בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 11:13 pm
דורך יודל קליין
לכבוד די יארצייט היינט נאכט

אינטערעסאנט קיינער האט נאך נישט דערמאנט, עס איז מיט בערך א יאר אדער צוויי יאר צוריק ארויס געקומען א הערליכע ספר "דרשות דבר צבי" דרשות פונעם ווייטצענער רב זצ"ל על סדר פרשיות התורה ומועדים דריי בענדער, און פארשטייט זיך אליין אז ס'איז הערליך שיין, דער ווייטצענער רב זצ"ל איז דאך געוועהן א זעלטענע געלאנגענע בעל דרשן, אויך האט עס א שטארקע הקדמה ע"י בנו הרה"ג אב"ד ניימארק שליט"א

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:43 am
דורך לכאורה
ניימארק? אפשר סיגעיט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 11:05 pm
דורך יודל קליין
איים סארי, טעיתי, איהר זענט גערעכט, "לכאורה" האט איהר א בעסערע זכרון פון מיר

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 6:09 pm
דורך דעת יחידאה
ברוך דיין האמת. זיין צווייטער זוהן (עלטצטע נאכן קריג), הגה"צ רבי יוסף משה זצ"ל אב"ד ווייטצען איז היינט נסתלק געווארען אין עלטער פון 88 יאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:21 pm
דורך מי יודע
דעת יחידאה האט געשריבן:ברוך דיין האמת. זיין צווייטער זוהן (עלטצטע נאכן קריג), הגה"צ רבי יוסף משה זצ"ל אב"ד ווייטצען איז היינט נסתלק געווארען אין עלטער פון 88 יאר.

וואס הייסט עלטסטע נאכן קריג? איז ער נישט געווען מזיוו"ר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 20, 2015 7:24 pm
דורך דעת יחידאה
יא. ער האט געהאט א עלטערע ברודער וואס איז אוועק אין די מלחמה. איז נאכען קריג איז ער געווען די עלטצטע זוהן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:54 am
דורך ישלהוסיף
האט ער א נאמען?
חתן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:23 pm
דורך דעת יחידאה
רבי יוסף משה בן רבי צבי.
זיין שווער איז געווען הרה''ח רבי משה שנעק מק"ק קניזשא הי"ד.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 11:50 am
דורך מיללער
שנת תש"ח - דער ווייטצענער רב זצ"ל איז שוין אין שיקאגא - ער שתדל'ט ביי די זשאונט איבער 150 בחורים וואס זאלן אריבערגיין פון די די. פי. לאגערן קיין פאריז

http://search.archives.jdc.org/multimed ... _00212.pdf