רבי משולם זוסיא ב"ר אליער ליפמאן מאניפאלי זצוק"ל - ב' שבט תק"ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

רבי משולם זוסיא ב"ר אליער ליפמאן מאניפאלי זצוק"ל - ב' שבט תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אינעם הסכמה פון ר"ר זושא מ'אניפאלי אויפן ספר מאור עינים (טשערנאביל) ענדיגט ער מיט דעם לשון:

היום יום א' כ"ג לחודש מרחשון לסדר ולפרט והנה פרח מטה אהרן לפ"ק. הק' משולם זוסיל מאניפאלי

ס'איז טאקע געדריקט און גרויס די אותיות והנה פרח מטה אהרן מרמז צו זיין אז ס'איז געווען אין יאר שנת תקנ"ח לפ"ק, דאס איז גוט מיט לפרט, אבער לסדר??
מעזיבוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעזיבוז »

טאקע א פלא.

אגב, נאך דריי הסכמות זענען גיגעבן גיווארן כ"ג חשוון, וזה פלא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מען דארף קוקן אין די פריעדיגע דריקן, ווייל דער כ"ג איז לכאו' א טעות סופר, וואס כידוע איז דער אות ג' געפאלן זייער אסאך אינטערן טעות פעלד.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך פארשטיי נישט דעם פראבלעם מיטן כ"ג, מיר קוקט אויס די פראגע האו קאום קרח געפאלט אין חשון.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך פארשטיי נישט דער פלא און פארוואס איז עס א טעות?

שנת תקנ"ח איז כ"ג חשון אויסגעפאלען אויף זינטאג

(אפשר איז דאס ווארט 'לסדר' א טעות?)
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אבער פ' קרח?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

אין בעלז דערציילט מען אז דא ליגט א רוח הקודש פון רעבין ר' זושא ווייל דער בעלזער רב ר' אהרן ז"ל איז געווארען רב אין בעלז כ"ג חשוון אין דאס האט ער דא מרמז געווען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאשקע, ליינט ביטע מיין תגובה, בין הדבקים.
the SCY is the limit
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

אגב אויף דאס וואס מעזיבוז שרייבט אז ס'איז א פלא אז אלע דריי הסכמות איז געגעבן געווארן כ"ג חשוון איז אויך דא עפעס א מעשה און איך געדענק שוין נישט (עפעס אז ס'איז געווען א אסיפה וכדו')
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

די חידוש דא איז: אז כ"ג חשון איז אנהייבן ווינטער, די פסוק: והנה פרח מטה אהרן שטייט אין פרשת קרח. דאס האט מיר געווינדערט וויאזוי ס'שטימט. זעליג האט ביזדערווייל געזאגט א דערהער.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דא האסטו א מקור צו מיין מעשה
אטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (34.14 KiB) געזען 10290 מאל
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דער 'לסדר' איז לכאורה א טעות הדפוס.

אגב, איז אינטערסאנט צו באצייכענען אן ענדליכער טעות. דער ספר הקדוש 'נועם אלימלך' איז הערשט ביים דריטן דרוק באצירט געווארן מיט אן הסכמה פון זיין ברודער רבי ר' זושא (דער רבי'ן ר' זושא'ס זון, ר' ישראל אברהם, איז געווען דער מוציא לאור ביים דריטן דרוק). ביי יענעם דרוק, און אזוי אויך אין אסאך שפעטערע אויסגאבעס, איז געדרוקט דעם רבי'ן ר' זושא'ס חתימה "הק' משולם וכו' במוהר"ר ר' אברהם", וואס ווי באקאנט איז דאך דאס א ריכטיגער טעות הדפוס, ווייל דער טאטע פון די צוויי הייליגע ברידער האט געהייסן ר' אלעזר ליפמאן.

