רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל - ה' תשרי תש"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בכל פרטיה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

שאץ מאץ האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין לאנדאן, ער איז געווען דארט פאר א קורצע צייט, אזוי ווי ער איז געווען אין רוים, אין נאך פלעצער. אין לאנדאן האט ער געוואינט דארט ווי עס איז היינט תורת חסד, פונקטליכער=118 caznove road .
.

איבער זיין וויילן אין לאנדאן ווערט פארציילט אז ער איז אמאל ארויס אויף די גאס (צו זיין פונקטליך איז דאס געוועהן מענאר ראד) און אפגעשטעלט א שטאטישע באס (אפשר א צוויי שטאקיגע?...) און אראפ געשלעפט א מענטש פון דארט און אהיים געפירט קיין פוילן.

וואו זאגען אונז חז"ל המתחיל במצוה אומרים לו גמור,וועלן מיר פארציילן די מעשה בכל פרטיה ודקדוקיה.

כידוע האט הרה"ק רבי אהרלה געמאכט אסאך בעלי תשובה, אויב האט ער געשפירט אז איינער וויל אראפגיין פונעם אידישען וועג האט ער זיך געפארעט מיט יענעם,און אים געהאלטן אויפן דרך הישר.

איינמאל האט איינער פון די חברה מחליט געווען ער האט שוין מער נישט קיין כח און געדולד צום רבי'ן, האט ער געפאקט פעקלעך און אנטלויפן,און קיינער האט נישט געוואוסט וואו ער איז,יענער איז אנטלויפן קיין לאנדאן הבירה,טראכטענדיג ביי זיך, אז דא אין לאנדאן איז ער פראנק און פריי,נישט אינטער די רבי'ס הענט,און קען טוהן וואס די הארץ גליסט אים.

אבער ער האט געהאט א'פאלשע האפענונג,און א'שיינעם טאג ווען ער איז געזעצען אויפן באס איז דער רבי בכבודו ובעצמו אים אנטקעגען געקומען,און דער רבי האט אוסגעשפרייט זיין הענט,און אפגעהאלטן די באס פון צו פארען ווייטער,און די מנהיג האט אפגעשטעלט די באס,און די רבי איז ארויף אויפן צווייטע שטאק פונעם באס,און ער איז תיכף צו געגאנגען צו יענעם איד,און ער האט אים אנגעכאפט זיין האנט,זאגענדיג "דו קומסט מיט מיר צוריק",וכך הוה און ער איז צוריק געקומען מיטן רבי קיין פוילין.

(מפי הרה"ג רבי יוסף יונה ווייסבלום שליט"א אבדק"ק "ישועות דוד שעדליץ" וואס האט עס געהערט פון א'איש מהימן,און דער מספר האט צוגעלייגט אז די מעשה איז בשעתו נתפרסם געווארן אין די לאנדאן'ער צייטונגען).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מעשה נורא פון קאזניצער רבי זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הגה"צ רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל גאב"ד ור"מ חוג חתם סופר בני ברק,האט אמאל געזאגט בזה הלשון,א'איש אלוקים קדוש איז געווען הרה"ק רבי אהר'לע פון קאזניץ זיע"א,וואס האט נישט געוואלט פירן ראביסטעווע,און די וואס זענען געקומען זיך צו ווייקן ביי אים,האט ער זיי געמאכט אנטלויפן פון אים,אבער רבים השיב מעון,און די האט ער זייער מקרב געווען,צוזאמען מיט אסאך פארביטערטע און צוקלאפטע הערצער,וואס האבן זיך שטענדיג געדרייט ביי אים.
זיין הנהגה איז געווען זייער וואונדערליך,און ביי די אויגן פון אסאך מענטשן איז דאס געווען פרעמד און נישט פארשטענדליך,אבער די גדולי עולם האבן זייער שטארק געווארענט זייערע מענטשן,אכטונג צו געבן אויף זיין כבוד,און זיין געווארענט בגחלתו,און וויסן אז אלעס וואס ער טוהט איז הייליג.

האט מיר ר' יעקב אייזען ז"ל פון די איינוואינער אין דיר יאסין (היינט צוטאג איז דאס גבעת שאול ב' געגענט ,אנהייב ירושלים) פארציילט,אז ער האט זיך געדרייט און געווען פון די שטוב מענטשן פונעם קאזניצער רבי זיע"א,און ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר אסאך יארן ל"ע,און געדארפט א'ישועה,איז ער געקומען פאר זיין הייליגע רבי הרה"ק רבי אהר'לע פון קאזשניץ,און אים געבעטן א'ברכה צו געהאלפן ווערן בדבר ישועה,אבער רבי אהר'לע האט אים אפגעשטופט זאגענדיג ס'איז נאך נישט געקומען די שעת רחמים ועת רצון,און יעצט גיי דיך,און ווען ס'וועט קומען די צייט וועל איך דיר רופען.

רבי אהר'לע פלעגט וואנדערן פון פלאץ צו פלאץ,און ער האט אויפגעזוכט זינדיגע מענטשן זיי מחזיר בתשובה זיין,אמאל ווען ר' יעקב ז"ל איז געפארן קיין אטוואצק צו זיין רבי'ן,האט ער גטראפען רבי אהר'לע זיע"א זיצן אליין אויף א'באנק אין וואלד,האט אים די רבי צו גערופן און אים געזאגט,"יעצט קענסטו בעטן פון מיר וואס די ווילסט,ווייל ס'איז געקומען די צייט,און א'עת רצון,גיי שרייב דיך אויף א'קוויטל אלץ וואס די ווילסט,און גיב מיך עס,און איך וועל דיר אנוואונטשן ,האט ר' יעקב געזאגט"ווי אזוי גיי איך שרייבן א'קוויטל?,איך האב דאך נישט קיין פאפיר און נישט א'פעדער? מיר זענען דאך ווייט אוועק פון א'ישוב?,האט אים די רבי גענטפערט גיי און זיך אויף אין וואלד עפעס א'שטיקעל פאפיר און שרייב דיך אויף וואס די ווילסט,איז ר' יעקב געגאנגען זיכן א'שטיקל פאפיר,און נאך מיה און שווערעקייטן האט ער געטראפן א'גרויס שטיקל שמוציגער פאפיר וואס די ווינט האט עס אוועק געבלאזען,און ס'האט זיך געוואלגערט אין די בלאטע פון די וואלד.

האט אים די רבי געזאגט נעם די פאפיר ווייל דאס איז אויך כשר צו שרייבן,האט ר'יענקל געפרעגט איך האב דאך נישט קיין פעדער מיט וואס צו שרייבן?,האט אים די רבי גענטפערט,נעם א'ביסל פון די זאמד,מאך עס נאס מיט וואסער,און ס'וועט ווערן בלאטע,און די זאלסט נעמען א'שטיקל שפענדל פון די בוים,וועסטו האבען א'פעדער מיט טינט,האט ר' יענקל געטוהן וואס די רבי האט אים געהייסן,און אנגעשריבן זיין בקשה,און ער האט דערלאנגט די קוויטל צום רבי'ן,און די רבי האט אריינגעקוקט אין די קוויטל.

