תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
דינסטאג פבואר 24, 2015 5:10 pm
א גרויסן יישר כח בעל הילולא פארן דאס ארויף לייגן כ'האב מיך נישט געקענט אן עצה געבן
עס וואונדערט מיר גראדע וואס עס מיינט די ר"ת דבק נפשו בהו"ע (אפשר איז עפעס נישט גיט נאכגעשריבן)
צווייטענס איז אינטערעסאנט אז עס שטייט אויפן מציבה "הכניס אורחים ומעיל צדקה לבש" דאס מיז זיין א מורא'דיגע מסירת נפש ווייל לויט ווי איך האב געהערט פון ר' יודל עביר ראזענבערג הי"ו און יבלחט"א אן אנדערן נירעדהאזער איד וואס איז שוין נישט בין החיים איז ער געוועהן אן עני ואביון מדוכא וואס האט ממש נישט געהאט דעם טאג איבער צוקומען.
דריטענס עס שטייט אויפן מציבה "לדור ישרים בתורה שבק חיים" ווייסט אפשר איינער צו עס איז עפעס געבליבען מיוצאי חלציו, אפשר אז עס שטייט "לדור" און נישט "לדורות" ווי מען שרייבט געווענליך מיינט דאס עפעס?
Advertisement
דינסטאג פבואר 24, 2015 5:18 pm
יודל קליין האט געשריבן:דריטענס עס שטייט אויפן מציבה "לדור ישרים בתורה שבק חיים" ווייסט אפשר איינער צו עס איז עפעס געבליבען מיוצאי חלציו, אפשר אז עס שטייט "לדור" און נישט "לדורות" ווי מען שרייבט געווענליך מיינט דאס עפעס?
מיינט גארנישט
ווען ער איז אוועק איז נאך געווען יו"ח, איך גלייב די מצבה איז געשטעלט געווארן בשעתו, איז וואס איז די שאלה, דעמאלט'ס איז נאך געווען 'לדור'.
דאנערשטאג פבואר 26, 2015 1:04 am
יודל קליין האט געשריבן:און לכבוד ר' יעקעלע יישר כח פאר דיין תשובה איך האב עס נישט פארזעהן איך האב אבער ביז אהער נישט געוויסט וואס עס איז געווארן מיט איהם צו איז ער אום געקומען אויף קידוש ה' אדער צו האט ער גאר איבער געלעבט די קריג, אדער איז ער אוועק נאך פארן גריג, און יעצט בין איך געוואר געווארן אז ער איז נפטר געווארן געציילטע חדשים פארן דעפאטירן און ער האט זוכה געוועהן צו קומען לקבר ישראל, און אפי' א מציבה האט מען געשטעלט, (וואס זיין פעטער האט צו דעם נישט זוכה געווען ביז לעצטענס ווי איהר האט שוין פארציילט), און ער האט אפי' די זכיה אז די לעצטערע יארן גייען א מנין אידן פון ראצפערט זאגן תהלים און קדיש אויף זיין ציון ביומא דהילולא. יישר כח ר' יעקעלע נאך אמאל פאר אלע אייערע שטארק תוכן'דיגע תגובות
ברוכים תהיה
יודל קליין האט געשריבן:ג) אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?
אויפן מצבה שטייט כ"ק אדמו"ר אבער פון וואנעט נעמט איהר אז מ'האט אים / ער האט זיך גערופען "זידיטשוב'ער רבי"?
דאנערשטאג פבואר 26, 2015 1:54 pm
איך האב געהערט פון צוויי נירעדהאז'ער אידן איינער פון זיי וואס איז נאך אתנו בחיים און דער צווייטער וואס איז שוין ליידער נישט מיט אונז, האב איך פון זיי געהערט אז אין נירעדהאז איז געוועהן א זידיטשוב'ער רבי ר' יודל'ע עהרליך זצ"ל. אויך האב איך געזעהן אין ספר "זכרנו לחיים" (חיברו הרה"ח ר' בערל עהרמאן ז"ל פון קליינווארדיין) סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע שטייט אזוי בזה"ל: הה״צ ר׳ יודא עהרליך שליט"א נכד הה"ק מזדטשאיב ומקום דירתו בעיר נירעדהאזא סיפר לי [וכו'] ע"כ עס שטייט טאקע נישט אז מ'האט איהם גערופן זידיטשוב'ע רבי אבער איך זעה אז ער אידענטיפיצירט איהם מיט זידיטשוב. שפעטער בין איך הערשט געוואויר געווארן אז עס איז דא דער מקום מנוחתו און באקומען די נוסח המציבה וואס פון דעם נוסח איז משמע אז ער איז געוועהן א רבי.