וואס מיר איז נאר אינטערסאנט, אז ביי ביידע - סיי ביים נועם אלימלך און סיי ביים מאור עינים - איז דער טעות געשען דוקא ביים רבין ר' זושא'ס הסכמה, און דייקא ביים אונטערשריפט. ווי אויך איז אינטערסאנט אז ביי ביידע ספרים זענען די טעותים געשען ביים זעלבן דרוקער - וואס דאס איז דפוס סאלאוויטא! (קדושת הדפוס סאלאוויטא דארף מען דאך נישט מסביר זיין).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך,
איך קען זיך יעצט נישט דערמאנט וואו (אפשר אין איינע פון די וועכנטליכע פלוג-בלעטלעך?), אבער ערגעץ האב איך לעצטענס געלייענט וועגן די הסכמה פון רבי ר' זושא מיטן אונטערשריפט 'ב"ר אברהם' אזש צו קלערן צו זיי זענען טאקע געווען ברודער (!), אדער אפשר נישט פון איין טאטע, אא"וו

נאך איינער האט דאס געזעהן?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מיללער,
ניין איך האב דאס נישט געזען, אבער געווענדליך קומט דאס פון מענטשן וואס האבן א רייץ צו זיין א 'היט' (ניין נישט צו זיין א קאפילוטש, און אויך נישט צו זיין א איט ביים שפילן קעטש. ווייס וואס כ'מיין, איא?). די סארט מענטשן וועלן אויפקומען מיט אלע סארט טעאריעס, אבי זייערע נעמען זאלן בלייבן אין אנדענק אלץ אן ערפינדער...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא יא, איך מיין דאך דאס, אבער דער עיקר איז אז די רעדע איבער'ן הסכמה איז שוין דערמאנט ערגעצוואו און איר ר' זארעך זענט נישט קיין 'היט' (אפשר א קאפעליוטש יא...)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

די רעדע פון די הסכמה, איז לאו דוקא די הסכמה, ס'דא פון רבי ר' זושא, אנטשולדיגטס, דער הייליגער רבי ר' זושא, פינף מיני וועגן וויאזוי ער שרייבט זיך,

זוסיא
זושא
זוסא
זיסיל
וכו'.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כא... כא...
איך האב דען געוואלט מחדש זיין אז זיי זענען נישט קיין ברידער? פון ארויפברענגען אן ענין וואס איז געדרוקט ווערט מען נאך נישט קיין 'היט', פון וועלן מחדש זיין א טעאריע וואס איז קעגן די אנגענומענע מיינונג ווערט מען א 'היט', א שטייגער ווי דער ערפינדער אז דאס באקאנט בילד פון חפץ חיים איז נישט דאס ריכטיגע...

אגב, דאס אז זיי זענען נישט געווען ברידער איז דאך סתם שטותים, אבער דאס בלעטעלע פון וואס דו רעדסט ווייסט דען נישט אז ס'זענען פאראן צענדליגע אנדערע פלעצער וואו דער רבי ר' זושא אליין שרייבט זיך בן ר' אלעזר ליפמאן? ס'הייסט אז זיי זענען געווען ברידער פון איין טאטען.
*

בני היכלא האסט פארגעסן 'זוסמאן'.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יא גערעכט רבי

יישר כח
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אקעי מיר פארקריכען צו א 'על הצדיקים' טעמע (באלד וועט נאך מיללער אפטיילן דעם אשכול למשל צו; 'ועל פליטת בית סופריהם'...)

זארעך, איר זענט דייקא יא א 'הוט' צווישן אונז אזוי ווי דער פסוק זאגט נישט כי הוט אתה בתוכינו, איך האב נאר געמיינט דעם לצה דערפון.

בני,
די רעדע דארט איז טאקע געווען איבער זיין נאמען אויך, ווי איז דאס?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דאכט זיך מיר, אז טאקע ביי אטא די הסכמה זעלבסט אויפן מאור עינים, שרייבט ער זיך אונטער 'זוסמאן'. ואם שגיתי, מעשיגיתי.

