רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - ה' תשרי תש"ב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - ה' תשרי תש"ב
איינע פון די אממערסטנס מאדנע געשטאלטן אין די חסידי'שע היסטאריע איז דער אינטערעסאנטער און אומבאגריפענע געשטאלט פון דער צדיק יסוד עולם הרה"ק ר' אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ, אויף דעם רבי'ן פארציילט מען וואונדערליכע אבער דאך מאדנע מעשיות, אבער, ער איז געווען נערץ ונקדש ביי אלע צדיקים אין זיין דור.
ר' אהר'עלע קאזשניצער איז געבוירן אין יאהר תרמ"ט צו זיין פאטער ר' ירחמיאל משה מקאזניץ, און ביי זיין פאטערס פטירה האט ער איבערגענומען (וואס ס'איז געווארן מיט זיין ברודער ר' אלימלך ווייס איך נישט, ווארום לויט ווי איך זעה אין קאזניצער יזכור בוך האט מען זיך געקריגט איבער דאס איבערנעמען), ס'זענען געקומען צו פארן צו איהם פון נאנט און פון ווייט טויזנטער מענטשן און ער האט געקענט זיצן גאנצע טעג און נעכט אויף צו נעמען מענטשן, מיט אן אויסער געווענטליכער סבלנות.
צווישן זיינע חסידים זענען געווען אזעלכע וואס זענען געווען זייער שוואך אין אידישקייט און ער האט זיי מחזיר בתשובה געווען, ער פלעגט רופן זיינע בעלי תשובות 'מיין ארמיי', און זיי פלעגן ארויס גיין אויף מיסיעס צו וואס ער האט זיי געשיקט.
אהן א שיעור מאדנע מעשיות ווערט פארציילט איבער איהם, אבער אך און וויי איז געווען פאר דער וואס האט זיך אין איהם פארטשעפעט, ס'איז געווען א ידיעה'דיגער זאך אז ווער ס'האט זיך מיט איהם פארטשעפעט האט נישט גוט אפשגעשניטן.
איינע פון די באקאנטע מאדנע זאכן איז אז ער פלעגט קענען זאגן ביים טיש תורה, פלעגט ער אנפאנגען, ס'ווערט געברענגט, ס'ווערט געברענגט טשאלענט פונעם בעקער!!
אמאל פרייטיג צו נאכטס אינמיטן קבלת שבת איז ער ארויס פון שוהל און געגאנגען צום באנהויף ווי ער האט גענומען דעם באן, אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אראפ פונעם באן און שפאצירט צום שטאטישן פארק, ער האט געפונען דארט א פארפאלק, צוגעגאנגען צום מאן און געעפענט זיין מאנטל און ארויס גענומען פון דארט סם וואס ער האט געוואלט אייננעמען זיך צו נעמען דאס לעבן.
צו זיינע טישן זענען געקומען פיל מענטשן, אבער ער פלעגט קענען אינמיטן טיש אריינגיין אין שטוב זיך צולייגן שלאפן, און נאכן אפשלאפן א שטיק צייט פלעגט ער ארויס גיין אין גאס אויף זוכן זיינע חסידים (זיינע מענטשן זענען ווי געזאגט געווען זייער שוואך) ער פלעגט צו גיין צו וועמען ער האט געפונען און געהייסן ווייזן די ציצית אויב האט זיך געמאכט אז יענער האט נישט געהאט קיין ציצית, האט ער איהם אפיר גענומען ביי די אויערן אריין צו זיך אין שטוב, גענומען א האנטוך איר דורך גענעצט מיט וואסער און צוזאמען געדרייעט אין צווייען, געהייסן דעם באטרעפענדער זיך אנידער לייגן אויף א לאנגער באנק און אריין געשמיסן, דערנאך האט ער געזאגט, אויפשטיין! און יענער האט געדארפט אויפשטיין, ווען יענער איז געשטאנען, האט ער איהם געפרעגט, ווייסטו וואס דאס איז געווען? דאס איז געווען א משכנתא!!
