רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 4:58 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:אולי מישהו מהידענים והמומחים יוכל להסביר לי דבר שנשגב מבינתי השפלה, ובהקדים: אין כוונתי ח"ו להמעיט מגודל הבשורה טובה וכו' על הקמת המצבה. זה משמח ומרגש את כולנו, ואולי בפרט לאלו שזכו להיות אצל אדמו"ר הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע וזוכרים שהוא זי"ע היה מספר מהרה"ק מקאזניץ דברים שראה בהיותו אצלו. גם זה פלאי פלאים איך שמצאו את מקום הקבר ע"י ניסים גלויים, ובטח השקיעו בזה הרבה יגיעה והרבה כסף, וגדול ועצום זכותם לאין שיעור להקים ציונו של האי צדיק וקדוש עליון.
אבל איני מצליח להבין דבר אחד: אם כבר השקיעו כל כך הרבה כוחות וכל כך הרבה כסף וכו', מדוע לא יכלו לכתוב על המצבה [אחרי שם הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע] את שם אביו: "בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זצוק"ל", כמו שנהוג בכל תפוצות ישראל לכתוב את שם האב[לפחות במאות השנים האחרונות] ע"ג כל מצבה??
שכוייעח

המצבה בכלל הוא מאוד מעניין.
בהמודיע השבוע היה כתבה מעניינת [עם כמה טעותים ג"כ] בנושא.
הרה"ק רבי משה מרדכי זכה לקירבה יתירה אצלו עוד בימי בחרותו באוטווצק.
אגב מסתמה ידוע לך שבלעלוב נוהגים לכתוב שם האם ג"כ בנוסח הנו"מ...

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 5:01 pm

אולי סברו שאין הוא יליד אשה

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » פרייטאג דעצמבער 04, 2015 12:14 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:אולי מישהו מהידענים והמומחים יוכל להסביר לי דבר שנשגב מבינתי השפלה, ובהקדים: אין כוונתי ח"ו להמעיט מגודל הבשורה טובה וכו' על הקמת המצבה. זה משמח ומרגש את כולנו, ואולי בפרט לאלו שזכו להיות אצל אדמו"ר הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע וזוכרים שהוא זי"ע היה מספר מהרה"ק מקאזניץ דברים שראה בהיותו אצלו. גם זה פלאי פלאים איך שמצאו את מקום הקבר ע"י ניסים גלויים, ובטח השקיעו בזה הרבה יגיעה והרבה כסף, וגדול ועצום זכותם לאין שיעור להקים ציונו של האי צדיק וקדוש עליון.
אבל איני מצליח להבין דבר אחד: אם כבר השקיעו כל כך הרבה כוחות וכל כך הרבה כסף וכו', מדוע לא יכלו לכתוב על המצבה [אחרי שם הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע] את שם אביו: "בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זצוק"ל", כמו שנהוג בכל תפוצות ישראל לכתוב את שם האב[לפחות במאות השנים האחרונות] ע"ג כל מצבה??
שכוייעח

המצבה בכלל הוא מאוד מעניין.
בהמודיע השבוע היה כתבה מעניינת [עם כמה טעותים ג"כ] בנושא.
הרה"ק רבי משה מרדכי זכה לקירבה יתירה אצלו עוד בימי בחרותו באוטווצק.
אגב מסתמה ידוע לך שבלעלוב נוהגים לכתוב שם האם ג"כ בנוסח הנו"מ...


נכון ויציב.
אם זכור לי טוב, אז גם על המציבה של הגה"ק רבי יהודא אסאד זי"ע כתוב: "וש"א [ושם אמו] טשארנא".
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » פרייטאג דעצמבער 04, 2015 12:15 pm

גלאזער האט געשריבן:אולי סברו שאין הוא יליד אשה

אקעיי גיט, על זה לא חשבתי...
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך פאברואר 24, 2016 12:05 pm

אין א צייטונג וואס איז ארויסגעגאנגען אין פוילן האב איך געטראפן א זייער אינטערעסאנטער באריכט וועגן א באזוך ביים קאזשעניצער רבי'ן אין אטוואצק. ווי דער'עולם איז באקאנט און ווי שוין געשריבן אין די פריערדיגע בלעטער האט דער רבי זיך געפירט אויף גאר אן אינטערעסאנטער אופן ווען בשעת מעשה האט ער אויפגעטוהן פעולות נשגבות וואס איז אוממעגליך צו באגרייפען. כ'וואלט נישט נאכגעברענגט אזא באריכט ווען די רעדע איז איבער אן אנדערער רבי ומנהיג און וואלט געקענט אויסגעטייטשט ווערן אלס אפ'חוזק'ן. אבער היות די וועלט איז היינט באקאנט די פארבארגענע וועגן פונעם קאזשעניצער רבי זי"ע, דעריבער טרוי איך זיך עס צו ברענגען מיט די האפענונג אז דער עולם וועט עס לייענען מיט די פארלאנגטע יראת הכבוד.

הײַנטיגע נײַעס, יום רביעי, אוקטובר 11, 1933
מ. סעליס


א פאר שעה ביים "קאזשעניצער" אין סוכה

זיין אין אטוואצק און נישט זעם דעם קאזשניצער רבי'ן?! אזוי "בעריהמט" איז לעצטענס געווארען דער קאזשעניצער רבי מיט זיין התנהגות.