פלוצלינג האט ער זיך אויפגעשטעלט פונעם באנק וואס ער איז געזעצן דערויף,און צו געגאנגען צו איינער פון די ביימער פון די וואלד,און אפגעריסן א'גרויסע צווייג,און אנגעהויבן צו שלאגן דעם בוים מיט די צווייג,און געשריגן אויף פויליש" עפען די טיר,עפען די טיר",און אזוי האט ער געשריגן אפאר מאל,און שפעטער האט ער גענומען די צווייג און געשלאגען ר' יענקל שרעקליכע מכות, ביז ס'האט געגאסען בלוט פון אים,צום ענדע האט די רבי געזאגט,יאך האב גע'פועל'ט פאר דיך א'בן זכר ,אבער איך ווייס נישט צו די וועסט שעפען נחת פון אים.

נאך די מעשה איז צו ר' יענקל געבוירן א'בן זכר,אבער ער איז ליידער אומגעקומען ביי די צווייטע וועלטס קריג הי"ד,יארען שפעטער האט ר' יענקל געהאט נאך צווי זון,און ער האט אויפגעצויגן א'הערליכע משפחה.
(ספר "רשומים בשמך" עמוד שעח-שעט פון הגה"צ הרב אונגאר זצ"ל).
Arthur
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Arthur »

ווי איז זיין קבר ?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מקור מדיוק,יום ושנת לידתו ופטירתו של הרה"ק רבי אהר'לע זיע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:.
ער איז נסתלק געווארן צום גדלי' אין זשעליכאוו.


אינעם בלאג 'רבנים שנספו בשואה' ביין זיין ערך שטייט בזה"ל:
הופשטיין, Hofstein אהרן יחיאל, בן ירחמיאל משה.

האדמו"ר מקוז'ניץ, Kozienice. אזור ורשה. נולד בתרמ"ט,1889. לפי אלה אזכרה בתרנ"ב,1892. בתרס"ח,1908, נתמנה לאדמו"ר. מתר"ץ, 1930, גר באוטבוצק, Otwock, שעל יד ורשה. שם היה ביתו מרכז לעניים ולחולים, והדבר עורר תרעומת בקרב חסידיו הוותיקים. בזמן המלחמה עבר לוורשה. גם שם המשיך לדאוג למזון בשביל היהודים הנצרכים, ולא אחת סיכן את חייו לשם כך. לפי אחת הגרסאות עבר מוורשה לז'ליחוב,Żelechów, שבגליציה המזרחית, ושם נפטר בערב יום הכיפורים תש"ג. לפי ספר קאָזשעניץ נפטר בגטו ורשה.

מקורות: ספר זכרון אוטבוצק-קארצ'ב, עמ 170-169; אדמו"רים, עמ 29-27; אלפסי, עמ 103-102; החסידות מדור לדור, א, עמ 214; אלה אזכרה, ג, עמ 81-78; ספר קאָזשעניץ, עמ 122; אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות, א, עמ קצ-קצא


אלענפאלס, זעהט זיין זמן ומקום פטירה אויס צו זיין אביסל פארנעפלט, ?

היות ס'איז נישט קלאר, און ס'איז דא כמה נוסחאות אויפן טאג אינעם יאר ווען ער איז געבוירן, או די טאג פון די הסתלקות,און וואו ער איז באגראבען געווארען, וועל איך צו ברענגן קלארע באווייזונגען אויף די אלע זאכן על ראשון ראשון,ועל אחרון אחרון,בעזר שמו יתברך ויתעלה.

מ'האט לעצטענס געטראפן די געבורטס סערטיפיקאט ( תעודת תאריך לידה) פונעם רבי'ן אין די פוילשע ארכיוו,וועל איך ציטירן פון דארט, איבערגעזצט פון פויליש אויף אידיש,וזה לשונו,

געשריבן געווארן אין קאזניטץ,אין די 12|\14 טאג אין די חודש נאוועמבער יארע 1890, [=דאס קומט אויס אין די אידישע דאטום,ערב שבת קודש תולדות,ב' כסליו ,שנת תרנ"א]אינמיטן טאג,און אויף דעם האבן עדות געזאגט,די צוויי געשטעלטע דערויף,לעזר שפיגעל,וואס איז פופצויג יאר אלט,שלמה ראזענפעלד וואס איז איין און זיבעציג יאר אלט,

ירחמיאל משה האפשטיין (הרה"ק מקאזניץ זיע"א) דריי און דרייסיג יאר אלט,איינוואינער פון שטאט גראדזשינסק,און זיין פרוי לויטן געזעץ,ברכה (איר פאמיליע נאמען איז טווערסקי) צוויי און דרייסיג יאר אלט.
איז זיי געבוירן געווארען א' זון א'זכר אין די טאג,24 אין אוקטובר,און די 5 אין נאוועמבער ,זיבן א'זייגער צופרי [=מיטוואך פרשת חיי שרה, כ"ב חשון],און ביים ברית האט מען אים א'נאמען געגעבן,אהרן יחיאל.

ווי סאיז באוואוסט האבן די קריסטן צוויי סארטן יאר קאלאנדערס ,די נייע מיט די אלטע,און זייי האבען אויף די געבורטס סערטיפיקאט גענוצט ביידע.

איז מען פון די געבורטס סערטיפיקאט געוואויר געווארן אפאר זאכן ,אז הרה"ק רבי אהרלע זיע"א איז געבוירן געווארן מיטוואך חיי שרה ,כ"ב חשוון תרנ"א זיבן א'זייגער צופרי,(און נישט ווי ס'שטייט אנגעצייכענט אין אנדערע פלעצער).

און הרה"ק רבי ירחימאל משה פון קאזניץ זיע"א (טאטע פון רבי אהר'לע זיע"א) איז געבוירען אין די צענטע טאג אין אלול,און יאר תר"ך,און זיי רעבעצין הצדקת מרת ברכה צפורה גיטל בת הרה"ק רבי מאטל טווערסקי זצוק"ל פון לויעוו טשערנאביל,איז געווען בלויז איין יאר אינגער פון אים.

און רבי ירחימאל משה האט חתונה געהאט און יאר תרל"ד (אזוי ווערט אנגעצייכענט דארט)ביי די דרייצען יאר אלט, איז זיין רעבעצן איז אלט געווען בלויז צוועלף יאר, און זיי האבען געהאט זייערע עלטסטע זון רבי אהר'לע זיע"א אין יאר תרנ"א,דאס מיינט כמעט אכצן יאר נאך די חתונה.

קומט אויס אז בשעת זיין טאטע איז נסתלק געווארען, איז רבי אהר'לע זיע"א אינגאנצען אלט געווען א'אכצן יעריגע בחור,און סוף ווינטער תר"ע פאר ער איז אלט געווארען צוואנציג יאר האט ער חתונה געהאט.

און וועגן מקום ושנת פטירתו ,וקבורתו איז אזוי.

פארציילט הרה"ח ר' שמואל חנוך מרגליות ז"ל א'קאזניצער חסיד פון דערהיים, אוועק ב' כסליו תש"ע,און ליגט אין שיכון סקווירא ,אז בשעת די הסתלקות פונעם רבי'ן,זענען מיר געווען דריי בחורים,מיט איין אינגערמאן,ר'שלמה סיני,מנשה ,מיט לייבל מנשה'ס,און איך, וואס זענען געקומען צום רבי'ן פון ראדום קיין זשעליכאוו.

פאר ראש השנה תש"ב איז אנגעקומען קיין ראדום א'טעלעגראמא [ווייל די בעלי בתים פון ראדום זענען געווען רייך און נגידים] אז די רבי איז אין א'סכנה,און ער איז זייער קראנק,און מ'דארף האבען אסאך געלט,און ער געפינט זיך אין זעשליכאוו,און אונז אלע פיר כנ"ל האבן צאם געקליבן געלט פארן רבי'ן,און מיר זענען געפארן מיטן באן ,און די דייטש'ן ימ"ש האבן שוין געזוכט איד'ן אויף די באן,און מ'האט זיך געדארפט פארשטעלן פאר זיי.

