בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 13, 2010 1:38 am
דורך ביקסאד
מן הסתם איז געווען א היתר, אבל לא ידעתי בבירור מי ומה.

אויב יאך האב נישט קיין איהר-טום האט עס סאטמאר רב [דבר"י] מתיר געווען,
ביי די ברודער השו"בים ר' יחזקאל ור' עזריאל גליק שנשאו שתי אחיות, בנות ר' אליעזר [דמילה] ליימזידער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 13, 2010 10:31 am
דורך אברעמעלע
איך האב געהערט בשם דעעשער רבי זצ"ל אז שני אחים מיט שתי אחיות איז נישט קיין פראבלעם ווען אלע זענען שוין העכער די צוואנציג יאהר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 5:13 pm
דורך ביקסאד
אגב, צוויי פון די טעכטער פון הגרי"ט ווייס גאב"ד ירושלם זענען חתונה געהאט צו צוויי ברידער פון די זילביגער פאמיליע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 4:06 am
דורך משה'עלע
ביקסאד האט געשריבן:א) עס איז געווען דער זיווג שני ביי דעם איהעל'ער רב אויך.
ב) איהעל'ער רב האט חתונה געהאט אין אונגארן, דער ווייצן'ער רב נאך דעם אין אמעריקא.
ג) א געוויסע רבי האט טאקע נישט געוואלט נעמען איינע פון די קינדער פון ווייצן'ער רב פאר א איידעם צוליב די סיבה.

דאכט זיך אז ער האט געהאט פינעף קינדער עס איז דא א בילד פון די קינדער הי"ד

יאסעל האט געשריבען
דער ווייצענער רב'ס רעביצין בריינדעלע איז אויך בארימט דארעך דאס בוך א זון אין א פאנצער אדער עי סאן ענד עי שילד, וואס די סייעתא דשמיה האט ציגעפירט אז זי זאל זיין אין פוילן ביי איר זיידע ווען דער קריג האט אויסגעבראכן, אין דערנאך ווען זי איז ציריקגעשווערט געווארן קיין אונגארען האט זי דערציילט איר פאטער וואס דאס מיינט די דייטשע אקופאציע ,אין דאס האט געפירט אז דער דעשש ער רבי זאל אנטלויפען פונעם געטא אריין אין וואלד אין אזוי ארום ראטעווען כמעט זיין גאנצע פאמליע פון דעפאטירט ווערן.

כמיין אז די מישט אויס צוויי טעכטער כדארף נאכקיקען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 11:55 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:די קינדער פון ווייצענער רב;
ר' זלמן לייב מייזליש אב"ד סיגעיט
ר' יוסף משה מייזליש אב"ד ווייצען-וומ"ס
ר' דוד מייזליש אב"ד סאטמאר-מאנטריאל חדב"ן הברך משה
ר' אלעזר מענדל מייזליש אב"ד ניימארק חתן אב"ד שאפראן
חתניו;
ר' אברהם לייטנער אב"ד מאנטיווידעא ז"ל
ר'.. האלפערין ב"ר אלחנן מראדימישלא-לונדון
ר' משה אונגאר אב"ד ווייצען-שיקאגו


א מזל טוב ווינטש אינעם ירחון 'כרם' פאר ר' בנימין חיים פעלדמאן דעמאלטס אין ירושלים צו די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר' זלמן לייב מייזליש כהיום אב"ד סי-געיט, ברוקלין:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=126

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 9:38 am
דורך יוסף שרייבער
הקדשת ר' צבי הירש מייזליש על ספרו שו"ת בנין צבי דפו"ר נדפס בווייטצען בשנת תרצ"ט, אל הנגיד ר' יוחנן בינעטער אשר נדב את הוצאות הדפוס.

mei.jpg

אינטרעסאנט אויך צו זעהן ווי ער שרייבט אז אין זיין ישיבה בניימארקט האבען געלערנט כמאה בחורים וואס אז א שיינע מספר פאר יענע יארען.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:26 am
דורך הרבטייטעלבוים
כהאב אויך נישט געוויסט אז ער האט זיך געריפען הערמאן

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:46 am
דורך יוסף שרייבער
הירש=הערמאן.

חברי הבד"ץ התרת עגונות בערגן בעלזן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2012 10:31 am
דורך קל_וחומר
קרעדיט: זכור
בילד

יארצייט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2013 11:13 pm
דורך dovidal
היום היארצייט של הגה"צ מווייצען זצ"ל
נכדו אב"ד לימנוב דרש הלילה בכינוס וסיפר עניינים שונים מזקינו בעל הילולא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 12:29 am
דורך לכאורה
dovidal האט געשריבן:היום היארצייט של הגה"צ מווייצען זצ"ל
נכדו אב"ד לימנוב דרש הלילה בכינוס וסיפר עניינים שונים מזקינו בעל הילולא

ווען איר האט געשריבן די תגובה איז שוין געווען נאכן יארצייט, די יארצייט איז געווען מאנטאג בייטאג.

ביי וועלכן כינוס האט דער לימנוב'ער רב גערעדט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:16 pm
דורך דעת יחידאה
ביקסאד האט געשריבן:א) עס איז געווען דער זיווג שני ביי דעם איהעל'ער רב אויך.
ב) איהעל'ער רב האט חתונה געהאט אין אונגארן, דער ווייצן'ער רב נאך דעם אין אמעריקא.
ג) א געוויסע רבי האט טאקע נישט געוואלט נעמען איינע פון די קינדער פון ווייצן'ער רב פאר א איידעם צוליב די סיבה.

ווי ווייט איך ווייס דערציילט מען דאס אויפן וויזניצער רבין פון מאנסי, און אויב מיינסטו אים, איז להד''ם, אני הקטן האט געהערט פון אים אליין זאגן בפה מלא אויף דעם ''שקר''.
און היינט איז ער שוין א מחותן מיט ווייטצענער רב און טאקע פון זיווג שני.
אזוי אויך, רבי ישראל פון בני ברק האט זית משדך געווען מיט זיי ווען דער פעטער פון מאנסי איז געווען זיין מורה דרך

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:18 pm
דורך לכאורה
דעת יחידאה האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:א) עס איז געווען דער זיווג שני ביי דעם איהעל'ער רב אויך.
ב) איהעל'ער רב האט חתונה געהאט אין אונגארן, דער ווייצן'ער רב נאך דעם אין אמעריקא.
ג) א געוויסע רבי האט טאקע נישט געוואלט נעמען איינע פון די קינדער פון ווייצן'ער רב פאר א איידעם צוליב די סיבה.

ווי ווייט איך ווייס דערציילט מען דאס אויפן וויזניצער רבין פון מאנסי, און אויב מיינסטו אים, איז להד''ם, אני הקטן האט געהערט פון אים אליין זאגן בפה מלא אויף דעם ''שקר''.
און היינט איז ער שוין א מחותן מיט ווייטצענער רב און טאקע פון זיווג שני.
אזוי אויך, רבי ישראל פון בני ברק האט זית משדך געווען מיט זיי און די יארן ווען דער פעטער פון מאנסי איז געווען זיין מורה דרך, וד''ל.

וואו וואס ווען?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 06, 2013 11:26 pm
דורך דעת יחידאה
זיין אייניקל הרב דוד צבי כהנא, (חתן רבי אברהם דוב טווערסקי אב''ד ראחמיסטריווקא מאנסי, חדב''ן) איז א מחותן מיט ר' יוסף היילפרין, א זוהן פון ר' דוד פון לונדון, אן איידעם פון ווייצענער רב.
און ער האט גוט געוואוסט ביים שידוך אז עס איז א וויטצענער אייניקל, ווייל עס איז געווען א שטארקער מדובר וועגן די לבוש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 12:05 am
דורך לכאורה
יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 4:35 pm
דורך מיללער
קל_וחומר האט געשריבן:קרעדיט: זכור
בילד