אויסגעקליבן צום רבין האב איך זיך די צווייטע נאכט סוכות. עס איז שוין געווען גענוג שפעט. 10 אזייגער און דער רבי איז... נאך געשלאפן. דער רבי שלאפט אין סוכה. עס שלאפען דארטען אויך צוויי יונגע לייט פון דער לייב-גווארדיע, און עולם כאפט אלע וויילע א בליק אין סוכה-פענסטערל און ווארט דער רבי זאל זיך אויפכאפען און געהן פראווען טיש.

- ווען געהט מען דא צום טיש? – פרעג איך.

עולם קוקט מיר אן מיט א איראנישען שמייכעל.

- ווייזט אויס, א גרינער– ענטפערט מיר איינער – איהר ווייסט נישט, אז דא האלט מען נישט פון קיין זייגער. היינט בייטאג האט זיך דער טיש אנגעהויבען האלב פיער נאכמיטאג. דער נעכטיגער טיש האט זיך געענדיגט אכט אין דער פריה, און ווען מען וועט היינט געהן צום טיש – דא ווייסט קיינער נישט. עס ווענדט זיך ווען דער רבי וועט זיך אויפכאפען.

דעם רבינס ווילע איז שווארץ פון מענשען. די חסידים דערצעהלן זיך מופתים, און די, וועלכע פערשטעהען נישט דעם רבינס דרכים, חוזק'ן, דערצעהלען נאך דעם רבינס מאדנע שטיק און וויילען זיך.. אבער חסידים זעהט מען וועניג אויפן הויף. די חסידים זענען פארנומען אין דער קיך.

די קיך שטעלט מיט זיך פאר א אינטערעסאנטער בילד.

האט ביי דער שוועל ליגען אנגעווארפען קופקעלעך מיסט אויסגעמיטש מיט קארטאפעל-שאלעכץ, מייער-שאלעכץ, ציבעלע-שאלעכץ וכדומה. אביסעל ווייטער – א קופקעלע קויהלען. ביים טיש שטעהט א איד אין וועסטעל און טלית קטן מיט ארויפגעשארצטע ארבעל, קלאפט אריין אייער אין מעהל און פערקנעט א טייג. דער איד איז א בייזער מיט א שווארצער בארד. ער האלט אין איין שרייען און ארויסגעבען בעפעהלען צו זיינע אונטערהעלפער:

- וואסער! – שרייט ער צו א חסיד מיט א געלער בארד, וועלכער שאבט א מייער אין דער יויך אריין. די הענד פון געלען איד זענען שווארץ פון קויהלען און דער געשאבענער מייער פערלירט גלייך זיין געלען קאליר.

דער יויך-קאכער ווארפט-אריין דעם שווארצען האלב-געשאבענעם מייער אין דער יויך און לאזט זיך לויפען נאך וואסער.

- וואש-אויס דעם טאפ! – בעפעהלט איהם ווייטער דער קנעטער.

- נאכוואס דארף מען אויסוואשען דעם טאפ! – בונטעוועט זיך דער יויך-קאכער - דער טאפ איז דאך פון פערפעל און מען קאכט דאך היינט אויך פערפעל, טא צו וואס דארף מען איהם וואשען?...

אנ'אלטער איינגעהויקערטער איד מיט א לאנגער בארד, דעהט אויס אויף אנ'אכציגער, פארעט זיך עפעס ביים פאטעלנע, אויף וועלכער עס ליגען א פאר שטיקלעך פוטער מיט ציבעלעס. דאס איז הערש-בער, דעם רבינס הויפט-קוכער. דאס "קינד" ווי דער רבי רופט איהם אין גוטער שטימונג און די "שקארפעטקע", ווי דער רבי רופט איהם, ווען דאס מיטאג געראט נישט. הערש-בער לויפט-ארום מיט די פאטעלנע אין האנד פון איין שטוב אין דער אנדערער, דערנך לויפט ער ארויס אויפ'ן הויף און האלט אין איין שרייען:

- זאלץ! וואו האבען זיי אהינגעטהון דאס זאלץ?

ביי דער וואנד שטעהט א נאסע באנק מיט שיריים פון ציבעלעס און שיפען, ווייזט-אויס, אז מען האט דא געהאקט פיש. אויף דער ערד וואלגערן זיך טעפ, שיסלען, לעפעל...

אט הויבט הערש-בער אויף פון דער פאדלאגע א ברודיגען פולמיסעק פון פיש, קוקט זיך אין איהם גוט איין און בעטראכט איהם, צי עס לוינט די טרחה איהם אבצעוואשען, אדער ניין. באלד הויבט ער אויף די פאלע פון כאלאטעל, גיט א וויש איין מאל און נאך אמאל, און דער פולמיסעק איז "ריין"...

אזוי זעהט-אויס דעם רבינס קיך.

