ר' דוד שלמה נאוואסעלער מפעלשטין-פילעדעלפיא - תשכ"ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' דוד שלמה נאוואסעלער מפעלשטין-פילעדעלפיא - תשכ"ח
הרב דוד שלמה נאוואסעלער איז געבוירן אין דער שטאט יארמאלינסקי אין וואהלין אין חודש אב תרל"ז צו זיין עלטערן א משפחה פון אכט דורות רבנים, וועלכע האבן געצויגן זייער יחוס צום בארדיטשובער רב דער מהרש"א און דער נודע ביהודא, ער איז נסמך געווארן להוראה דורך הגאון ר' משה נתן הלוי רובינשטיין אב בית דין פון דער שטאט וויניצא,
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פונעם מאקארובער רבי ר' משה מרדכי וועלכע איז געווען אן איידעם ביים מיטעלכע בעלזער רב.
ר' דוד שלמה האט געדינט אלס רב ואב"ד פון דער שטאט פעלשטין אין די יאהרן פון תרע"ז ביז תרפ"ח.
בשעת ס'זענען פארגעקומען די פאגראמען אין רוסלאנד ביי די רעוועלוציע איבער צו נעמען די מאכט, האט ער ל"ע פאלוירן זיין פרוי מיט נאך צוויי טעכטער בשעת ווען ער האט בדרך נס איבער געלעבט דערנאך וואס ער איז פארוואונדעט געווארן 32 מאל, ער איז דעמאלט אפגעליגן אין בעט צוויי מאנאטן בשעת ער האט זיך נאך געדארפט אויס באהאלטן פון די רוצחים וועלכע האבן גערצח'ט כל הבא בידם.
אין תרפ"ח איז ער געקומען קיין אמעריקא מיט ברענגענדיג מיט זיך יתומים פון פעלשטין, אין פילאדעלפיע האט ער געגרינדעט די שוהל בני יהושע, געבויט אן הכנסת אורחים און געגרינדעט א כשרות ארגענעזאציע.
ער איז נפטר געווארן בשנת תשכ"ח אלט זייענדיג 88 יאהר, און איז געברענגט געווארן לקבורה אין זיין חלקה, ער האט געהאט געקויפט א חלקה ווי מען האט געלייגט אזעלכע וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן קבורה געלט.
ער ליגט אינעם זעלבן בית החיים ווי עס ליגט ר' מאשקע קרעמניצער מיט די טאלנע רבי פון פילאדעלפיע מיט נאך אלפים ורבבות בני ישראל, תהא נשמתם צרורה בצרור החיים (איך האב געהאט די זכי' צו באזוכן דעם בית החיים בחודש תמוז שנת תשס"ז לפ"ק).

א וועב-סייט איבער 'פעלשטין' צו געדענקען די פעלשטינער אידנטום אומגעקומען אין די קריג.
א באשרייבונג אויף ענגלישאיבער ר' דוד שלמה נאוועסעלער פון יענעם סייט.

בן בוזי האט געשריבן:ער ליגט אינעם זעלבן בית החיים ווי עס ליגט ר' מאשקע קרעמניצער מיט די טאלנע רבי פון פילאדעלפיע מיט נאך אלפים ורבבות בני ישראל, תהא נשמתם צרורה בצרור החיים (איך האב געהאט די זכי' צו באזוכן דעם בית החיים בחודש תמוז שנת תשס"ז לפ"ק).
בן-בוזי,
דער אייניקל שרייבט אין 'מלכות טשערנאבל' אז ער ליגט אין בני-ברק.
צוויי בילדער פון הרב נאוועסעלער לייגנדיג תפילין פאר א בר-מצוה אינגל.
c
ב''ה
עהר ליגט אין זכרון מאיר נישט ווייט פין וויזניצער אוהל .אין זיין רעביצין רבקה מרים [א נאמען נאך דעם מיטעלען בעלזער רב'ס רעביצין ]ליגט
אין פילידלפי' .אויך ליגט דארט נאך א רבקה מרים אשת רמ''צ מטאלנא-סאראקא-פילדלפי' אויך דעם מיטעלען בלזער רב'ס אייניקעל .
אויך ליגט דארט הרב דוד רוקח איין אייניקעל פין דעם ערשטען בעלזער רב אין דעם אפטער רב [חותן הרב הישיש מסאסאוו -לאנדאן] .

זיידעניו האט געשריבן:עס איז כדאי צו באמערקן אז ביים עולה זיין פון דעם בר מצוה בחור'ל איז דער רב נישט געגאנגן דעם טלית אויף די פלייצע נאר אויף די איקסל און מיט א ספעציעלע קייטל-קליפ האט געהאלטן דעם טלית אז עס זאל נישט אראפגליטשן...
וואס איז דער חילוק פון פלייצע און איקסל?
יא ס'האט מיר אויך געפאלן דער קליפ, איך ביי נייגעריג וואו מען קען דאס קריגען