווי ער האט ארויס גענומען סם המוות מיטוואס יענער האט זיך געוואלט פארגיפטיגן.
והוא רחום יכפר
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:28 pm

בא לידי איין גליון מגליוני ניצוצי אורות יו"ל ע"י סקאליע, דארט ברענגט ער צוויי זאכן,
דער שרייבער שרייבט אז ר' אהרלע פלעגט פארן פון צייט צו צייט קיין קאזניץ ווי ער האט געהאט א דירה, און ווען ער פלעגט פארן אהין פלעגן אלע חסידים מיטפארן, אזוי אז די שטיבלעך פלעגן זיין געשפארט אויף דעם שבת, און הגם אז צווישן די חסידים אין שטיבל זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט משלים געווען מיט דער הנהגה פון ר' אהרלע אבער אז דער שטיבל איז געווען געשלאסן האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זענען אויך מיטגעפארן, פרייטיג צונאכטס נאכן דאווענען האט זיך ר' אהרלע געגעבן א שטעל אויף אויפן טיש (אזוי איז געווען זיין סדר אז ווען ער האט געוואלט עפעס זאגן האט ער זיך אויפגעשטעלט אויפן טיש), אז וויבאלד ס'זענען אויך דא דעם טאטנס חסידים די מתנגדים וועט מען זיך מארגן שטעלן דאווענען 9 אזייגער, ווייל געווענטליך האט מען זיך נישט געקענט אויסרעכענען מיט איהם, און מ'האט טאקע געדאוונט דעם נעקסטן צופרי 9 אזייגער.
נאך א זאך שרייבט ער דארט, אז ער האט געקענט זיך געקענט שטעלן און קוקן איינעם אין פנים אריין פאר 10-15 מינוט און יענער האט זיך נישט גערירט, עס האט געקענט זיין אפילו אינמיטן גאס אז ער האט זיך געקענט אריין בייגן און קוקן איינעם אין די אויגן, און אסאך מענטשן האט ער אזוי מחזיר בתשובה געווען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:35 pm

ער איז געווען באקאנט מיט'ן נאמען דער ווילדער קאז'ניצער.
ווי באקאנט אז א חסיד מיינט "שארף פאר זיך אליין". איז ער געווען שארף פאר זיך.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:38 pm

בן בוזי האט געשריבן:הגם ס'איז ביי מיר נישט געווען קיין קשיא די מעשה וואס איך האב אויבן געברענגט אז ער איז געפארן שבת מיט'ן באן, ווייל ס'לכאורה נישטא קיין שאלה אין די מעשה, בפרט נאך אז ער האט געטוהן מער ווי סתם מאדנע זאכן, און אויף הצלת נפשות איז עס לכו"ע מותר ואכמ"ל,

אמת אז הצלת נפשות איז מותר לחלל עליו את השבת אבער דאס איז ווען מזעט אזא ענין, דא מיין איך וועסט דאס מיר מודה זיין אז ר' אהר'לע האט נישט געזעהן באספקלריא המאירה אז דארט אין דארט איז דא א איד וואס וויל זיך חלילה מאבד זיין, נאר ער האט געהאט אן הרגשה כידוע ביי צדיקים, איז לויט ווי איך פארשטיי איז דערויף נישטא קיין היתר.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מאנטאג פאברואר 09, 2009 1:04 pm

אויף דעם איז באקאנט די ווארט פון כמה גדולים וצדיקים אשר עליהם אנו נשענים, לאמיר זעהן וועלכע גוררת עבירה האט מען געזעהן ביי איהם, ווייל הכל מודים און מיטר זעהן ביי די אלע וואס זייערע נעמען ווערן אראפגעברענגט אין "המופלא בדורו" און די אלע וואס זייערע נעמען אראפגעברענגט אין דעם הענגעל זענען יראים ושלימים לה' ולתורתו
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 09, 2009 1:15 pm

אמאל איז ער געווען אין לובלין און די בחורים פון יח"ל האבן מחליט געווען צו טרייבן שפאס פון איהם, זיין סדר איז געווען אז ווען ער איז געגאנגען אין מקוה האט קיינער נישט געטארט דארט זיין, האבן זיך די בחורים אריין געכאפט אין מקוה פאר ער איז אנגעקומען און האבן זיך געטובלט הונדערטע טבילות זיך מאכנדיג ווי זיי באמערקן איהם נישט, איז ר' אהרלע אזוי געשטאנען איבערן וואסער מיט א זייגער אין דער האנט און געקוקט דערויף ווען ס'איז אריבער 10 מינוט האט ער אנגעפאנגען צו פרעגן וויאזוי מ'הייסט מיט די מאמעס נאמען, די בחורים האבן זיך געכאפט וואס דא גייט פאר זענען זיי ארויס געלאפן און געקומען צום ראש ישיבה ר' מאיר שפירא, האט זיי ר' מאיר געזאגט פארפאלן מ'האט שוין פארשפילט, און ס'האט זיך ל"ע נישט גוט אויסגעלאזט מיט זיי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 09, 2009 1:19 pm

יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם ס'איז ביי מיר נישט געווען קיין קשיא די מעשה וואס איך האב אויבן געברענגט אז ער איז געפארן שבת מיט'ן באן, ווייל ס'לכאורה נישטא קיין שאלה אין די מעשה, בפרט נאך אז ער האט געטוהן מער ווי סתם מאדנע זאכן, און אויף הצלת נפשות איז עס לכו"ע מותר ואכמ"ל,

אמת אז הצלת נפשות איז מותר לחלל עליו את השבת אבער דאס איז ווען מזעט אזא ענין, דא מיין איך וועסט דאס מיר מודה זיין אז ר' אהר'לע האט נישט געזעהן באספקלריא המאירה אז דארט אין דארט איז דא א איד וואס וויל זיך חלילה מאבד זיין, נאר ער האט געהאט אן הרגשה כידוע ביי צדיקים, איז לויט ווי איך פארשטיי איז דערויף נישטא קיין היתר.


איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז דאס וואס מ'פארציילט חזיונות אויף צדיקים זענען געווען מכח הרגשה, די מעשיות וואס איך ווייס איז אז צדיקים האבן געזעהן מסוף העולם ועד סופו בפועל ממש, ואכמ"ל בזה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:27 am

רבי שמעו'לע ז'עלכאוו'ער האט געזאגט: ווען משיח וועט קומען וועט ער (רבי אהר'לע) זיצן ראשונה במלכות.

און נאך האט ער געזאגט: אז ערר(בי אהר'לע) איז א שומר הברית.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:30 am

ווען ער פלעגט פארן מיט די באן פלעגט ער זיך זעצן נעבן די פורקי עול, און די גאנצע צייט האט דארט געהערשט א פחד און הכנעה ביז כמה פעמים התעוררות לתשובה. (סתם געזיצן גארנישט גערעדט).
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:35 am

א גוט ווארט האט געשריבן:רבי שמעו'לע ז'עלכאוו'ער האט געזאגט: ווען משיח וועט קומען וועט ער (רבי אהר'לע) זיצן ראשונה במלכות.

און נאך האט ער געזאגט: אז ערר(בי אהר'לע) איז א שומר הברית.


ר' שמעולע האט זיך אפיציעל געהאלטן אלס זיינס א חסיד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:51 am

כדי נישט צו זיין בלויז א "נאה דורש", נאר זיין אויך א "נאה מקיים" אויספאלגענדיג "גרונם'ס" בקשה (און ווי אויך הרב "מיילעך") מיטן ארויפלייגן פאר אלע אנשי שלומנו דאס וואס דער סקאליער גליון האט געשריבן בקשר לתולדות חייו והליכותיו בקודש פונעם צדיק הפלאי הקדוש רבי אהר'לע קאזניצער זצ"ל, האב איך אפיר גענומען דעם "שמות שאכטל" אין בית מדרש, וואו איך האב געפונען (ביזדערווייל) בלויז דריי פון די גליונות.
דער ערשטער איז פון פרשת תולדות, דער צווייטער איז פון פרשת בא, און דער דריטער איז פון פרשת בשלח.
איך האב נישט משמיט געווען דער אונטערשטער שורה וואו עס שטייט "איסור השגת גבול וכו'". ווער עס וויל האבן דעם תוכן פאר סיי וואס פאר א צורך, זאל נישט נעמען פון דא אן ערלויבעניש פונעם סקאליער מכון "באר יצחק" 4433 18th Avenue., ואני את נפשי הצלתי.
צוגעלייגטע
scan0001.pdf
(169.84 KiB) דאונלאודעד 309 מאל
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:01 pm

אזוי נישטערנדיג ארום רבי אהרל'ען זצ"ל איז מיר אפיר געקומען א קונטרס מעדני אשר פון א אלטען סלאנימער חסיד, וואו ער פארציילט בתוך הדברים ארום ר' אהרל'ען זצ"ל. איך וועל מעתיק זיין בלויז די צוויי עמודים וואס רעדן פון דעם נושא. (איך בין מעתיק אויך דעם שער בלאט צו וויסן ממי יצאו הדברים).
אינעם קונטרס ווען עס שטייט "מרן מוהר"א" מיינט ער דעם בית אברהם מסלאנים.
צוגעלייגטע
Kuntres Maadanei Usher.pdf
(199.07 KiB) דאונלאודעד 344 מאל
לעצט פאראכטן דורך נחמן נתן אום דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:10 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
גרונם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2009 4:02 pm