און די רבי האט מען געברענגט פון ווארשא קיין זשעליכאוו,ווייל אין זשעליכאוו זענען די יודענראט ,געווען פון די רביס חסידים,[איינער פון זיי מיט די נאמען דוד קעסלבריינער],און דארט האט מען געלייגט דעם רבי'ן אין א'בוידעם מיט צוויי צימערן מיט זיין מנין,און די יודענראט האבן אים געהיטן.

אין זשעליכאוו איז נישט געווען א'באן-סטאנציא,נאר אין די נעבעדיגן שטאט גארוועלין ,און פון דארט קיין זשעליכאוו איז געווען ארום זיביצן אכצן קילומעטער,און מ'האט געווארענט דעם עולם אז מ'זאל נישט אריין גיין אין שטאט מיט די באן סטאנציא,ווייל די פוילישע פאליציי וועלן זיי אויס הארגענען,האט מען געדארפט גיין דורך די וואלד,און אזוי איז מען אנגעקומען צום רבי'ן קיין זשעליכאוו,ערב ראש השנה צופרי.

ווען מ'איז אנגעקומען ,איז שוין די רבי געליגן שטארק קראנק מיט א' קאלטע טיפוס לא עלינו,און מ'האט נישט געוואוסט אויב די רבי איז ביי די הכרה אדער נישט,ווייל ער האט גארנישט גערעדט,און נישט ראגירט אויב ער פארשטייט עפעס,אבער ווען מ'איז געקומען שלום נעמען פון אים,און אים אויסגעשטרעקט די האנט,האט ער זיך פלוצלינג אוועק געזעצט אויפן בעט,און ס'האט זיך אנדערקענט אז ער איז ביים פול'ן זינען,און מ'האט געמאכט א'מנין נעבן זיין צימער,און ביי שופר בלאזען ,האט ער געציטערט און זיך ארויפגעזעצט אויף זיין בעט.

אזוי איז דורך ביידע טעג ראש השנה,און צומארגענס,צום גדלי' צופרי,האט מען גערופן א' דאקטאר א'ספעציעליסט,און ער האט אים געגעבן א'דעפיציון (אינפוזיא),און די דאקטאר האט געוואלט איבער טוישן די בעט געוואנט וואס די רבי איז געלעגן דערויף,און אלע בחורים זענען אנטלויפן ,ווייל זיי האבען מורא געהאט אז זיי זאלען זיך נישט אנשטעקן פון די טיפוס וואס די רבי האט געהאט לא עלינו, אבער איך האב פון גארנישט געציטערט,איך האב אנגעכאפט דעם רבי'ן אינטער זיין ארעם,און איך האב ארויף געלייגט זיין הייליגע גוף אויף מיר, ביז ווען די דאקטאר האט אלעס געענדיגט צו טוהן,אויף צומארגן'ס נאכט [דאנערשטאג נאכט פרשת וילך] בין איך געשטאנען נעבן זיי בעט,און 9:30 איז זיין הייליגע נשמה ארויס פון אים בקדושה וטהרה.

און איך בין געווען פון די וואס האבן זיך געפארעט מיט די טהרה פארן רבי'ס הייליגע גוף,און איך האב אים אויך אנגעטוהן די תכריכים,ווייל נאר פאר זיינע בחורים, האט מען דאס געלאזט טוהן,

און וויבאלד די יודנראט דארטן זענען געווען דעם רבי'ס חסידים,און זיי האבן געהאט א'נאנטשאפט מיט די פוילישע פאליציי ,האט מען זיי געגעבן א'ערלויבענישט,און מ'איז זיך צוזאם געקומען פון אלע שטעט ארום און ארום,מ'האט געמאכט א' גרויסע חשובע לווי' ,און ס'האבען זיך באטייליגט צענדליגע טויזענטער מענטשן.

און מ'האט באהאלטן די היליגע ארון,נעבען די קבר פון הרה"ק רבי אהרן הכהן פון זשעליכאוו זיע"א בעל מחבר ספר "אור הגנוז", [תלמיד פונעם רבי'ן רבי אלימלך זיע"א].

קומט אויס אז די רבי איז נסתלק געווארען ,ביי די איין און פופציג יאר,אין ד' תשרי תש"ב .ומנוחתו כבוד בעיר זשעליכאוו.

[גענומען פון כתבי הרה"ח ר' אברהם אפרים גאטהייל שיחי' וואס אביו ר' שלמה זלמן ז"ל פון לאדזש איז געווען מ'חסידי קאזניץ,און האלט בעז"ה אינמיטן ארויסגעבען א'ספר, תולדות מיט מעשיות און תורות פון הרה"ק רבי אהר'לע זיע"א ותשוח"ח לו. ].
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:25 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

מען קען זיך נישט פארלאזען אויף געבורט סערטיפיקאט אויף הונדערט פראצענט.
איך האב שוין געטראפען גרויסע סתירות פון דאטומען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יאפין האט געשריבן:מען קען זיך נישט פארלאזען אויף געבורט סערטיפיקאט אויף הונדערט פראצענט.
איך האב שוין געטראפען גרויסע סתירות פון דאטומען.

די פוילישע רעגירונג האט נישט פונקטליך אנגעצייכענט די אינפארמאציע?
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

מען האט נישט אריין געגעבען די פונקטליכע אינפארמאציע משום מורא מלכות....

בערך קען מען זיך פארלאזען אויף דעם.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יאפין האט געשריבן:מען קען זיך נישט פארלאזען אויף געבורט סערטיפיקאט אויף הונדערט פראצענט.
איך האב שוין געטראפען גרויסע סתירות פון דאטומען.

על כל פנים יום ושנת הסתלקותו,ומקום מנוחתו ,ווייסט מען זיכער פונקטליך פון א'כלי ראשון.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יאפין האט געשריבן:מען האט נישט אריין געגעבען די פונקטליכע אינפארמאציע משום מורא מלכות....

בערך קען מען זיך פארלאזען אויף דעם.


וואס איז שייך מורא מלכות אז מ'געט אריין אז דער איז געבוירן דעמאלטס און דעמאלסט. וועסטו וועלן זאגן וועגן דינען אין מיליטער, נו? אויב אזוי, זאל מען בכלל נישט אריינגעבן. וואס האט מען געדארפט בכלל אריינגעבן?
Arthur
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Arthur »

האט איינער א בילד פין זיין מצבה ?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תורה אויפן פסוק "ויצא יעקב מבאר שבע",בדרך פרד"ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק רבי אהרלע זיע"א האט אמאל געזאגט תורה אופן פסוק "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה",על דרך פרד"ס [פשט,רמז, דרוש, סוד].

בדרך פשט,"ויצא יעקב,יעקב איז ארויסגעגאנגען,מבאר שבע,פון די שטאט באר שבע,וילך און ער איז געגאנגן,חרנה,קיין חרן.

בדרך רמז,האט ער געזאגט,ויצא יעקב וגו',און ער האט געווינקן מיט די פינגער,אהער און אהין.