עס זענען דא עטליכע גוטע בילדער פון די תקופה ווען דער ווייצענער רב האט געדינט אלס רב און ראב"ד אינעם די.פי. קעמפ אין בערגן-בעלזן, בייגעלייגט איז נאך איינס:

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 5:15 pm
דורך בן בוזי
א באריכט וועגן דער ווייטצנער רב אין שיקאגאו תש"ט, און וועגן זיין חתונה האבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 5:28 pm
דורך רעבעניו איטשע
מיללער האט געשריבן:הרה"צ ר' בעריש מספינקא האט קינדער וואס ענדלען אין די איהעלער משפחה, ווער ס'קען זיין זוהן ר' זלמן לייב אדער ר' יואל וועט זעהן אין זיי די צורה פון ווייצענער/איהעלער רב וואס ווערט דא געזעהן מיטן באבאובער רב.

יא יא, דער ספינקער רבי ע"ה איז געווען א איידעם ביים אוהלער רב ע"ה וועלכע איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' יאסעלע דעישער זצ"ל,
זעט אויס א בלוט איז נישט קיין וואסער...
בכלל זענען די "מיילזישן" זייער שטארקע "דעישער" פיגורען, סיי אין פנימ'ליכער אויסזען און אויך אין געשטאלט, און אין די נאטורען אויך
זייער פלא'דיג

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 5:39 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:א באריכט וועגן דער ווייטצנער רב אין שיקאגאו תש"ט, און וועגן זיין חתונה האבן.

דער באריכט איז וועגן די חתונה פון זיין זון להבחל"ח הרב ר' יוסף משה מייזליש שליט"א רב בווייטצען וומ"ס, לויטן באריכט איז די חתונה פארגעקומען אין שיקאגא מקום מגורת אבי החתן, און דער סאטמארער רב זצ"ל איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צו זיין מסדר קידושין.

ביי וועם איז דער ווייצענער רב שליט"א אן איידעם ? (מלכה שנעק בת?)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 8:05 pm
דורך לכאורה
אויף די מצבה שטייט מלכה ב"ר משה שנעק מק"ק קניזשא

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:13 pm
דורך מיללער
עטליכע הערליכע בילדער פונעם ווייצענער רב זצ"ל אין שיקאגא:
http://beisvaad.blogspot.com/2014/04/th ... v.html?m=1

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:24 pm
דורך יציב פתגם
די ערשטע בילד רעכטס איז הגאון רבי יוסף שלמה כהנמאן ז"ל ר"י פוניבו'ז

די דריטע בילד אין צענטער איז הגאון רבי משה פיינשטיין ז""ל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:34 pm
דורך מיללער
יציב פתגם האט געשריבן:די ערשטע בילד רעכטס איז הגאון רבי אברהם כהנמאן ז"ל ר"י פוניבו'ז

די דריטע בילד אין צענטער איז הגאון רבי משה פיינשטיין ז""ל


די מיטלסטע בילד איז הגאון ר' חיים דוד רעגנשבערג מראשי ישיבת ביהמ"ד לתורה בשיקאגא, אויפן דריטע בילד רעכטס איז הג"ר ר' יצחק אייזיק הלוי סמאלל ז"ל פון שיקאגא

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:36 pm
דורך חמרא טבא
="נחמן נתן"]לכאורה איז דער בילד אויך דער ווייצענער רב זצ"ל (מיטן באבובער רב מהר"ש זצ"ל)

נישט ווייצען און נישט אוהעל דאס איז סארוואשער רב ביי די חתונה פון חתנו ומ''מ הרב ברוך דוד ה''ש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:37 pm
דורך יציב פתגם
הרב מווייטצען (דריטע פון רעכטס) אלס רב אין בערגן בעלזן. ערשטע רעכטס איז הרב ממוזשאי זצ"ל