מען דערצעהלט אז מיט א צוויי יאהר צוריק איז אהער געקומען דעם רבינס א חסיד,עסטע, א רייכע לאדזער אלמנה, איבערגעלאזט אין דער היים די שטוב, פאמיליע און געשעפטען, זיך בעזעצט אין אטוואצק און געפיהרט דעם רבינס קיך. ביז דער רבי האט איהר בעפויהלען, זי זאל אהיימפאהרען און דאן האט די ווירטשאפט איבערגענומען ר' הערש-בער.

דעם רבין און דעם רבינס טיש האב איך ערשט געקאנט זעהען צומארגענס, ווייל ווען איך בין פון דארט אוועק איז שוין געווען צוועלף אזייגער און דער איז נאך אלץ געשלאפען.

ווען איך בין צומארגענס נאכאמאל געקומען האלב צוויי, איז נאך דער רבי אויך געשלאפען. עס האט זיך ארויסגעוויזען, אז דער טיש האט זיך נעכטען אנגעהויבען האלב צוויי ביינאכט און זיך געענדיגט אכט אין דערפריה.

די חסידים דרעהען זיך ארום מיט רויטע אויגען, די טליתים אויף די אקסלען. טייל דרעמלען אויף שעניקעס אדער אייזערנע בעטלעך. דער רבי שלאפט אלץ אין סוכה און צוזאמען מיט איהם זיינע צוויי גווארדיסטען.

פלוצלינג ווערט א גערודער אויפן הויף:

- דער רבי האט זיך אויפגעכאפט!.

עס מאכט זיך אויף די טהיר פון סוכה און דער רבי שטעהט. ער איז העכער ווי מיטעל-וואוקס, א שווארצע בארד, א פול פנים און צעטראגענע שווארצע בליקען. דער רבי בעטראכט דעם עולם, דאן נעהמט ער רופען:

- משה'לע גנב! משה'לע גנב!

עס רוקט זיך ארויס א קליין אידעל.

- וואס האב איך דיר נעכטען געזאגט?

- דער רבי האט געזאגט, דער עולם זאל נישט ווארטען אויפן רבין און אבדאוונען פריהער.

- האסטו זיי געזאגט?

- יא, געזאגט.

- ווי אזוי האסטו געזאגט? האסט געזאגט אז דער רבי האט געהייסען די אטוואצקער דאוונען?

- יא.

- האסטו שלעכט געזאגט, ווייל זיי האבען דאך געקאנט מיינען, אז מיין בעפעהל איז נאר חל אויף די אטוואצקער און נישט אויף די צוגעפאהרענע...


דער רבי פערשווינדט אויף א וויילע אין סוכה. דערנאך בעווייזט ער זיך ווידער. ווארפט צעטראגענע בליקען ארום זיך, לאזט זיך לויפען איבער. דער ווילע, קומט צוריק און נעהמט שרייען: הערש-בער! וואו איז ער? ווען מען דארף איהם, איז ער נישטא!

הערש-בער בעווייזט זיך.

- אוי, בהמה, בהמה! – שרייט ער צו איהם – ווייסט נישט, אז ווען איך הויב זיך אויף, טרינק איך אויס צוויי גלעזער געקאכטע וואסער? איצט געהט מען ערשט קאכען די וואסער!

דערנאך, נעהמט ער ווידער לויפען איבערן גאנצען הויף, ער שטעלט זיך אלע וויילע אב און נעהמט זיך טיעף איינקוקען אין עמיצען, אויב עמיצער געפעלט איהם, פערבעט ער איהם צום טיש אדער נאמינירט ער איהם פאר אנארדנער, קוכער, צי משמש אויפן לויפענדען טאג.

די חסידים זענען ס'רוב "עמך" וואס האלטען פון רבי'ן סכנות-נפשות, עס פעהלען אבער אויך נישט צווישען זיינע חסידים "איידעלע אידען". צווישען רבינס לייב-גווארדיע געפינט זיך א געוועזענער "רויטער", א בעקער, וואס איז אמאל געווען א טעטיגער פארטיי-חבר, היינט שטעהט ער ביי דער טהיר און האלט ארדנונג ביים "טיש". צווישען רבינס גווארדיע געפינט זיך אויך, א בעקאנטער אטוואצקער "העלד" מיט גאר נישט קיין שענעם נאמען... ווי אזוי קומט ער צום רבי'ן? וועגען דעם דערצעהלט מען אין אטוואצק פאלגענדע געשיכטע:

דאס איז געווען פאראיאהרען ווינטער. געהט זיך דער רבי אויף דער גאס, פלוצלינג גיט ער זיך א גליטש אויס און פאלט-אום. לויפט-אונטער א אינגעל און העלפט דעם רבין זיך אויפהויבען.

גיט דער רבי דעם אינגעל א קניפ אין בעקעל און פרעגט איהם, ווי ער הייסט, ווער זיין טאטע איז און וואס דער טאטע טהוט. ענטפערט דאס אינגעל:

דער טאטע זיצט אין קאזע...

- רעד נישט קיין נארישקייטען, קאזע שמאזע – האט דער רבי איהם געזאגט – זאג דעם טאטען, אז איך האב געהייסען, ער זאל שבת קומען צום טיש.

