רבי חיים צבי טייטלבוים העצי חיים מסיגוט ז"ל - ו' שבט תרפ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 06, 2012 4:11 pm

דו מיינסט חוזק צו מאכן?

איך האב פונקט דעם שבת געבלעטערט אינעם ספר "תורות ועובדות מבית רבותינו", און געזען דעם סיפור געדריקט דארט!

איך האב פרובירט צו געדענקען וועלכער בלאט עס איז געשטאנען אבער ווי פארשטענדליך... האב איך פארגעסן

דאכט זיך ער ברענגט עס דארט בשם הגה"צ אב"ד אפסי ארץ נאנאש שליט"א
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג פאברואר 06, 2012 4:19 pm

שנאפס האט געשריבן:דאכט זיך ער ברענגט עס דארט בשם הגה"צ אב"ד אפסי ארץ נאנאש שליט"א


הגה"צ אב"ד אפסי ארץ נאנאש שליט"א בשם?

חוזק מאכען פון וועמען? כ'האב נאר צוזאם געשטעלט צוויי דמיונות.
ווען באבע צירל פלעגט בעטען פאר א לבנה, איז געקומען לבנה'ס צופליען פון אלע זייטען...

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג פאברואר 06, 2012 7:12 pm

בדיעבד האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א מוראדיגע מעשה אויפן הייליגן עצי חיים זצוקללה"ה זי"ע ועכי"א, מפי זקן אחד וואס איז דארט געווען דערביי בשעת מעשה: אמאל איז דער הייליגער עצ"ח געווען צוגאסט אין שטאט קאלוב בלויז אויף איין קורצען טאג(איך געדענק נישט גענוי צו ס'איז געווען אויף ז' אדר אדער סתם אינמיטן יאר) , פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א מורא'דיגע רעש און טומעל, צדיק זה בא לבית מלוני, דער גאנצער שטאט יונג און אלט זענען געקומען צו גיין, בלויז צו כאפן א בליק אויפן הייליגן צדיק, צו ווייזן פאר די קינדער צורת קדשו פונעם גרויסן גאון וצדיק און זוכה זיין לקבל ברכת קדשו, פארציילט מיך ווייטער דער איד: דער הייליגער עצי חיים זי"ע איז איינגעשטאנען ביי איינעם קויפמאן א באקאנטער סיגוט'ער חסיד אין שטאט, און במשך דער גאנצער טאג האט ער אויפגענומען קוויטלעך און געזעגענט דעם עולם, ס'איז געווען א מורא'דיגע געדרענג פונעם גרויסן ציבור אין שטוב פון די אכסניא, אזוי אז דער עצ"ח האט געמוזט אויפנעמען דעם ציבור אינעם גרויסן הויף אינעם אכסניא, איז דער איד ממשיך: אין יענע צייט איז געווען א מורא'דיגע שווערע צייט אין שטאט, עס איז געווען אן עצירת גשמים, ס'האט שוין נישט געהאט גערעגענט פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי ארום אז די פרנסות זענען געווארן שוואכער און שוואכער - די בהמות וכדו' האבן אנגעהויבן אויסצופייגערען פון הונגער ווייל עס איז נישט געווען וואס צו פאשען וכו' - און עס האט געהערשט א גרויס זארג אין שטאט מה יהי סופו, ווי פארשטענדליך האט יעדער מזכיר געווען פארן הייליגן עצ"ח להעביר את רוע הגזירה, אויך להבדיל די גוים פון שטאט אין שפיץ פונעם שר-מעיאר וכדו' האבן זיך אויך פארזאמעלט ביים הויז ווי דער עצ"ח איז איינגעשטאנען און געבעטן די אידן אז מ'זאל זיי צולאזן צום הייליגן ראבינער אז ער זאל איינרייסן אז ס'זאל זיין רעגן, ס'איז געווען שוין שפעט אויפדערנאכט און דער עצ"ח האט זיך געשטעלט דאווענען תפלת מעריב אין שטוב פונעם אכסניא 'זיין הייליגע צורה האט געשטראלט און געלאכטן' - איז דער איד ממשיך - געדענק איך ווי היינט: 'ווי נאר דער הייליגער עצי חיים זי"ע האט אויסגעשריגן די ווערטער "משנה עתים ומחליף את הזמנים" האט זיך תיכף ומיד אראפגעלאזט אזא ריזיגע גאס-רעגן אז מ'האט נישט געקענט ארויסגיין אויף דער גאס!' והעיר קאלוב צהלה ושמחה! ווי פארשטענליך איז ארויס געקומען א מורא'דיגע קידוש ה' און להבדיל די אלע גוים פון שטאט האבן גלייך געזאגט אז דאס איז א אפענע מופת פונעם הייליגען ראבינער, און אויך אוודאי פאר די אידן איז געווען א גרויסן יו"ט, זיי האבן געזעהן מיט די אייגענע אויגן דעם צדיק גוזר והקב"ה מקיים און זענען געהאלפן געווארן בגודל קדושתו ובזכותו פונעם ציס"ע מרן הגה"ק דער היילגער עצי חיים, זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

געדרוקט אין זקינך ויאמרו לך חלק ד' עמ' 203 בשם הר"ר אליקים יודא גרינוואלד ע"ה אבער נישט במילואו אין מיט נאך פרטים
און יש להוסיף מיט דיינע ליצנות וואס ביזדערווייל ווייס איך נישט דיין אגענדע דערמיט וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ נישט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג פאברואר 07, 2012 11:29 am

סיגוט האט געשריבן:און יש להוסיף מיט דיינע ליצנות וואס ביזדערווייל ווייס איך נישט דיין אגענדע דערמיט וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ נישט


כלל זה בידך, קיינער מאכט נישט קיין גרעסערע ליצנות ווי די בעלי דמיונות וואס לייגען ארויף אזעלעכע שטותים אויף די נעמען פון אזוינע קדושי עליון, חלילה וחלילה וחס צו זאגען, קלאפ דיר אויפן מויל, פאר מיר זאגען נישט מער נישט ווייניגער אז איך מאך ליצנות פון אזעלעכע שרפי מעלה, אבער אוודאי געוויס אז ליצנות מאכען פון די שטותים והבלים וואס מ'טשעפט צו אויף רבותיה"ק מאור עינינו זכותם יגן עלינו דאס מיז מען.

ווען מ'רעט פון הייליגען עצי חיים קומט ארויף זיינע געוואלדיגע חריפות'דיגע תשובות, זיין בקיאות נפלא'דיגע ספר אויף הלכות מקוואות, מזעהט בחוש ווי זיין קאפ האט כסדר געווירבלט תורה תורה אין נאך א מאהל תורה, זיין גאנצע מהות און וועזען איז געוועהן תורה. כמה פעמים געהערט פון זקנים וואס פאר א שמייכעל ער האט געהאט ווען ער פלעגט דרייען מיטן פינגער בשעת ער פלעגט זאגען א געשמאקע דרוש על דרך הפלפול.

