רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי יוסף מיאמפלא זי"ע איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי'ן ר' מיכל'ע פון זלאטשוב זי"ע. אין זיין יוגנט האט ער נאך געהאט די זכי' צו זיין ביים בעשטה"ק זי"ע ווען זיין טאטע האט אים מיטגענומען אהין. ער איז געווען א גרויסער מפורסם ער איז נסתלק געווארן כ"ד טבת שנת תקע"ב און ער ליגט אין יאמפלא נעבן זיין הייליגן טאטן דער רבי ר' מיכליע זי"ע

הרה"ק רבי יוסף מיאמפלא זי"ע, איז געווען א מחותן מיט הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל פון מעזבוזש זי"ע, זיין זון רבי יצחק איז געווען דעם רבי'ן ר ברוךלס איידעם, פלעגט רבי יוס'עלע יאמפלער האבן א מנהג צו קומען צו פארן צום רבי'ן רבי ברוך'ל צוויי מאל א יאהר אויף יעדן שבת פרשת בחקתי און שבת פרשת תבא, די שבתים וואס מען ליינט די תוכחה. און דער רבי ר' ברוך'ל פלעגט אים נאך שבת פארן באגלייטן א היבשן וועג ארויס פון די שטשט אויפ'ן וועג אהיים. שבת פרשת תבא שנת תקע"א, איז אויך רבי יוס'עלע יאמפעלער געווען אין מעזיבוזש. נאך שבת, ווען דער רבי ר' ברוך'ל האט אים געדארפט פארן באגלייטן ווי געווענליך, האט ער באפוילן אז קיינער זאל נישט מיטקומען, אויך נישט זיין איידעם רבי איציקל (דער זון פון ר' יוס'עלע יאמפעלער) וועלכער פלעגט שטענדיג מיטפארן באגלייטן זיין טאטן. אפילו דער אנטרייבער, דער בעל עגלה, זאל דאס מאל אויך נישט זיין קיין איד, נאר א גוי זאל זיין דער בעל עגלה. אזוי איז טאקע געווען דער רבי ר' ברוך'ל איז אליין געפארן באגלייטן דעם מחותן זיין איידעם רבי איציקל האט זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן האט ער גענומען א וואגן און איז נאך געפארן דעם וואגן פון זיין טאטן און שווער. האט ער געזען ווי נאך א צייט פארן האבן זיי זיך אנגעשטעלט ביי א וואלד, די ביידע צדיקים זענען אריינגעגאנגען אין וואלד, אין רבי איציקל איז זיי נאכגעגאנגען שטילערהייט. האט ער געהערט ווי זיין שווער דער רבי ר' ברוך'ל זאגט פאר זיין טאטן רבי יוסעלע יאמפעלער: "מחותן! עס איז דא א גרויסער קטרוג אין הימל, און עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר אז צוויי פון די צדיקי הדור זאלן נסתלק ווערן, איך זעה נישט אז דאס זאל זיין קיין אנדערע נאר מיר צוויי, איך בין שוין גרייט דערויף, בעט איך אייך איר זאלט אויך מסכים זיין דערצו נסתלק צו ווערן פון דער וועלט כדי עס זאל אפגעטוהן ווערן דער קטרוג פון די.וועלט". רבי יוס'עלע האט קודם נישט געוואלט מסכים זיין, זאגענדיג אז מען דארף זוכן אן אנדערע עצה ווי אזוי מבטל צו זיין דעם קטרוג, אבער ענדליך האט ער אויך מסכים געווען אז זיי זאלן ביידע אוועק גיין פון דער וועלט דאס קומענדיגע יאהר ווען רבי איציקל, וועלכער איז געשטאנען אונטער א בוים און אלעס אויסגעהערט, האט געהערט אז ער גייט דאס יאהר פאר'יתומ'ט ווערן פון זיין טאטן און שווער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און פון גרויס צער האט ער ארויסגעלאזט א גרויסן קרעכטץ. ווען רבי ברוך'ל האט דאס געהערט האט ער זיך אויסגעדרייט און ווען ער האט געזען אז זיין איידעם שטייט דארט האט ער אים געזאגט: "אויב וועסטו מיר געבן א תקיעת כף אז דו וועסט קיינעם נישט דערציילן פון דעם שמועס ביז נאך זיין פטירה, איז גוט, אויב נישט..." רבי איציקל האט אים געגעכן א תקיעת כף, און דער רבי ר' ברוך'ל איז צוריק געפארן מיט אים אין שטאט.די צוויי צדיקים האבן זיך געזעגנט און זענען אהיים געפארן. דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן, ווייל דריי חדשים שפעטער, ח"י כסלו שנת תקע"ב לפ"ק האט דער רבי ר' ברוך'ל צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה פאר'ן אדון כל נשמות. און די צוויי צדיקים האבן זיך מער נישט געטראפן, כאטש רבי יוס'עלע יאמפלער איז שוין געווען אונטערוועגנס קיין מעזיבוזש, דאס איז געווען ווען ער האט געהערט אז דער רבי ר' ברוך'ל איז נישט געזונט, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מעזיבוזש אים צו פארן באזוכן, אבער ווען ער איז אנגעקומען אין די שטאט טשערנאסטעראה האט ער מרגיש געווען אז דער רבי ר' ברוך'ל איז שוין נסתלק געווארן, האט ער זיך אויסגעדרייט און איז צוריק געפארן אהיים. בעפאר דער רבי ר' ברוך'ל איז נסתלק געווארן האט ער געהייסן מען זאל שיקן דריי פון זיינע חפצים, די תפילין דרבינו תם, דעם שטעקן, און נאך עפעס א זילבערנעם חפץ, פאר זיין מחותן רבי יוס'עלע יאמפעלער, כדי ער זאל זאגן נאך אים קדיש. מען האט אזוי געטוהן. נאך די שבעה האט ער באקומען די דריי חפצים פון רבי'ן ר' ברוך'ל. איין קדיש האט ער אינגאנצן געזאגט נאך אים, יענעם פרייטאג צו נאכטס נאך דעם וואס ער האט באקומען די ידיעה. און גלייך נאכדעם איז ער אויך נישט געזונט געווארן און איז עטליכע וואכן שפעטער נסתלק געווארן, כ"ד טבת שנת תקע"ב לפ"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די אדמורי"ם ממשפחת ראבינאוויטש לבית סקאליע זענען אייניקלעך בא"ב צו ר' יוסלי יאמפאלער און אזוי ארום צום זלאטשובער מגיד.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אהל הקדוש אין יאמפאלא
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ

זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון הרב ר' נפתלי אהרן וועקשטיין זז"ג:
אטעטשמענטס
תולדות ר' יוסף יאמפלער.pdf
(495.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 414 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגער צדיק ר' יוסף יאמפאליא זי''ע ועכי''א היינט נאכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2653
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

ווייסט איינער מער פרטים בנוגע די יחוס

ר' אהרן יצחק ??לעבאוויטש??
ב"ר ישראל מטשאהן
ב"ר יוסף מיאמפאלא?
אטעטשמענטס
chrome_2016-08-08_12-40-06.png
chrome_2016-08-08_12-38-25.png
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די יא''צ פין הרה"ק רבי יוסף מיאמפולא זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

איז דא פון יענע אדער שפעטעדיגע תקופה דברי תורה פון איהם?
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ס'איז דא א ספר צאמגענומען אפאר הייליגע תורות פון אים, כ'מיין ס'הייסט ברכת יוסף
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

יישר כח
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי חיים מסטאנוב בן הרה"ק רבי יוסלע מיאמפולא זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי יוסלע מיאמפולא זי"ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

Jhon האט געשריבן:
פון ווי האסטו די בילדער פון זוואניץ?
דא איז דא א בילד פון א צדיק וואס ליגט דארט ואיני יודע מי ?

