ר' מרדכי סג"ל לאווי - טאהשער ז"ל - י"ח טבת תשנ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

ר' מרדכי סג"ל לאווי - טאהשער ז"ל - י"ח טבת תשנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

היינט י"ח טבת איז די יארצייט פון איש המעש והחסד הרה"צ ר' מרדכי סג"ל לאווי זצ"ל, בנו בכורו פון יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א

ר' מרדכי ז"ל איז געבוירען תש"ז אין נירעדהאז אונגארען, ווי זיין גרויסע טאטע איז אנגעקומען גלייך נאכען גרויסען חורבן
זייענדיג גאר קליין האבען זיך זיינע עלטערן אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל, און שפעטער אלץ בחור האבען זיך זיינע עלטערן אריבערגעצויגען צי דעם דעמאלסדיגען ארץ לא זרועה, די נייע שטעטל קרית טאהש,

אויפוואקסענדיג אין דעם גרויסען שטוב, ציזעהענדיג די גרויסע עבודה, איז ר' מרדכי אויפגעוואקסען א געוואלדיגע ירא שמים, געדאווענט און געלערענט מיטן גאנצען חסידישען ברען, ווי אויך איין שטיק חסד, ווי נאר ער האט געקענט בגלוי ובסתר האט ער געטוהן חסד אין לשער,

כשהגיע לפרקו אלט זייענדיג א בחור פון זעכצן יאר איז ער געווארען א איידעם ביי הרה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל, וואס כידוע האט אים זיין שווער זייער מעריץ געווען, און ווען ר' מרדכי פלעגט קומען צי פארען צי אים קיין וויליאמסבורג, האט ער זיך פאר אים אויפגעהויבען מלא קומתו! (ווען ר יחזקאל'ע איז אוועק, איז ר' מרדכי געווען סך הכל 27 יאר!!)

ווען זיין מוטער די רביצין ע"ה האט געליטען דעם סטרויק ל"ע אין שנת תשמ"ו, האט זיך ר' מרדכי אריבערגעצויגן צי זיין טאטען אין בעיסמענט, נישט וועלענדיג א די גרויסע ווירטשאפט אין שטוב זאל אינטערפאלען, עס איז לא יאומן כי יסופר וואס דער יוד האט געטאהן, זייענדיג א בנש"ק, נישט קיין יונגערמאן, מיט א משפחה, האבענדיג א שיינע גרויסע דירה, זיך אריבערגעצויגן אין א געשטיקטע בעיסמענט כמעט אנע פענסטערס, אלעס ווייל זיין גאלדענע הארץ האט נישט געקענט ציקוקען ווי די מצב פון זיין מאמע וועט אפעקטירן די גאנצע הויז ווירטשאפט ווי אויך זיין טאטעס גרויסע עבודה.

די שרייבער פון די שורות איז דארט געווען יענע ביטערע פרייטיג י"ח טבת תשנ"ח לפ"ק (און שלום גענומען פון ר' מרדכי ע"ה ווען ער איז געשטאנען ביים טיר פונעם ביהמד"ר מיט די טו"ת אין די הענט אריינגייענדיג צום דאווענען (און געגעבען א קיש אין די האנט [לכאורה די לעצטע])ווען ר' מרדכי ז"ל האט זיך געשטעלט דאווען שחרית, און זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין ביי קריאת שמע האט זיך די גאלדענע הארץ ל"ע אפגעשטעלט, און אלט זייענדיג פיפציג יאר איז ער פליצלינג נסתלק געווארען לחי עולם הבא, במעמד א געפאקטע ביהמד"ר א ציבור יודען אינמיטן דאווענען,

הצלה איז געקומען צילויפן און מ'האט פריבירט אלע מיטלען אז די באליבטע ר' מרדכי דעם הייליגען רבי'ס בכור זאל בלייבן נאך צווישען אונז, אבער פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט,

עס איז נישט בכלל שיין שרייבן די געפיל דארט אין ביהמד"ר, די עולם האט זיך געציפט צי מ'איז אויף אדער עס איז נאר א ביטערע חלום, אז ר' מרדכי וואס האט נאך פריער יעדעם ענטפאנגען מיט זיין ליבליכער שמייכעל איז שוין נישט א היזיגער,

די לקח אין ברוינפען וואס ר' מרדכי האט געברענגט, לע"נ די בני יששכר, האט די עולם נישט ציגירירט, און איז געבליבען גאנץ אויפן טיש, ווייל א עקסטערע כוואליע טרערן האט זיך געגאסען נאר קיקענדיג דערויף

זיין הייליגע טאטע איז גלייך געלאפען צי זיין ליבלינג, די תהילם'ל, אבער עס האט נישט געדויערט לאנג, און די הייליגע צורה האט זיך באוויזען אין ביהמד"ר הגדול צי די לויה, וואס ווער עס איז דארט געווען, וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן

ער איז נטמן געווארען הארט פארן זמן דארט אין ביה"ח לעבען די מוטער די רביצין ע"ה


[צי שילדערן דעם שבת דארט דארף מען א גיטע שרייבער און א וואך ארבעט חאטשיג, מיר האבען דאס בכלל נישט געהאט דא בכוונה, אבער לכבוד ידידינו דא קרעטשמע וועלן מיר נאר זאגען א ווארט]


די עולם איז אנגעקומען אין ביהמד"ר פרייטיג צי נאכטס, מיר וואלטען געזאגט אז עס האט ענדערש אויסגעקיקט ווי תשעה באב ווי איידער שבת, אדער דאס איז נאך ווייניג געזאגט, און עס האט נישט געדויערט לאנג און דער רבי איז פריש ערשינען און ביהמד"ר און דאס מאל מאל מיטן ווייסע בעקיטשע און די טלית, ציזאמען מיט דעם קליינעם הערצקע'לע זיין אייניקעל די פרישע יתום, מיט א לעכטיגן שמייכעל, ווי כאילו ער קימט יעצט פון א שבע ברכות וכד', און גייט צי צי זיין עמוד און שרייט אויס "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו", עס איז נישט קיין גוזמא, עס איז געווען כמעט אוממעגליך פאר א בשר ודם מיט צי זאגען, ווייל די הארץ האט בשום אופן נישט ערלויבט די לעפצן ארבעטען, ווי אויך שפעטער ביי 'מזמור שיר ליום השבת' ווי דער קדוש אלוקי האט אויסגעשריגען "להגיד כי ישר השם צורי ולא עולתה בו" די לעפצן האבען געוואלט אנפאנגען השם מלך גאות לבש וכו' אבער עס איז געווען כמעט אוממעגליך.

מיר ווילען אייך דא נישט פארקויפען קיין חסידות, אבער די מעשיות פון פריערדיגע צדיקים וואס מיר זענען אלע אויפגעוואקסען ווי למשל די מעשה מיט די טאכטער פונעם דברי חיים זצ"ל ווי מהאט גארנישט אנגעזעהן יו"ט ביים הייליגען דברי חיים וכדו' האבען מיר 'ציגעזעהן באשיינפערליך', ווי ביים עולם, האט די מאטריאל וואס רופט זיך גוף, בשום אופן נישט געקענט צאמקלויבן, אפילו מען מיז, עס איז דאך שבת, האט פארט דער איד עס באוויזען "במלוא מובן המולא" ווי אפאר שעה צירוק האט ער באהאלטען אויף אייביג זיין באליבטען בכור, איבער לאזענדיג א אלמנה, יתומים, און די גאנצע שטאט אבל וחפוי ראש, אבער ביי אים איז יעצט "שבת" .... זעט אויס עס האט ביי אים אן אנדערע באדייט,

כמעשיהו ביים דאווענען כך מעשיהו ביי די טישן, די עולם האט געהאט געשוואלענע אויגען און רויט ווי פייער, אבער דער צדיק שמייכעלט און טיילט שיריים און מקרב יעדעם איינעם כמנהגו בקודש, פארגעסט נישט פון יעדעם שברון לב, צי ביי די קיגלעך צי ביי אנדערע מקומות וכדו' אים אבער פעלט גארנישט,
עס איז אבער געקומען במוצאי מנוחה, אוי געוואלד וואס האט זיך געטוהן דארט, די רבי האט זיך אנגעטוהן אבל'דיג כהלכה, געשטעלט צום שטענדער, און אנגעהויבען בוכה'נען ווי א קינד א גאנצע נאכט, איבערצייגענדיג דעם עולם אז יא ער האט אויך א הארץ,..... עס איז מיר זייער שווער צי שרייבען ווייטער!!!

ער האט איבער געלאזט צוויי זוהן און צוויי טעכטער, אייניקלעך, יראים ושלימים

יהא זכרו ברוך ת.נ.צ.ב.ה.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ר' יעקעלע
זייער הארציג, רירענד, און שיין, באשריבן. א הערצליכע דאנק.

מען קען זיך אסאך אפלערנען פון דעם ר' מרדכי ז"ל.
זאל ער זיין א גוטער בעטער פאר כלל ישראל אין אזא שווערע צייט. אמן.
שימעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שימעלע »

ר' יעקעל! אין טאהש קושט מען די הענט פאר קינדער פונם רבי'ן? אדער אוז דאס געווען מחמת ידודות?

[quote="יעקעלע פוקס"]
די שרייבער פון די שורות איז דארט געווען יענע ביטערע פרייטיג י"ח טבת תשנ"ח לפ"ק (און שלום גענומען פון ר' מרדכי ע"ה ווען ער איז געשטאנען ביים טיר פונעם ביהמד"ר מיט די טו"ת אין די הענט אריינגייענדיג צום דאווענען (און געגעבען א קיש אין די האנט [לכאורה די לעצטע])ווען ר' מרדכי ז"ל האט זיך געשטעלט דאווען שחרית, און זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין ביי קריאת שמע האט זיך די גאלדענע הארץ ל"ע אפגעשטעלט, און אלט זייענדיג פיפציג יאר איז ער פליצלינג נסתלק געווארען לחי עולם הבא, במעמד א געפאקטע ביהמד"ר א ציבור יודען אינמיטן דאווענען,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' יעקעלע ברוך שובך, האסט מיר ערוועקט זכרונות.

איך בין געווען שטארק נאענט און אסאך געשמועסט מיט הרה"צ ר' מרדכי'ן ז"ל, זיין גמ"ח האט נישט געוואוסט פון קיין גרעניץ, איך געדענק נאך ווי היינט ווי ער האט זיך ארומגעדרייט אין א פרייטאג צונאכטס זוכן געלעגערס פאר געסט וואס האבן זיך נישט איינגעארדענט, ער האט פארמאגט א הארץ פון גאלד.

יהא זכרו ברוך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אה ר' יעקל איז דא, ברוך הבא!

א הערליכע באשרייבונג ר' יעקל, יהא זכרו ברוך ומבורך.

ערגעץ איז שוין געווען א בילד פון ר' מרדכי'ן מייניך, איינער האט אפשר א בילד פון אים אדער פון די מצבה?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יישר כח פאר די באשרייבונג.
אבאלע גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאלע גאלד »

אגיטן ר' יעיקל
זייער עמויציאנאל, מיר האבען אמאל געהערט די געשיכטע, אבער מיר האבען שטארק הנאה געהאט צי הערען קלאר און ערשט האנטיג די גאנצע פרשה
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

אלטס קינד נאך א יאר צייט (גוזמא...) זיך אויפירענדיג גוט אין חדר, האב איך זוכה געווען מייט טאטע זאל זיין געזינט לאויו"ש, קיין טאהש אויף אן שבת.

איינס פון די גוטע מעמורען וואס איך האב נאך עד היום הזה, איז ווי ר' מרדכי טאהשער ז"ל גייט ארום נאכן טשולענט בצפרא דשבתא מיט א 'טיי קאנטש"א' טיילענדיג פיינע הייסע טיי פאר די געסט וואס זענען זיך געקומען מסתוסף זיין בצל כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דערביי אויסריפענדיג מיט א פרייליכקייט
"ס'איז גוט צו זיין א איד" איי ווי דאס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער, איינגעקריצט מיט גאלדענע טשוועקעס ווי גוט ס'איז טאקע צו זיין א איד, און אין איינוועגס וואס דאס מיינט חסד, דערווארעמען אידישע קינדער, און ווי גוט איז צו טון חסד מיט א צווייטן.

יהא זכרו ברוך
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר אינטעליגענט שי'
שיין אינטעליגענט מגיב געווען

כבוד הרב קארטער (שימעלע)
על כגון דא אומרת "א קשיא אויף א מעשה"

כבוד ידידנו היקרים ר' פארשלאפען, און ר' יעקב בער שי'
כמים הפנים לפנים, מיר פרייען זיך צי אייך אויך

יישר כחכם סעקרעטאר

שלום עליכם ר' אבעלע
מיר האבען האנאה אז איר פאררעכט בייקס, יעצט שובבים איז דא אסאך צי פאררעכטן! (הלואי איבערנאכט)

כבוד ר' ביזנעסקאפף
נאך א יאר לערנען אזוי פלייסיג, וואס האט פאסירט מיט דיין קאפפ?? (גוזמא....)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אההה, קוקט נאר ווער ס'איז צוריק פון די ווארימע לענדער, שלום עליכם הרב פוקס שליט"א, יהא בואך לברכה. און א דאנק פאר אזא שיינעם עמאציענאלען באשרייבונג אויף הרב ר' מרדכי ז"ל.
כ'קען נישט פארגעסן זיינע ווארעמע שלום עליכם'ס וויאזוי ער האט זיך געפרייט צו מיר און ממש געמאכט פילן אזוי ווי ער האט געוארט נאר אז איך זאל קומען צו פארן. - און די זעלבע צו יעדן.
אויך ווי ער האט זיך ממש אוועק געגעבן מיט געטריישאפט פאר'ן געזונט פון זיין גרויסן טאטן שליט"א שיבלח"ט, און געשטאנען מיט מסי"נ לימין קדשו.
יהא זכרו ברוך.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יעקעלע פוקס פאר די הערליכע עמאציאנאלע באשרייבונג.

מיר האבן טאקע אויך אלס קינד הנאה געהאט פון דעם צדיק וויילנדיג אויף א שבת אין טאהש.
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

איי איז ער געווען א זיסער איד.
אטעטשמענטס
854.jpg
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
משה מענטש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מענטש »

טשילס....
אזוי ווי אלע, מיר האבען אים אויך געקענט (געזעהן) א מורא'דיגער איד געווען
שקויעך ר' יעקב פוקס, עס איז שרעקעדיג וואס איר פארציילט וועגען יענעם שבת.... עס האט מיך צישרויפט
שימעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שימעלע »

א גיטן ר' יעקל, איך וויל מיך אנשילדיגן פארן נישט אפגעבן דעם פאסיגן "יישר כח" פאר דיין הערליכע באשרייבונג.
ואתכם הסליחה!!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ישר כחכם אייך אלע

אגרויסן דאנק אייך קייל מסתתר, ס'בילד רעדט אסאך, אפשר האט איר אויך א בילד פון די מצבה?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

כ'האב געטראפן דעם היסטארישן בילד וואו ס'ווערן געזעהן צווישן אנדערע די אומפארגעסליכע טאהשער icons
הרה"צ ר' מרדכי ז"ל נעבן יבלח"ט אביו הגדול טאהשער רבי שליט"א
אונטערן בענקל די לאנגיעריגע גבאים משב"ק וואס פארדינען יעדער א באזונדער באשרייבונג פאר זיך הרב החסיד ר' אלימלך קליין ז"ל (שטייענדיג), און הרב החסיד הישיש ר' בנימין זאב זוסמאן ז"ל (זיצנדיג אונטער ר' מרדכי'ן)
אטעטשמענטס
tosh historic3.jpg
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ישר כח ר' חייקל, א הערליך בילד, ס'איז נישטא קיין בילד פון ר' מרדכי ביים פענסטער פון די קאך אין רבי'נס הויז?
מען זעט ביים טיש ר' ליפא ווייס זז''ג, ווער זיצט נעבן אים?

נעבן ר' מרדכי זיצט ר' יוסף ירחמיאל כהנא.

ווער איז דער הויז בחור? וועלכע יאר איז דאס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער בילד איז ביי שלש סעודות, גערעכט ר' חייקל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

farshlufen האט געשריבן:א ישר כח ר' חייקל, א הערליך בילד, ס'איז נישטא קיין בילד פון ר' מרדכי ביים פענסטער פון די קאך אין רבי'נס הויז?
מען זעט ביים טיש ר' ליפא ווייס זז''ג, ווער זיצט נעבן אים?

נעבן ר' מרדכי זיצט ר' יוסף ירחמיאל כהנא.

ווער איז דער הויז בחור? וועלכע יאר איז דאס?


גערעכט, דער בילד ביים פענסטער פון קאך, וואו ער קוקט אלע וויילע צו יעדער גאסט האט צו עסן, און צו קיינעם פעלט גארנישט, שטעלט אמבעסטן פאר ר' מרדכי'ס לב טוב און הכנסת אורחים, אין מוח איז דער בילד זיכער איינגעקריצט ביי די אומצאליגע אורחים אויף א שבת-יו"ט אין טאהש וואס האבן דאס ביי געוואוינט.

נעבן הר"ר ליפא ווייס שליט"א זיצט הר"ר' יעקב כ"ץ ז"ל א מחותן מיט יבלחט"א טאהשער רבי'ן שליט"א פאטער פון הר"ר' אברהם שליט"א חדב"נ רב ור"מ דקהל משכנות לאביר יעקב מאנסי
נעבן ר' מרדכי זיצט הר"ר יוסף ירחמיאל שליט"א חדב"נ און נאך איהם דעם רבי'נס זוהן הר"ר אלימלך שליט"א היינט דער רב מיט א קינד אויפ'ן שויס,
אויף די אנדערע זייט זיצט הר"ר יוסף מאיר מאיער שליט"א דער ליזעסנקער רבי חדב"נ

דער הויז בחור איז אלי' פיש נ"י - כ'ווייס ניט זיכער וועלכעס יאהר ס'איז אבער ס'שיינט ווי ארום תשמ"ט-תש"נ
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35147
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיר זעט אויס דער בילד ערגעץ אנהויב נ' יארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

farshlufen האט געשריבן:דער בילד איז ביי שלש סעודות, גערעכט ר' חייקל?

ניין ר' פארשלאפען, כפי ידיעתי איז די טישען דארט ווי אויך ש"ס אויף אסדר לדרומא, און ווי מ'זעהט אויפן בילד דעם מזרח וואנט, איז עס לכאורה א אנדערע מעורה, מוצאי יו"ט וכדו', פורים נישט, לכאורה א עפל טיש, מוצאי ש"ת,
ווי אויך זעהט מען די קאלירטע מזרח וואנט, מיז דאס זיין נאך תשמ"ח, ווייל איך בין געוועהן שבת שירה תשמ"ח אין טאהש, האט מען עס געהאלטן אינמיטן מאלען, און לויט די יונגע פרצופים אויפן בילד, ווי אויך די שריימלעך דארט, מיז דאס זיין נישט אסאך נאכדעם.

יש"כ ר' חייקל פארן אינטערעסאנטען בילד, תשואות חן לך
טעמו וראו כי טוב השם
וועלטסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטסמאן »

כפי מה שקיבלתי איז עס א עפל טיש מוצאי שמח"ת, מ'קען זעהן די טאץ עפל אונטער ר' מיילך ז"ל
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

כ"ק האדמ"ר הק' מטאהש שליט"א, עם בנו הרה"צ ר' מרדכי ז"ל
אטעטשמענטס
32.tif
32.tif (161.43 KiB) געזען 7265 מאל
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אינטשולדיגט
נאכאמאל ארויפלייגען
אטעטשמענטס
32.jpg
32.jpg (29.58 KiB) געזען 7260 מאל
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אן היסטאריש בילד

הרה"צ ר' מרדכי לאווי ז"ל, הגה"צ רבי שמעי' שווארץ ז"ל רב דקיט"ל סאטממאר מאנטריאל, יבלח"ט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, חתן, אדמו"ר מדינוב שליט"א, הגר"ש אוסנדארפער ז"ל אבד"ק מתיבתא ראשית חכמה מאנטריאל
אטעטשמענטס
Tosher Rebbe-with son historicOld-02.jpg
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”