מאנטאג מרץ 02, 2015 1:41 pm
איי וועלט איי וועלט ווי גרויס ביסטו, אז מ'זיכט טרעפט מען און טאקע דא אויף איי וועלט טרעפט מען וואס מ'זיכט.
ענדליך געטראפן אן ערנסטער שטיק אינפארמאציע איבער די משפחה פון ר' יודא לייביש עהרליך זצ"ל פון נירעדהאז וואס איך פרעג מיך שוין נאך דא א שטיק צייט. יעצט האב איך געטראפן אינעם אשכול וואס רופט זיך שושלת זאבנא ברענגט דארט הרב רבי יעקב דוב מיללער [על ישראל הדרתו בעיר סקרענטאן ומצודתו פרוסה על איי וועלט והגלילות] א שמועס צווישן צוויי שרייבערס ר' יוסלמאן און בן הרחמן אינעם אשכול בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט, מיט אביסעל הילף פון הסרפד. וזה תוכן שיחתם בסייתא דמשיא:
רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאווע וחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא. אשת ר' חיים איז געוועהן הרבנית טויבא ע"ה בת בנו פון הצדיק ר' מנחם מענדיל הויזער
ער האט געהאט א זוהן רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרליך זצ"ל הי"ד אב"ד ריגליץ וואס ער איז געוועהן אן איידעם ביי רבי נפתלי צבי אונגער מבארדיוב ב"ר משה אליקים בריעה אונגער מדאמבראווא ב"ר ישראל אלימלך מזאבנא ב"ר יוסף מדאמבראווא ב"ר מרדכי דוד מדאמבראווא. זיין שווער רבי נפתלי צבי אונגער איז געוועהן אן איידעם ביי ר' משה'לע בארדיוב'ער ב"ר ברוך'ל גארליצער זי"ע
רבי יוסף שמואל שמעלקא האט געהאט צען קינדער פארן קריג ואלה שמותם (לויט יד ושם): פייגא, טויבא, חנה, משה, מנחם, גיטא [מרים גיטל הי"ד], שרה, יוטא, יהודה [לייבוש], פעסיא. בלויז צוויי האבן איבער געלעבט די קריג און זיך באזעצט אין מושב יסודות בארה"ק, דאס זענען צווילינג שוועסטער מרת טויבא באש אשת ר' דוד באש און אשת ר' מענדל בריקמאן.
ר' חיים ברעזנא'ער האט געהאט אן איידעם הגאון רבי נפתלי הירץ באמבאך ראבדק"ק סאמבור בעל מחבר ספר גבעת הלבונה
מאנטאג מרץ 02, 2015 1:47 pm
דא האט איהר א לינק צו די מקור אויפן זאבנא'ער אשכול עס איז דא דארט א בילד פון רבי יוסף שמואל שמעלקא עהרלעך אב"ד ריגליץ זצ"ל הי"ד און אויך א בילד פון א בריוו וואס זיין טאכטער מרים גיטל הי"ד 9 יאר אלט האט געשריבן גייענדיג צו די שחיטה ווי זי שרייבט דארט "חטאנו צורנו סלח לנו יוצרינו, שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, ד' הוא האלקים, ד' מלך ד' מלך ד' ימלוך לעולם ועד"
viewtopic.php?f=31&t=24688&p=954757&hilit=%D7%96%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%90#p954757
- עטעטשמענטס
-

- 445_9.jpg (5.93 KiB) געזעהן געווארן 127 מאל
-

- sss.gif (24.14 KiB) געזעהן געווארן 127 מאל
לעצט פאראכטן דורך
יודל קליין אום מאנטאג מרץ 09, 2015 11:57 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג מרץ 02, 2015 6:17 pm
זייער אינטערעסאנט!