אוי לדור שכך רואות, הטפל לעיקר ועיקר לטפל.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג פאברואר 07, 2012 1:17 pm

אין אנדערע ווערטער, דו מאכסט אינגאנצן אוועק די זאך פון דערציילן א מופת פון א צדיק,

אלע צדיקים פון פריערדיגן דור זענען געווען גאונים צדיקים שרפי מעלה, ווען מען דערציילט א מעשה מאכט עס עפעס קלענער? עס מאכט עס פארן עיקר? דערציילן מעשיות פון צדיקים ברענגט אריין יראת שמים

דא האסטו איין מקור:

בשם מרן החזו״א, כי "קריאת סיפורי תולדות צדיקים מביאה לידי יראת שמים והתקדמות בתורה ובתיקון המידות" (מובא בפתיחת הספר תולדות יעקב, לתולדותיו של מרן הגרי"י קנייבסקי זצוק"ל).
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג פאברואר 07, 2012 2:36 pm

ישר כח שנאפס

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » דינסטאג פאברואר 07, 2012 2:53 pm

און סיגוט האט מען קיין צו סאך שנאפס געטרינקען
יש להוסיף כנראה איז א סיגעטער מער פון סיגוט
און סיגוט האט מען דייקא געהאלטען פון יש להוסיפס מהלך כידוע
און ווי האט איר געזען אז ער האלט נישט פון סיפורי צדיקים
און באמת האט מען און סיגוט זיך מער פארלייגט עוף עבדות וואס מקען לערנען דערפון ווי סתם מופסים הגם מען האט פארציילט אבער מהאט נישט געמאכט קין סיפורי ריי"ץ כדי צו מחנך זיין די טעכטער
בעקער זענען געווען אידערהיים לרחצה און נישט יעדער האט געקענט באקען א פאסגע מעשה
מיט די מעשה זע איך גארנישט ראנג סאיז זייער א שיינע מעשה (אפי' אמת) געשריבען אביסל שרייבעריש
אגב א שטארקע מוסר השכל פון מופתים אז ווען א איד לערנט תורה לשמה דינט דעם אייבירשטן האט ער די גאנצע בריאה און דער האנט כמבואר בחז"ל
ווען מען פארציילט מופתים אויף א שענקער א איד וואס האט נישט אויפגעמאכט א ספר נא דאס איז געווען א פראבלעם ווען מפארציילט א מעשה וואס מקען ארויס נענמן א שלעכטער מוסר השכל טאקע א פראבלעם אבער די מעשה וואס באדערט דיר
אז מלייגט אביסל צו פאר יש להוסיף ברויך דאס נישט שטערון

נישט מסודר געשריבען כוועל אפשר פארעכטען שפעטער
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7982
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 07, 2012 6:41 pm

יש להוסיף, וואס קוועטשט דיר? דאס?
ישלהוסיף האט געשריבן:כלל זה בידך, קיינער מאכט נישט קיין גרעסערע ליצנות ווי די בעלי דמיונות וואס לייגען ארויף אזעלעכע שטותים אויף די נעמען פון אזוינע קדושי עליון.

אדער דאס?
ישלהוסיף האט געשריבן:אוי לדור שכך רואות, הטפל לעיקר ועיקר לטפל.

איך זע נישט פארוואס די זאלסט נישט גלייבן די מעשה, לאמיר צונעמען, דער איד פארציילט אז עס איז געווען אן עצירת גשמים, די חלק לייקענסטו?
ווייטער ער זאגט אז ער האט עס אליין געזען אז "ווי נאר דער הייליגער עצי חיים זי"ע האט אויסגעשריגן די ווערטער "משנה עתים ומחליף את הזמנים" האט זיך תיכף ומיד אראפגעלאזט אזא ריזיגע גאס-רעגן אז מ'האט נישט געקענט ארויסגיין אויף דער גאס!'"
די פאקט לייקענסטו? אויב נישט, נו איז דאס נישט א מופת?
ווייטער דאס וואס ער זאגט "והעיר קאלוב" צהלה ושמחה, לייקענסטו? אז עס איז אן עצירת גשמים און עס קומט רעגן, אטאמאטיש איז צהלה ושמחה, ניין?
און וואס ער זאגט "ווי פארשטענליך איז ארויס געקומען א מורא'דיגע קידוש ה'", לייקענסט דאס? קידוש ה' מיינט עפעס דווקא פאר גוים?, אדער נאר פאר א געוויסע סכום אידן? אז דער איד אליין האט געזען צדיק גוזר והקב"ה מקיים איז נישט א קידוש ה'?
ווייטער וואס ער זאגט "און להבדיל די אלע גוים פון שטאט האבן גלייך געזאגט אז דאס איז א אפענע מופת פונעם הייליגען ראבינער", דאס איז דיין פראבלעם צו גלייבן די מעשה? ווייסטו וואס, אוקעי, איז עס נאר געווען גוים פון זיין שכינות, און ער האט געמיינט אז אלע גוים ווייסען דערפון, און די סדר פון מענטשן איז אז ווען זיינע ארומיגע וועם ער קען און האט שייכות ווייסן פון א געוויסע זאך זאגט מען אז יעדער אין שטאט ווייסט, אין מיינע אויגן פרעגט דאס נישט אפ א מעשה וואס א איד - וואס איז באגלייבט, ווען ער זאגט עדות אפילו אויף צו הרג'ענען א אנדערע מענטש, ווילאנג די האסט נישט עדות אז ער דמיון'ט - זאגט אז ער איז געווען דערביי און געזען מיט די אייגענע אויגן......

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » מיטוואך פאברואר 08, 2012 3:25 pm