דער פאטער פון אינגעל איז געווען פערמישט אין א שווערען פראצעס און עס האט איהם געדראהט שענע יאהרען טורמע. דיזעלבע וואך איז פארגעקומען דער פראצעס. אלע בעשולדיגטע האבען בעקומען צו 4 און 6 יאהר טורמע, בלויז דער פאטער פון אינגעל איז בעפרייט געווארען און געקומען טאקע שבת צום רבין. פון דאן אן איז ער דעם רבינס הייסטער חסיד און איז גרייט פאר איהם צו לויפען אין פייער אריין.

ביים טיש פון קאזשניצער ווערט נישט געזאגט קיין תורה, נאר וויצען. דער הויף-לץ איז אהרעלע קאסטענמאכער, א בעוואוסטער ווארשאווער בדחן און דעם רבינס רעכטע האנד.

איינמאל – דערצעהלט מען – ווען ס'איז געווען א גרויסער עולם פרעמדע, האט דער רבי א זאג געטהון:

- שא. זאל זיין שטיל, כ'על עפיס זאגען.

דער עולם האט זיך גלייך איינגעשטילט. ארום טיש איז געווארען א שטופעניש סכנות-נפשות. יעדער האט געוואלט זיין וואס-נאהנטער צום רבי'ן. דער רבי האט פערמאכט די אויגען, גענומען זיך רייבען דעם שטערען, ווי עס טהון געועהנליך אלע רביים איידער זיי הויבען-אן זאגען תורה, און אנגעהויבען:

- עס שטעהט, עס שטעהט, עס שטעהט...

דער רבי פערטראכט זיך א וויילע, גיט ווידער א רייב דעם שטערן, פערגלאצט די אויגען און ענדיגט:

עס שטעהט א... טשאלענט ביים בעקער!

דאס איז מעהר-וועניג א שטיקעל "פראבקע" פון קאזשעניצער'ס תורות.

איינמאל אין מיטען טיש, דערצעהלט מען מיר, זאגט ער צו א יונגענמאן:

- מאך צו די אויגען און זינג:

דער יונגערמאן פאלגט, מאכט-צו די אויגען און נעמט זינגען. דאן כאפט דער רבי א טעלער מייערן-צימעס און גיט א כליאפ איהם גלייך אין פנים אריין, ס'איז זיך לייכט פארצושטעלען דאס בילד. די חסידים האבען עס אבער אויסגעטייטשט אזוי:

דעם יונגענמאן האט געדראהט א גרויס אונגליק און מיט'ן טעלער מייערן-צימעס, וואס דער רבי האט איהם געווארפען, האט ער איהם אויסגעלייזט פון אונגליק.

נאך א מעשה דערצעהלט מען. דאס איז פארגעקומען פאראיאהרען זומער. זיצט דער רבי אין דרויסען פאר דער וויליע מיט א גרופע חסידים און וויצעלט זיך און ארום און ארום שטעהען מענשען און נאפען און הערען זיך צו. פלוצלינג גיט זיך דער רבי א כאפ – ס'איז איהם פערלוירען געגאנגען א שליסעל... ער בעטראכט דעם עולם, שטעלט זיך אב אויף עפעס א יונגענמאן און גיט אויף איהם א געשריי:

- גיב-אב דעם שליסעל!

דער יונגערמאן בלייבט שטעהן א צוטומעלטער:

- כ'האב נישט דעם שליסעל, איך הייב נישט אן צו וויסען.

- בעזוכט איהם! – גיט דער רבי א בעפעהל צו זיינע חסידים.

באלד לויפען-צו עטליכע חסידים און נעהמען איהם בעזוכען און בעטאפען די קעשענעס.

- טהוט איהם אויס דאס כאלאטעל! – האט דער רבי בעפוילען – און שאקעלט עס אויס.

די חסידים האבן געפאלגט.

- טהוט איהם אויס די הויזען און שאקעלט זיי אויס.

מען האט דעם יונגענמאן אויסגטהון די הויזען אין מיטען הויף.

- נישטא – האבן די בעפעהל-אויספיהרער געמאלדען נאכ'ן דורכשאקלען די הויזען.

- איצט נעמט איהם אריין אין שטוב און שאקעלט איהם אליין אביסעל איבער.

מען האט דעם יונגענמאן פערשטעהט זיך, אזוי אויסגעשאקעלט, אז די נשמה איז פון איהם שיער, נישט ארויס-געשפרונגען.

- גארנישט געפונען! – האבען די חסידים געמאלדען.

- איז גוט! – האט דער רבי געענטפערט.

די אפיקורסים, פערשטעהט זיך, זענען געווען אויסער זיך פון דער דאזיגער מעשה, אבער די חסידים האבען געטרייסט דעם יונגענמאן:

- איהר דארפט זיין גליקליך, איהר קאנט גארנישט וויסען פון וואס פאר א גרויס אומגליק איהר זענט דעדורך, אויסגעלייזט געווארען.

דער קאזעניצער פאטשט אפט זיינע חסידים, אבער טאקי מיט די אמת'ע פעטש און דער חסיד, וואס בעקומט א פאטש פון רבי'ן, איז זיכער, אז ער וועט געהאלפען ווערען.