בדרך דרוש,ויצא יעקב,און ער האט געדרייט מיט די גראבע פינגער זיינע ,אזוי ווי די לומדים טוהן,ווען זיי זענען מסביר א'טיפע פשט אין א'פילפול,און געזאגט,"ויצא יעקב מבאר שבע",דארף מען צו וויסן וואו איז ער געגאנגן,קען מען מיישב זיין , אז ס'שטייט אין פסוק,וילך חרנה,ער איז געגאנגן קיין חרן.

בדרך סוד,האט די רבי געלייגט זיין פינגער אויף זיין מויל,אזוי ווי מ'טוהט ,ווען מ'וויל יענער זאל נישט רעדן הויעך,און געזאגט די גאנצע פסוק שטיהל.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

גערער רבי זצ"ל שיקט צום קאזניצער רבי זצ"ל פאר א'ישועה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט א'חשובער תלמיד חכם פון ירושלים,אמאל האט מען גערופן א'גערער חסיד זיך צו שטעלן צום פוליש'ער מיליטער,און וויבאלד ער איז געווען א'גבור ,און געהאט א'גזונטען גוף,איז ער אריין צו זיין רבי'ן הרה"ק רבי אברהם מרדכי זצוק"ל פון גער,האט אים גערער רבי געשיקט צו הרה"ק רבי אהרל'ע פון קאזניץ זיע"א,זאגענדיג אז דארט וועסטו האבן דיין ישועה.

ווען ער איז אנגעקומען צום קאזניצער רבי'ס שוהל,האט ער געזעהן אז די רבי איז ארום גענומען מיט נישט קיין חסידישע בחורים,ער האט עס אנגעקוקט א'ביסל ביליג,אבער ער האט צו געהערט זיין רבי'ס רייד,ער איז צוגעגאנגן צום קאזניצער רבי,זאגענדיג אז מהאט אים גערופן זיך שטעלן צו מיליטער,און זיין רבי פון גער האט אים געשיקט צו אים,און ער דארף א'ישועה.

האט אים די רבי אנגעשריגן,די שווארצע ציג,נעם די בעזים און גיי אין מקוה,פלוצלינג האט די רבי אויסגערופן פאר די גאנצע חברייא,און געזאגט,נו,זאלן מיר אלע גיין צום מקוה,זענען זיי אלע צוזאמען מיט די גערער חסיד געגאנגען צום מקוה,ווען זיי זענען דארט אנגעקומען,האט די קאזניצער רבי געהייסן די גערער חסיד זאל אויסטוהן זיינע אלע קליידער,און אריין גיין אין די מקוה,און אזוי האט ער געטוהן.

ווען ער איז געווען אין מקוה האט די רבי אנגעהויבן צו שרייען "ער שטונקט, ער שטונקט",און די רבי האט געווינקן די גאנצע עולם צו פארלאזן די מקוה,זענען זיך אלע צו לאפען פון דארט,און מ'האט איבער געלאזט די גערער חסיד דארט אין מקוה,און ער האט געגלייבט אין זיין רבי'ן וואס האט אים געהייסן גיין צום קאזניצער רבי ,און ביי אים וועט ער האבן זיין ישועה.

און ער האט זיך געשטעלט צום מיליטער,אבער וואו ער ער איז נאר אנגעקומען דארטן,האבען די גענעראל'ן אנגעהויבן צו זאגען,ס'שטונקט געפערליך פון דעם זשיד,און מ'האט אים פארשיקט פון דארט,זאגענדיג אז ער דארף מער נישט דינען אין די מיליטער,און ער איז באלד געהאלפן געווארן.

(קובץ "שבט מישראל", ב'שם רבי קלמן האלברשטאם שליט"א זון פון צאנז גריבוב'ער רבי שליט"א).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

נישטא קיין מציבה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

Arthur האט געשריבן:האט איינער א בילד פין זיין מצבה ?

היות רבי אהרל'ע זיע"א איז אוועק אין געטא,אינמיטן די מלחמה,האט מען נאר געלייגט א'מצבה פון האלץ.

פארשטייט זיך אז די בית החיים אין זשעליחאוו איז חרוב ונחרב,אבער בערך מיט פיר חדשים צוריק,האט ר'דוד זינגער שיחי'(די בעל הבית פון די געווזענע focus געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק)וואס ארגענעזירט נסיעות צו קברי צדיקים אין אייראפע,מיט די בנש"ק ר' מאיר נתן האפשטיין שיחי'(אליינס בן אחר בן צום קאזניצער מגיד זיע"א) געמאכט א'גדר ארום די בית החיים,און זיי האלטן אינמיטן זוכען מקום קבורתו.

בדרך אגב זאגט מיר ר' דוד אז ער האט געטראפען דארט אין זשעליכאוו די מציבה פונעם יוד הקדוש'ס רעבעצין הרבנית שיינדל פריידא ,און פון איר שנור,הרבנית לייצא אשת הרה"ק רבי יהושע אשר פון פאריסאוו זצוק"ל, בן היהודי הקדוש פון פארשיסחא זיע"א.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

די וואך, פ' בהעלותך תשע''ה, איז פארהאן א שמועס אינעם 'בחצר הקודש' - סקווירא, וועגן הרה''ק המופלא ר' אהר'לע קאזניצער זיעועכ''י
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מיילעך האט געשריבן:ער האט נישט געוואינט אין לאנדאן, ער איז געווען דארט פאר א קורצע צייט, אזוי ווי ער איז געווען אין רוים, אין נאך פלעצער. אין לאנדאן האט ער געוואינט דארט ווי עס איז היינט תורת חסד, פונקטליכער=118 caznove road .
ער איז נסתלק געווארן צום גדלי' אין זשעליכאוו.

ניין, ער איז איינגעשטאנען אינעם שטוב פון זיינס א קרוב, הרה''ח ר' מאיר נתן האפשטיין ז''ל, אויף 1 פערהאלד ראוד, אוואו עס געפונט זיך היינט דער טאהשער שטיבל.
אויך דארט, אינעם שטוב פון ר' מאיר נתן איז געווען מאדנע זאכן.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

קרעמער האט געשריבן:יישר כח לעווי (די ערשטע האלב מעשה איז אינטערסאנטער, אז דיין זיידע האט פלייסיג געלערנט!)

איך האלט ס'איז א גרעסערע פחיתת הכבוד, צו שרייבן אזא מעשה, אז מ'דארף נישט איבערבעטן א צדיק, און בכלל איז די מעשה פון ר' אהר'לע וואס דו פארציילסט = אויך די סיפור פונעם הייליגן טשערנאבליר מגיד נ''ע נישט באקאנט, ס'פעלט א אויטענטישע מקור.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:הגה"צ רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל גאב"ד ור"מ חוג חתם סופר בני ברק,האט אמאל געזאגט בזה הלשון,א'איש אלוקים קדוש איז געווען הרה"ק רבי אהר'לע פון קאזניץ זיע"א,וואס האט נישט געוואלט פירן ראביסטעווע,און די וואס זענען געקומען זיך צו ווייקן ביי אים,האט ער זיי געמאכט אנטלויפן פון אים,אבער רבים השיב מעון,און די האט ער זייער מקרב געווען,צוזאמען מיט אסאך פארביטערטע און צוקלאפטע הערצער,וואס האבן זיך שטענדיג געדרייט ביי אים.
זיין הנהגה איז געווען זייער וואונדערליך,און ביי די אויגן פון אסאך מענטשן איז דאס געווען פרעמד און נישט פארשטענדליך,אבער די גדולי עולם האבן זייער שטארק געווארענט זייערע מענטשן,אכטונג צו געבן אויף זיין כבוד,און זיין געווארענט בגחלתו,און וויסן אז אלעס וואס ער טוהט איז הייליג.