יש להוסיף: במחילת כבודך, דו זעהסט אויס זייער צומישט, כפסח על שני סעיפים! ס'קוקט אויס ווי דו טאנצט אויף ביידע חתונות... איין מינוט באשטעטיגסטו צו גלייבן די מעשה און איין מינוט להיפך. איך ווייס נישט פון וועלעכע ווינט דו ווערסט געטריבען, אבער איין זאך וויל איך דא פשוט אויפמערקזאם מאכען: "אונז זעמיר זייער קליינע מענטשעלעך קעגן אזעלעכע גרויסע לייבען"! ווער זענען מיר אפצושאצען די גדלות פון די אמאליגע קדושים וטהורים?? וויפיל אונז טראכט מיר נאר אז מיר באגרייפען באפס קצהו ווער דער הייליגער עצי חיים זי"ע איז געווען הייב מיר נאך אלס נישט אהן צו וויסען קיין פינטעל פון אים, אונז זעמיר נישט בכח צו באגרייפען וואס עס באדייט א צדיק וואס איז געבוירען געווארען ע"פ ברכתו הטהורה פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע און אויף וועם זיין הייליגען זוהן דער שינאווער רב זי"ע האט מעיד געווען - צייגענדיג אויפן עצ"ח - אז אויב מיינט מען עס אמת'דיג האט מען אזעלעכע קינדער, אלע גאונים וצדיקים שבדורו וואס טייל זענען געוועהן אפגערוקט מיט צענדליגע יארען עלטער האבן באוואונדערט דעם הייליגען עצי חיים, ער איז געווארען רב ביי די קנאפע 24 יאר (!) אלט, און איז גלייך געווארען פון די גדולי ומנהיגי הדור בימיו וואס רבבות מישראל הלכו לאורו, טראץ זיין יונגען עלטער זענען אלע שאלות פון די גאוני וגדולי הדור געשיקט געווארען צו אים, ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו, ס'זאגט זיך זייער גרינג! יא ער גרויס בתורה וכדו' און מ'מיינט אז מ'פארשטייט שוין... מ'האט שוין פונקליך ארויס ווער דער און יענער איז געוועהן... (נאכדערצו אויב האלט מען זיך פאר א היסטאריקער בתולדות רבותינו סיגוט-סאטמאר), אבער ניין! מיר זענען נישט משיג קיין איין פראצענט בגודל קדושתם ותורתם!, ומי לנו גדול פונעם גרויסען צדיק וקדוש פונעם לעצטן דור פאר די מלחמה, דער הייליגער בעלזא רב זי"ע וואס האט זיך אויסגעדריקט אויפן עצ"ח בלש"ק: דער סיגעטער רב איז דאך א לייב, און איז אויסגעגעגאנגען פאר התפעלות פון זיין גרויסען גדלות און באזונדער פון זיין כח התורה, עס איז דאך ידוע וואס זיין הייליגען טאטע דער קדושת יו"ט זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויף זיינע הייליגע קינדער "אויף זייערע נשמות האב איך איינגעריסען און אויסגעבעטען אבער אויף זייערע גופים נישט", לענינינו אונז זעמיר דאך אויך נישט משיג ווער דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען, און וואס ס'מיינט אז פאר זייערע נשמות האט ער געבעטען, ס'איז דאך אזוי ווייט מהשגתינו! וואס יא? מעשיות וסיפורים ועובדות דאס ברענגט אונז עטוואס אריין אין השתוקקות צו די צדיקים און צו באקומען א שטיקעלע ידיעה און באגריף ווער זיי זענען געוועזעהן, און אפגערעדט וואס די אמונה די סיפורי צדיקים ברענגען אריין - וואס הרב שנאפס האט שוין ארויסגעברענגט מער באריכות-, איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה: "אונז זעמיר זייער קליינע מענטשעלעך קעגן אזעלעכע גרויסע לייבען"! ונחזור לענינינו לאמיר צוריק גיין צום נארמאלען שמועס אויף וואס דער אשכול איז געעפענט געווארען. (ביים קומענדיגע געלעגענהייט וועל איך ממשיך זיין בעז"ה)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 08, 2012 5:51 pm

ריכטיגע ווערטער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 08, 2012 10:54 pm

רביה"ק זי"ע (הקדמה עה"ג ועה"ת):
מסרתי הענין לתלמידים שיכתבו מה ששמעו מפי ובדרך כלל אשימה עיני על הדברים אם המה הדברים ששמעו מפי כי בחוצות וברחובות נאמרים משמי דברים הרבה שלא היו ולא נבראו ולא עלו על לבבי מעולם, עכלה"ק. דער רבי איז חושש זיינע אייגענע תלמידים, אין מהאי טעמא "אשימה עיני על הדברים אם המה דברים ששמעו מפי".

שו"ת דברי יואל (או"ח סימן ל' אות ד'):
ומ"ש בספר דרכי חיים וכו' אין ראי' מזה להורות הלכה וכו' גם אולי לא דקדק הר' רפאל ע"ה בזה כ"כ וגו', ומבואר בגמרא ב"ב דף ק"ל ע"ב אין למדין הלכה לא מפי לימוד ולא מפי מעשה עד שיאמרו לו הלכה למעשה, ופי' הרשב"ם אם יראה רבו עושה מעשה אל יקבע הלכה בכך דשמא טעה בטעם של פסק דין של אותו המעשה דהרבה טועין בדבר הלימוד, יעיי"ש, והרי שאין ללמוד הלכה ממעשה שאין יודעים דברים ברורים בטעמם ובאיזה אופן הי', ע"ש.
ועי' באורך בשו"ת דברי יואל יו"ד סימן מ"ד במתינות.

ויואל משה (מאמר א אות קפה):
וחסרי תבונה מתחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים ומשתנים מפה אל פה בשינוים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אח"כ בספר סוברים שהוא ס"ת, וכבר כ' הרמב"ם ז"ל באגרת תימן על איזה ענין שחלקו עליו, וז"ל, שראוי לך לדעת שהדברים האלה וכיוצא בהם שוא וכזב, ולא יהיה לך לראיה לפי שתמצאם כתובים בספרים, שהמכזב כמו שהוא מכזב בלשונו מכזב בקלמוסו ואין זה נמנע עליו, עכלה"ק.

אין לנו אלא דברי בן עמרם ה"ה ספר הקדוש ויואל משה, משה אמת ותורתו אמת, ידוע ומפורסם תוקף התנגדות רביה"ק זי"ע ליתן אומן לסיפורי מעשיות, רבינו הקדוש מסר מודעה רבה לאורייתא להודיע לדורות הבאים שלא להאמין כלל, עד כדי כך שהיה חושש כי אף את תלמידיו החשובים ביותר שבחר בהם להיות שלוחיו הנאמנים למטרה נשגבה בכתיבת ספרו הקדוש לפרסם דעתו הטהורה בעיקרי יסודי הדת יכתבו דברים שלא עלו על לבבו מעולם ולמעול בשליחותם במילתא דעבידא לגלוי', אם כן קל וחומר בן בנו של קל וחומר בסתם איניש דעלמא שלא בחר בהם לכתוב ולפרסם דעתו, וכל שכן סיפורי מעשיות, וכל שכן כד נח נפשיה דרביה"ק, דכל אשר רוצה לתלות ברבותיה"ק בוקי סורקי כעושה בתוך שלו, ובמודעה זו קיים רביה"ק מילי דאבות חכמים הזהרו בדבריכם.

מעולם לא שמענו מפי רבותיה"ק זי"ע שיספרו וישמעו מעשיות כאלו, ובפרט על מרן העצי חיים זי"ע, כמה שדיבר רבינו הברך משה זי"ע מאביו, וכמה שמסרו בניו הרבנים שליט"א מה ששמעו מפי אביהם הגדול דברים כגון דא מעולם לא סיפרו. הגה"ק מקלויזענבורג זי"ע אשר הכיר את חותנו (בזוו"ר) מעט יותר מאותו זקן אחד, הרבה להביא ולספר מנפלאות חותנו בכל עת ועידן, מעולם מעולם לא ימצא אף שמועה קלה בדומה לסיפורי גשמים וכיוצ"ב, (איני נכנס כאן על מעשיות של הרב מקלויזענבורג וכו') אמנם כיון שהכיר בטוב את חותנו ומשפחתו וכל הנעשה ונשמע הרוחניות והגשמיות ידע הדק היטיב שסיפורים כאלו אי אפשר אפילו בעל כרחו לתלות על שמו של העצי חיים.