אינטערסאנט, דעם 'מאור עינים' איז נישט דא צובאקומען אויפן נעט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' משולם זוסיא מאניפאלי ב' שבט תק"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ר' משולם זוסיא מאניפאלי זצוק"ל - ב' שבט (תק"ס)
ואלה תולדות: הרה"ק ר"ר משולם זוסיא מאניפאלי זי"ע איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי אליעזר ליפמאן ז"ל, און איז געווען א תלמיד מובהק פונעם גרויסן מגיד זי"ע. אסאך פון זיינע לעבנסטעג האט ער אפגעראכטן גלות צוזאמען מיט זיין ברודער הרה"ק ר"ר אלימלך זי"ע, און אונטערוועגנס האט ער פארשפרייט חסידות און מחזיר בתשובה געווען פיל אידן. ער איז געווען רב אין עטליכע שטעט, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין האניפאלי, וואו דארטן זענען געקומען צו אים אסאך רביים און רבנים. ער איז נסתלק געווארן ב' שבט שנת תק"ס און איז באהאלטן געווארן נעבן זיין גרויסן רבי, זיעועי"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייטן פונעם רבי'ן הרה"ק ר"ר זושא זצוקללה"ה האט זיך די שטאט אניפאלי און דער גאנצער אומגעגנט געפונען אונטער'ן הערשאפט פון איינעם פון די פולישע פריצים וועלכער האט דארט געוועלטיגט.
איז מען אמאל געקומען צו לויפן צום רבי'ן אז עס דראעט אויף די אידן פון שטאט א גזירת גירוש ווייל ביי דעם פריץ איז פארלוירן געווארן א גרויסער סכום געלט און דער חשד איז באלד געפאלן אויף דעם איד, האט דער פריץ ארויסגעגעבן א באפעל אז אויב ביז א באשטימטע צייט וועט מען נישט אומקערן די גניבה וועט ער פארטרייבן אלע אידישע איינוואוינער פון שטאט.
ביים רבי'ן ר' זושא אין שטוב האט זיך פונקט דאן געפונען א איד, א גביר, וועלכער איז געווען א מקורב ביים פריץ. דער רבי ר' זושא האט אים באלד געשיקט ער זאל גיין צום פריץ און אים זאגן אז ער, דער רבי, וועט אים אפגעבן די גאנצע גניבה, נאר ער זאל אים געבן צייט א יאר, און ביזדערווייל זאל ער לאזן די אידן במנוחה.
דער גביר, זייענדיג א שטארקע חסיד פונעם רבי'ן, האט זיך פארלאזט אויף זיינע ווערטער. ער איז טאקע באלד אריבער צום פריץ און אים איבערגעגעבן דעם בקשה פון רבי'ן ר' זושא. דער גביר האט פארזיכערט דעם פריץ מיט ערבות אז אויב דער רבי וועט נישט האבן צו באצאלן דעם סכום נאך א יאר וועט ער עס אליינס ארויסלייגן פון זיין אייגענעם טאש, און באצאלן דעם פריץ ביז'ן לעצטן פרוטה.
דערווייל האט זיך דער יאר געריקט און דער רבי ר' זושא פונקט ווי ער וואלט אינגאנצן פארגעסן פון דעם עסק, פירט זיך זיין סדר ווי געהעריג, ער ווייזט נישט ארויס קיין שום זארג אדער השתדלות צונויפצוזאמלען אזא ריזן סכום. דער גביר זעענדיג אז דער רבי מאכט זיך כלל נישט וויסנדיג, און דא לויפט שוין אפ די יאר צייט, האט ער איינגעשפאנט זיין פערד און וואגן און אראפגעפארן קיין אניפאלי דערמאנען דעם רבי'ן ר' זושא אז עס קומט שוין באלד דער טערמין צו באצאלן דעם חוב פאר'ן פריץ. דער רבי בלייבט אבער רואיג, און פארזיכערט דעם גביר אז אים וועט עס נישט קאסטן.
א טאג איידער עס האט זיך געענדיגט דעם יאר האט דער רבי ר' זושא געלאזט רופן דעם גביר און אים נאכאמאל געשיקט צום פריץ אים זאגן אז מארגן זאל ער זען צונויפצוזאמלען אלע זיינע קנעכט און באאמטע, קיינער זאל נישט פעלן און ווען ער וועט אהינקומען וועט ער באווייזן וואונדער.