האט מיר ר' יעקב אייזען ז"ל פון די איינוואינער אין דיר יאסין (היינט צוטאג איז דאס גבעת שאול ב' געגענט ,אנהייב ירושלים) פארציילט,אז ער האט זיך געדרייט און געווען פון די שטוב מענטשן פונעם קאזניצער רבי זיע"א,און ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר אסאך יארן ל"ע,און געדארפט א'ישועה,איז ער געקומען פאר זיין הייליגע רבי הרה"ק רבי אהר'לע פון קאזשניץ,און אים געבעטן א'ברכה צו געהאלפן ווערן בדבר ישועה,אבער רבי אהר'לע האט אים אפגעשטופט זאגענדיג ס'איז נאך נישט געקומען די שעת רחמים ועת רצון,און יעצט גיי דיך,און ווען ס'וועט קומען די צייט וועל איך דיר רופען.

רבי אהר'לע פלעגט וואנדערן פון פלאץ צו פלאץ,און ער האט אויפגעזוכט זינדיגע מענטשן זיי מחזיר בתשובה זיין,אמאל ווען ר' יעקב ז"ל איז געפארן קיין אטוואצק צו זיין רבי'ן,האט ער גטראפען רבי אהר'לע זיע"א זיצן אליין אויף א'באנק אין וואלד,האט אים די רבי צו גערופן און אים געזאגט,"יעצט קענסטו בעטן פון מיר וואס די ווילסט,ווייל ס'איז געקומען די צייט,און א'עת רצון,גיי שרייב דיך אויף א'קוויטל אלץ וואס די ווילסט,און גיב מיך עס,און איך וועל דיר אנוואונטשן ,האט ר' יעקב געזאגט"ווי אזוי גיי איך שרייבן א'קוויטל?,איך האב דאך נישט קיין פאפיר און נישט א'פעדער? מיר זענען דאך ווייט אוועק פון א'ישוב?,האט אים די רבי גענטפערט גיי און זיך אויף אין וואלד עפעס א'שטיקעל פאפיר און שרייב דיך אויף וואס די ווילסט,איז ר' יעקב געגאנגען זיכן א'שטיקל פאפיר,און נאך מיה און שווערעקייטן האט ער געטראפן א'גרויס שטיקל שמוציגער פאפיר וואס די ווינט האט עס אוועק געבלאזען,און ס'האט זיך געוואלגערט אין די בלאטע פון די וואלד.

האט אים די רבי געזאגט נעם די פאפיר ווייל דאס איז אויך כשר צו שרייבן,האט ר'יענקל געפרעגט איך האב דאך נישט קיין פעדער מיט וואס צו שרייבן?,האט אים די רבי גענטפערט,נעם א'ביסל פון די זאמד,מאך עס נאס מיט וואסער,און ס'וועט ווערן בלאטע,און די זאלסט נעמען א'שטיקל שפענדל פון די בוים,וועסטו האבען א'פעדער מיט טינט,האט ר' יענקל געטוהן וואס די רבי האט אים געהייסן,און אנגעשריבן זיין בקשה,און ער האט דערלאנגט די קוויטל צום רבי'ן,און די רבי האט אריינגעקוקט אין די קוויטל.

פלוצלינג האט ער זיך אויפגעשטעלט פונעם באנק וואס ער איז געזעצן דערויף,און צו געגאנגען צו איינער פון די ביימער פון די וואלד,און אפגעריסן א'גרויסע צווייג,און אנגעהויבן צו שלאגן דעם בוים מיט די צווייג,און געשריגן אויף פויליש" עפען די טיר,עפען די טיר",און אזוי האט ער געשריגן אפאר מאל,און שפעטער האט ער גענומען די צווייג און געשלאגען ר' יענקל שרעקליכע מכות, ביז ס'האט געגאסען בלוט פון אים,צום ענדע האט די רבי געזאגט,יאך האב גע'פועל'ט פאר דיך א'בן זכר ,אבער איך ווייס נישט צו די וועסט שעפען נחת פון אים.

נאך די מעשה איז צו ר' יענקל געבוירן א'בן זכר,אבער ער איז ליידער אומגעקומען ביי די צווייטע וועלטס קריג הי"ד,יארען שפעטער האט ר' יענקל געהאט נאך צווי זון,און ער האט אויפגעצויגן א'הערליכע משפחה.
(ספר "רשומים בשמך" עמוד שעח-שעט פון הגה"צ הרב אונגאר זצ"ל).

כ'געדענק אז כ'האב געליינט אין איינע פון די צייטונגען אין ארץ ישראל, אדער משפחה אדער המודיע אדער שעה טובה, אין די ס' יארן.
אז ס'איז דעמאלטס אוועק א יוד וואס איז געבוירן בזכותו פונעם הייליגן צדיק דער קאזניצער זי''ע, און די מעשה בקיצור נמרץ איז אזוי געשטאנען.
אז אמאל איז געקומען דער צדיק צו יענעמ'ס פאטער אין שטוב, און אז ער האט נישט געהאט קיין קינדער האט ער געמוטשעט דעם רבי'ן זאל עהם פועל'ן קינדער.
דער צדיק האט עהם געבעטן ער זאל עהם צייגן ווי עס איז זיין מאגאזין ווי ער האלט די עסן פארן ווינטער, דארט איז געווען א קאמער אנגעפוהלט מיט עפל.
דער צדיק ר' אהר'לע האט געכאפט דריי עפל, און עס ארויסגעווארפן אויפן הויפט וועג, און געשריגן איינס און צוויי און דריי...
דער יוד האט געהאט דריי קינדערלעך חיים וקיימים, און דער נפטר וואס האט עס פארציילט איז געווען איינע פון די דריי, וואס דער המודיע אדער משפחה האט באשריבן אין די צייטונג פאפיר - לפי זכרוני.
ווער ס'האט נערווען עס נאכזוכן, 'וועט עס טרעפן'..
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

לערנען תורה נישט לשמה שטניקט מען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הגאון ר' אשר קאצמאן ז"ל ר"מ בישיבת תורה ודעת,אז ער האט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן ענדע זומער תרצ"ג ווען די רבי האט געוואוינט אין אטוואצק,לערנעדיג ביי רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד אין בראנאוויטש, און איך בין געפארן זיך אפרוען ביי מיין פעטער רבי אברהם קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקא וואס האט דארט געהאט א'כולל מיטן נאמען "עטרת צבי",און איך האט געהערט פון צוויי תלמידי חכמים אז אין אטוואצק איז געווארן א'צענטער פאר חסידים פון פארשידינע רבי'ס אבער קאזניצער רבי איז מיוחד פון אלעמען ,בין איך צופרי צו געגאנגען צום רבי'ן , ווען איך בין אנגעקומען, איז די גאנצע פלאץ געווען פיל מיט מענטשן און נישט געקענט אריין גיין,און קוים האב איך זיך אריינגעשטופט ביז צום טיש,ווי די רבי באמערקט מיר פרעגט ער מיר וואו אזוי הייסטו,האב איך גענטפערט אשר,און דיין טאטעס נאמען? אליעזר,און דיין מאמע'ס ?,פעסיא רחל,נו דיין נאמען איז דאך אשר בן אליעזר מיט פעסיל רחל,פארוואס האסטו מיר נישט תיכף אזוי געזאגט? האב איך געוואלט ענטפערן האב איך פלוצלינג דער שפירט א'ציפ פון א'חסיד האב איך פארמאכט מיין מויל,שפעטער האט מיר די רבי געזאגט ליטוואק קום אהער אויף שבת.

