בלאט 1 פון 5

ר' יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:10 am
דורך מיללער
מיר האבן שוין אסאך ארומגערעדט איבער הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער דער אינגסטער זוהן פונעם הייליגען צאנזער רב דער דברי חיים זצוק"ל און זיין משפחה, הגיע הזמן צו האבן אן עקסטערען אשכול איבער דעם גרויסן צדיק וקדש.

ר' ישעי'לע איז ווי דערמאנט געווען דער אינגסטער זוהן פונעם צאנזער רב, ווערנדיג געבארן אויף דער עלטער פונעם פערטן זווג בת ר' מרדכי דוד אונגאר מדומבראווע, ווען ר' ישעי'לע האט חתונה געהאט מיט הרבנית בת ר' יחיאל מקריליוויץ חתן הרה"ק ר' יהושע'לע מבעלז האט שוין דער צאנזער רב נישט געלעבט און די גרויסע ברודער די קינדער פונעם דברי חיים האבן זיך אפגעגעבן מיט די חתונה.

ר' ישעי'לע איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין טשחויב ווי ער איז למעשה קיינמאל נישט אריבערגעגאנגען וואונען און אויף זיין פלאץ האט מען אויפגענומען ר' יעקב שמשון קאנער ממשפחת אחיו הרדברי יחזקאל משינאווא, ר' ישעי'לע האט געוואונט אין קראקא ביז צום דעפארטירונג ווי ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ עקד"ה הי"ד.

דער הייליגער ר' ישעי'לע איז געווען באוואוסט אלס א בעל מופת ואיש פלא, א קדוש וטהור און זייענדיג דער זוהן פונעם גרויסן פאטער דער צאנזער רב איז ער געווען מפורסם אין אונגארן און אין גאליציע.

בייגעלייגט זענען עטליכע בילדער וואס איך האב צאמגענומען פון אונזער פארום ותשוח"ח לכל החברים המתנדבים בעם.

דער ערשטער בילד איז מיט זיין שוואגער הרה"צ ר' אלעזר הלוי ראזענפעלד זצ"ל-הי"ד מאושפיצין חדב"ן מרן הדברי חיים.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:23 am
דורך מיללער
דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.

ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז, ער האט געהאט א זוהן ר' משה וועלכער האט א זוהן דוד וועלכער לעבט אין פלארידא.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:25 am
דורך לעווי
יישר כח הרב מיללער.

ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכל האב אסאך צאנזער חסדים געזאגט אז הרה"ק רבי ישעי'לע טשחויבער האט געהאט די צורה פון זיין טאטע.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:29 am
דורך מיללער
איין איידעם פון ר' ישעי'לע איז געוען הרה"ק ר' חיים יצחק טווערסקי מלויאב-טשערנאבל זצ"ל הי"ד פון וועם מיר האבן שוין גערעדט באריכות אין אשכול מיוחד אויף דעם.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' חיים יצחק און אויך פון הרה"ק ר' ישעי'לע ווען לינקס פון אים ווערט געזעהן זיין אייניקל הרה"ק ר' זושא'לע משטערנאבל-בני ברק זצ"ל אלס בחור.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:35 am
דורך מיללער
נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.

דער סוכא רב האט געהאט א זוהן חיים וועלכער איז געווען א חתן ביי הרה"ק ר' חנא האלבערשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד, ער ווערט געזעהן אויפן פריערדיגען בילד רעכטס, אלס אינגל מיט די ברילען, ער איז אומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם.

א בילד פונעם סוכא רב ז"ל.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:36 am
דורך יאסל
מדארף ווען אהערברענגען פונעם באבוב'ער אשכול די שמועס וועגען זיינע אייניקלעך וואס לעבן נאך.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:40 am
דורך מיללער
דער אנדערער זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם ז"ל-הי"ד וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ש"ב דער קדושת ציון פון באבוב, זיין רביצין די טאכטער פון ר' בנציון באבובער זצ"ל האט איבערגעלעבט די קריג מיט א זוהן ר' יעקב (המכונה יענקוש) הי"ו.

א בילד פון ר' יחזקאל דוד ז"ל מיט זיין שווער דער קדושת ציון, אויך א בילד פון ר' יעקב ב"ר יחזקאל דוד ביי א מסיבה (ערשטער רעכטס אויפן אויבן-אן).

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:42 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ידידי הרב מילער שי'
יש"כ פארן עפענען דעם אשכול
ווי אין ניו יארק ליגט ר' חיים ז"ל בן ר' ישעי'לע זצ"ל?

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:47 am
דורך מיללער
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי הרב מילער שי'
יש"כ פארן עפענען דעם אשכול
ווי אין ניו יארק ליגט ר' חיים ז"ל בן ר' ישעי'לע זצ"ל?


אין וועלוואוד סעמעטערי (זעה דער לינק אינעם תגובה איבער אים).

איך האב געזעהן אינעם נייעם ביה"ח אין קראקא די מצבה פון א זוהן פון ר' ישעי'לע טשחויבער וועלכער איז אוועק אלס קינד ל"ע, איך דערמאן זיך נישט יעצט דער נאמען, אפשר האט איינער מער אינפארמאציע און פילייכט גאר א בילד.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:48 am
דורך לעווי
תיקות טעות: די זון פון רבי ישעי'לע זצ"ל האט געהייסן ר' יזקאל הי"ד. (איר האט אים פילייכט פארטוישט מיט ר' יחזקאל דוד הלברשטאם בן הקדושת ציון זצ"ל).

ר' ישעילע טשחויבער איז דריי מאל געווען א פעטער זיין מחותן די קדושת ציון וועלכער איז געווען אן אייניקל פון זיין ברודער רבי מאיר נתן זצ"ל, אן איידעם פון זיין ברודער רבי שלום אליעזר מראצפערט הי"ד, און אן אייניקל (דורך זיין שווער) פון זיין שוואגער רבי מאטעלע האניסטייפלער זצ"ל.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:55 am
דורך מיללער
לעווי, דער נאמען 'יחזקאל דוד' האב איך גענומען פונעם ספר 'הרה"ק משחויב'.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 11:58 am
דורך לעווי
מיללער האט געשריבן:לעווי, דער נאמען 'יחזקאל דוד' האב איך גענומען פונעם ספר 'הרה"ק משחויב'.


אויב עס שטייט דארט אזוי דאן מן הסתם האבן זיי רעכט, קען זיין אז מען האט אים נאר גערופן מיטן נאמען יחזקאל.

דרך אגב, איך געדענק ווען די ספר איז ארויס געקומען (אויב מיר רעדן פונען זעלבן ספר) ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבה און כ'האב עס אדורך געליינט/לערנט מדעקל לדעקל איןא איין טאג. ווער איז די מחבר דערפון?

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 12:01 pm
דורך מיללער
דער זעלבער מחבר האט לעצטענס ארויסגעגעבן דעם ספר 'הרה"ק מראצפערט' איבער הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל, ער הייסט בריננער.

געשריבן: פרייטאג ינואר 23, 2009 12:18 pm
דורך יאסל
ניין רב מיללער ר' יחזקאל דוד איז דער זון פונעם סוכא'ר רב
דער זון פון ר' ישעי'לע האט טאקע נאר געהייסן ר' יחזקאל.

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2009 4:11 pm
דורך אזוי נארמאל
מיללער
דו שרייבסט זייער שיין, אבער כ'וועל עס אביסל צופיצן.

ר' ישעי'לע איז געווען פון די דריטע רעבעצן פון הייליגן דברי חיים. אין די פערטע האט אים ערצויגן.

אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אמגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אנגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן דו גרעניץ קיין ראמעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.

זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט ציווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טיען מיט אים. ביז ער האט געזעין אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה דו קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפלאג קיין ראמעיניעץ


ר' חיים טשעחויב'ער ליגט אין בה"ח בית דוד אין לאנג איילענד long island NY נישט קיין סאך ארויפצו פון צעילימער רב זי"ע

געשריבן: מאנטאג ינואר 26, 2009 3:47 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:ניין רב מיללער ר' יחזקאל דוד איז דער זון פונעם סוכא'ר רב
דער זון פון ר' ישעי'לע האט טאקע נאר געהייסן ר' יחזקאל.


תיקון טעות, טאקע נישט 'יחזקאל דוד' באבער אויך נישט 'יחזקאל' סתם, ער האט געהייסן 'יחזקאל שרגא' ווארשיינליך נאכן פעטער דער שינאווער רב זצ"ל.

געשריבן: זונטאג פאברואר 01, 2009 3:02 pm
דורך אזוי נארמאל
ר' יעקעלע מפשעווארסק זצ"ל פלעיגט זיין זייער בידידות מיט ר' חיים טשעחוב'ער, זיי האבן אסאך געלערנט צוזאמען.

ווי אויך דערציילט ר' יעקעלע אז זיין רבי דער הייליגער ר' חנא קאלאשיצער זי"ע. פלעיגט אפט צו פארן צוזאמען מיט די חסידים, צו ר' ישעי'לע פארברענגען, פאר א ר"ח אדער א חמשה עשר בשבט טיש.

געשריבן: זונטאג פאברואר 01, 2009 4:45 pm
דורך סאדע_באטל
לפי ידיעתי האט ער געוואוינט אין טשעחויב פאר צוויי וואכן אלס רב

געשריבן: זונטאג פאברואר 01, 2009 5:23 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי הרב מילער שי'
יש"כ פארן עפענען דעם אשכול
ווי אין ניו יארק ליגט ר' חיים ז"ל בן ר' ישעי'לע זצ"ל?


אין וועלוואוד סעמעטערי (זעה דער לינק אינעם תגובה איבער אים).

אן לאנגאיילענד אונעם חלקא וואס האט באלאנגט אמאל צי דעם קהל חרדים און די איסט סייד. (ער האט דארט געדאווענט.)
עס איז אויפען זעלבען ראוד וויא דער צעהלעמער חלקא איז.
דער אלטער סיגוטער חלקא איז אויך דארט אויף יענעם ראוד

איך האב שוין עטליכע מאל געהאט די זכיה צי זיין אויף זיין ציון.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 02, 2009 11:23 pm
דורך אזוי נארמאל
שמחה טייערער

ביסט גערעכט. נישט מער ווי בערך 10 חלקת אראפצור פון צעהלימער רב'ס אוהל.

אין איך בין שוין אויך אסאך דארט געווען. אין האפענטליך געפוילט אלעס גיטס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 03, 2009 11:47 am
דורך יאסל
אזוי נארמאל האט געשריבן:

אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אמגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אנגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן דו גרעניץ קיין ראמעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.

זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט ציווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טיען מיט אים. ביז ער האט געזעין אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה דו קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפלאג קיין ראמעיניעץ



זאג ביסט זיכער מיט די געשיכטעלע ? ווייל לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז ר' ישעי'לע געשאסען געווארן אין איינע פון די גיטאות כ'מיין אין באכניע,
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2009 9:24 am
דורך סאדע_באטל
יאסל האט געשריבן:
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.
[/quote]


יאסל טייערע, איך קלער אז מיטן גריבלן אין די לעגענדע קען מען צוקומען עובר צו זיין אויף די תקנות וד"ל.......

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2009 7:48 pm
דורך אזוי נארמאל
מר. יאסל
אז ער איז נעבעך אומגעקומען אויפן בארג אינמיטן גרעניץ, האב איך געהערט פון הרה"ג החסיד ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א

אין איך האב טאקע אויך געהערט אז ער האט אויך געברויכט צו זיין אויף די אויטא, נאר כ'האב געהערט א אנדער גירסא פארוואס ער איז נישט געווען. (צוליב א גבאי)

מר. באטל
די שרייבסט עפעס קאוד שפראך. ביטע זיי עס מסביר.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 12, 2009 10:27 am
דורך מיללער
א בילד אין מארינבאד פון ר' ישעי'לע טשחויבער זצ"ל, ווער איז פון רעכטס?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 12, 2009 1:54 pm
דורך יאסל
יאסל האט געשריבן:
אזוי נארמאל האט געשריבן:

אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אמגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אנגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן דו גרעניץ קיין ראמעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.

זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט ציווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טיען מיט אים. ביז ער האט געזעין אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה דו קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפלאג קיין ראמעיניעץ



זאג ביסט זיכער מיט די געשיכטעלע ? ווייל לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז ר' ישעי'לע געשאסען געווארן אין איינע פון די גיטאות כ'מיין אין באכניע,
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.

אזוי ווי כהאב געשריבן די מעשה איז לא היה ולא נברא, ער איז אימגעקומען אינעם באכניער געטא ווען מהאט אים געכאפט באהאלטען אין א בונקער.
דארט איז אויך געשאסן געווארן זיין זון דער סוכא'ר רב הי"ד.