זעהט אויס ווי אונטען פון דער ערשטע מציבה שטייט "נכד .... מימפל..." אויב דער מציבה נעבען דעם האט עפעס שייכות קען דאס אפשר זיין ר' ברוך ב"ר אליעזר מטשאהן ב"ר ישראל מטשאהן ב"ר יוסף מיאמפאלי ? און אויף דער צווייטע מציבה שטייט ר' ברוך מטשיאה[ן] ? [אפשר איז כדי אז דער איינקלעך למשפחת לאנדמאן זאלען דאס בודק זיין]

ואצלו

אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
פון ווי האסטו די בילדער פון זוואניץ?
דא איז דא א בילד פון א צדיק וואס ליגט דארט ואיני יודע מי ?

זעהט אויס ווי אונטען פון דער ערשטע מציבה שטייט "נכד .... מימפל..." אויב דער מציבה נעבען דעם האט עפעס שייכות קען דאס אפשר זיין ר' ברוך ב"ר אליעזר מטשאהן ב"ר ישראל מטשאהן ב"ר יוסף מיאמפאלי ? און אויף דער צווייטע מציבה שטייט ר' ברוך מטשיאה[ן] ? [אפשר איז כדי אז דער איינקלעך למשפחת לאנדמאן זאלען דאס בודק זיין]

ואצלו

אפשר איז עס פון הרה”ק ר’ משה יעקב בהר”ק מטשארניאוסטראה?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

Jhon האט געשריבן:
אפשר איז עס פון הרה”ק ר’ משה יעקב בהרה”ק מטשארניאוסטראה?
איינער באטיטלט איהם אלץ א רבי ? לו דומיה תהלה וכו', פאסט נאר פאר א רבי וכדומה נישט פאר א אדם חשוב וכדומה
צווייטענס פון וועם איז ער געוועהן א נכד ? פון הרב ... מיאמפל... זיכער נישט
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מומחה יוחס האט געשריבן:
היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי יוסלע מיאמפולא זי"ע ועכי''א
ציון רבי יוסף מיאמפאלי.PNG
ציון רבי יוסף מיאמפאלי.PNG (54.5 KiB) געזען 755 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו'

זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
רבי בנימין מטודילה
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:01 pm

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי בנימין מטודילה »

זכותו יגן עלינו
כהאב היינט גיזעהן אראפברעגן אז זיין טאטע די זלאטשובער מגיד זצ''ל האט מעביר גיווען א שוחט נאכן פטירה האט זיין זוהן הרה''ק רבי יוסף זצ''ל אום צוריק גישטעלט און אמט, איז זיין טאטע עהם גיקומען פרעגען וואסי פשט האט ער געזאגט ''טאטע איך בין גרייט דיך אלס צו פאלגן אחוץ אוועק מאכן א יוד''
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הבעש''ט האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי יוסלע מיאמפולא זי"ע ועכי''א
ציון רבי יוסף מיאמפאלי.PNG
האט איינער א בעסערע בילד פונעם מציבה?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

מיר האבן געהערט פון א 'חבר' וואס איז א אייניקל פון ר' ישראל משה ראזענטאל ווארשעווער אז ער איז געווען א אייניקל פון רבי יוסף יאמפאלער דורך א זוהן פון רבי יוסף - רבי דוד וואס ליגט אין הר הזיתים.
אין הר הזיתים איז דא א קבר וואס שטייט אויף דעם וויא פאלגן:

פ"נ ר' דוד ב"ר יוסף מיאמפאלי
נכד הרה"צ מזלאטשוב
נלב"ע כ"ד סיון תרל"ז

וויסט איינער צו איז עס ריכטיג? רבי יוסף יאמפלער האט געהאט א קינד וואס ליגט אין ירושלים?
וואס און ווען, וויא קומט ער קיין ירושלים?
בילד
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ליפשיטץ האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:44 am

פון תקע"ב ביז תרל"ז איז 65 יאר, אויב איז ריכטיג האט ער געמוזט זיין א זקן מופלג מאד, ווייל ר' יוסף מיאמפאלי איז אויך געווען א בן שבעים ביי זיין פטירה, און ער ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ?