די חסידים זידעלט ער מיט די שארפסטע ווערטער: בהמות, פערד, כאליערעס, הייסט געהן צו אלדי שווארץ יאהר, אין דר'ערד אריין. ער יאגט פון זיך די חסידים מיט בערד. ער זוכט נאר קאפעלושען און "געגאלטע מארדעס", כדי זיי מחזיר למוטב זיין. די אפיקורסים פערשטעהט זיך, וואס גלויבען נישט אין רבי'ן, זעהען אין די אלע מופתים בלויז משוגענע שטיק – זאגט צו מיר א יונגערמאן מיט א בערדעל און א זיידענער קאפאטע –אבער די דרכים פון דיענען גאט זענען פערשיעדען. מיט א וויץ קאן מען אבדיענען דעם אויבערשטען און נישט נאר מיט א וויץ, נאר אפילו מיט קאזשעלקעס.

אנ'אפיקורס ווידער האט מיר געזאגט:

טרויעריג איז אין אטוואצק: די לופט איז איז דא דורכגעזאפט מיט דער מרה-שחורה פון קראנקע און שוונדזוכטיגע און די ארימקייט איז דא גרויס, קומט א רבי און מאכט אביסעל פרעהליך, איז זייער גוט.

און אין אטוואצק איז טאקי פרעהליך א דאנק דעם קאזשעניצער...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

היינט איז די יאהרצייט פין צדיק וקדוש

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג אוקטובער 04, 2016 11:08 pm

הרה"ק רבי אהרן יחיאל מקאזניץ בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה זי"ע
מי שיכול ליתן תיקון / ללמוד משניות / צדקה / נשמה ליכט עבורו
יהיה זה לו לזכות גדול
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

האוכל בצום גדליה

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך אוקטובער 05, 2016 10:18 pm

הרה"ק רבי אהרן יחיאל מקאזניץ זי"ע אמר:
"זה שאוכל בצום גדליה - הרי הוא אוכל את ההשפעות שהשפיעו לו בראש השנה"
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 11:01 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרה"ק רבי אהרן יחיאל מקאזניץ זי"ע אמר:
"זה שאוכל בצום גדליה - הרי הוא אוכל את ההשפעות שהשפיעו לו בראש השנה"

וכדאי למתק הדין לאלו שצריכים לאכול מפני החולשה ושלא יפריע להם ביום הכיפורים אפשר לפרש שמאכיל לתוך עצמו את ההשפעות וישתשר בו שיהא קיום

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:16 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרה"ק רבי אהרן יחיאל מקאזניץ זי"ע אמר:
"זה שאוכל בצום גדליה - הרי הוא אוכל את ההשפעות שהשפיעו לו בראש השנה"

וכדאי למתק הדין לאלו שצריכים לאכול מפני החולשה ושלא יפריע להם ביום הכיפורים אפשר לפרש שמאכיל לתוך עצמו את ההשפעות וישתשר בו שיהא קיום

שכוייעח
ואכן ראויים הם הדברים לנכד סניגורן של ישראל
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:39 pm

איינער ווייסט ווי מ'קען באקומען די ספר פון סיפורים אויף רבי אהרלע קאזניצער ,איך האב געהערט אז ס'איז דא צוויי קונטרסים\ספרים אויף אים מיט מוירעדיגע סיפורים,
איינער ווייסט ביטע?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:32 am

איך האב יעצט אדורך געליינט דער נפלא'דיגע אשכול פין דעם נפלא צדיק פלא כל כולו פלא הרה''ק רבי אהרל'ע מקאזניץ זי''ע ועכי''א הנקרא דער ווילדער קאזניצער רבי

וועל איך דערציילן דא א מעשה וואס כ'האב געהערט פין די בעל המעשה, ער האט זיך געדרייט אין בני ברק אין די בית מדרש פין הרה''ק רבי שמעול'ע מלעלוב זצ"ל, א אלטע בחור, האב איך אמאל געהערט פין זיין מויל אליינס ווי ער דערציילט אז וואס איז דער מעשה וואס ער איז נאך א בחור'ל, ער איז שוין געוועהן א עלטערע יודל, האט ער אזוי דערציילט

ווען ער איז געוועהן א בחור'ל איז איהם ערגעץ אויס געקומען אין פוילען צו זיין ביי די טיש פין רבי אהר'לע קאזשניצער אין ער איז נישט געוועהן געוואוינט צו די ווינדליכע הנהגה, האט ער בשעת די טיש געזעהן עפעס אפענפאלנד האט ער אינטער געשמייכלט ווי נאר די רבי האט דאס געזעהן געט ער א זאג הויעך בחור'ל קום נאר אהער בחור'ל.. פארשטייט זיך אז עס האט איהם אנגעכאפט א שטארקע פחד אבער א ברירה האט ער געהאט איז ער צוגעגאנגען אין דער רבי קוקט איהם אן אזעלכע שארפע אויגן אין זאגט איהם בחור'ל האסט עפעס צו זאגן פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שטיל פאר פחד אין האט איהם געזאגט בחור'ל קענסט שוין גיין ...

האט ער תולה געוועהן אז דער קפידא האט איהם געשאדט אז ער איז געבליבן כל ימיו א בחור רח''ל...