דער פריץ האט אויסגעפאלגט פונקטליך וואס דער רבי האט אים באפוילן, און אויך האט ער צוזאמענגערופן אלע זיינע פריינט און באקאנטע צו קומען בייוואוינען ווי דער רבי וועט באווייזן מופתים. ווען אלעס איז געווען גרייט איז דער גביר געגאנגען רופן דעם רבי'ן.
דער רבי ר' זושא האט גענומען זיין שטעקן און זיך געאיילט צום פריצ'ס הויף. אריינקומענדיג האט דער רבי אנגעשטעלט זיינע הייליגע אויגן און זיי אריבערגעפירט אויף די רייעס פון די קנעכט און משרתים פונעם פריצ'ס הויף, וועלכע זענען געשטאנען מיט שרעק און שפאנונג צו זען וואס עס וועט זיך ארויסלאזן. ענדליך האט זיך דער רבי געוואנדן צום פריץ און אויסגערופן: עס פעלט נאך איינער!"
אויפ'ן באפעל פונעם פריץ האט מען זיך באלד גענומען זוכן ווער עס האט זיך אויסבאהאלטן, ביז מען האט טאקע געפונען אז דער נידריגסטער קנעכט וועלכער רייניגט דעם שטאל, איז פארבליבן אויף זיין אמט און ער איז פארנומען צו קערן די מיסט פון די פערד. מען האט אים באלד ארויסגעיאגט אין הויף און אים געשטעלט צווישן די שורות.
יעצט האט דער רבי ר' זושא זיך שטארק צעפייערט און מיט גרויס התלהבות האט ער גענומען שרייען דעם נוסח-התפלה וואס מ'זאגט אין די ימים-נוראימ'דיגע שמונה עשרה "ובכן תן פחדך על כל מעשיך" א.א.וו. ביז דער קנעכט - וואס האט זיך פריער אויסבאהאלטן - האט גענומען טרייסלען פאר פחד און זיינע ציין האבן גענומען קלאפן איינע אין די אנדערע און מיט א טויט-שרעק האט ער זיך גענומען בעטן ביים רבי'ן ער זאל אויפהערן צו זאגן די ווערטער ווייל ער האלט עס מער נישט אויס און ער איז זיך מודה ומתודה איבער די גניבה.
מען האט באלד געפירט דעם קנעכט צום שטאל און ער האט אנגעוויזן פונקטליך וואו ער האט באגראבן די גניבה, וואס איז נאכנישט געווען בארירט פונקט אזויווי ער האט עס גענומען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אַן אנדערס מאל האט זיך דער ר"ר זושא אויך באנוצט מים דעם הייליגן פסוק צו העלפן א איד אין אַן עת-צרה. פאסירט האט עס אין א צייט וואס אן אפטיילונג פון די מיליטער איז דורכגעפארן אין שטאט נאכ'ן זיגן אין א מלחמה. די סאלדאטן זענען געווען פאר'שיכור'ט פון גליק און זיי האבן זיך געלאזט מיט טריאומפ איבער די גאסן פון שטאט, צו הוליען און זיך לאזן וואוילגיין.
דער איד האט געהאלטן א קרעטשמע וואו די עוברים ושבים זענען כסדר אריינגעקומען כאפן א טרינק, און אצינד איז די גורל געפאלן אויף אים. די צעווילדעוועטע סאלדאטן זענען באפאלן דעם קרעטשמע און גענומען טרינקען און זויפן פון יעדן סארט משקה וואס האט זיך דארט געפונען, ביז די פעסער זענען ליידיג געווארן, פון וויין און ביר און בראנפן.
די סאלדאטן זענען אבער נאכנישט זאט געווארן און זיי האבן גענומען פארלאנגען נאך בראנפן. ווען דער איד האט זיי ערקלערט אז ער האט נישט מער, זענען די סאלדאטן בייז געווארן און זיי האבן גענומען צעברעכן און צע'מזיק'ן אלעס וואס ס'איז זיי געקומען אונטער די הענט, און אפי' די בני-בית האבן זיי גענומען שלאגן און שעדיגן.