איך קען נישט זעהן דעם בילד, אפשר קענסטו עס דאונלאודן און אטאטשירן, איז דאס אן אריגינעלע מציבה אדער איבערגעמאכטע?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז

כפרה האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 9:35 am

מ'זעהט נישט מער אין די בילד, אבער האט איזעס
https://mountofolives.co.il/he/%d7%90%d ... 9718914032

ליפשיטץ האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 10:14 am

מען זעהט נישט די ערשטע העלפט פון די מציבה, נאר די חלק נכד אדמור הרה"צ ר' מיכל מזלאטשוב, עס זעהט אויס ווי א נייע שטיקל, בכלל די טיטל "אדמור" טרעפט מען נישט דארט אויף קיין אלטע מציבות.
עס איז שווער צו גלייבן אז עס האט געלעבט בשנת תרל"ז א זקן מופלג א רעכטער אייניקל פון זלאטשובער מגיד, און קיינער האט פון אים נישט געוויסט פון אים צו זאגן.

איך האב א השערה אז אולי זענען זיי געווען אייניקלעך פון דעם זלאטשובער מגיד באופן אחר
אטעטשמענטס
IMG_6086-1 (1).jpg
IMG_6086-1 (1).jpg (113.83 KiB) געזען 480 מאל
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

כפרה האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 2:31 pm
איך האב א השערה אז אולי זענען זיי געווען אייניקלעך פון דעם זלאטשובער מגיד באופן אחר
איך זעה דארט די מצבה, וואס לויט geni (וואס איז אומקראנט געווענליך) איז דאס די טאכטער פון דעם ר' דוד מיאס די באבע פון דעם ר' ישראל משה

"פ"נ ה'א הכבודה והצנועה מ' דאבא ב'ר דוד מיאס א'ר נחמן דוב ז'ל נ'לב'ע י'ט שבט תרע'ב ת.נ.צ.ב.ה משופץ ע"י הנכדים משפחת רובין ניסן תשמ"ו"

קלער איך אויב עס איז מעגליך אז דאס איז ר' נחמן דוב משנה, נכד ר' מרדכי מקרעמניץ

און אולי איז דער ר' דוד נישט געווען קיין זלאטשובער אייניקל, נאר ר' נחמן דוב, נמצא לפי זה אז די בת שבע וועט זיין איר טאכטער,https://mountofolives.co.il/he/deceased ... #gsc.tab=0

דאס איז נאר בגדר השערות

אולי קען הרב נחוניא אדער הסרפד אויסקלארן די זאך
נחוניא האט געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2018 6:20 pm
הסרפד האט געשריבן:
נאך א זכר צו משפחת 'משנה' האב איך געטראפן, ביחוס משפחת עלינשטיין (עלשטיין) מירושלים:

ר' יצחק זאב הכהן עלישנשטיין מפינסק (מגדולי חסידי רוזין וקארלין) אבי המשפחה האט געהאט צוויי זיווגים: א. מ' אסתר שיינדל נכדת ר' ישראל דוב מסטעפין, ב. בתו של ר' נחמן דוב נכד הרה"ק מקרעמיניץ. (עי' קובץ בית אהרן וישראל גל' ל' וקל"ו)

טרעף איך ביי תדהר (כרך 5 עמ' 2144, ע' ר' שלמה הכהן 'אלשטיין' - ווי די אייניקליך רופן זיך) אז ער רופט ר' יצחק זאב'ס צווייטער זיווג 'בת שבע בת ר' נחמן דב משנה (מצאצאי האדמו"ר ר' מרדכי מקרמניץ [...])'.

איז ערגעץ מבואר ר' נחמן דוב'ס יחוס?
ר' נחמן דוב איז געווען א זון פון רבי יחיאל מיכל מווישנוביץ בן רבי מרדכי מקרעמניץ.
ער האט געהאט א זון ר' יעקב וואס האט געוואוינט אין זסלב (אין יאר תרט"ו האט ער דארטן פארלוירן קינד מיטן נאמען לייב).
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”