ביים טיש האט ער זיך געקענטגעבן א רוף אהן, טאנצן! און דער עולם האט זיך אויפגעשטעלט טישן און בענק און מען האט זיך גענומען טאנצן.

- אטעטשמענטס
-
- aykz.jpg (9.03 KiB) געזען 12706 מאל
ר' אהרן יחיאל האט געהאט נאך צוויי ברידערס, איינער ר' אשר אלימלך, צווייט ר' ישראל אלעזר וואס האט שפעטער עולה געווען קיין אר"י. ר' אהרן איז געווען דער עלטסטער, נאר צוליב זיין התנהגות וואס דער עולם(גולם) האט נישט פארשטאנען, האט מען געדארפט מאכן "וואלן" אויף דער קאזניצער רבנות, אין ר' אהרן האט געווינען מיט א "לענדסלייד". זיינע מתנגדים האבן פארפירט אז עס איז נישט געווען קיין יושר'דיגע וואלן, האט מען נאכאמאל פארופען וואלן אין ר' אשר אלימלך האט געווינען, ר' אהרן האט דעמאלס פארלאזט קאזניץ אין שפעטער זיך באזעצט אין אטוואצק.
ר' אהרן איז געווען א איידעם ביי ר' אברהם פנחס ספרד קיניוב-אוסטראה רבי (א אייניקל פין רב ייבי), אין וויבאלד זיין ווייב איז געווען געוואינט צי לעבן מלכות'דיג מבית אבותיה, אין ר' אהרן האט זיך געפירט פארקערט אלעס אוועקציגעבן פאר יענעם, אין געלעבט אין א כאטקע. האבן זיי זיך גע'גט נאכן זיין צוזאמען אפשר אפאר וואכן. ר' אהרן האט שוין נישט חתונה געהאט פין דעמאלס.
זיין גרושה האט שפעטער געהייראט צו ר מנחם נחום טברסקי ממאחנובקה-סקווירא וואס ליגט אין בית דוד-עלמאנט קווינס.
ר' אברהם פנחס ספרד האט שפעטער געפליכטעט קיין אמעריקא ווי ער ליגט אין וועלוואד-לאנג איילאנד.

ב"ה
איך וועל דא מיטיילען אן אינטרעסאנטע עובדא וואס איך האב געהערט פון מיין זיידע זז"ג לאיו"ש דעם חנוכה העעל"ט. היות עס איז געווען ניטל אויף דער נאכט האט ער געזאגט אז ער וועט פארציילן א מעשה וואס האט זיך מיט אים אפגעשפילט אלס בחור איין ניטל נאכט מיט רבי אהר'לע קאזניצער זצ"ל.
מיין זיידע האט געלערנט אין א ישיבה אין אטוואצק. א יעדע פרייטאג צו נאכטס פלעגן זיינע חבירים אין ישיבה גיין מיטהאלטן די אינטרעסאנטע מחזה ביים קאזניצער רבינ'ס טיש. מיין זיידע האט אבער געהאט א סדר הלימוד פרייטאג צונאכטס און ער איז קיינמאל נישט געגאנגן כאטש אפילו זיינע חבירים האבן אים געבעטן צו קומען. איין פרייטאג צו נאכטס איז געווען ניטל, און ווען זיינע חבירים האבם אים געבעטן צו קומען צום טיש איז ער מיט געגאנגן.
ווען ער האט אריין געוואקט האט ער געזעהן ווי עס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק. די עולם לויפט און טאנצט ארום, בשעת א יעדער איינער כאפט זיך אן אין זיין שכנ'ס בארד. פארשטייט זיך אז מיין זיידע האט זיך צישמייכלט און האט הנאה געהאט פון די מחזה. פלוצלינג האט די קאזניצער רבי אים באמערקט און ער רופט זיך אן, "אה, מיר האבן א נייע בחור א גאסט, לאמיר אים מקרב זיין". מיין זיידע האט געזעהן אז די רבי גייט זיך יעצט נעמען צו זיינע ביינער האט ער געהויבן פוס און אנטלאפן. די רבי האט געשריגן "לויפטס אים נאך". מיין זיידע איז געלאפן אין די גאסן ביז זיין ישיבה בשעת די קאזניצער חסידים האבן אים נאך געיאגט, אבער זיי האבן אים נישט געכאפט און ער האט זיך געלייגט שלאפן.