דער איד האט געזען זיין צרה און איז שנעל אריבער צום רבי'ן ר' זושא דערציילן וואס עס גייט פאר. באלד איז דער רבי געקומען מיט זיין שטעקן אין די האנט און האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון קרעטשמע נעמענדיג זיך שרייען הויך: "ובכן תן פחדך על כל מעשיך ואימתך על כל מה שבראת!", די סאלדאטן הערנדיג דעם רבי'נס געשרייען האט זיי אנגעכאפט א שרעקליכן פחד, און איבערלאזנדיג זייער געווער הונטער זיך האבן זיי גענומען לויפן.
דער רבי איז געשטאנען און געשריגן, און די ציטער ביי די סאלדאטן איז אלס געשטיגן; יעדער וואס האט געטראפן א טיר איז אנטלאפן דורכ'ן טיר און די אנדערע האבן גענומען שפרינגען פון די פענסטער, און מיט שרעק זענען זיי געלאפן אין די גאסן פון שטאט.
דער גענעראל פון זיי האט זיך פונקט שפאצירט אין די גאסן, ווען פלוצלים באמערקט ער ווי זיינע סאלדאטן לויפן אים פארביי ווי וואנזיניגע משוגעים, און זיי שטעלן זיך אפילו נישט אפ אים צו סאלוטירן. ער איז שטארק בייז געווארן און פארלאנגט פון זיי א הסבר אויף זייער צעדרייטע אויפפירונג.
די דערשראקענע סאלדאטן האבן אים דערציילט וואס זיי האבן אפגעטאן און ווי פלוצלים איז ערשינען אַן אלטער איד וועלכער האט זיי גענומען אנשרייען פַּח-דָך פַּח-דָך עטליכע מאל נאכאנאנד אנווארפנדיג אויף זיי א גרויס שרעק פון וואס זיי קענען זיך נישט באפרייען.
דער גענעראל האט זיי שטארק אויסגע'מוסר'ט און האט זיי געצווינגען אים צו ווייזן וואו עס געפינט זיך דער קרעטשמע. נאכדעם וואס ער האט באצאלט פאר'ן ארענדער דעם גאנצן שאדן וואס זיי האבן דארט געמאכט און דער גענעראל האט הארב באשטראפט די סאלדאטן, האט זיך דער פחד פון זיי אפגעטון.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער רבי ר' זושא פון האניפאלי זי"ע האט געבעטן פון דעם הייליגער באשעפער אז ער זאל זוכה זיין צו האבן "יראת שמים" אזוי ווי די מלאכים האבן מורא פון השי"ת....
זיין תפלה איז אנגענומען געווארן און עס האט אים באפאלן אזא פחד אז ער איז געלאפן און באהאלטן אונטער בעטן און שענק און איז געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן פאר גרויס שרעק, ביז ער האט געזעהן אז ער קען דאס מער נישט אויסהאלטען. האט ער געבעטן השי"ת זאל צוריק צונעמען פון אים די מדריגה
(רזא דעובדא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינע פון די גרעסטע תלמידים פון מעזריטשער מגיד - [דער רבי ר' בער זי"ע], איז געוועהן דער הייליגער רבי ר' זושא פון די שטאדט האניפאלי זי"ע. ער איז געוועהן דער עלטערע ברודער פון דעם רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
און טאקע דער רבי ר' זושא האט באיינפלוסט - (משכנע געוועהן) דעם רבי ר' אלימלך [וואס איז קודם געוועהן נאר א גאון און נישט קיין חסיד] ער זאל פאָרן מקבל צו זיין תורה און עבודה, וקדושה פון מעזריטשער מגיד זצוק"ל. דער רבי ר' זושא האט מאריך ימים געוועהן, ער איז נסתלק געווארן שנת תק"ס, דרייצען יאר נאך זיין יונגערע ברודער דער רבי ר' אלימלך וואס איז נסתלק געווארן שנת תקמ"ו.
עס פלעגט זיין צייטן וואס דער רבי ר' זושא איז געגאנגען אנרעכטן גלות צוזאמען מיט דעם רבי ר' אלימלך, און ווי זיי זענען געגאנגען האבן זיי אויפגעטוהן פאר אידישקייט, און מחזיר בתשובה געוועהן טויזענטער אידן, און עס פלעגט זיין צייטן וואס דער רבי ר' זושא איז אליין געגאנגען אין גלות.