א מעשה נורא
参考专家

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 1:35 pm

הרה"ק רבי משולם זוסיא מטשערנאביל זי"ע האט דערציילט אז רבי אהרלע קאזניצער איז אמאל געווען באהאלטנערהייט אין רומי צו זעהן כלי המקדש דארט אין מוזיאון.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:33 am

יום זה מכובד האט געשריבן:הרה"ק רבי משולם זוסיא מטשערנאביל זי"ע האט דערציילט אז רבי אהרלע קאזניצער איז אמאל געווען באהאלטנערהייט אין רומי צו זעהן כלי המקדש דארט אין מוזיאון.

און ס'איז עם געלונגן?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:22 am

ווען רבי זושעלע פין טשערנאביל זצ''ל איז געוועהן אין קראקא ביי זיין זיידע הרה''ק ר' ישעי' מטשחויב זי''ע הי''ד איז אמאל געוועהן רבי אהר'לע מקאזניץ אין קראקא איז ר' זושעלע אריין געגאנגגען צו די קאזשניצער רבי האט ר' אהרלע געזאגט זעהט די הימל, זאלסט וויסן אז די הימל אין אר''י איז קלארע ווי דא, ר' זושע'לע האט נישט פארשטאנען, אבער שפעטער ווען ער איז ארויס געפארן פין פולין אין די לעצטע מינוט איידער דער ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן, אזוי געראטעוועט געווארן איז ער געפארן קיין אר''י, האט ער תולה געוועהן אין דעם אז ר' אהרלע האט מרגיש געוועהן אז ער וועט געראטעוועט ווערן דורך אר''י וואס כידוע איז נישט געווועהן אין די מלחמה

זי''ע
参考专家

פרייליכע מענטשעלע
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:36 pm

תגובהדורך פרייליכע מענטשעלע » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:52 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווען רבי זושעלע פין טשערנאביל זצ''ל איז געוועהן אין קראקא ביי זיין זיידע הרה''ק ר' ישעי' מטשחויב זי''ע הי''ד איז אמאל געוועהן רבי אהר'לע מקאזניץ אין קראקא איז ר' זושעלע אריין געגאנגגען צו די קאזשניצער רבי האט ר' אהרלע געזאגט זעהט די הימל, זאלסט וויסן אז די הימל אין אר''י איז קלארע ווי דא, ר' זושע'לע האט נישט פארשטאנען, אבער שפעטער ווען ער איז ארויס געפארן פין פולין אין די לעצטע מינוט איידער דער ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן, אזוי געראטעוועט געווארן איז ער געפארן קיין אר''י, האט ער תולה געוועהן אין דעם אז ר' אהרלע האט מרגיש געוועהן אז ער וועט געראטעוועט ווערן דורך אר''י וואס כידוע איז נישט געווועהן אין די מלחמה

זי''ע

עס איז געווען אין אטוואצק ווען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל איז געפארן צו ר' יוסף יצחק לובאוויטשער זצ"ל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:54 pm

איך מיין אז די קאזניצער רבי האט געוואוינט אין אוטבוצק פאר א לענגרע תקופה.
הרה"ק רמ"מ מלעלוב איז געווען ביי איהם, אויך אין אוטבוצק.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:18 am

פרייליכע מענטשעלע האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווען רבי זושעלע פין טשערנאביל זצ''ל איז געוועהן אין קראקא ביי זיין זיידע הרה''ק ר' ישעי' מטשחויב זי''ע הי''ד איז אמאל געוועהן רבי אהר'לע מקאזניץ אין קראקא איז ר' זושעלע אריין געגאנגגען צו די קאזשניצער רבי האט ר' אהרלע געזאגט זעהט די הימל, זאלסט וויסן אז די הימל אין אר''י איז קלארע ווי דא, ר' זושע'לע האט נישט פארשטאנען, אבער שפעטער ווען ער איז ארויס געפארן פין פולין אין די לעצטע מינוט איידער דער ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן, אזוי געראטעוועט געווארן איז ער געפארן קיין אר''י, האט ער תולה געוועהן אין דעם אז ר' אהרלע האט מרגיש געוועהן אז ער וועט געראטעוועט ווערן דורך אר''י וואס כידוע איז נישט געווועהן אין די מלחמה

זי''ע

עס איז געווען אין אטוואצק ווען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל איז געפארן צו ר' יוסף יצחק לובאוויטשער זצ"ל


קען זיין אז איהר ווייס וואס איהר זאגט
אבער מיר ליגט אין קאפ אז כ'האב געהערט פין איינער פין די קינדער פין טשערנאבילער רבי שליט''א אז איז געוועהן אין קראקא - קען זיין אז ער האט נישט מדייק געוועהן ווען ער האט מיר דערציילט.