די נעקסטע אינדערפרי האט זיך געטון א טומל אין ישיבה איבער די נעכטיגע אינצידענט. געוויסע בחורים האבן גע'טענה'ט אז מיין זיידע דארף גיין איבער בעטן די קאזניצער רבי כדי זיין הקפדה זאל נישט שאטן. מיין זיידע האט נישט געוואוסט וואס צו טון. ער איז צוגעגאנגן צו איינער פון די ראשי ישיבה און געפרעגט צו ער זאל גיין איבער בעטן די קאזניצער רבי. האט ער אים צוריק געפרעגט, "דו גלייבסט טאקע אז די קאזניצער רבי'ס הקפדה קען דיך שאטן?" האט מיין זיידע געענטפערט אז ער גלייבט נישט. האט אים די ראשי ישיבה געזאגט אז אויב אזוי דארף ער נישט גיין איבער בעטן.
און ער האט אים דערנאך פארציילט די פאלגענדע מעשה.
עס איז געווען א איד א חסיד פון רבי מאטעלע טשערנאבלער זצ"ל וועלכער האט געהאט אן איידעם א ליובאביטשער חסיד, און זיין איידעם האט געבוירן א בן זכר. אזוי וואלט די שווער נישט געהאט קיין הוה אמינא צו בעטן זיין איידעם צו געבן סנדקאות פארן טשערנאבלער רבי, אבער עס איז אויסגעקומען אז רבי מאטעלע טשערנאבלער האט פונקט געזאלט וויילן אין יענע שטאט אין די טאג פון די ברית. די שווער האט געפילט אז אויב ער מאכט א ברית פון זיין אייניקל און זיין רבי איז אין די שטאט און ער לאדנט אים נישט איין וועט עס זיין א פגיעה אין זיין רבי. אויך האט ער געטראכט אז זיין איידעמ'ס רבי איז סייווי נישט דא, און ער האט טאקע מכבד געווען די טשערנאבלער רבי מיט סנדקאות.
די איידעם איז געווען אין א פארלעגנהייט. פון איין זייט האט ער נישט געוואלט געבן סנדקאות פאר א פרעמדע רבי, און פון די אנדערע זייט האט ער נישט געוואלט זיך קריגן מיט זיין שווער.
ביינאכט ביי די וואך נאכט זענען די איידעמ'ס חבירים אריבער געקומען, און ווי חסידים האבן זיי פארבראכט א גאנצע נאכט. מען האט געטרונקען לחיים, געזאגט חסידית, גע'חזר'ט א מאמר, און געזונגען. אין צווישן האט די איידעם פארציילט זיין דילעמא צו זיינע חבירים. פארשטייט זיך אז זיי האבן אים מסביר געווען אז ער טאר נישט לאזן א פרעמדע רבי האבן סנדקאות. און זיי האבן אים פארזיכערט אז נישט געזארגט זיי וועלן עס מסדר זיין. וכך הוה. באלד ווי עס איז געווארן טאג האט איינע פון די חבירים וועלכער איז געווען א מוהל ארויס גענומען דאס קינד פון די וויגאלע און מען האט געמאכט א ברית און קורא שם געווען און פארשטייט זיך אז מען האט נאך אמאל געטרונקען לחיים. דערנאך איז זיך די עולם צוגאנגען שלאפן.