ואם בסיפורי גשם עסקינן, הא לך העתק מגליון 'בחצר הקודש' סקווירא (פ' תצוה תשע"א, שנה יז גליון כ' דף יא) ליינט אין האט הנאה:
...לפלא יצוין כי כאשר ביקש רבינו להתעטף בטלית לפני קבלת שבת בחדר פרטי בבנין הסמוך לשאטער, ירד גשם זלעפות וכבר החלו לסדר מקום בפינת השאטער לעטיפת הטלית, אך כעבור דקה ביקש רבינו כן לעבור לבנין הסמוך ובאותו רגע פסקו הגשמים מיד. משנכנס רבינו לבנין שוב ירד מטר שוטף מאין הפוגות, אך משביקש רבינו לחזור לשאטער פסקו הגשמים באחת וברגע כניסת רבינו אל השאטער שוב זלפו גשמי הברכה בשטף רב, והיה לפלא בעיני כל הנוכחים.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך פאברואר 08, 2012 11:15 pm

ו וואס איז יעצט ווערט נאכנישט די מעשה אפגעפרעגט, ועוד א חסיד מעג נאך אלס פארציילן א מופת פון זיין רבי'ן קיינער האט נישט געזאגט אז די מעשה איז נוגע להתיר עגונה וכדומה ס"ה האט דער איד פארציילט א מופת פון זיין רבי'ן און נישט דאס מיינט די רבי זצ"ל אין ויואל משה. און אגב איך האב יא געהערט דעם רבי'ן שליט"א פארציילן- איך קען נישט זאגן ענליכע אבער - פלא'דיגע מעשיות אויף רבותיה"ק, איך ווייס נישט פון וועם איר האט יא אדער נישט געהערט.
ביטע ארויסשרייבן פון וועלכן רבי שליט"א בכל העולם כולו איר רעדט, הגבאי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 08, 2012 11:23 pm

סיגוט האט געשריבן:איך האב יא געהערט דעם רבי'ן שליט"א פארציילן- איך קען נישט זאגן ענליכע אבער - פלא'דיגע מעשיות אויף רבותיה"ק


אויב אזוי וואלט מיר זייער אינטרעסאנט געוועהן צו וויסען די עובדות, האט דער רבי (?) נאכגעזאגט פון וועם ער האט דאס געהערט?
איז דאס געוועהן ברבים כגון פירות טיש אדער ביי א פריוואטע שמועס?

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 12:38 am

הרב יש להוסיף, עס קומט מיר אויף אויפן צינג דעם אלטן ווארט וואס מ'זאגט נאך (דאכט זיך מיר פון הרב דאמב) אויף די עדה קדושה סאטמאר, ביי אלע רביש'ע הויפען און חסידות'ער זעהט מען אז די חסידים ענדלען שטארק אין געוויסע חלקים פון זייער רבי'ן, און היות רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז געווען באקאנט זייער שטארק מיטן ספעציעלען כח הנהגה, איז עס אויך אזוי ביי די סאטמארער חסידים, און יעדער איינער א מנהיג פאר זיך... יעדער האט אייגענע מיינונגען און שיטות אויף א יעדע זאך, כידוע!. לענינינו, איך מיין אז דו זאלסט צוגיין צו דיין ספרים-ביכלעך שאפע און ארויסווארפען העלפט פון זיי, און ספעציעל טאקע די וואס באשרייבען דעם רבי'ן זי"ע וואס רובם זענען אין אסאך א ערגערע מדריגה ווי דו ברענגסט דא נאך ווי א תורה שלימה פון רבי'ן און לשיטתך - ווי דו שרייבסט - האט טאקע 'דאס' דער רבי ז"ל איבערגעלאזט אלס א ירושה פאר די דורות הבאים...

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 1:03 am

והשנית: איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט אז ביי אונז פירט מען זיך נישט צו פארציילען מופתים פון רבותיה"ק!? וויפיל בענדער, קונטרסים, ספרים און ארטיקלען מיט טויזענטער "מופתים" זענען שוין געדרוקט געווארען אין די לעצטע 30 יאר פון רבי'ן זי"ע?? דערמאן דיך אביסעלע צוריק! וויפיל דרשות האסטו שוין אליינס געהערט פון גדולי תלמידי וחסידי רבינו הקוה"ט זי"ע צו איז עס ביום כ"ו אדער ביי יעדע אנדערע געלעגענהייט ובתוכם פון חשובע רבנים מיט מעשיות און מופתים פון רביה"ק?? פארוואס האבן צווישן די צענדליגער טויזנטער חסידים פון רבי'ן זי"ע קיינער נישט געפילט פאר וויכטיג ארויס צו קומען מיט הכחשות אויף יעדע מעשה באזונדער??? דו ברענגסט נאך א שו"ת דברי יואל בנוגע אויב א מעשה וואס איינער פארציילט און ס'איז "נגד הלכה", מה ענין שמיטה אצל הר סיני? דא רעדט מען בס"ה פון א מעשה און א אפענע מופת פונעם הייליגען עצי חיים זי"ע וואס א איד פארציילט עס אז ער האט עס אליינס בייגעוואוינט! ס'ליגט נישט קיין שום כפירה, נישט קיין כל שהוא נגד ההלכה, נאר נגד הטבע און ס'איז געווען צדיק גוזר והקב"ה מקיים! מ'קין ווייטער רואיג אנגיין מיט די טעגליכע עבודת ה' אומגעשטערט אפילו מ'גלייבסט די מעשה..! בנוגע וואס דו שרייבסט אז רביה"ק הברך משה זי"ע האט נישט פארציילט קיין מופתים מאבותיו הק' וכש"כ מאביו הק' זי"ע איז שקר גמור, איך וועל שפעטער צוברענגען עטליכע פון די צענדליגע מעשיות וואס דער רבי הבר"מ האט פארציילט במשך הימים. און בכלל דערמאן דיך צוריק די חשובע זקני תלמידי העצי חיים זי"ע וואס זענען נאך געווען דא מיט אונז פאר א שטיק צייט צוריק ובתוכם רבנים מפורסמים וויאזוי זיי האבן גערעדט פונעם הייליגען עצ"ח, ס'האט זיך געגאסען סיפורים ומופתים אייניג!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 2:03 am

תורתו של רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע היא מאירת עינינו, יעדער קען קומען דערציילען זיינע 'בדידי הוי עובדא', 'כ'האב געהערט מפי קדשו',
איבער אלעס 'עס איז באוויסט אז דער רבי...'