תגובהדורך גרונם » דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:07 pm

ריזיגע יישר כח ר' נחמן נתן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:14 pm

יישר-כח ר' נחמן נתן, דער סקאליער גליון איז גאר אינטערעסאנט.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:19 pm

יישר כח ר' נחמן נתן,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג פאברואר 22, 2009 3:21 pm

אט האב איך דעם לעצטען שבת'דיגען גליון "נצוצי אורות" – סקאליע (משפטים-שקלים), איבער זכרונות פון א חסיד, בצל קדושת רבינו זצ"ל.
כל הזכויות שמורות למכון "באר יצחק" דחסידי סקאליע
צוגעלייגטע
scan0001.pdf
(147.62 KiB) דאונלאודעד 270 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג פאברואר 22, 2009 3:31 pm

א ריזן ישר כח נחמן נתן.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג פאברואר 22, 2009 4:23 pm

א חידוש פלא אז אים שנת תש"ב זאל מען לאזן מאכן א ריזיגע לויה!
דאכט זיך אז אין ספר המופלא בדורו איז דא א בילד פונעם לויה.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 23, 2009 11:44 am

חידוש שהסיפורים המובאים בניצוצי אורות הם מאחד הרוצה בעילום שמו, וסיפורים אלו בדיוק נדפסו בספר שיח זקנים שיצא לאור באחרונה ושם מובאים כולם ששמעם מהרה"ח ר' שמואל מרגליות שי' לאוי"ט שבדידי' הוה עובדות אלו,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:07 pm

מיילעך האט געשריבן:צי ווייסט אפשר עמיצער ווי מען קען באקומען די גליונות "נצוצי אורות" ?

מעציטיילט זיי און די בתי מדרשים ערב שבת, אזוי וויא די אנדערע גליונות
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:17 pm

איך האב נישט לאנג צירוק געזעהן א יחוס בריף, פונעם קאשניצער מגיד זי"ע משפחה.
לויט דעם בריף איז ר' אהרן יחיאל ז"ל געווען א שוואגער מיט ר' קלונמס קלמיש הי"ד זי"ע דער פיאסעצנער רבי.

ר' קלונמס רביטצען איז געווען זיין שוועסטער.
the SCY is the limit

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך פאברואר 25, 2009 9:48 am

ב''ה
שמעתי מידידי הרב המופלג והנבון רשב''י נ''י שהתאבק אצל הרבי ר' א''י זצ''ל שר' ירחמיאל משהעלע אמר פעם לחתנו בעל חובת התלמידים "פעטער מיר קענען אייך " כי הי' אח אימו בן זקינו הרה''ק ר' אלימלך נבג''מ
מגראדזיסק בעל דברי אלימלך ואמרי אלימלך ספרים נפלאים כדי "לעסוק " בהם .

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך מארטש 04, 2009 4:48 pm

די וואך פרשת תרומה אין די סקאליע גליון ניצוצי אורות ווערט געברענגט די מעשה מיטן באן, און אויך די יש אומרים אז עס איז געווען אום שבת.
צוגעלייגטע
Skulye1.jpg
Skulye1.jpg (92.63 KiB) געזעהן 3936 מאל
skulye2.jpg
skulye2.jpg (110.21 KiB) געזעהן 3936 מאל
skulye3.jpg
skulye3.jpg (67.14 KiB) געזעהן 3934 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » זונטאג מארטש 22, 2009 3:28 pm

אין ספר משה איש אלוקים ווערט געברענגט, אז הרה"ק ר' משה מרדכי מלעלוב זי"ע, איז געוועהן אין פולין ביי הרה"ק מקארלין זי"ע אין ער האט אים געשיקט צו הרה"ק הפלאי מקאזניץ זי"ע, אין דארט האט ער אים זייער מקרב געוועהן אין ער האט אים געגעבען א שטוב ווי צו דאווענען אין דער שטיב האט מען נאר געקענט עפענען דער שטיב פין אינער ווענדיג (ווען מ' האט עס פארשפארט) אין ער (מלעלוב) האט פארשפארט דער טיר אין ער האט געדאווענט שמונה עשרה אין צום סוף זעהן ער אז דער קאזניצער זי"ע שטייט לעבען אים.
ווען ער פלעגט פארציילען דער מעשה פלעגט ער זאגען אז ער ווייסט נאך עד היום הזה נישט ווי אזוי ער איז אריין געקומען!!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט