רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

פעיק נוז האט געשריבן:אין ס' ברכת שמואל שטייט די גאנצע זאך

א קאפי ביטע
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

קוק דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קליינווארדיין האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=24704
דא

תודה
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רואיגער »

קליינווארדיין האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אין ס' ברכת שמואל שטייט די גאנצע זאך

א קאפי ביטע

אויבן שטייט אז די מדובר איז פון די אור פני משה.
אבער ווער ס'קוקט אינטן אין די הגהה, די מקור הדברים, זעהט אז ס'שטייט נישט די וארט 'אור פני משה', נאר ר' משה מפשעווארסק 'הגדול', וואס דאס איז געוויס די ר' אברהם משה.
אטעטשמענטס
שניטצלר.JPG
שניטצלר.JPG (115.7 KiB) געזען 2491 מאל
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

דער הויכער ר' משה איז בן ר' צבי . א ברודער מיט ר' יודא ליב דיין טשענגער וואס אויף זיין מצבה שטייט אויך בן ר' צבי.
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

ספר ברכת שמואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

די הערה הינטן איז מער מדיוק.
דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רואיגער »

קליינווארדיין האט געשריבן:די הערה הינטן איז מער מדיוק.

די ווערטער פונעם עטרת בנים אויבן איז א טעות מוחלט.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

זיידעניו האט געשריבן:אין איינע פין זיינע באזיכען ביי דעם צדיק האט אמאהל ר' ליבוש מטארניגראד ז"ל דערקענט אויף אים אז ער איז פארזארגט. פרעגנדיג די אורזאך דערפון, האט רבי משה מפשעווארסק זצ"ל אים דערציילט, אז פון ווען ער האט אין א גוטע שעה א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, וויינט זיין פרוי טאג און נאכט, פארוואס ער זארגט נישט אפילו איר צו אויסשטאפירן. בעהט אים ר' ליבוש, ער זאל זאגן וויפיהל ער דארף, רבי משה קען נישט קיין צורת מטבע און האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט. רופט מען אריין זיין פרוי און לויט איר וואָרט, ציילט ר' ליבוש אפ דריי הונדערט רענדלעך. "דאס איז פאר די כלה" – קלאגט די פרוי – אבער וואס וועט זיין מיט די קלענערע טאכטער? זי איז דאך שוין אויך אין די יארן און טאג טעגליך קלאפן שדכנים אויף די טיר... ר' ליבוש טראכט נישט קיין סאך און ציילט אפ נאך דריי הונדערט רענדלעך. די פרוי מיט איר מאן רבי משה שטראלן פון פרייד און דער צדיק רופט אויס באגייסטערט:
אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
די ברכה פון צדיק איז פארווירקליכט געווארן און צום יאהר האט זיין פרוי, מרים, די טאכטער פון טארניגראדער רב זצ"ל, אן אייניקל פון חכם צבי זצוק"ל געבוירן דעם אינגל חיים, וואס איז אין יארן שפעטער געוועהן דער הייליגער צאנזער רב זצוק"ל זי"ע – בעל "דברי חיים" און מיט זיין תורה, עבודה וגמילות חסדים באלויכטן אלע וועלטן.


עיין בחמדה גנוזה שכותב שבעים רו"כ
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

פונקטליך האט געשריבן:היום היארצייט

נפטר בשנת תקפ"ה
ספרו אור פני משה


הרה"ק ר' משה הלוי מפעשווארסק נפטר תקס"ו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אולי ואולי וועט עמיצער זיך ערוועקן און טאן איבער מקום מנוחת כבודו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

היינט געפאלט זיין יאהרצייט, זכותו יגן עלינו.

וואלט געווען פאסיג מצטט צו זיין לשון קדשו פון אא״ז דער הייליגע בני יששכר (מאמרי חודש תמוז אב מאמר א' אות י'):

״..דכירנא כד הוינא בימי חורפי הייתי משמש לפרקים לצדיק אחד שהיה מפורסם בדורינו מה״ר משה סופר זצוק״ל מפשעווארסק והצדיק ההוא היה מפורסם לבעל מדריגה ורוח הקדש...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

farshlufen האט געשריבן:אולי ואולי וועט עמיצער זיך ערוועקן און טאן איבער מקום מנוחת כבודו
אטעטשמענטס
פשעווארסק.jpg
פשעווארסק.jpg (176.98 KiB) געזען 1424 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוך השם, אז מ'טוט העלפט דער אויבערשטער, חפץ ה' בידם יצליח.

למעשה פון די תשע"ז ביז היצטערט איז עפעס געווארן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שמואל קריפעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:46 pm

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל קריפעץ »

איך בין אן אייניקל פונעם אור פני משה זי"ע, איך האב צוזאם גענומען א יחוס בוים פון אלע איייניקלעך, מען קען עס באקומען מיטן שיקן א בקשה צו
[email protected]
שמואל קריפעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:46 pm

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל קריפעץ »

בס"ד
צווישן די באקאנטע ערשטע חסיד'שע ספרים שיינט ארויס די ספר אור פני משה וואס עס האט מחבר געוועהן הרה"ק ר' משה מפשעווארסק זי"ע. וואס ווייניג ווייסן אבער, איז איבער די צומישעניש איבער די מחבר פון די ספר, וואס האט צוגעברענגט אז פיהל מעשות ווערן אויסגעמישט פון איינעם צום צווייטן. דא וועלן מיר פראבירן צו אויסקלארן די נושא אביסל.
איז אזוי, אין די שטאט פשעווארסק האבן דורכאויס די תקופה פון תק"כ ביז תק"צ געוואוינט דריי צדיקים מיטן נאמען ר' משה, און דאס איז אויסער וואס עס זענען געוועהן מן הסתם עטליכע עמך-אידן טראגנדיג דעם נישט זעלטענע נאמען, וואס קען גאר זיין אז מען האט זיי אויך בטעות פארמישט אינעם ערבוביה.
הרה"ק ר' משה הגדול מפשעווארסק זי"ע
וועלן מיר אויסרעכנען לויט די עלטער און מיר הייבן אן מיט הרה"ק ר' משה הגדול מפשעווארסק זי"ע, געהייסן האט ער אברהם משה און ער איז געבוירן צו זיין פאטער ר' צבי בן ר' אליעזר און צו זיין מאמע מרת ציפורה, און ער איז געוועהן א הויך געוואוקסיגער. ער איז געווען אן איש פלא, פאר א שטיקל תקופה האט ער זיך פארנומען מיט סופרות, דערנאך איז ער געווארן א רבי [גאנץ מעגליך נאכן פטירה פונעם רבין ר' אלימילך זי"ע] און זיין נאמען איז פארשפרייט געווארן אין די וויטע שטעט, און די טיטל אדמו"ר איז געבליבן אויף אים עד יום מותו.
עס זענען איבערגעבליבן פון אים שיינע הסכמות, צווישן זיי אויפן ספר נועם אלימלך, גנזי יוסף, ועוד ספרים. אזוי אויך איז פארבליבן פון אים א בריוו וואס ער האט געשיקט צום הייליגן ר"ר אלימלך בשנת תקל"ה נאך זייענדיג א סופר.
ער איז געוועהן א מחותן מיט הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע, אזויווי ער שרייבט אין די הסכמה צום ספר נועם אלימלך, ווייל ר' אלעזר'ס זוהן, ר' מענדל בער איז געוועהן אן איידים ביי ר' אברהם משה. אזוי אויך איז הגאון ר' וואלף פרענקיל, בעל משיב כהלכה געוועהן אן איידים ביי ר' אברהם משה בזו"ר [זיין ווייב איז ל"ע נפטר געווארן זייער יונג]. אויך האט ער געהאט א זוהן ר' אלימילך וואס איז געוועהן מפורסם אלס א פועל ישועות.
ער איז נפטר געווארן ט' מרחשון שנת תקנ"ד, און מען האט אים מטמין געוועהן אינעם פרשעווארסקער בית עולם, און מען האט ארויפגעבויעט א אוהל איבער זיין ציון.
הרה"ק ר' משה השני מפשעווארסק זי"ע
די צווייטע ר' משה איז הרה"ק ר' משה השני מפשעווארסק זי"ע, ער איז געבוירן געווארן ביי זיין פאטער ר' יצחק וואס איז געוועהן א לוי און צו זיין מוטער מרת אסתר, ער איז געוועהן א קליינע געבוי ממש ווי א זיבן יעריג קינד.
ער האט זיך פארנומען מיטן מלומדות מיט א געוואלדיגע מסי"נ און צווישן די יארן תקכ"א און תקל"ד האט ער געשריבן דאס רוב פונעם הייליג ספר אור פני משה, ער דערמאנט דערינען זיין מלודות עטליכע מאל, אזוי אויך ברענגט ער צו א ווארט פונעם ר''ר בער נאך בחיים חיותו, און נאך א ווארט פון אים שוין לאחר פטירתו, אזוי אויך ברענגט ער נאך פון ר' פרץ מבראד, די הייליגע בעש"ט, ר' משולם פון לעמבערג, ר' לייב מוכיח און נאך.
שפעטער איז ער געוועהן א סופר און מיט דעם טיטל איז ער פארבליבן שוין עד יומו האחרון, אויך איז ער געוועהן א מגיד און כסדר געהאלטן דרשות צו אויפוואכן די הערצער לאבינו שבשמים.
ער איז נפטר געווארן יום חמישי י"ב טבת שנת תקס"ו, און מען האט אים מטמין געווען נעבן די אוהל פון ר' משה הגדול, (אויף זיין מציבה האט מען קיינמאל נישט געבויעט קיין אוהל).
ער האט איבערגעלאזט נאך זיך זיין פרוי האה"ח מרת רחל ע"ה, מיט פיהר קינדער; א. זיין זיהן הרה"ח ר' נחמן, וואס ער איז געוועהן א תלמיד פונעם הייליגן חוזה, ב. א טאכטער די ווייב פון ר' שלמה זלמן, ג. א טאכטער די ווייב פון ר' ישראל בער שלמה, די זיהן פון ר' מנחם נחום פון האניפאלי, וואס האט געדריקט די ספר אור פני משה, ד. א זיהן ר' דוד.
אויסער די ספר אור פני משה איז פארבליבן פון אים זיין צוואה, צוויי בריוון וואס ער האט געשיקט צום רבי ר' מענדלע מרימוניב, און א העתק פון די ספר למודי אצילות וואס ר' חיים וויטאל האט געשריבן מיט הגהות.
הרה"ג ר' משה באב"ד, מפשעווארסק
ר' משה איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יהושע העשיל באב"ד, טארנאפאלער רב, צופיל פרטים איבער אים איז נישט באקאנט (עיין בתולדות שבסוף ספר יהושע), עס איז פארבליבן פון אים א הסכמה אויפן ספר תולדות אדם, ווי ער חתמ'עט זיך אונטער בשנת תקפ"ג.
זיין זיהן ר' יוסף איז די באריהמטע גאון און מח"ס מנחת חינוך אויפן ספר החינוך, אזוי אויך האט ער געהאט א זוהן ר' שמואל, וואס עס איז פארהאנען א תשובה צו אים פון זיין זיידן די טארנאפאלער רב, געדרוקט אין ספר יהושע.
ר' משה מפשעווארסק
אין די ספר מעורר ישנים שרייבט די מחבר ר' יצחק אייזיק אייזענשטאהט איבער זיין יחוס, אבער איידער מיר ברענגן אראפ זיין לשון, מיזן מיר ארויסברענגען אז עס איז זייער נישט קלאר געשריבן, און מיר וועלן עס מבאר זיין לויט אונזער פארשטאנד, און אט איז זיין לשון:
'ואשת ר' אייזיק א"ש הנ"ל [דאס מיינט מען אים אליין] היא אסתר בת ביילא יהודית בת ר' אהרן יוסף שו"ב הנ"ל מראדום, ואמה הי' רעכיל, ואבי' אשר ע"י אמה הי' יונתן בת [מן הסתם דארף דא שטיין בן] רויזא בתו של ר' משה מפשעווארסק ואבי הי' יונתן אחיו של ר' ישראל יעקב מראדום. ומשה צינץ מווארשא הי' בן ר' יונתן הנ"ל'.
אויב האב איך גוט פארשטאנען גייט עס אזוי: ר' משה מפשעווארסק האט געהאט א טאכטער רויזא וואס האט געהאט א זוהן יונתן, און ער האט געהאט א זיהן משה צינץ און א טאכטער רעכיל, דער רעכיל האט חתונה געהאט מיט ר' אהרן יוסף שו"ב פון ראדום, און זיי האבן געהאט א טאכטער ביילא יהודית וואס האט געהאט א טאכטער אסתר, און זי איז געוועהן די ווייב פון ר' אייזיק אייזנשטאהט. און די טאטע פון ר' יונתן'ס נאמען איז נישט באקאנט, אבער אזויפיל ווייסט ער יא אז ער איז א ברידער פון ר' ישראל יעקב פון ראדים.
אבער וואס עס זאל נאר נישט זיין, איז דא דא א ר' משה פון פשעווארסק, וואס עס איז מעגליך א ער איז איינער פון די אויבן דערמאנטע, און קען גאר זיין אז מען רעדט פון אן אנדערע מענטש, און מיר וועלן דאס פרובירן אביסל אויסצוקלארן.
איז אזוי, צווישן די תלמידים פון הרה"ק ר' יצחק מווארקא, וואס ווערן אויסגערעכנט אינעם ספר אהל יצחק, ווערן אויסגערעכנט דריי ברודער, ר' יונתן פון זשאריק, ר' אריה, און ר' ישראל יעקב פון ראדום, זייער משפחה נאמען איז געוועהן אייבשיץ, און זייער פאטער האט געהייסן ר' נתן נטע פון זשאריק.
דער ר' נתן נטע איז געוועהן א ברידער פונעם פלאצקער גאון און זייער טאטע האט געהייסן ר' משה, און צוליב עפעס א סיבה האט זיך דער פלאצקע גאון געטוישט זיין נאמען פון אייבשיץ אויף צינץ.
קומט אויס אז מען רעדט דא זיכער נישט פונעם אור פני משה, ווייל ער האט נישט געהאט קיין איידים נתן נטע, און בנוגע די אנדערע ר' משה'ס האבן מיר נישט קיין פרטים, ועדיין צ"ע.
ר' משה פרענקיל מפשעווארסק
אין ספר מאורי גאליציע, דערמאנט ער ר' בנימין פרענקל [דאס איז די טאטע פונעם משיב כהלכה, וואס איז געווען אן איידים בזו"ר ביי ר' אברהם משה הגדול], וואס זיין טאטע האט געהייסן ר' צבי הערש (לויט געוויסע מקורות האט זיין טאטע געהייסן ר' אברהם, וצ"ע), און ער רעכנט דארט אויס א ברידער זיינע מיטן נאמען ר' משה וואס האט געוואוינט אין פשעווארסק, און זיין ווייב האט געהייסן בלומא, און דערנאך רעכנט ער אויך אויס די קינדער פון דעם ר' משה, ואלו הן:
ר' אברהם אין צאנז, ר' דוב בער אין בראד, ר' יעקב אין גריידינג, ר' ישראל וואס איז געוועהן א רב אין יערוסלוב, ר' נחום פאשאווער ענגלארד, ר' חיים אין יאברוב, ר' מאיר אין סאנוק, ר' נתן אין צאנז, שרה אשת ר' משה אין שטאט סאמבור און פייגעלע אשת ר' פנחס אין שטאט סאניק.
די מקור פונעם ייחוס איז פון א פראפעסאר וואס איז געוועהן זיינס אן אייניקל.
אבער אין ספר זרעא קדישא (עמוד קמ"ה) ווערט געברענגט די ייחוס אביסל אנדערש, און לויט זיי האט ער געהייסן ר' משה ענגיל-הארט, וואס איז שפעטער פארקורצעט געווארן צו ענגלארד.
לסיומא דמילתא
היוצא לנו מכל הנזכר לעיל, ווען איר וועט זעהן איינער וואס איז זיך מתייחס צום הייליגן אור פני משה, ווערטס נישט גלייך איבער גענומען, עס קען זיין אז ער איז אן אייניקל פון איינער פון די אויבנדערמאנטע ר' משה'ס.
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

