בלאט 1 פון 2
בילדער פון רבנים ואדמורי"ם אין די קריג
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 11:59 pm
דורך חוקר
עס איז שוין לאנג א נושא אויב פאסט עס ארויסצגעבן און דריקן און גליונת בילדער פון צדיקים און קריג פארשטעלט און קריג פאר א גוי
עס איז דא א מיינוג אז אויב מען פארלייקנט די בילדער ווייזט מען מיט דעם אז דער צדיק האט געטיהן ח"ו עפעס וואס מען טאר נישט וואס יעדער וועט מודע זיין אז און אזא צייט איז דאס געווען דער זאך וואס מהאט געדארפט טיהן און טאקע אלע צדיקם האבן אזוי געטיהן טאמער עס האט אויסגעפעלט.
וויל מען הערן די מיינוג פונם חשוב'ן ציבור דא און ווער ס'האט בילדער זאל מען מהנה זיין דער עולם און ארויפלייגן
מיר וועלן מאכן א חשבון פון וועלכע צדיקים עס איז דא אזא בילד
א)הרה"ק ר'מענדל מסטראפקוב זי"ע
ב)הרה"ק אמרי חיים זי"ע
ג)הרה"ק מהר"א מבעלז זי"ע
ד)הרה"ק מבילגריי זי"ע
ה)הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע
ו)הרה"ק רמ"ד ווייסמאנדל זי"ע
ועוד ועוד
אדער ווי צדיקים פארשטעלט
א)הרה"ק מסאטמער זי"ע
ב)הרה"ק מקלויזענבורג זי"ע
אינז קענען זיך נישט דערמאנען אבער ווען יא וועלן מיר אפדעטן
[תגובה פאראכטען פון טעיתי הדפוס, הגבאי]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:30 am
דורך מיללער
דא האט יאסל געברענגט דעם בילד פון דעם אמרי חיים תיכף מאך די קריג.
עס איז אויך פארהאן א בילד פון הרב גורדון די שווער פון ר' חיים קרייזווירטה אין די קריג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:41 am
דורך לעווי
עס איז דא די באקאנטע געמאלענע בילד פון אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:42 am
דורך לעווי
אויך האבן מיר געלייגט די בילד פון הרה"צ רבי יחיאל טייטלבוים הי"ד מקלאביסאוו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 10:47 am
דורך לעווי
זיצענדיג פון לינקס איז כ"ק אדמור"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, ואביו הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל הי"ד. טייענדיג לינקס איז החור משה אהרן הי"ד בן הקדושת ציון.
דער בילד איז דאכצעך אין לעמבערג בשעת די קריג.
.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 11:47 am
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:[] האט יאסל געברענגט דעם בילד פון דעם אמרי חיים תיכף מאך די קריג.
עס איז אויך פארהאן א בילד פון הרב גורדון די שווער פון ר' חיים קרייזווירטה אין די קריג.
כ'האלט אז סאיז נישט קיין כבוד, אין כהאב שוין 100 מאל חרטה פארן עס ארויפלייגען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 2:17 pm
דורך חוקר
דא איז א בילד פון דער אמרי חיים באלד נאך דער קריג
ווייסט איינער ווי און ווען ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 2:18 pm
דורך לעווי
איז דאס נישט די אמרי חיים מיט די בוהושער זצ"ל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 2:41 pm
דורך בן בוזי
חוקר האט געשריבן:דא איז א בילד פון דער אמרי חיים באלד נאך דער קריג
ווייסט איינער ווי און ווען ?
בוקארעסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2009 9:02 pm
דורך שמואל'יק'יל
דאס איז באם באהושער רבי אין בוקארעסט, ווי איז באוויסט אז דער אמרי חיים איז געשטאנען באם באהושער רבי די הערשטע תקופה וואס הער איז געקומען קיין בוקארעסט. דער דריטער איז דער פעלטיטשענער רבי ר' אלעזר טווערסקי.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 9:52 am
דורך לעווי
שמואל'יק'יל האט געשריבן:דאס איז באם באהושער רבי אין בוקארעסט, ווי איז באוויסט אז דער אמרי חיים איז געשטאנען באם באהושער רבי די הערשטע תקופה וואס הער איז געקומען קיין בוקארעסט. דער דריטער איז דער פעלטיטשענער רבי ר' אלעזר טווערסקי.
אויך די באבובער רב רבי שלמה זצ"ל איז געווען אין בוקארעסט און האט אסאך פארברענגט מיט די אויבן דערמאנטע צוויי צדיקים.
(דאכצעך מיר אז די סקווירא רבי איז אויך געווען אין בוקארעסט)
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 06, 2009 12:15 pm
דורך יאסל
כהאב געליינט אין ספר פקודת אלעזר פון ר' אלעזר טווערסקי אז ווען דער בעלזער רב זצ,ל איז אנגעקומען קיין באקארעסט אויפן וועג קיין א"י איז ער דאך געווען אן א בארד, ברענגען זיי דארט אז ר' אלעזר זייענדעג א בעלזער אייניקען האט נישט געקענט צי זיך קימען פאר צער ציציזען דער רב אין אזא מצב.
פארעפענטליכט: שבת פבואר 07, 2009 10:31 pm
דורך נחמן נתן
ווי באקאנט איז טאקע דא דער שוידערליכען בילד פון הרה"ק מבעלזא זי"ע. אבער שמעתי פון בעלזא'ער חסידים אז דער בעלזא'ער רב זצ"ל האט געשאלטען ווער עס וועט האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם בילד.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2009 12:12 am
דורך קרעמער
אויף וויפיל איך האב געהערט פון בעלזער אידן, קען מען נישט אין מחשבה ברענגען די ווארט "קללה" ווען מען האנדלט פון דעם קדוש ה' וואס האט געאטעמט אהבת ישראל און דן זיין אידן לכף זכות. מעגליך אז די בעלזא'ער חסידים האבן געשאלטן, אבער דער רבי? חס מלהזכיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 12:45 pm
דורך נחמן נתן
אפשר בלשון "קפידא".
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 12:50 pm
דורך קרעמער
קאן זיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 1:07 pm
דורך בן בוזי
נחמן נתן האט געשריבן:ווי באקאנט איז טאקע דא דער שוידערליכען בילד פון הרה"ק מבעלזא זי"ע. אבער שמעתי פון בעלזא'ער חסידים אז דער בעלזא'ער רב זצ"ל האט געשאלטען ווער עס וועט האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם בילד.
טוה מיר א טובה נחמן, מעק ביטע אויס דיין תגובה ס'איז א צער דאס צו ליינען, בעז"ה ווען ס'וועט זיין א מעגליכקייט וועל איך מעקן פאר דיר.
בן בוזי
אונז האמער גראדע געהאט דעם בילד אבער עס איז ערגעץ וואו אהין געקומען ואיננו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 2:48 pm
דורך חוקר
הרה"ק ר' מענדל מסטרפקיב זי"ע אינטער די נעגל פון די נצישע רוצחים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 2:49 pm
דורך חוקר
זיין לעכטיגע צורה אויף די פריי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 2:53 pm
דורך חוקר
הרה"ק רמ"ד ווייסמאנדל זי"ע בגיא צלמות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 2:54 pm
דורך חוקר
עוד מהנ"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 5:45 pm
דורך farshlufen
ר' חוקר, די לעצטע צווי איז פון דעם זעלבן זמן און מקום אין בראטיסלאווע.
ווי באקאנט האט ר' מיכאל בער גע'פסק'ט דאן, וויסענדיג דעם ביטערן מציאות, אז א יעדער איד איז מחיוב זיך אפצושניידן די בארד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 8:31 pm
דורך פארצייטישע
איך האב אמאל געהערט אז דער באבובער רב ר' שלמה ז"ל האט גארנישט באהלטן אז ער האט געדארפט שערן די בארד אין די מלחמה, אדרבה ער האט אמאל ביים רעדן פון די מיטמאכענישן אין די מלחמה, האט ער אנגעכאפט זיין בארד און געזאגט "דאס איז מיין פיפטע בארד"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 8:59 pm
דורך חוקר
אנטשאלדיג פארצייטישע מיר האבן געהערט פון אן אייניקל דאס איז מיין פערטע בארד
אגב האט ער געוויזן פאר א איינקיל א בילד (גזען אמאל מוועט בראבירן פארשאפן)פון עס מיט זיין ברידער דער פאקשיוויצער רב אפגעשוירן און געזגט אזוי האט מען אויסגעזען דרך אגב עס איז געווען צדיקים וואס האבן נישט געוואלט רעדין פונם קריג ער האט געהאלטן אז פארקערט מען דארף יא רעדן דערוועגן עס איז דא צוויי באוויסטער דרשות און אויך איינס פון זיין זין הרה"ק מבאבוב זי"ע ווי זיי פארציילן וועגן דעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 9:06 pm
דורך פארצייטישע
אנטשולדיגט, קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות, אבער אזוי איז מיך געלעגן אין די זכרון,
אבער איין זאך זעט מען, אז ער האט זיך נאר אפגעשוירן לעת הצורך, אבער ווען ער האט געקענט האט ער געלאזט צוריק וואקסן די בארד אפילו פאר א קורצע צייט, און ער איז נישט געווען אפגעשוירן די אלע יארן פון די קריג