איך האב אויסגעפאלגט דעם רבי'ס ווערטער,און שבת צופרי בין צו געגאנגן צום טיש,האב איך געוואלט הערן תורה פונעם רבי'ן,אבער די רבי האט געזאגט,"עס ווערט געברענגט,עס ווערט געברענגט,מיינענדיג אז די רבי גייט אראפ ברענגן א'ענין וואס ש'טייט אין די ספרים,אבער צו די וואונדר פונעם עולם האט ער אויסגעפירט "עס ווערט געברענגט א'זוידיגע טשאלענט לכבוד שבת,און דער וואס האט זיך נישט געוואשען זאל נישט פארגעסן מאכן א'ברכה ראשונה,און דער משמש האט אויסגעטיילט די טשאלענט פארן עולם.

און דער רבי האט צוגערופן דעם קינסקער דיין וואס איז געזעצן נעבן ווי איך בין געשטאנען,און וועם מ'האט אים געמאכט פלאץ א'דוירך צו גיין צום רבי'ן האב איך מיך צו געכאפט, און געשטאנען נעבן דעם רבין און דער רבי האט געהייסן דעם דיין זאל זיך זעצן,און אים געזאגט,ווער ס'לערענט תורה מיז וויסן די מעשה, אז אמאל איז געווען א'גרויסע למדן וואס האט געלערנט תורה זיין גאנצע לעבן מיט א'גרויסע התמדה,ווען ער איז אוועק, איז די נשמה ארויף צום עולם הבא האט מען אים זאפארט געפאסקנט גן עדן,אין א'געמאלענע צימער וואס האט געשיינט פון גאלד מיט זילבער,אבער ווען נאר מ'האט געפענט די טיר אריין צו גיין,האט געשטינקן דארטן זייער א'שלעכטע גראך,און ער האט גמוזט אנטלויפן פון דארט,און ער האט געהערט א'בת קול אויסרופען,דאס אלעס איז ווייל דו האסט געלערנט אסאך תורה אבער נישט לשמה, האט די רבי אויסגעפירט קינסקער דיין,דו הערסט?,אלע מוזן דאס הערן,אז מ'לערענט תורה נישט לשמה,שטינקט מען זייער שטארק,און די שענסטע צימער איז גארנישט ווערט.

אמאל איז געווען דארטן די דיין פון ווארשא האט זיך די רבי צו געבויגן זיין קאפ און אים געזאגט,פאר דיר וועל יאך יא זאגן תורה,און ער האט אים שטיל געזאגט עפעס אבער די עולם האט גארנישט געהערט.
מוצאי שבת בין איך אנגעקומען,און די רבי שפילט מיט א'פידעלע מיט נאך צען חסידים,און שפעטער האט מען זין געוואשען,און מ'האט געטיילט פון די י"ב גרויסע חלות פארן עולם, און די רבי האט געהייסן פאר חנא מיט יונה אז זיי זאל פרייליך מאכן די עולם,און זיי האבן געזאגט וואונדרליכע בדחנות אויפן סדר פונעם סדרה מיטן גאנצען תוכן,שפעטער האבן זיי געזינגן זמירות,און געטאנצט,און מיטן טאנצען האט די רבי געהייסן יונה (פון די בדחנים),ער זאל נעמען זיין זון און אויך מיט טאנצען אויפן טיש ,און אזוי האט ער געטוהן,שפעטער האט די רבי געהייסן יונה ער זאל נעמען א'זויערע איגערקע און אריין לייגן און דעם אינגל'ס מויל און אזוי זאל ער טאנצען,האט די רבי געזאגט,כאטשיג אז אין מויל איז זויער,אבער די נשמה מיז טאנצען פרייליך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הציל יהודי מאיבוד עצמו לדעת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל האט די רבי זיע"א געזאגט פאר זיינע בעלי תשובה וואס ער האט געמאכט,אז זיי זאלן אים נאך גיין,און אים פונקטליך נאכטוהן, און ער האט אנגעהויבן צו מארש'ען,אזוי ווי די סאלדאטן טוהן אין מיליטער,און אלע האבן אים נאך גע'מארש'ט,און אזוי האט ער געמארשט ביז צום מקוה,און ער איז אריין אין די מקוה,און די רבי האט אויס געטוהן זיין בעקיטשע,און זיי האבן אים נאך געטוהן,און די רבי האט אויסגעטוהן זיין וועסטיל,און זיי האבן אים נאכגעטוהן,האט די רבי אריין געלייגט זיין האנט אין די קליינע קעשענע פון זיין הויזן,דארט ווי מ'פלעגט דעמאלטס אריין לייגן די צינדער'ל פאר די "פאפיראסען" (ציגערעטליך) אדער קליינע געלט.

און די רבי האט איינגעבויגן זיינע פינגערס,אזוי ווי ער נעמט עפעס ארויס פון דארטן,און זיי האבן אים נאכגעטוהן מיט די פינגערס,איז דעמאלטס די רבי צו געגאנגען צו איינער פון די חברייא,און האט אן געכאפט וואס יענער האט אריין געלייגט אין זיין קליינע קעשענע,א' קליינע פלעשעל מיט טויט פויזען (סם המות) ל"ע,יענער האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן מיט די פויזען, און די רבי האט עס צוגעכאפט,און אים געגיבן צוויי גוטע פעטש אויף זיינע באקען,און אים געזאגט,האסטו געוואלט דאס טרינקן?, און יענער האט מודה געווען אז ער האט עס געוואלט מאכן,און צו געזאגט אז ער גייט עס מער נישט מאכן,און מקבל געווען תשובה צו טוהן.

(הרה"ג בנש"ק ר' יוסף יונה גבריאל ווייסבלום שליט"א רב דקהל שעדליץ שיקאגא, וואס האט עס געהערט פון זיין זיידן הרה"ג ר' אליעזר פלטיאל רויטבלאט זצ"ל שעניצא רב.)
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

אפאר שיינע מעשה'לעך אויף ר' אהרעלע, פארציילט דארך הג"ר חיים קרייזווירטה זצ"ל צום באהושער רבי שליט"א, ספר מיים חיים עמוד קנב
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=53889&hilite=56c32f40-0853-4b77-9750-0740c9aa7918&st=%D7%91%D7%90%D7%95%D7%98%D7%95%D7%95%D7%90%D7%A6%D7%A7

איטרעסאנט איז, אז מסתמא פון אללע צדיקים פון פוילין איז נישט איינער אויף ס'איז פארציילט געוואר'ן אזוי פול מעשה'לעך וואו אויף ר' אהרעלע. ער איז דאך ארום געפאהרען אין אללע שטעט, איז וואו ער איז געווען האב'ן פארסירט אינטרעסאנטע מעשות. א שאד ס'איז נישט צוזאם גענומען די אללע מעשות.
גראדער ס'איז נאך דא היינט א איד, איו א מושב זקנים אין ניו יארק, וואס האט איהם משמש געווען אויף זיין באזוך אין קרארקא.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הגה"ק רבי שימעלע זשליכאווער זצוק"ל,מדבר בשבחו של הרבי זיע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הגה"ק רבי שמעון זשליכאווער זצוק"ל האט מפליא געווען רבי אהרלע קאזשניצער זצוק"ל, און געזאגט אויף אים גרויסע זאכן,ער איז ביים אייבירשטער א'ילד שעשועים,ווען רבי אהרלע איז געווען אין לולבלין האט אים רבי שימעלע זשליכאווער באזוכט,ווען ער איז אוועק פונעם קאזשניצער רבי האט ער זיך אנגערופן,בשעת איך בין געווען ביי אים האב איך טועם געווען טעם גן עדן,וואס מיינט איר,אז גן עדן מיינט מען אז מ'וועט זיך קענען בארימען אז דער וועט האב פינעף סאלאנען גן עדן,דער אנדערע וועט זיך בארימען מיט אכט סאלאנען גן עדן?, א איד דארף וויסן אז גן עדן מיינט מען גילוי אלקית,גילוי שכינה,אז מען קוקט דעם יונגערמאן אויף די שטערן ,זעהט מען אז ס'איז דא א'בורא עולם אויף די וועלט.