אבער נישט פארמישען:
עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז
און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז
דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל
און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל
דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ
דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד
דינסטאג מרץ 03, 2015 11:45 pm
יודל קליין האט געשריבן:רבי יודא לייבוש עהרליך זצ"ל אדמו"ר בנירעדהאז משושלת זידיטשוב בן ר' חיים זצלה"ה מברעזנא ודעבערצין ומנו"כ בסוואליאווע וחתן ר' יוסף כ"ץ האלענדער מאמסאנא.
דער רבי יוסף הכהן האלענדער מאמסאנא זצ"ל דער שווער פון רבי יודא'לע פון נירעדהאז איז געוועהן דער פאטער פון הרה"צ ר' נתן דוד הכהן האלענדער זצ"ל מאמסאנא שווער פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל און הגה"צ רבי אברהם ברוך ראזענבערגער אב"ד גמזו זצ"ל
דינסטאג מרץ 03, 2015 11:48 pm
יעקעלע פוקס האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!
אבער נישט פארמישען:
עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז
און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז
דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל
און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל
דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ
דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד
דער פשוט'ער מהלך זיך נישט צו פארמישן איז אז דער בערעגסאזער האט מען גערופן ר' לעהביש און דער נירעדהאזער האט מען גערופן ר' יודא'לע
מיטוואך מרץ 25, 2015 8:57 am
יודל קליין האט געשריבן:יעקעלע פוקס האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!
אבער נישט פארמישען:
עס איז געוועהן א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'בערעגסאז
און אויך א ר' יהודה ליבוש עהרליך אדמו"ר מ'נירעדהאז
דער בערעגסאזער איז געוועהן א זוהן פן דעלאטינער רב זצ"ל
און דער נירעדהאזער א זוהן פונעם ברודער ברעזנא רב זצ"ל
דער נירעדהאזער איז נסתלק געווארען ערב יו"כ און ליגט ושם מנו"כ
דער בערעגסאזער איז אומגעקומען דורך די חיות טורפות בצורת אדם יום ב' סוכות תש"ד אין אוישוויץ הי"ד
דער פשוט'ער מהלך זיך נישט צו פארמישן איז אז דער בערעגסאזער האט מען גערופן ר' לעהביש און דער נירעדהאזער האט מען גערופן ר' יודא'לע
רבי ליבוש עהרליך מנירעדהאז ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה פון "ספר החיים":
viewtopic.php?p=1033170#p1033170
מיטוואך מרץ 25, 2015 11:22 am
מיללער האט געשריבן:יודל קליין האט געשריבן:דער פשוט'ער מהלך זיך נישט צו פארמישן איז אז דער בערעגסאזער האט מען גערופן ר' לעהביש און דער נירעדהאזער האט מען גערופן ר' יודא'לע
רבי
ליבוש עהרליך מנירעדהאז ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה פון "ספר החיים":
viewtopic.php?p=1033170#p1033170
וזה לך האות שקרא לו ר' יודא (משא"כ קרוביו שכיניהם היה ר' לייבוש/לעהביש), עיין במה שציין ידידנו מ'סקרענטאן בספר החיים בכינתו ר' יודא
דינסטאג יולי 21, 2015 4:29 pm
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ער האט געהאט א זוהן ר' יהודה לייביש זצ"ל הי"ד וואס האט געוואינט אין בערעגסאז אין געהאט א אייגענעם קלויז (לעצטענס געזעהן אין א באשרייבונג, אז מ'האט דעם ר' לייביש גערופען 'די בערעגסאזע רבי') און געוועהן א איידעם ביים בני שלישים פון קאסאן זצ"ל
דינסטאג יולי 21, 2015 5:41 pm
עס איז געווען איינער רבי יעקב דאכנער זצ"ל מדעלעטין [נכד התורת חיים מקאסוב זי"ע] האט דאס שייכות? איז דאס די זעלבע דעלעטין?