די שווער וועקט זיך אויף און ער זעהט וואס דא טוט זיך, דאס קינד איז גע'מל'ט. ער איז געווארן זייער אנגעצויגן, וואס טוט מען דא? ווי אזוי וועט ער גיין זאגן זיין רבי און פארציילן וואס דא האט זיך אפגעטון? אבער נאך מער האט ער מורא געהאט אז זיין רבינ'ס הקפדה זאל נישט שאטן זיין איידעם. ער איז אריין צו רבי מאטעלע טשערנאבלער און ער האט אים אנגעהויבן שטייטליך צו פארציילן וואס עס האט פאסירט. די רבי ווייסט ווי די היינטיגע יונגערלייט זענען היציג וכו' וכו', און ער האט שטארק געבעטן די רבי זאל נישט האבן קיין הקפדה אויף זיין איידעם. רופט זיך אן רבי מאטעלע טשערנאבלער, "זארג דיך נישט, מיין הקפדה וועט נישט שאטן אייער איידעם, ווייל ער גלייבט סייווי נישט דערין".
.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
מיללער האט געשריבן:שיינע מעשה הרב לעווי, א דאנק אייך.
אז איך פארשטיי גוט פון ר' מיילעכ'ס תגובה, איז נישט פארהאן קיין דורות פון ר' אהרן יחיאל, ווען איז ער נסתלק געווארן? איז פארבליבען פון אים עפס חידושי תורה אדער מעשיות?
האסט גיט פארשטאנען, ער האט דאך נאר געוואוינט מיט איר עטליכע וואכן.
ער איז אוועק שנת ת"ש.
ביידעוועי כ'קויף נישט די געשיכטע אז ער איז שבת געפארן. ס'איז לכאורה נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה, אין סאיז מסתמה א פארדוקט מכוח די אלע שמועות וואס האט זיך ארום געדרייט אויף אים.
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
איז דעס דער קאזניצער וואס האט בסוף ימיו געוואוינט אין לאנדאן? (אינעם ישיבת תורת חסד בנין?)
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
עס איז כדאי צו אנמערקן פאר אלע אנ"ש דא מוקירי זכרו הקדוש פונעם צדיק הפלאי רבי אהר'לע קאזניצער זצוקללה"ה, אז אינעם סקאליע'ר גליון "נצוצי אורות" וואס גייט ארויס וועכענטליך אין ניו יארק, האבן זיי אנגעהויבן מיט אפאר וואכן צוריק צו שרייבן מעשיות און עובדות פון דעם אויבן דערמאנטען צדיק וקדוש.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן האט געשריבן:עס איז כדאי צו אנמערקן פאר אלע אנ"ש דא מוקירי זכרו הקדוש פונעם צדיק הפלאי רבי אהר'לע קאזניצער זצוקללה"ה, אז אינעם סקאליע'ר גליון "נצוצי אורות" וואס גייט ארויס וועכענטליך אין ניו יארק, האבן זיי אנגעהויבן מיט אפאר וואכן צוריק צו שרייבן מעשיות און עובדות פון דעם אויבן דערמאנטען צדיק וקדוש.
איר קענט אפשר מעתיק זיין עטליכע עובדות פון דארט?
עס איז דא א באקאנטע מעשה, ווען די קאזניצער רבי איז געקומען באזוכן די שפת אמת (אדער די אמרי אמת?) און אפאר בחורים האבן מחליט געווען צו טרייבן אביסל שפאס פון אים. זענען זיי צוגעגאנגן צו אים און געפרעגט אויב ער האט ציגארעטלעך. ער האט געענטפערט אז ער האט און ער האט ארויס גענומען און געטיילט פאר די בחורים. האבן זיי אים געפרעגט אויב ער האט פייער. האט ער געענטפערט אז ער האט פייער. ער האט ארויס גענומען א שוועבעלע און אנגעצונדן פאר אפאר בחורים. ווען ער האט אנגעצונדן פאר די דריטע בחור איז די שפת אמת אריין געקומען און איז געווארן בלאס ווי די וואנט. ער איז באלד צוגעלאפן און געזאגט, "קאזניצער רבי, שוין גענוג!". די דריי בחורים האבן נישט מוציא שנתם געווען.
.