ויש גם את אשת רבי יוסף משה בן הרב מאפטא, שהתייחסה לרבי משה מפשוורסק - לדעתי טרם הוברר סופית לאיזה מן השניים.
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

הרה"ק רבי יוסף משה העשיל ממעז'בוז בנו של ה"אוהב ישראל" מאפטא, נשא את הרבנית הינדא בת הר"ר יהודה.
בביה"ח ביאס נמצאת מצבה שעליה נחרת: פ"נ איש תם וישר ירא אלקים, המופלג בתורה וביראה מו"ה שמואל במו' יהודה נכד הרב הצדיק המפורסם ותיק וחסיד איש אלקים אדמו"ר מו"ר משה מפשעווארסק נפטר ביום ה' ד' כסלו תר"ו ת.נ.צ.ב.ה.
וכנראה שהיה אחיה של הרבנית הינדא, ואפשר לשער שר' יהודה חותן רבי יוסף משה גר גם הוא ביאס, וא"כ נשואיו היו ביאס בתקופת רבנותו של ה"אוהב ישראל".
וכנראה שהתייחסה לרבינו ר' אברהם משה מפשעווארסק ולא להרה"ק רבי משה סופר מפשעווארסק בעמח"ס אור פני משה, כי בהסכמת ה"אוהב ישראל" על הסה"ק "אור פני משה" מיום כ"ה תשרי תקס"ט, היא השנה האחרונה לרבנותו באפטא (שהיתה כידוע לפני רבנותו ביאס), אינו מזכיר את רבי משה כמחותן.
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... pagenum=81
שמואל קריפעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:46 pm

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל קריפעץ »

כפי המקובל במשפחה היתה הינדא נכדת האור פני משה, ומה שלא הזכיר האוהב ישראל, משום שהשידוך נעשה לאחר פטירת האופ"מ, ולכן לא כתב מחותנו, א"נ משום טעם אחר
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

די משפחה פון מרת הינדא האט די מסורה? ווער זענען די אייניקלעך וואס האבן דאס מקובל?
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

popo האט געשריבן:די משפחה פון מרת הינדא האט די מסורה? ווער זענען די אייניקלעך וואס האבן דאס מקובל?
מיין טאטע, מיין זיידע, עלטער זיידע. ולמעלה בקודש.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
שמואל קריפעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:46 pm

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל קריפעץ »

משפחת אויערבאך, אייניקלעך פון ר' משה חיים אפרים אווערבאך חתן ר' יוסף משה העשיל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: סופר סת"ם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:האט איינער א בילד פון זיין סופרות כתב?

למעשה האט איינער א בילד פון זיין סופרות כתב?
איז דא עפעס ספעציעלע שטריכן ביי זיין כתב וואס מען קען אזוי פעסטשטעלן אז דאס איז זיין כתב?
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

אטעטשמענטס
DCEA898C-BCC4-47A9-988D-862A4DE4C8FA.jpeg
DCEA898C-BCC4-47A9-988D-862A4DE4C8FA.jpeg (167.79 KiB) געזען 1059 מאל
3F93E113-8C81-4DED-9654-4B29B758908D.jpeg
3F93E113-8C81-4DED-9654-4B29B758908D.jpeg (145.23 KiB) געזען 1059 מאל
שמואל קריפעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:46 pm

Re: רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל קריפעץ »

מיר ווילן נאכאמאל מודיע זיין פארן חשובען ציבור, אז מען קען ביי אונז באקומען די ייחוס פונעם אור פני משה, דורכן שיקן אן אימעיל צו [email protected], אזוי אויך איז שוין דא צו קויפן די נייע אויפגעכאפטע ביכל "דער אור פני משה פון פשעווארסק זי"ע" דורך זיך פארבינדען מיט אונז.
וכאן המקום לבקש מכאו"א שיש לו איזה ידועה בנוגע הייחוס, אז ער זאל אונז מעלדן ווי אומשנעלסטן, זכותו הגדול יגן עלינו, אמן.
אטעטשמענטס
אור פני.JPG
אור פני.JPG (152.86 KiB) געזען 940 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”