די תלמידים האבן געפרעגט רבי שימעלע זצוק"ל,פארוואס די רבי פירט זיך נישט מסודר'דיג,און כמעט וואס ער שלאפט נישט ביינאכט,און רוב צייט שטייט ער אויף זיין פיס,און אויך ער פארעט זיך מיט נידריגע מענטשן,און רעדט נישט מיט זיי,און ער זאגט נישט קיין תורה ביים טיש,און זיין מאדענע התנהגות,האט רבי שימעלע גענטפערט אז ער ווייסט גענוי וואס ער טוהט,האט מען אים ווייטער געפרעגט ווען ער איז געווען אין לובלין איז ער איינגעשלאפן נאכן זאגן ברכו פרייטאג צו נאכט'ס ביי מעריב,האט ער גענטפערט אז נישט רבי אהרלע איז איינגעשלאפן,נאר זיין פערד'ל איז איינגעשלאפן ,אפילו ער איז זייער א'גרויסער מענטש,מיט א'הויכע קדושה,אבער סוף כל סוף איז ער אנגעטוהן מיט א'חומר,און ווען ער איז אויף גאנצע נעכט אן שלאפן,מוז ער איינשלאפן פאר אפאר מינוט,אבער רבי אהרלע אליינס איז זייער א'הויכע זאך.

כדאי צו דערמאנען דא זאכן וואס זענען געווען באוואוסט אין פולין,אז צו רבי אהרלע האבן זיך צאם געקליבן אלע סארט מענטשן,אפילו זייער פאר ווייטער'טע מענטשן,און כמעט אלע זענען געווארן פאר כשר'ע מענטשן,אפילו ער האט נישט גערעדט מיט זיי פון תורה מיט אידישקייט, נאר אמאל האט ער גערופן פאר איינער פון זיין מיליטער (וואיס'ק אין פויליש) און גשמועסט מיט אים אין זיין צימער,און יענער איז ארויס פון דארט מיט פאר'וויינטע אויגן,די גאנצע אויפירעכץ פונעם צדיק איז געווען זייעכר וואונדערליך,ער האט זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען א'הין און צוריק פאר בערך אכצן שעה און א'מעת לעת,און ער האט זיך אפילו נישט געזעצט אויף זיין בענקל,ער איז געשלאפן קוים א'שעה אן אויסטוהן זיינע קליידער,ער האט נישט גערעדט צו מענטשן,נאר געקוקט אויף זיי מיט א'שארפע בליק,אפילו ס'האט אויסגעקוקט ווי א'געלעכטער,האבן אלע וואס זענען געווען דארט,זיך צו געבינדן צו אים מיט א'שטארקע התקשרות הלב,און אויך די פשוט'ע איד'ן וואס האבן גארנישט פארשטאנען פון זיין גרויסקייט מיט זיין הייליג'קייט, האבן געדארשט מיט א'שטארקע רצון צו זיין ביי אים,און אים אוועק גיבן אלעס וואס זיי פארמאגען,זיין התנהגות האט מען אינגאנצען נישט פארשטאנען,און אויך די רצון פון פשוטע מענטשן זיך דרייען ביי אים איז געווען נישט פארשטענדליך.

אמאל האט זיך אנטפלעקט זיין הייליג'קייט ימים נוראים ווען ער האט געדאווענט פארן עמוד,מיט א'גרויסע שטארקע זיסקייט,און אויך ביי חנוכה ליכט צינדען,האט ער זיך אויפגעפירט ווי א'רבי מיט א'צדיק, און די עיקר, פסח ביי נאכט ביי די הגדה,האט ער זייער מאריך געווען מיט זאגן די הגדה,און זינגען די הייליגע ניגונים ביז צופרי,און ער איז אינגאנצען נישט געשלאפן די נעכט,זיין צורה וואס האט גע'שיינט און גע'לויכטן האט געצויגן די הארץ צו אים,און ס'האט זיך דערקענט א' השראת קדושה עליונה אויף אים,אפילו ס'האט זיך נישט געהערט פון אים קיין שום ווארט פון תורה אדער יראת שמים, נאר אין געציילטע צייטן,א'יעדער איינער האט זיך צו אים געצויגן מיט א'שטארקע גליסטעניש,ווייל די אייבירשטער שטייט העכער אים.

י"א חשון ת"'ש לפ"ק די יארצייט פון רבי אהרלע'ס זיידע די "מאור עינים " פון טשערנאביל זיע"א נאך מעריב, האט רבי שימעלע געזאגט די קאפיטיל,למנצח בנגינות מזמור שיר וכו',און נאכדעם האט זיך רבי שימעלע געזעצט ביי רבי אהרלע'ס טיש,און ס'האט זיך נישט געהערט פון אים קיין שום ווארט פאר א'גאנצע שעה,(ווי ווייט איך געדענק איז קיינער נישט געווען דארטן אויסער אונז דריי) ,פלוצלינג האט זיך רבי אהרלע אנגערופן, ס'קוקט אויס אז ס'גייט קומען זייער ביטערע און שווערע צייטן,מען וועט פון אונז רייסען גרויסע שטיקער,און ער האט זייער שטארק געקרעכצעט.

און די לעצטע מאל וואס רבי אהרלע האט זיך געטראפן מיט רבי שימעלע האט ער אים געוויזען א'שטיקל מאור עינים ,אז ס'וועט זיין שווערע דינים אויף איד'ן און די לעצטע צייט פון אחרית הימים.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

(הרה"ג ר' ישראל יצחק דאמב ז"ל פון לאנדאן מ'תלמידי הגה"ק רבי שימעלע זצוק"ל,בספרו "נהרי א"ש" ליקוטי דיבורים מרבו הגה"ק רבי שימעלע זשעליכאווער זיע"א אות קנ"ח קנ"ט קפ"ג).
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
Arthur האט געשריבן:האט איינער א בילד פין זיין מצבה ?

היות רבי אהרל'ע זיע"א איז אוועק אין געטא,אינמיטן די מלחמה,האט מען נאר געלייגט א'מצבה פון האלץ.

פארשטייט זיך אז די בית החיים אין זשעליחאוו איז חרוב ונחרב,אבער בערך מיט פיר חדשים צוריק,האט ר'דוד זינגער שיחי'(די בעל הבית פון די געווזענע focus געשעפט אויף דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק)וואס ארגענעזירט נסיעות צו קברי צדיקים אין אייראפע,מיט די בנש"ק ר' מאיר נתן האפשטיין שיחי'(אליינס בן אחר בן צום קאזניצער מגיד זיע"א) געמאכט א'גדר ארום די בית החיים,און זיי האלטן אינמיטן זוכען מקום קבורתו.