.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
זעליג האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז הרב וואזנער שליט"א האט זיך געדרייט ביי איהם און ער האט שיינע מעשיות פון איהם אבער איך געדענק נישט יעצט, אזוי אויך ר' משה מרדכי פון לעלוב איז געוועזן ביי איהם א לענגערע תקופה און זיינע אינטרעסאנטע הנהגות האט ער גענומען פון איהם.
ווער איז ר' משה מרדכי פון לעלוב? דער לעלובער וואס איז יעצט דא אין אמעריקא צו גאסט?
מיילעך האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין לאנדאן, ער איז געווען דארט פאר א קורצע צייט, אזוי ווי ער איז געווען אין רוים, אין נאך פלעצער. אין לאנדאן האט ער געוואינט דארט ווי עס איז היינט תורת חסד, פונקטליכער=118 caznove road .
ער איז נסתלק געווארן צום גדלי' אין זשעליכאוו.
אינעם בלאג 'רבנים שנספו בשואה' ביין זיין ערך שטייט בזה"ל:
הופשטיין, Hofstein אהרן יחיאל, בן ירחמיאל משה.
האדמו"ר מקוז'ניץ, Kozienice. אזור ורשה. נולד בתרמ"ט,1889. לפי אלה אזכרה בתרנ"ב,1892. בתרס"ח,1908, נתמנה לאדמו"ר. מתר"ץ, 1930, גר באוטבוצק, Otwock, שעל יד ורשה. שם היה ביתו מרכז לעניים ולחולים, והדבר עורר תרעומת בקרב חסידיו הוותיקים. בזמן המלחמה עבר לוורשה. גם שם המשיך לדאוג למזון בשביל היהודים הנצרכים, ולא אחת סיכן את חייו לשם כך. לפי אחת הגרסאות עבר מוורשה לז'ליחוב,Żelechów, שבגליציה המזרחית, ושם נפטר בערב יום הכיפורים תש"ג. לפי ספר קאָזשעניץ נפטר בגטו ורשה. אחיו ישראל אלעזר היה ממייסדי כפר חסידים.
מקורות: ספר זכרון אוטבוצק-קארצ'ב, עמ 170-169; אדמו"רים, עמ 29-27; אלפסי, עמ 103-102; החסידות מדור לדור, א, עמ 214; אלה אזכרה, ג, עמ 81-78; ספר קאָזשעניץ, עמ 122; אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות, א, עמ קצ-קצא
אלענספאל, זעהט זיין זמן ומקום פטירה אויס צו זיין אביסל פארנעפלט, איך זעה דארט אז זיין ברודער ר' ישראל אלעזר איז יא געראטעוועט געווארן ביים קריג ווי ער האט מייסד געווען 'כפר חסידים'.
ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ברודער, און איבער דעם כפר חסידים?
יאסל האט געשריבן:די מעשה רב לעווי איז געווען ביים אמרי אמת, ס'קען ניטאמאל שטימען מיט די יארן ביים שפת אמת.
אגב אינעם לעצטען באנד פונעם שיח זקינים האט ער א היבש ביסל מעשיות פון ר' אהרע'לע, ער האט געטראפן עימיצער מרגליות וואס האט זיך היבש געדרייט ביינעם אין יענער גיט איבער שיינע סיפורים.
ר' שמואל מרגליות לעבט נאך און ער וואוינט אין בארא פארק זיין זוהן איז ר' מאטל מרגליות פון שערי יושר, ר' שמואל איז געווען אינדערהיים א קאזניצער חסיד,
-
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm
מכון זכר נפתלי האט ארוי געגעבן דעם 'המופלא בדורו' פאר 20 יאר צוריק און דארט איז פארשריבן סיינע תולדות סיפורים א שיינע ליקוט, יעצט איז נתוסף געווארן די עובדות פון גליון ניצוצי אורות..
פון זיין ברודער וואס האט עולה געווען קיין ארץ ישראל זענען געבליבן דורות, ווי אויך דער היינטיגער קאז'ניץ'ער רבי פון ארץ ישראל

תכלית הידיעה אשר לא נדע