איך וועל בלי''נ מברר זיין ביי א געלגענהייט אי''ה
参考专家

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

יומא דהילולא קדישא

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:43 pm

בשב"ק ג' תשרי היה יומא דהילולא של רבינו זי"ע
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:55 am

מומחה יוחס האט געשריבן:
פרייליכע מענטשעלע האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווען רבי זושעלע פין טשערנאביל זצ''ל איז געוועהן אין קראקא ביי זיין זיידע הרה''ק ר' ישעי' מטשחויב זי''ע הי''ד איז אמאל געוועהן רבי אהר'לע מקאזניץ אין קראקא איז ר' זושעלע אריין געגאנגגען צו די קאזשניצער רבי האט ר' אהרלע געזאגט זעהט די הימל, זאלסט וויסן אז די הימל אין אר''י איז קלארע ווי דא, ר' זושע'לע האט נישט פארשטאנען, אבער שפעטער ווען ער איז ארויס געפארן פין פולין אין די לעצטע מינוט איידער דער ביטערע מלחמה האט אויסגעבראכן, אזוי געראטעוועט געווארן איז ער געפארן קיין אר''י, האט ער תולה געוועהן אין דעם אז ר' אהרלע האט מרגיש געוועהן אז ער וועט געראטעוועט ווערן דורך אר''י וואס כידוע איז נישט געווועהן אין די מלחמה

זי''ע

עס איז געווען אין אטוואצק ווען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצוק"ל איז געפארן צו ר' יוסף יצחק לובאוויטשער זצ"ל


קען זיין אז איהר ווייס וואס איהר זאגט
אבער מיר ליגט אין קאפ אז כ'האב געהערט פין איינער פין די קינדער פין טשערנאבילער רבי שליט''א אז איז געוועהן אין קראקא - קען זיין אז ער האט נישט מדייק געוועהן ווען ער האט מיר דערציילט.

איך וועל בלי''נ מברר זיין ביי א געלגענהייט אי''ה

פרייליכע מענטשעלע איז גערעכט.
ער האט דעמאלס גרויס גערעדט פון הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מלאיעוו זי"ע וואס איז סוף ימיו געווען אין אטוואצק לצורך רפואה (ומנו"כ בעיירה קארטשעוו הסמוכה), און ר' ארל'ה קאזניצער האט זיך געדרייט ביי איהם.

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » דינסטאג מאי 08, 2018 2:18 pm

מיילעך האט געשריבן:תמונת ר' אהר'לע מקאזניץ:

איך האב געהרט פון אנ אלטערע יוד, וואס ב"ה לעבט מיט אונז לאויו"ט, וואס האט געזען אפאר מאל ר' אהרלע, און ער פאציילט פון דער צדיק זיע"א אפאר מעשיות [נישט באווסטע כלל], אז ער האט געזען ר' אהרל'ע, און ער זאגט אז ער האט געפלייגט אלע מאל מסלסל זיין בזקנו [זאל זיין מסודר וי דער פאות], סאיז גאר אינטרעסאנט, און ביי דער בילדער וואס געבליבן פון עם, מזעט נישט דער זאך, אובער ער האט געטאנעט בתוקף אז ער גדענקט אזוי.

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » זונטאג יוני 24, 2018 3:52 am

ייענע וואך האב איך געטראפן מיט אייד וואס האט געהאט דער זכיה צו זעהן דער הייליגע ר' ארהלה זיע"א, און איך האב געשריבן ביי מיר, אפאר שיינע זאכן וואס ער האט פארציילט ושמעתי מפיו, והריני להעתיקם כאן מרשימותיי, לשמחת המקושרים לצדיקי אמת:
ר' ארהלה היה בעל צורה ממש, וראו עליו שהוא אדם גדול. אבל כל ההתנהגות שלו היתה משונה, וככל שהנהגתו היתה משונה, הרי יתירה מכך היתה הנהגת ההחסידים שלו משונה יותר ויותר,
הוא נהג לסלסל את זקנו, ואת כובעו היה נוהג לסדר בחלקו העליון בצורה משונה מאד.

הוא הלך לראות אותו בלודז' רק בגלל שהוא רצה לראות את ההתנהגות שלו. ואמר לי שהיה לו כח אדיר להחזיר אנשים בתשובה, אין לו מושג איך הגיעו אליו אבל מסביב לו היו תמיד המון 'חסידים' כאלו, חלקם היו בכלל שלא שמרו תורה ומצוות, אבל הם היו שרופים עליו, והלכו אחריו לכל מקום. וכמובן שהופעה כזו עם קהל כזה עשתה 'רושם רב...'.
הוא אומר שהוא זוכר שכשראה אותו חשב, שהוא נראה אדם גדול, כי ההדרת פנים שלו היתה של אדם קדוש, ואמרה הכל.
היו מספרים ממנו המון מופתים, למשל שפע"א הוא חייב מישהו באמצע קבלת קהל לרוקן את כיסיו, והלה הוציא מכיסו בקבוק רעל [רצה להתאבד...]
הוא אומר שפעם הוא הגיע לגור [און כמובן אז דער גאנצע מעמד מיט העם האט געשטערט פאר א פאר חסידים אין גער], אבל הרבע ביקש לכולם לכבד אותו מאד, כי צריך להזהר מהקפידא שלו, 'מספיק סבלנו מהקפידא של הסבא שלו ר' משה'לה', כך אמר.
אויב דער עולם ויל הערן נאך וועל איך שראייבן דא נאך א פאר שיינע זאכן המונחים ברשימותיי מממה ששמעתי ממנו.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 24, 2018 4:19 am