IMG_2233.JPG
IMG_2234.JPG
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

אויף JDN בררענגט נען אז די וואך איז געשטעלט געווארן א מציבה אויף די קבר פון ר' אהרן אין זעלחוב. איז די פלאץ טאקע מדוייק?בילד
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מעמד מרגש בהקמת מצבה על ציון קדשו של הרה”ק רבי אהרן מקאזניץ זי”ע
מסכת חיפושים פלאית שהחלה בהתגלות הרה”ק זי”ע בחלום אל אחד העוסקים במלאכת שיפוץ הקברים, המשכה באיתור מקום הקבר בעדות גוי ישיש ששחל”ח מיד בתום עדותו, וסיומה בהקמת מצבה על קברי הצדיקים זי”ע

אחרי חיפושים רבים ועבודה מפרכת נמצא בדרך פלא, ציון קדשו של הרה”ק רבי אהרן מקאזניץ זי”ע, שעל פי בקשתו נטמן בעיר זעליחוב סמוך לציון הרה”ק בעל כתר נהורא מגדולי תלמיד המגיד הק’ ממעזריטש זי”ע.

הרה”ק רבי אהרן זי”ע היה מפורסם בדורות כצדיק וקדוש ואיש פלאים אשר כל גדולי הדור חרדו לקראתו. בשנות הזעם בשנת תש”ב נסתלק וטמנוהו שם בבית החיים בזעליחוב, אמנם מחמת צוק העתים לא הקימו אז מציבה, ובימי השואה הרסו הצוררים את בית החיים לתל עולם ולא יכלו לאתר מקום מנוחתו.

שבעים שנים עברו מאז. בשנה האחרונה התגלה הצדיק הקדוש בחלום לתושב ארה”ב העוסק רבות בגילוי וחידוש קברי צדיקים בפולין, הצדיק פנה אליו ואמר: אני הוא רבי אהרן מקוז’ניץ, הלא הנך פועל בעבור רבים הקבורים בפולין, למה אינך פועל גם למען בית החיים בו אני טמון?! העסקן הקיץ נרעש משנתו, יצר קשר מידי עם הרב חיים הופשטיין, בן אחר בן למגיד הקדוש מקוז’ניץ, וסיפר לו על חלומו הנורא. השניים לקחו את דבר החלום ומשמעותו ברצינות הראויה, וכאן החלה להתגלגל שרשרת של בירורים וחקירות עד שהגיעו למיקום הוודאי של הציון הקדוש.

כאמור לעיל, גם המסורת אודות מקום פטירתו וקבורתו לא היתה ברורה ושמועות שונות וסותרות הגיעו לידיהם. במסקנת הבירורים והחקירות הובהר כי ‘הלכה כמשנה אחרונה’ וכי רבי אהרן זי”ע נפטר ונקבר בז’עליחוב. בשלב זה התחיל מסע הבירורים כאשר משלחת של אברכים נסעה לעיר ז’עליחוב לבירור אודות מיקום בית הקברות. בבואם למקום חשכו עיניהם: כל השטח שינה צורתו, כמעט שלא נשאר זכר מקברים או מצבות, וכל האזור מלא שיחים ועצים!

כאן אירע דבר פלא גדול. גוי ישיש מתושבי הכפר הופיע בפני הקבוצה באמרו כי הוא יכול להעיד על מיקומו המדויק של הציון, ואכן, האברכים ניקו את השטח ומצאו ארבע יסודות של האוהל מסביב מקום הקבורה שנמסר להם בידי אותו זקן. כעבור יומיים מת אותו הגוי בפתע, צוות האברכים ראה זאת כאות אשר משמים האריכו ימיו רק כדי שיוכל למסור את המידע היקר ליהודים.

צוות האברכים ניגש אל מלאכת הקודש ברטט ויראה. תחילה ניקו את השטח והכינו אותו ליציקת בטון כדי להקים מצבה לשני הצדיקים. לאחר התייעצות עם צדיקי דורנו, הכינו נוסח מצבה עבור רבי אהרן מקאז’ניץ זי”ע, ותוכנית לבניית אוהל עבור בעל ‘אור הגנוז וכתר נהורא’ זי”ע.

ביום י”א כסלו התאספו ציבור חשוב מלונדון בראשות הרה”ג רבי שמעון הירשלער שליט”א, להקים מצבה על ציון קדשם של בעת “כתר נהורא” והרה”ק רבי אהרן מקאזניץ זי”ע הטמון לידו.

תחילה הגיעו הקבוצה לבית החיים בעיר ז’עליחוב, ברטט דקדושה חידשו את המצבות על ציון קדשו של בעל כתר נהורא והרה”ק מהר”א מקאזניץ זי”ע, אמרו ספר רביעי שבתהלים, כשבלב כולם תחיה ובקשה על צרת הכלל והפרט להיזכר ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים. דברים היוצאים מן הלב נשמעו מפי הרה”ח רבי חיים האפשטיין שליט”א מקאזניץ – לונדון, בן אחר בן של המגיד הק’ זי”ע, ושומר מורשת בית קאזניץ, שהוא הגבר הוקם על והשליך נפשו למען חידוש ציון קדשו של הרה”ק רבי אהרן מקאזניץ זי”ע.

משם הגיעו הקבוצה לעיר קאזניץ, לשפוך שיח על ציון הרה”ק מקאזניץ זי”ע ובניו. כן נערכה מסיבת לחיים בו השמיעו עובדות קודש הרה”ג רבי שמעון הירשלער שליט”א והרה”ג ר’ שמעון דאמב שליט”א והעלו משנתו של רבי אהרן ויתר צדיקי בית קאזניץ זי”ע.

ציבור המשתתפים חזרו בבטחון, מה כאן עמד ושימש ועזר לישראל בכל צרתם, כן עתה ממקום מנוחתו יגן בעדנו להתברך כל אחד בכל מילי דמיטב.

פרויקט מסובך זה עלה הון תועפות והציבור נקרא לסייע בהשלמת הפרוייקט.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

מה עם שם האב על המצבה ??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

אולי מישהו מהידענים והמומחים יוכל להסביר לי דבר שנשגב מבינתי השפלה, ובהקדים: אין כוונתי ח"ו להמעיט מגודל הבשורה טובה וכו' על הקמת המצבה. זה משמח ומרגש את כולנו, ואולי בפרט לאלו שזכו להיות אצל אדמו"ר הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע וזוכרים שהוא זי"ע היה מספר מהרה"ק מקאזניץ דברים שראה בהיותו אצלו. גם זה פלאי פלאים איך שמצאו את מקום הקבר ע"י ניסים גלויים, ובטח השקיעו בזה הרבה יגיעה והרבה כסף, וגדול ועצום זכותם לאין שיעור להקים ציונו של האי צדיק וקדוש עליון.
אבל איני מצליח להבין דבר אחד: אם כבר השקיעו כל כך הרבה כוחות וכל כך הרבה כסף וכו', מדוע לא יכלו לכתוב על המצבה [אחרי שם הרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע] את שם אביו: "בן הרה"ק רבי ירחמיאל משה מקאזניץ זצוק"ל", כמו שנהוג בכל תפוצות ישראל לכתוב את שם האב[לפחות במאות השנים האחרונות] ע"ג כל מצבה??
שכוייעח
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”