מציאות הדברים אין לדיין אלא מה שעיניו רואות, נקט כלל זה בידך 'נייתי ספר וניחזי', דער רבי האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע ירושה, א טייערע אין הייליגע ירושה, וואס צו דעם ירושה קען יעדער איינער זייער גרינג צוקומען, אין דאס איז זיינע הייליגע ספרים ספעציעל דעם ספר ויואל משה וואס איז ווי שולחן ערוך פאר אונז אלע, דערנאך האט ער אונז איבער געלאזט ספר הקדוש דברי יואל. דער ספר דברי יואל פארמאגט אין זיך תורות פון ליל וביום שב"ק אין סעודת רעוא דרעוין, אפאר דרשות, דערנאך קומט די מועדים. זעלטן אין גאר זעלטן וועו מען באגעגענען א מעשה, א סיפור גשם וכדומה אוודאי נישט. בלויז צוויי מעשיות פון די פאהר מעשיות וואס מ'קען ציילען אויף די פינגער, בלויז צווי קען מען אנרופען פלא'דיגע, איינס די באקאנטע מימרא פון צאנז'ער רב אז די פרוכת איז גרייט וכו', אין איינס נישט אזא באקאנטע סיפור אז הרה"ק מליסקא האט געהערט דער ישמח משה רעט מיט איינעם בחדרו, ווען דער ליסקא רב איז אריין אין דעם צימער האט ער געזעהן בלויז דער ישמח משה אליין, האט ער געפרעגט דערויף פאר רבו אז ער האט געהערט צוויי קולות, האט אים דער ישמח משה גענפערט "אינו ידוע לך מאמרם ז"ל כל ת"ח שיושב בינו לבין עצמו וקורא ושונה כביכול הקב"ה יושב כנגדו וקורא ושונה עמו". דאס איז א פחד פון מעשה דער ליסקא רב הערט צוויי שטימעס, דער ישמח משה זאגט כדבר פשוט אז דאס איז דער כביכול, וואס דארף דער ליסקא רב טראכטען אז ער האט נארוואס יעצט געהערט קול ה', פלא פלאים (געדריקט דברי יואל פ' נשא דף קצה). אבער דער אמת איז אז רבותיה"ק אויב האבען זיי יא דערציילט פון די סארט מעשיות איז עס געוועהן מיטן ישמח משה.

דער רבי האט נישט דערציילט קיין מעשיות, ווען ער האט יא איינעם דערציילט אין פריוואט אדער שעראן ספרינגס איז עס געוועהן מיינסטנס אזעלעכע היסטורישע מעשיות הדרכה משולב מיט א דבר תורה אדער א גוטע כאפ, אבער נישט די פורים קטן מעשיות. דער רבי האט געשריבען "סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים, ומשתנים מפה אל פה בשינוים מן הקצה אל הקצה", דאס האט דער רבי געשריבען בכתב יד קדשו לאו דוקא צוגעבינדען להלכה נאר לכללא בדברים כגון דא.
ביי מיר איז דער רבי'ס ווערטער מער ווערט ווי אלע ענקער הסברים, ליידער ליידער איז לקו בכפלים וויפיל לגיונות ושקרים מ'לייגט גאהר אויף זיין נאמען, וואס בחייו חיותו האט ער זיך נאך מתמרמר געוועהן דערויף, כ"ש וכ"ש וויפיל ליגענט ומעשיות פארדרייט פארקרימט און אויסגעפארימט האט מען ארויף געווארפען על אותו צדיק. ווי קען איינער האבען טענות אז איך גלייב נישט יעדע זקן, דעם הדרכה האב איך גענומען מתורתו של רבינו. היינט צו טאגס האט יעדער מעשיות פון דער רבי דער איז מלקט אין יענער איז מלקט עד אין שיעור וערך, א געוואלד פון מעשיות איז געוועהן ביי אנדערע נישט מפורסם'דיגע רבי'ס אבער כדי צו קענען פארקויפען ווייטער יא אויף דערי'ס פלייצעס.
מושיען של ישראל וויפיל מאהל גייט איהר באגעגענען "שמעתי מפי ר' יאסל אשכנזי" וכדו', מ'קען ציילען אויף דער פינגער. אבער פון א איינע וואס האט זיך געדרייט פאר קוים א יאר צוויי האט זעק מיט מעשיות, אינטרעסאנטע וועלט. (דער ענין אנגעריט אויפן שפיץ גאפעל דאס איז א אריכות פאר זיך). איהר מיינט די וואס דערציילען מעשיות למשל: רבי עזריאל גליק, פאיע רב, ספר הללו עבדי ה', ועוד? ווער זענען די פארציילערס וואס די שלינגסט מיט דורשט זייער ווערטער, וואס איז זייערע מקורות? דארף איך אלעס אריינעמען בלינדערהייט?

הלואי וואלט איך דערביי געוועהן ווען דער אותו זקן האט דערציילט זיין סיפור הגשמ"י צום רבי ז"ל, אז ס'האט גערעגט אין קאלוב א דאנק זיין ברודערס משנה עתים ומחליף הזמנים, דער רבי וואלט איהם אזוי שנעל שטיל געמאכט...

ווי אלט איז דער אותו זקן געוועהן בהיותו עד נוכח צום פלא'דיגע מערבית דארט אין קאליב. ווען ער דערציילט מיר דעם מעשה אויף רבי לייזער וואלף מקרעטשניף וואלט איך עס ענדערש געגלייבט...

אפענע מופת...

המשך יבא

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 3:39 am

איך ווייס נישט ווי ווייט דיינע טיפע דמיונות טראגען דיך "וואס דער רבי ז"ל וואלט ווען געזאגט", און פונקליך וועלעכע קרעטשניפ'ער מעשיות דו ווילסט הערן,

יעצט לאמיר אבער זעהן וואס האט אבער יא 'זיכער' פאסירט ביים הייליגען שינאווער רב זי"ע ועכי"א און וואס איז געווען דער 'זיכערער' אנאליז פונעם הייליגען נאסאד'ער רב זי"ע: בס' גדולת יהושע:

דודי אב"ד האדאד זצ"ל נסע ג"כ עם העצי חיים אל מרן הק' משינעווע, ובעת שבאו לקבל ברכת פרידה ממרן משינעווע זי"ע, היה מרן שוכב על המטה מפני חולשת כוחו, וכן היה מקבל האנשים שבאו אליו, וכשבאו אצל הקודש פנימה, צוה הרה"ק משינעווע שמרן הק' בעל העצי חיים יקרא לפניו הפתקא, וכן הפתקאות של כל האנשים שבאו אז לקבל פניו הק', ואח"כ כשסיפרו זאת לדו"ז רבינו הק' מנאסאד זי"ע, אמר על זה: שכוונת הרה"ק משינעווע זי"ע היה בזה לסמכו בסמיכה לרבי שיהיה פועל ישועות, ויקרא פתקאות.
(זעהט אויס אז דער הייליגער נאסאד'ער רב זי"ע מיט זיינע הייליגע ווערטער אז ער וועט זיין א פועל ישועות [לדוגמא ווי די מעשה פון משנה עתים ומחליף את הזמנים וכדו' וכדו']ערלויבט זיך יא צו זיין מחולק מיט יש להוסיף, הלוואי שזכיתי להיות הבר פלוגתא של הרה"ק מנאסאד זי"ע!)
לעצט פאראכטן דורך בדיעבד אום דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:19 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 3:48 am

און יעצט מיט א טריט ווייטער:

1'טע מעשה וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינס דערציילט (לפי שיטת יש להוסיף לא היה המנהג בסיגוט-סאטמאר לספר מופתים [אולי מהישמח משה]), א אפענע מופת וואס האט פאסירט מיט אים זעלבסט, ואשר ראו עיניו ולא זר!