איך וויל הערן נאך. וואס איז דען די שאלה?! יישר כחכם!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » זונטאג יוני 24, 2018 5:16 am

נאך זאכן וואס איך האב געשריבן מפיו:
ראהו מקבל קהל, ופתאום יצא לביהמ"ד והתחיל לקפוץ על השולחנות בצעוקות, כשהוא מנסה לשוא להמלט מאשה שרדפה אחריו לקבל ברכתו, והיה ממש לעבדיג שם...
וסיפר לי שהחברה שלו, חלק מהם היו נראים ממש כאחרוני הפושעים, והיה הולך עמם לכל מקום, ולא היה אף א' בפולין שיכל להבין איך אדם גדול כמו ר' שימעלה זעליחובער היה חסיד שלו [מחמת הגסות של תלמידיו האחרים]...
אח"כ סיפר לי כל מיני דברים שהתרחשו שם בביהמ"ד, איך שפעם ראה שרבים שם על העמוד, והתפלא - 'וואס בכלל דער פראבלעם?', ובאמרו כן עטף את שני האנשים בטלית והגישם לעמוד יחד..
עוד סיפור שסיפרו ממנו בפולין, שפעם ציוה לכל 'חסידיו' ללכת איתו למקוה, וציוה לכל קהלו לנהוג כמותו, לפשוט את החליפה, והכל אחריו וכו', ואז ציוה להוריד את הציצית, אלא שכמובן לכמה מהחסידים לא היה ציצית..., והחל תיכף לצעוק עליהם - מה? אין לכם ציצית?, וציוה לכולם להתלבש בבגדיהם שוב, וללכת לקנות ציצית...
פע"א הגיע לאסיפה של רבנים, וכולם ישבו שם ועטרותיהם בראשיהם, והוא באמצע ישיבתו עם רבניו, עזב אותם, והלך עם קהל 'חסידיו' לצד, ועשה דברי צחות לרוב כדרכו. וכמובן אין לשער את 'גודל המחזה'.
סאיז גווען נאך אפאר מעשיות, והביאם כאן בהמשך בעז"ה.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

סיפור מאדמו"ר מלעלוב ורבינו

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג יוני 24, 2018 11:26 am

פעם אדמו"ר הרה"ק רמ"מ מלעלוב זי"ע דיבר מרבי אהרן קאזניצער בטיש, ואמר עליו שהיה "ערלעכער יו"ד". היה שם אחד מחסידי קאזניץ מתל אביב [כמדומני היה שמו הערשקאפ] שהדבר חרה לו, ואמר לאדמו"ר בתמיהה: "ואולי נאמר גם על תנאים ואמוראיים שהם היו עהרלעכע יוד"ן" ?
לאחר כמה ימים הוא בא לאדמו"ר, וביקש ממנו מחילה על מה שאמר.
אז אדמו"ר חייך ואמר לו: ומדוע באת לבקש סליחה?
והוא סיפר שרבו מקאזניץ בא אליו בחלום, ואמר לו: "מה? כך מדברים לצדיק"? ולכן בא לבקש סליחה.
אדמו"ר שיבח אותו על זה שהוא לא התבייש לחזור ולבקש מחילה, [וגם נדמה לי שאמר לו שהוא הרוויח מזה כי בינתיים ראה את רבו - איני בטוח שזה מדוייק]
אח"כ הסביר אדמו"ר שהסיבה שהוא משבח צדיקים בהתואר: "ערלעכער יו"ד", כי עניינים שמקבלים מלמעלה זה לא של האדם בעצמו, ויכול להיות שהוא יאבדם בעת נפילה. משא"כ יראת שמיים שזה בא רק ע"י יגיעת האדם עצמו, ד"אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה אז תבין יראת ה'", והכל בידי שמיים חוץ מיר"ש, אזי זה קניין של האדם עצמו ואף פעם אי אפשר לקחת את זה ממנו
זי"ע ועכ"י
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » זונטאג יוני 24, 2018 12:14 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מ'קען באקומען די ספר פון סיפורים אויף רבי אהרלע קאזניצער ,איך האב געהערט אז ס'איז דא צוויי קונטרסים\ספרים אויף אים מיט מוירעדיגע סיפורים,
איינער ווייסט ביטע?


ס'איז דא א קונטרס לחי רואי וואס הרב גאטהייל פון ב"פ האט ארויסגעגעבן וואס ענהאלט סיפורים נוראים וואס מען קען באקומען ביי איהם אדער ביי ר' חיים האפשטיין פון ענגלאנד וועלכע פארט ארום דער וועלט צאמנעמען געלט ווי די אוהל אויפן ציון פון רבי אהרל'י זי"ע

ווי אויך איז דא א ספר "המופלא בדורו" פון מכון שפתי צדיקים וואס איז מער א בייאגרעפי אבער אויך זעהר אינטרעסאנט - דאס איז שוין לאנג אויספארקויפט פון די געשעפטן און איז נאכנישט געווארן איבערגעדרוקט

שמעתי אז הג"ר שמעון הירשלער מגיד מישרים מלאנדאן ארבעט אויף א נייע ספר תולדות וסיפורים מרבי אהרל'י, ומחכים אנו לזה!
כ'בין א תם - נישט א נער


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 16 געסט