בשעת זיי זענען ארומגעפארן אין די יונגערע יארן "גלות ליידן", האבן זיי ארומגעוואנדערט אלס ארימעלייט פון שטאדט צו שטאדט און פון דארף צו דארף בערום ובחוסר כל, פיהל הונגער און קעלט האבן זיי געליטן ארומוואנדערנדיג, און אויך האט זיך טייל מאל געטראפן וואו זיי האבן געליטן שווערע בזיונות מיט צרות וואס מען האט זיי אנגעטוהן אלס "פראסטע יונגעלייט" נישט וויסנדיג ווער זיי זענען, מיט וואסערע הייליגע אידן מען האט דא צו טוהן.
די צוויי צדיקים האבן זיך אבער פאר גארנישט אנגעשראקן, קיין שום שטערונג האט זיי נישט צוריקגעהאלטן פון אנצוגיין מיט זייער הייליגע עבודה, וואס זיי האבן אזוי אנגעפירט א לענגערע צייט און באהאלטענערהייט, וואס דאס ביסל וואס איז יא באקאנט דערפון, אין זיכער גארנישט, קעגן די גרויסע עבודה וואס זיי האבן דעמאלט אראפגעלייגט מיט זייער גרויס מסירות נפש, אפצוקומען מיט זייער צער און יסורים די צרות פון כלל ישראל, און אין פארווארפענע שטעטלעך און דערפלעך מחזיר בתשובה צו זיין א איד וואס איז נעבעך פארקראכן פון ריכטיגן וועג, ארויסצוהעלפן אזא איד פון א צרה.
צווישן די מעשיות וואס האט פאסירט מיט'ן רבי ר' זושא זצ"ל ווערט דערציילט; אז איינמאל זייענדיג אין דייטשלאנד, וואס דארט האבן אין יענע צייט געוואוינט פיהל אידן, איז ער צוגעפאָרן צו א שטעטל דארט אין דייטשלאנד, וואס די דארטיגע איד זענען געוועהן אביסל אפגעשוואכט אין אידישקייט, עס האבן זיך צוביסלעך אלץ מער און מער אריינגעכאפט אנדערע פרצות, און מען האט אנגעהויבן פיל נאכצולאזן פון ריכטיגן וועג.
דאס מערסטע האט זיך עס אבער דערקענט ביי די פירצה פון "מאכלות אסורות", וואס אין דעם איסור איז כמעט נישט געוועהן קיין איין אידישע שטוב אין גאנצן שטעטל וואס איז נישט געוועהן נאכגעלאזט, אזוי ווייט אז עס זענען שוין געוועהן פיהל שטיבער וואו מ'האט שוין געגעסן נבילות וטריפות ממש ר"ל.
און אזוי האט דאס שוין ווייטער געפירט דעם עולם, ווי די ספרים הק' ברענגען אז מאכלות אסורות איז אויסערדעם וואס דאס איז אן עבירה פון דער תורה, טוט דאס נאך פארשטאפן דעם קאפ און מח פונעם מענטש, מ'זאל נישט האבן קיין דעת און קיין ווילן צו לערנען און פארשטיין די תורה הק', און אזוי ווערט מען אויך אינגאנצן מגושם און פראסט, אז מען פארלירט אינגאנצן דעם געפיל צו טוהן מצות און מעשים טובים, דאווענען און דינען השי"ת, וואס צוליב דעם איז מען מקפיד אויף נישט צו געבן עסן קיין מאכלות אסורות אויך פאר אזעלכע קליינע קינדער, וואס מיט אנדערע זאכן איז מען נאכנישט מקפיד ביי זיי, ווייל דאס פארשטאפטקייט וואס די נישט כשר עסנווארג ברענגען אריין אין מח פון קינד, ווי קליין ער זאל נישט זיין, בלייבט און שאַדט אויך אויף שפעטער.
אט אין אזא שטאדט איז דער רבי ר' זושא זי"ע פלוצים אנגעקומען, אנגעטוהן מיט זיינע ארימע וואנדער מלבושים, וואס קיינער האט אויף אים נישט געקענט טראכטן אנדערש, נאר אז ער איז פשוט אן עלנדער ארימאן וואס האט נישט קיין היים, און וואנדערט ארום פון איין ארט צום צווייטן, האבן די שטאדט מענטשן זיך גארנישט אומגעקוקט אויף אים.
דער רבי ר' זושא וואס איז שוין געוועהן געוואוינט צו אזעלכע זאכן, איז ער געגאנגען אין ביהמ"ד אריין אזוי ווי ער פלעגט אומעטום טוהן.
ווען עס איז טאג געווארן, האבן זיך צוביסלעך די שטאדט מענטשן אנגעהויבן צוזאמקומען אין בית המדרש, וואו זיי האבן געזעהן ווייטער דעם מאדנעם מענטש מיט זיין אינטערעסאנטע אויפפירונג, זענען געוועהן עטליכע מענטשן וואס האבן אנגעהויבן חוזק צו מאכן און אפשפעטן פון אים.
ווען מען האט זיך געשטעלט, דאווענען האבן זיי געזעהן ווי דער פרעמדער ארימאן שטייט זיך אין א ווינקל און דאווענט אזוי ערנסט, האט מען ווייטער געמאכט ליצנות פון אים.
ביז עס זענען אנגעקומען אין בית המדרש אויך די קליינע קינדער פון דער שטאדט, און ווי זיי האבן דערזעהן אט דעם אינטערעסאנטן מענטש, האבן זיי זיך ערשט אוועקגעשטעלט נעבן אים, און אנגעהויבן צו לאכן און חוזק'ן, ווי דער סדר איז ביי קליינע קינדער ווען זיי טרעפן אן אינטערעסאנטן מענטש.
ווי נאר דער רבי ר' זושא האט דאס באמערקט, האט ער זיך אויסגעדרייט צו די קינדער און ער האט זיי געהייסן זיי זאלן זיך אלע אויסשטעלן אין א רינג פאר אים.
אזוי ווי די קינדער האבן דאס דערהערט פון אים, האבן זיי זיך אלע צנויפגעשטעלט ארום אים. די קינדער פון ביהמ"ד זענען צוגעגאנגען אהין צו אין ווינקל און זיי האבן זיך אויסגעשטעלט אין א רינג אזוי ווי ער האט זיי געהייסן.
ווי עס זענען שוין געשטאנען דארט ארום אים אלע קינדער, האט ער צו זיי גערופן: טייערע קינדערלעך, עפנט אייך אלע די אויגן און קוקט גוט אויף מיר.
די קינדער האבן געפאלגט און אלע האבן אנגעהויבן גוט צו קוקן אויף די צורה פון דעם גאסט.
זיי האבן שוין געווארט צו זעהן וואס עס גייט זיין ווייטער, וואס ער וועט איצט טוהן, צי גאר הייסן פאר זיי וואס זיי זאלן ווייטער טוהן.
דער רבי ר' זושא האט אבער נישט געטוהן עפעס אנדערש, נאר וואס ער האט אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, יעדעס איינציגע קינד עקסטער.
ווען ער איז שוין געוועהן פארטיג מיט אלע, ער האט שוין געהאט גוט אנגעקוקט יעדעס קינד, האט ער צו זיי אויסגערופן: איצט טייערע קינדערלעך קענט איר שוין אלע אהיים גיין געזונטערהייט.
די קינדער האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס דער מאדנער מענטש האט געוואלט פון זיי האבן. מ'האט געענדיגט דאס דאווענען און דער גאנצער עולם האט פארלאזט די שוהל, און דער "ארימאן" איז געבליבן דארט איינער אליין, און האט ווייטער אנגעפירט מיט זיין הייליגע עבודה.
ווי נאר די קינדער זענען אהיימגעקומען און מען האט זיי געוואלט געבן צו עסן, האבן די קינדער גארנישט געוואלט אנפאנגען צו עסן. גלייך ווי זיי האבן דערזען דאס עסן, האבן זיי גראד געפרעגט: איז דען דאס כשר, ווי אזוי קען איך עסן טריפות ח"ו, איך בין דאך א אידיש קינד, מיר זענען דאך אידן וואס דארפן זיך צו פירן לויט די אנווייזונגען פון דער הייליגער תורה?
שפעטער אינמיטן טאג האט זיך צופעליג געטראפן, אז איין פרוי האט זיך באגעגנט מיט די שכנ'טע, האט זי איר דערציילט וואס עס האט פלוצלונג פאסירט ביי איר אין שטוב, אז דאס קינד האט נישט געוואלט אנפאנגען צו עסן. ער האט אנגעהויבן צו טענה'ן אז די מילך איז נישט כשר, די פוטער איז גוי'אישע פוטער א.א.וו., אלעס האט ער געוואוסט פונקטליך, און עס האט גארנישט געהאלפן, ער איז אוועקגעגאנגען פון שטוב אומגעגעסן.
ווי אינטערעסאנט איז איר אבער געוועהן צו הערן פון די שכנ'טע אז פונקט דאס זעלבע האט פאסירט אויך ביי איר אין שטוב היינט.
זענען זיי צוגעגאנגען אויך צו א דריטע, און א פערטע, און ווי דערשטוינט זענען זיי געבליבן, הערנדיג אז ביי אלע האט פאסירט פלוצלונג די זעלביגע געשיכטע.
עס איז געווארן א טומל אין גאנצן שטעטל, עס האט זיך געקאכט און געטוהן, מ'האט אנגעהויבן נאכצופארשן און צו זוכן, ווי אזוי דאס איז – אזוי אינטערעסאנט – פלוצלונג געשעהן, אז פאר אלע קינדער האבן זיך געעפנט די אויגן, און אלע האלטן זיך שטארק אין-איין-אין דער זעלבער מיינונג.
מ'האט אנגעהויבן אויסצופרעגן די קינדער צו עמיצער האט זיי עפעס איינגערערט, צו וכדו', ביז מ'איז דערגאנגען אז עס קען נישט זיין עפעס אנדערש, ווי נאר אז דער מאדנער איד, וואס שטייט אין א ווינקל אין ביהמ"ד, ער האט עפעס געטוהן מיט די קינדער.
די קינדער האבן טאקע דערציילט ווי שטארק ער האט זיי אריינגעקוקט אין די אויגן, שטייענדיג אין א רינג פאר אים, און אויך האבן זיי אים געפאלגט און אריינגעקוקט אין זיינע אויגן.
מען האט אנגעהויבן בעסער נאכצוקוקן און באטראכטן די פירונג פון אט דעם מאדנעם איד, האבן זיי הערשט דעמאלט איינגעזען אז דער איד איז א הייליגער מענטש, אן עובד השי"ת במסירות נפש. און ווי מער זיי האבן נאכגעקוקט נאך אים, האבן זיי אלץ מער געזעהן אין אים אז ער איז גאר א געהויבענער מענטש.
זענען פיהל פון די מענטשן צוגעגאנגען צו אים אין בית המדרש, און פאר אים געפאלן צו די פיס, און אים געבעטן ער זאל זיי מוחל זיין דערויף וואס זיי האבן אים נישט נוהג כבוד געוועהן, ווייל זיי האבן נישט געוואוסט ווער ער איז.
און נאכמער האבן אים געוואלט איבערבעטן, די וואס האבן טאקע אויך געלאכט פאר אים אין פנים און געשפעט פון אים.
ווי דער רבי ר' זושא האט זיי מוחל געוועהן אויף אלעס, האבן זיי אלע זיך אנגעהויבן מודה ומתוודה צו זיין, אז זיי זענען טאקע נכשל געווארן אזוי שטארק מיט מאכלות אסורות, און אויך מיט אנדערע עבירות, און זיי האבן זיך געבעטן צו אים ער זאל זיי געבן א תשובה אויף זייער שלעכטער אויפפירונג, און ער זאל זיי ארויסהעלפן צוריק אמת'דיג תשובה צו טוהן.
דער רבי ר' זושא האט פארשטייט זיך, אנגענומען זייער פארלאנג און איז געבליבן דארט אין דער פארווארפענער שטאדט, א שטיקל צייט, און איז נישט אוועקגעפארן פון דארט, ביז ער האט די גאנצע שטאדט מחזיר למוטב געוועהן, ער האט זיי אלע צוריקגעברענגט אויפ'ן ריכטיגן וועג, און עס איז צוריק געווארן א שיינע אידישע קהלה וואס האט ווייטער געבליט לשם ולתפארת.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”