סיפר כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע שבימי ילדותו נסע פעם עם אביו מרן העצ"ח זי"ע בימות הקיץ לעיר נופש סאבראנץ, ובתשעה באב קיבל יסורים וכאבים גדולים והלכו לדרוש אחרי רופאים, וכולם אמרו שצריכים לעשות ניתוח תיכף ומיד, והעצ"ח לא הסכים בשום אופן, ואחרי חקירה ודרישה נודע לו שבתוך ה"מיליטעריש קאזערנע" בעיר אונגאוואר הסמוכה יש רופא מומחה גדול, והלך העצ"ח ז"ל ביחד עם רבינו והובילו אותו לבית החולים של הצבא, וכשבא הרופא הנ"ל ובדק אותו ואמר שאפשר לחכות עם הניתוח עד למחר, ועמד העצ"ח ז"ל להתפלל תפלת מנחה סמוך למיטתו של רבינו, וסיפר רבינו שמעולם לא ראה את צורת אביו בעת תפילת שמו"ע, ואז ראה איך שבער כאש בהתלהבות ובדביקות עצומה, ואמר אז להרה"ח ר' יעקב יצחק צימענט ע"ה מנאמני ביתו שהי' נוכח שם, שמתפילתו של אביו הבין שהמצב שלו אינו טוב, ואחרי שגמר העצ"ח ז"ל את תפלתו התחיל המצב להשתפר לאט לאט, וכשהגיע הרופא נשתומם מהשינוי לטובה ואמר שאין לעשות עוד ניתוח ולמחר יכול לצאת מביה"ח וכן הוה.
(מקור: פרי תמרים גליון כא)
לעצט פאראכטן דורך בדיעבד אום דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:01 am

א מעשה בנוגע רוח הקודש הופיעה בבית מדרשו, וואס דער משב"ק לשלשלת בית סיגוט הרב אשר גבאי זלה"ה האט אליינס פארציילט פארן רבי'ן הבר"מ זי"ע און דער רבי האט עס איבער דערציילט, ר' אשר ז"ל זייענדיג גבאי ביים הייליגען ייטב לב, קדושת יו"ט, עצי חיים, האט נאך אזוי גוט געוויסט דער מנהג לבית סיגוט ווי הרב יש להוסיף און האט זיך ערלויבט צו דערציילן דעם מופת:
סיפר לי הרה"ח ר' משה [קאהן] ז"ל משמש של רבינו הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, שהיה רבינו (העצי חיים) פעם אחד בטשאפ, ולא היה שם דגים בנמצא על שבת רק נתנו הערינג, ושאל רבינו בליל שבת להרב המרא דאתרא דשם אם יוצאים בשבת בהערינג, ותמה הרב הלז על מה ששאל אותו רבינו, וכי לא ידע רבינו, וכן ביום שאל ג"כ את הרב דשם ותמה הרב כנ"ל, וכן בסעודה שלישית שאל את הרב ותמה הרב מאד מפני מה שאל אותו רבינו, ופתאום באמצע סעודה שלישית בלילה בא ערל אחד ושאל אם צריכים דגים, והשיבו להערל שצריכים הדגים ולקחו הדגים וצלו אותו תומ"י, ורבינו אכל אותו עוד בס"ש, וכל האנשים שישבו שם תמהו ע"ז מאד (צדיק כתמר יפרח - בשם הרה"ח ר' ליפא ברוין).
וכ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל "ברך משה" זי"ע סיפר ג"כ עובדא זו כפי ששמעה מהרה"ח ר' אשר (שווארץ) משב"ק, בהוספה קצת, שבסעודה שלישית סיפר מרן העצי חיים עובדא שאירע אצל כק"ז מרן הגה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע, שפעם אחת לא היה בנמצא דגים לשב"ק, והוצרכו לאכול דגים מלוחים בכל הסעודות, ובעת הסעודה השלישית ירד פתאום גשם חזק מאד עד שנכנסו המים לתוך הבית דרך התקרה, ואירע נס ופלא שביחד עם מימי הגשם נכנס דג שלם לתוך הבית, ולקחו את הדג ואכלו ממנו לכבוד שב"ק. ויהי כאשר כילה מרן העצ"ח זי"ע לספר עובדא זו נכנס פתאום ערל ובידו וכו', כנ"ל. (פרי תמרים, שיחות קודש של כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע)

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:10 am

נאך 2 מעשיות וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט 'אליינס' פארציילט כדרכו בקודש וכנוסח בית סיגוט-סאטמאר:
סיפר כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע כי ב'סיגעט היה שוחט אחד אשר מרן העצ"ח לא רצה לאכול משחיטתו, והדבר היה לפלא בשעתו כי הוא היה ירא ושלם ככל שאר השוחטים, ופעם אחת בימי ילדותו שאל רבינו זי"ע את אביו הק' לסיבת הדבר, והעצ"ח לא רצה לגלות לו טעמו ונמוקו, ודחאו בקש, באמרו כי השוחט הזה שוחט עם סכין של חלב, והרי אסור לאכול בשר בחלב, והבין רבינו זי"ע שלא רצה לגלות לו סיבת הדבר והיה לפלא בעיניו כל הימים, אח"כ כאשר עברו ימים ושנים נודע שבניו של השוחט הזה יצאו לתרבות רעה, ואף גם שמאחד מבני בניו סבלו בנ"י צרות שונות, אז ראה והבין רוח קדשו וראות עיניו הטהורים של אביו הק': (אלה מסעי)
כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סיפר כי שני בחורים מסיגוט נתחתנו לעיר מונקאטש, וכנהוג עמדו לקבוע את דירתם במונקאטש מקום מגורי נשותיהם, ויהי לפני יום חתונתם כאשר באו להתברך ולהיפרד מרבם מרן העצי חיים, אמר להם מרן העצי חיים, הלא ידעתם ושמעתם בוודאי אשר בעיר מונקאטש יש הרבה מחלוקת נגד המרא דאתרא בעל המנחת אלעזר, ובכן הזהרו והשמרו להכניע עצמיכם תחת רב העיר, והריני עומד ומזהירכם, כי באם תכניעו עצמיכם תחת המרא דאתרא, תזכו לבנים טובים והגונים, ומכלל הן אתה שומע לאו, ומספר רבינו שהוא הכיר את שניהם, האחד ציית ושמע לקול רבו העצי חיים וזכה לראות דור ישרים מבורך ת"ח יראים ושלמים, והשני לא נזהר, ולא שמע לקול העצ"ח והיה ממתנגדי הרב ממונקאטש, ועוד בחייו נחשכו עיניו מראות את בניו יוצאים לתרבות רעה והיו מחללי שבתות רח"ל.

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:38 am

כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע סיפר שאחד ממקורביו של מרן העצי חיים זי"ע עברו אצלו כמה ימים ושנים אשר לא זכה להיפקד בזש"ק, ותמיד הרבה להפציר את העצי חיים זי"ע שיעתיר בעדו שיוושע בבנים, ומרן העצי חיים ידע את כל אשר נעשה בבית האיש אשר אשתו היתה חובשת פאה נכרית על ראשה, ויהי פעם אחת בעת שהפציר את העצי חיים עבור בנים, אמר לו העצי חיים, אם תוכל לפעול אצל אשתך שתפשוט את הפאה נכרית ותתלבש כבנות ישראל הצנועות, אז תפקד בזש"ק, הסכימה האשה ופשטה את הפאה נכרית, ולתקופת השנה נולדה להם בת, ויהי כאשר עברו כמה שנים, פרצה האשה את גדרה ולבשה בחזרה את הפאה נכרית, ולא עברו ימים מועטים והנערה שבקה חיים לכל חי, ויהי ככלות ימי האבילות נכנס האיש אל מרן העצי חיים, ויאמר לו כי בוודאי הוא מצדיק עליו את הדין שבא לו העונש בעון הפאה נכרית, אלא שנפשו בשאלתו ילמדנו רבינו מדוע נקטפה הילדה מאתנו כה מהר, ולא נתנו לנו מן השמים מקודם איזה רמז להתבונן ולחזור בתשובה, אמר לו מרן העצי חיים, קבלה בידינו שלשנות איזה לבוש הוא סכנה גדולה, ובל"ק "טשעפען מיט א לבוש איז א גרויסע סכנה", לכן מיד כשפשטתו ושלחה יד בלבוש, הכניסה את עצמה בסכנה מבלי שתוכל להמלט ממנה.

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:44 am

סיפור נורא משני האחים הקדושים
מרן רביה"ק העצי חיים זי"ע - ומרן רביה"ק הדבר"י-ויוא"מ זי"ע:

בתחילת ימי הזעם, טרם פרוץ המלחמה השני' במדינת ראמעניא, בעת שבמדינות אחרות כבר שררה המלחמה הנוראה במלוא תוקפה, מלך בעת ההיא השר אלטונעסקא במדינת ראמעניא, והודות השוחד הרב ששילשלו לכיסו יהודי ראמעניא עדיין לא שלטו הרציחות והשפיכת דמים במדינת ראמעניא. אך בכל זאת כבר רחפה אז באויר רוח האנטיסמיטזי"ם, חלק ניכר מאנשי המדינה נשלחו למחנות העבודה.

[עוד גם זאת נרגשה בימים טרופים האלו בראמעניא, כי ממשלת מדינת ראמעניא נתנו רשות להגרמנים ימ"ש לעבור דרך ארצם ללחום בגבול ארץ רוסלאנד, ובכל עיר ועיר שעברו הגרמנים עשו שמות בארץ והפילו חיתתם על יושביה, וגם הוציאו אז הדייטש"ן צו איסור לכל תושבי המדינה לבל יסובבו בשווקים וברחובות, ובאם המצא תמצא מאן דהוא שעבר על פקודתם, אחת דתו להמית רח"ל. ואכן בזמנים האלו בל נראה ובל נמצא אף אחד מתושבי מדינת ראמעניא מחוץ לביתו.

בימים ההם אירע עובדא מחרידה בעיירה קטנה בה כיהן פאר הגה"צ ר' יוסף חנוך העניך קליינמאן זצ"ל (לימים רב ואב"ד בכפר גדעון בארה"ק) מחשובי תלמידי הגה"צ מסעקעלהיד זצ"ל, ובצעירותו יצק מים על ידי הגה"ק מרן העצי חיים זי"ע. וגפא דעובדא הכי הוה: בימים ההם הגיעו רבים מאח"י למצוא מחסה בראמעניע שהיה מקום מובטח יותר משאר הארצות. אחד הרבנים החשובים שגם הוא היה בין הגולים לראמעניע, שבק אז חיים לכל חי, והיה נמצא כדומן על פני השדה ללא קבורה כי מורא עלה על ראש כל היהודים להביאו לקבר ישראל מפחד הרשעים הגרמנים שעברו דרך אותו עיר.

רב העיר הגה"צ ר' יוסף העניך זצ"ל שם עצה בנפשו, והלך באישון לילה עם עוד ארבעה מתושבי העיר לגמול חסד של אמת עם הרב הנפטר לקבור את מתם מלפניהם, ובסתר ובחשאי קברו את הרב בבית החיים כראוי, כשאף אחד אינו מבחין את מעשיהם.

אולם, אחר שגמרו בעבודת הקבורה, כשהתחילו לחזור לביתם, הנה מה מאוד נרתעו ונבהלו כשהבחינו כי הגרמנים רודפים אחריהם וכלתה אליהם הרעה. הללו התחילו לברוח בנפשם כל עוד נשמתם בם לבל יתפסו אותם הגרמנים הארורים ח"ו. ואכן הארבע אנשים שהלכו ביחד עם הרב הצליחו לברוח מידם ונמלטו על נפשם. אולם הרב ר' יוסף העניך לא הצליח לברוח מפניהם ונתפס בידם.

הגרמנים העבירוהו מיד לבית הסוהר שעמדה תחת ממשלת הראמענער ומסרוהו לשר בית הסוהר. וכפי הרגיל, שלמחרת בבוקר הוציאו את כל האנשים משם וגזרו פסק דינם למיתה רח"ל.
כשנכנס הרב לבית האסירים הושיבוהו בזוית אחד, וישב ובכה על רוע מר גורלו, הוא ידע בנפשו כי כבר קרב קיצו, ולא נותר בעדו כי אם מספר שעות עד סופו המרה רח"ל. תוך ישבו שקוע בבכי וחלחלה, נפלה עליו תרדמה גדולה. והנה חלם חלום נורא ונפלא...

בחלומו ראה את רבו הראשון הגה"ק מרן העצי חיים זי"ע, איך שעומד לידו בבית האסירים, וברגשי אבהית מחזקו ומנחמו בדברים, וכה אמר לו: "ידעתי בני ידעתי שעת צרה גדולה היא לך, אמנם אנכי לא אוכל לעזור לך בצר לך, כי זה יותר מחמשה עשר שנים מפרידים בינינו מאז שהנני בעלמא דקשוט. ועל כן איעצך ויהי אלקים עמך שתלך לאחי הרב רבי יואל'יש מסאטמאר שיעתיר בעדך, ובזכות תפילתו תיוושע ותשוחרר". הרב פרץ בבכי מר ושאל את רבו מרן העצי חיים זי"ע בחלומו: "וכי איך אוכל להגיע לסאטמאר הלא הננו חבוש בבית האסירים, והנה למחרת בבוקר הם רוצים להוציא אותי להריגה רח"ל"... והשיבו רבו העצ"ח! "תלמידי חביבי! אין לך לדאוג, אני כבר אודיע לאחיך שגר סמוך לעיר סאטמאר, ואבקשו שיזכיר אותך לפני אחי הרב רבי יואל'יש שיתפלל עבורך בעת צרתך"... ויהי ככלות מרן העצי חיים זי"ע לדבר את דבריו, ויקץ הגה"צ ר' יוסף חנוך זצ"ל והנה חלום.

הרב ר' יוסף חנוך לא שם לב הרבה לדברי החלום, כי דברי חלומות לא מעלין ולא מורידין. אמנם למחרת בבוקר הנה ראה זה פלא... השומר החדש שהגיע בבוקר (כנהוג שבבוקר החליפו את שומרי בית הסוהר) כאשר ראה את היהודי בבית האסירים תמה ושאל לו: מה לך פה?... וענה הרב שנתפס ע"י הגרמנים העוברים כעת במדינה, השומר התחיל לצעוק אליו: צא מכאן... צא מכאן... מהר ברח לך אל מקומך!. השומר פתח לו את כל השערים, והוא התחיל לברוח בנפשו ויצא מבית האסירים לחופשי.

ר' יוסף העניך לא קלט בראשונה את כל ונוכחת, דימה בדעתו כי וודאי שקוע עדיין בחלום הלילה... התבונן בדבר הנפלא העצומה שנשתחרר מבית האסירים באופן משונה כזו, והחליט שבוודאי אין זה דבר פשוט כלל, ואין זה כי אם שרבו מרן העצי חיים זי"ע פעל בעדו מעלמא דקשוט שינצל מצרתו ויצא מצרה לרווחה ומאפילה לאורה.

בינתיים, פרצה המלחמה הנוראה במדינת ראמעניא, הרב ר' יוסף העניך הלך בשבי ובגולה ככל אחיו הנתונים בצרה ובשביה, בגולה אחרי גולה ובשבי אחר שבי, ובחסדי שמים מרובים ניצל גם הפעם מידי זדים ונשרד לפליטה.

כתום המלחמה, נסע לבית אחיו הנ"ל שגר סמוך לעיר סאטמאר, להוודע מי ממשפחתו נשאר בחיים. אך כאשר הגיע לבית אחיו מצא את הבית שומם מיושביו כי אף אחד ממשפחת אחיו לא נשאר בחיים ל"ע.

אולם תוכו מסתובב בביתו של אחיו, בהכנסו לחדר הספרים, הנה נראה לעיניו ספר אחד מונחת על שולחנו של אחיו, שנשאר שם על השולחן כל הזמן של המלחמה הנוראה.

הלה ניגש אל השולחן ופתח את הספר, ומה מאוד נרתע לראות כי בשער הספר רשם אחיו דבר פלא על דבר הצלתו מבית האסירים, וכה נמצא רשום על ספרו של אחיו: ראיתי בחלומי את הגה"ק בעל עצי חיים זצ"ל מסיגעט ואמר לי: "הן אחיך ר' יוסף העניך נקלע למצב קשה והוא בצרה גדולה על כן מהר קום ולך לאחי הר"ר יואל'יש ותזכיר לפניו את אחיך שינצל מכל צרה"... בתחילה לא שמתי לב לזה ואמרתי חלומות שוא ידברון, אבל אחר השנות החלום פעם ופעמיים קמתי ועליתי לבית מרן הגה"ק מסאטמאר וסיפרתי לו את החלום אשר ראיתי, ורבינו איחל מברכותיו הטהורות שיעבור את המלחמה וישאר בחיים. ע"כ מצא רשום בשער של הספר של אחיו.

ר' יוסף חנוך נפתע לקרות דבר זה בספר שרשם אחיו, וכאשר ראה שאחיו רשם את הזמן לסיפור הנ"ל, ראה שזה היה בדיוק באותו לילה שגם הוא ראה בחלומו את רבו העצי חיים זצ"ל, ואז נתברר לר' יוסף העניך ע"ה למפרע שחלום אמת ראה, ונפלאת היא בעיניו.

מפי הרה"ח ר' אברהם הערשקאוויטש מזקני חסידי סאטמאר באנטווערפען יצ"ו

ששמע מבעל העובדא הגה"צ ר' יוסף העניך זצ"ל

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:49 am

נאך עטליכע מעשיות וואס זיינע תלמידים האבן פארציילט:


היה דומה למלאך ה' צבאות

הגה"צ מטענקא ז"ל (תלמיד מרן העצ"ח ז"ל), התבטא פעם להבחל"ח לכ"ק רבינו הגה"ק בעל "ברך משה" זיע"א בתוך אחד השיחים בזה"ל: מי שראה צורתו הקדושה של מו"ר הרה"ק מרן העצי חיים זי"ע אי אפשר שימוש הצורה הק' מזכרונו לעולם. והנני זוכר כשראיתי אותו בפעם האחרון בליל שב"ק בשעת קידוש כשלבש את טליתו על השטריימל ואמר קידוש בקדושה עילאה, והיה ממש דומה לבחינה שאחז"ל (שבת כ"ד) על ר' יהודא ב"ר אילעי שהיה מתעטף בטליתו והיה דומה למלאך ה' צבאות.
(פרי תמרים)


ברכה בנרות שבת

פעם בליל שב"ק כאשר ישב מרן העצי חיים על יד שלחנו הטהור, והשעה היתה כבר מאוחר ונרות של שבת טרם יכבו, ועוררו אותו כי עוד מעט ויכבו הנרות, ענה ע"ז בל"ק: איך האב געהערט פון הייליגן טאטן אז שבת איז דא א ברכה אין אלעמען אפילו אין די לעכט, שבת ברענען די לעכט לענגער!. וכן הוה, שהנרות דלקו לזמן הרבה, ולא זו בלבד, אלא גם כאשר הפתילות היה בכלותן והלהבים התנועעו עצמן (צאנקער"ן בלע"ז), היה ג"כ מתנועעים לזמן הרבה והיה לפלא. (גדולת יהושע)


יין קידוש - פקידת עקרות

סיפר לי הגאון האב"ד מטענקא (שליט"א) [זצ"ל], שהיה מופת גדול אצל חמותו של אחיו בסיגעט שלא היתה לה זש"ק רח"ל ונסעה אצל צדיקים הרבה ולא הועיל לה כלום, ופ"א חלם לה שהיתה בליל שבת אצל רבינו העצי חיים ושמעה מרבינו זמירות וקידוש ושתתה מכוס של קידוש מרבינו עבור שאמר לה רבינו שאם תשתה מכוס שלו יהיה לה זש"ק, וכן עשתה, ורבינו היה אז עוד בחיים חיותו, וביום א' הלכה לרבינו ונתנה לו פתקא ובירך אותה שתפקד בזש"ק, וכך הוה. (צדיק כתמר יפרח)

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:56 am

עס איז דא נאך פילע מעשיות פונעם רבי'ן הברך משה זי"ע וואס ער האט פארציילט, סיי פונעם עצי חיים זי"ע און סיי פון אבותיו הק' למעלה בקודש רבותינו העצי תמרים זי"ע אבל יכלו הזמן והם לא יכלו, אזוי אויך איז דא אהן א צאל מעשיות וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט אליינס פארציילט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע ולמעלה בקודש, ואי"ה עוד חזון למועד.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 11:32 am

יישר כח בדיעבד
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט