ר' יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:44 pm

געשיקט קיין קאפענהאגען, פון דברי המעתיר איז כתי"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 10:11 am

יישר-כח ווילוויסענער רב הי"ו פאר די העתקה

יוסף שרייבער האט געשריבן:געשיקט קיין קאפענהאגען, פון דברי המעתיר איז כתי"ק.


איז דער בריוו שוין געדרוקט?

ויאמר
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2013 4:07 pm

תגובהדורך ויאמר » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:34 pm

וואו איז רבי חיימ'ל טשחויב'ער געווען א איידעם?

אויב איינער ווייסט, ביטע לאז דיך הערן!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13995
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:46 pm

ויאמר האט געשריבן:וואו איז רבי חיימ'ל טשחויב'ער געווען א איידעם?

אויב איינער ווייסט, ביטע לאז דיך הערן!

מיילעך האט געשריבן:ר' חיים הלברשטאם מטשעחויב-י"ז ניסן תשט"ז
נולד בשנת תרמ"ב בעיר בעלז לאביו ר' ישעי'לע מטשעחויב
ולאמו הרבנית פריידא בת ר' יחיאל מקרילאוויץ בן ר' משולם זוסיא מזינקוב וחתן מהר"י מבעלזא.
בשנת תרנ"ט נשא את בת ר' מנשה מארילוס אב"ד ראפשיץ בן ר' מנחם מנדל (חתן ר' דוד מדינוב) בן ר' יצחק מראפשיץ (חתן ר' מנשה מראפשיץ) בן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב.
בשנת תרפ"ד היגר לארה"ב.
נערץ אצל כל צדיקי דורו ובמיוחד אצל הרה"ק מסאטמאר.
נסתלק א' דחוה"מ פסח תשט"ז ומנו"כ בוועלוואד-לאנג איילאנד.
בניו: ר' דוד יהושע ראב"ד סאסנאווצא-ר' שמעון מראפשיץ נספו בשואה הי"ד.
נשארו צאצאים מר' דוד יהושע כאן בארה"ב.

viewtopic.php?p=214607#p214607

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:39 pm

http://theantitzemach.blogspot.com/2013 ... r-rov.html

נפטר געווארען ר' (יעקב יצחק) יענקוש ב"ר יחזקאל שרגא ה"ש, נכד הרה"ק מטשחויב ורב"צ מבאבוב
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מאי 04, 2014 6:44 pm

הרה"ק מטשחויב ווענדט זיך פון קראקא אין בעפארברייטונג צו די ימים נוראים וטובים פון שנת תרס"ו צום גביר וטפסר ר' דוד סימאנסאן פון קאפענהאגען דענמארק אז ער זאל באשטייערן פינאנציעל צו די הוצאת החג לכבודו ולכבוד אבותיו הק'.
צוגעלייגטע
chechov.JPG
chechov2.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:48 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ היינט נאכט
זי''ע הי''ד
参考专家

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מארטש 18, 2015 1:12 pm

צוגעלייגטע
seferid_50743_page_27.pdf
(221.39 KiB) דאונלאודעד 161 מאל
seferid_50743_page_28.pdf
(202.43 KiB) דאונלאודעד 133 מאל

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:08 pm

לקראת יודה"ל המתקרב ובא:
בספר 'רבינו הקדוש מטשחויב' עמ' מ"ד:
נכדו האדמו"ר מטשערנאבל זצ"ל סיפר שמדי פעם היה רבינו מחבר שירי קודש מעוררי רגשות שמחה ומלהיבים לב ונפש כל חי לאביהם שבשמים, והיה מנגנם כשערך את שלחנותיו הטהורים ובתפלותיו הזכות מתוך השתפכות הנפש ובהתעוררות גדולה, ובהערה שם (מס' 100) כותב 'חלק מהשירים ידועים בין החסידים עד היום'

מי שהוא יודע ממה הוא סח?, ואיפה ניתן לשמוע אלו הניגונים????

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:30 pm

137231.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:30 pm

150589.jpg

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3922
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 16, 2015 2:45 am

יציב פתגם האט געשריבן:
150589.jpg

צווייטע פון לינקס איז בנו הה"צ רבי יחזקאל שרגא הי"ד חתן הקדו"צ מבאבוב הי"ד
דביה תחדי נפשא

זכות אבות
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

המציבה אינה במקומה

תגובהדורך זכות אבות » מאנטאג מאי 23, 2016 2:58 pm

מיילעך האט געשריבן:מיללער, בייגעלייגט איז דער בילד וואס איר האט געווארט


איך וויס נישט וי אזוי מ ברענגט אהער די בילד פין מציבת הרבנית אסתר מרים מטשכויב,
אובער דאס איז א קלארע זאך, אז די מציבה איז נישט אויפן ריכטיגע ארט.

דער שורה איז א שורה פין מענער, רבנים וכו', אין נאר נאך וואס מגיטט אריבער דער חלקה, קומעט א חלקה פין ווייבער,
טאקע א פאר רעבציניס.

דער ריכטיגע פלאץ איז 3 שורות שפעטער.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:19 am

badatz האט געשריבן:ב''ה
דברתי עכשיו עם אחותו הבכירה של ר' אשר דינן מרת שפירא בעלה הי' ר' צבי אלימלך ע''ה ממשפחת בערטש .
אשת ר' ישיעלע היתה בת נ''ו שנה כשנפטרה והיתה לה מבעלה ה' בנים ובת אחת שיינדעלע . הבנים .
בן-ציון .יעקב צבי .מאיר שלום. ברוך דוד .ויחזקאל שרגא .מזיווגו הראשון הי' לו בן ר' חיימעל וב' בנות
אשת ר' חיים יצחק מלאיאוו .ובת הענא אשת ר' מענדעלע בן הרב ממושינא בן ר' משהלע בארדיאווער
וחתן הסקולער רב בן האדמו''ר האמצעי מבעלז וחתן הצמח מויזניץ .
שיינדעלע ובן-ציון נעדרו בימי ילדותם ומנו''כ בקראקא הבת בת 12 והבן בן 6 .תנצב''ה .
ר' חיימעל התחתן בשנת תרנ''ח .ר' ישעלע הי' מבוגר מהרבנית השני' בעשר שנים .היא נולדה
בשנת תרל''ד והוא בתרכ''ד .לעת עתה זה מה שקיבלתי ממנה .ועוד חזון .


מרת שפירא געפינט זיך דיזע טעג אין די ריעבילטאציע היים אויף 10 עװעניו אין ב.פּ. בדיעה צלילה לרפואה שלימה לאורך ימים ושנים טובות

א רעכטע אייניקל פון די קדושים ר׳ ישעי׳לע און ר׳ אלעזר׳ל אושפּיצינער (דאפלטע איר אייניקל מהרה״ק מצאנז זי״ע)

כבוד
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

תגובהדורך כבוד » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:57 am

מיללער האט געשריבן:נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.



דער סוכה רב זצ"ל הרה"צ רבי יעקב צבי איז געווען אן איידעם ביים פעטער הגה"ק רבי אלעזר מאושפצין זצ"ל חדב"ן הרה"ק מצאנז זצ"ל.

נפטר בשנת תש"ג.

א בילד פון זיין זון רבי יחזקאל דוד הלברשטאם לאיוש"ט.


כבוד
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

א בילד פון זיין זון רבי יחזקאל דוד הלברשטאם לאיוש"ט.

תגובהדורך כבוד » מיטוואך מארטש 29, 2017 11:04 am

converted_file_c34017b3.jpg

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 12:03 am

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא קדישא של הרה''ק ר' ישעי'לע מטשחויב זצ''ל
参考专家

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 12:53 am

כבוד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.



דער סוכה רב זצ"ל הרה"צ רבי יעקב צבי איז געווען אן איידעם ביים פעטער הגה"ק רבי אלעזר מאושפצין זצ"ל חדב"ן הרה"ק מצאנז זצ"ל.

נפטר בשנת תש"ג.

א בילד פון זיין זון רבי יחזקאל דוד הלברשטאם לאיוש"ט.


געהערט א שטיק צייט צוריק אויף קול מבשר א אינטערוויו מיט איינע פון די צוויי זוהן פון סוכא'ער רב זצ"ל, ס'איז געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן ערשט האנטיג פון ר' ישעי'לעס א רעכטער אייניקל ווי ער דערציילט איבערן זיידן זצ"ל.

איין פלא'דיגע מעשה דערציילט ער דארט וואס ער איז געווען דערביי, (און ער דערציילט נישט סתם, ווייל רוב מעשיות דארט האט ער אוועקגעמאכט אזוי כלאחר יד) אז אנהייב קריג ווען די אידן פלעגן זיך צוזאמקומען אין געטא צום זיידנ'ס טיש פלעגט מען שטעלן שומרים ביי די פענסטער צו אכטונג גיבן פון די דייטשע רשעים, און ווען מען האט געזעהן אז זיי דרייען זיך דארט פלעגט מען ווערן שטיל נישט צו ציען זייער אויפמערקזאמקייט.

איינמאל אינמיטן טיש ווען מען האט געהאלטן אינמיטן זינגען הויעך איז איינער געקומען צו לויפן אז די דייטשן ימ"ש קומען, אבער דער זיידע האט געהייסן ווייטער ממשיך זיין און זיך נישט אפשטעלן, און זיי זענען געקומען אלץ נענטער צום הויז אבער ר' ישעי'לע האט זיך נישט דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודה און געהייסן ווייטער זינגען כאילו לא הי'.

ויהי לפלא אז זיי האבן זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט פון די גאנצע זאך, און זיי זענען געווען דארט און גארנישט באמערקט אפילו אז עס זיצן דא אידן און זינגען מיט א פעסטקייט.

זכותו יגן עלינו ועכי"א

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:24 am

יהיה כן האט געשריבן:לקראת יודה"ל המתקרב ובא:
בספר 'רבינו הקדוש מטשחויב' עמ' מ"ד:
נכדו האדמו"ר מטשערנאבל זצ"ל סיפר שמדי פעם היה רבינו מחבר שירי קודש מעוררי רגשות שמחה ומלהיבים לב ונפש כל חי לאביהם שבשמים, והיה מנגנם כשערך את שלחנותיו הטהורים ובתפלותיו הזכות מתוך השתפכות הנפש ובהתעוררות גדולה, ובהערה שם (מס' 100) כותב 'חלק מהשירים ידועים בין החסידים עד היום'

מי שהוא יודע ממה הוא סח?, ואיפה ניתן לשמוע אלו הניגונים????

בחצר הקודש טשערנאביל משוררים בהרבה עיתות רצון 2 ניגונים המקובלים שהם מרבינו.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 5:44 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'האב לעצטנס איבערגעקוקט אין "רבינו הקדוש מטשעחויב" וועגן די פטירה פון הרה"ק זי"ע הי"ד. ס'איז מיר אלץ געווען א וואונדער צו מ'ווייס ווי מ'האט אים קובר געווען, ווייל ווען ער איז נסתלק געווארן איז עס לכאו' נאך געווען בכדאי שיעשו אז מ'זאל אים ברענגן לקבורה, האבעך געזעהן אז ער ברענגט מפי מענשן וואס זענען דארט געווען אז די רשעים ימ"ו האבן נישט געלאזט מ'זאל אים ברענגן לקבר ישראל און זיי האבן נעבעך פארברענט גופו הטהור.

בכלל וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען איז א שרעק. די רשעים האבן אים אנטדעקט און ער האט זיי געבעטן אז זיי זאלן אים לאזן אנטוען טלית ותפילין, און חבוש על ראשך פארך, האבן זיי אריינגעשאסן בגופו הטהור. איידער ער איז געהארגעט געווארן האט ער געזאגט: דער טאטע האט געזאגט אז די גאנצע זאך [פון אומקומען דורך די רשעים] איז ביי אים נישט מער ווי איבערטוען די בעקיטשע.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, ונקום נקמת דם עבדיך השפוך.

כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א דערציילט אז נאך זיין חתונה ווען ער איז געווען אויף שבת שקלים ביי רבי איציקל זי"ע צוזאמען מיט זיין שווער הגה"ק מראדומישלא זצ"ל האט ער געטראפן דארן אין בעלזער שטיבל א יוד מיטן נאמען "נפתלי ראפס" און ער האט איהם דערציילט אז ער איז געווען אין געטא צוזאמען מיט רבי ישעי'לע, און ווען ר' ישעי'לע האט געזעהן אז מ'גייט איהם הרג'נען האט ער איהם געזאגט אז אויב וועט ער איבם ברענגן לקבר ישראל זאגט ער איהם צו אז ער וועט דורך לעבן דעם קריג. נאכן שיסן האבן די רשעים ימ"ש נישט געוואלט אז מ'זאל איהם באערדיגן האבן זיי פארברענט גופו הטהור, און דער ר' נפתלי האט אפגעווארט און שפעטער האט ער צאמגענומען די 'אש' און עס באערדיגט כדת וכדין. אפאר טעג שפעטער קומט צו צו איהם א דייטשער אפיציר (!) און ער זאגט איהם אז במקום פלוני איז דא פירצה און ער זאל שוין אנטלויפן... וכך הוה, עד היום הזה פארשטייט ער נישט וואס דארטן איז געווען. גדולים צדיקים במיתתם.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:29 pm

כבוד האט געשריבן:
converted_file_c34017b3.jpg

ווי וואוינט דער הרב האלבערשטאם ?
ווי קען מען עהם טרעפן ?
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:50 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:לקראת יודה"ל המתקרב ובא:
בספר 'רבינו הקדוש מטשחויב' עמ' מ"ד:
נכדו האדמו"ר מטשערנאבל זצ"ל סיפר שמדי פעם היה רבינו מחבר שירי קודש מעוררי רגשות שמחה ומלהיבים לב ונפש כל חי לאביהם שבשמים, והיה מנגנם כשערך את שלחנותיו הטהורים ובתפלותיו הזכות מתוך השתפכות הנפש ובהתעוררות גדולה, ובהערה שם (מס' 100) כותב 'חלק מהשירים ידועים בין החסידים עד היום'

מי שהוא יודע ממה הוא סח?, ואיפה ניתן לשמוע אלו הניגונים????

בחצר הקודש טשערנאביל משוררים בהרבה עיתות רצון 2 ניגונים המקובלים שהם מרבינו.

אולי תודיע לי אימתי משוררים זאת, [ואם אולי יש מספר טעלעפאן האט ליין של החסידות שיכולים לשמוע]

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג יולי 09, 2018 12:50 pm

נאך וועמען הייסט הרה"ק ר' יצחק ישעי'?

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג יולי 09, 2018 1:12 pm

אינרעסאנטע זאך
כידוע במחלוקת בין צדיקי בית ריזין לצדיקי בית צאנז, נטו קו צדיקי בית טשערנוביל יותר עם צדיקי בית ריזין [אשר מלבד קשרי הנישואין הרבים שהיו ביניהם עד כי חדל לספור, היו בקשרי ידידות עצומים ביניהם], ובאו הדברים לידי כך, שבעת הדפסת מהדורא קמא של הספר ליקוטי תורה [מהדורת לעמבערג] נטו המדפיסים בהדפיסם ההסכמות, ומיעטו בדברי שבח הרה"ק ר' חיים מצאנז, ולעומתו הרבו ביתר בשבח הרה"ק מסאדיגורא, [אפשר לראות זאת באוצר החכמה, עיי"ש]. אמנם במהדורא החדשה שנדפסה מספר זה, שינו המדפיסים, והשוו דברי שבח הצדיקים להדדי, ושמועה שמעתי כי אדמו"ר מטשארנוביל שליט"א אשר הוא נכד הדברי חיים [מבית ר' ישעי'לה] הורה לשנות התארים, והדפיסו על הד"ח כשבחי הרה"ק מסא"ג, וכמובן אשר הצדיקים בעוה"ב עבדו שלמא ביניהם, [וכמובא בזה גם בתשו' מהרש"ם].

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג יולי 09, 2018 5:03 pm

נישט נאר קשרי נישואין, נאר די רויזניער איז בעצם א אייניקל פון טשערנאביל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן בוזי און 15 געסט