רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 4:11 pm

היות אז אויף די צדקה פלאקאטן, וועלכע זענען פלאצירט אין די כותלי בתי מדרשות, זענען אין די לעצטערע טעג ערשינען מיט שרייעדיגע אותיות עפעס א מימרא פון אט דעם גאון קדיש וצדיק רבי חיים פלאג'י זצוק"ל, עלה בדעתי אז מ'וואלט אפשר געדארפט עפענען אן אשכול איבער דאס לעבן און שאפן פון דעם גדול בישראל.

וזאת למודעי: איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואו דער אשכול קומט, אין 'על הצדיקים' אדער אין 'פליטת בית סופריהם', ווייל די לעבנס ביאגראפיע צוזאמען מיט די ביבליאגראפיע פון זיינע חיבורים פארנעמען אין זיך א שלל מיט חומר. דעריבער קודם עפן איך דעם אשכול כמו שהוא, און דער באגאבטער אחראי, ידידי וידיד כל בית מדרשינו, הרב מיללער מסקרענטאן שליט"א, יעשה בו כטוב בעיניו. (אפשר טאקע אן עקסטער אשכול אין 'צדיקים' און עקסטער אין 'פליטות'? איני יודע. וכדאי הוא מיללער לסמוך עליו אפילו שלא בשעת הדחק).
*

איינע פון די לעצטעריגע גאוני ספרד, וועלכער איז נתקבל געווארן ביי אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל אלס אן איש קדוש וגאון עולם, איז געווען רבי חיים פאלג'י זצוק"ל. אמערסטענס איז ער באוואוסט געווארן ביים כלל ישראל צוליב זיינע צענדליגע און צענדליגע חיבורים, דאכט זיך אז ס'איז צוויי און זיבעציג (!) אין צאל.

עס וואלט גאנץ אינטערסאנט געווען אביסל ארומצושמועסן איבער זיינע ספרים און חיבורים, וועלכע ענטהאלטן אין זיך א וועלט מיט ידיעות, און פיל מער וואלט אינטערסאנט געווען אביסל צו שמועסן איבער די הקדמות פון זיינע ספרים. אין א שיין חלק פון די ספרים, ווי רבי חיים אליין שרייבט די הקדמות, איז פארווארפן א שלל מיט ידיעות און א וועלט מיט שטריכן איבער זיין לעבן און שאפן. ער דערציילט דארט אפט מאל זיינע לעבנ'ס פאסירונגען, די ליידן און פריידן צוגלייך.

איך עפן דעם אשכול בכדי די לומדים וידענים זאלן ארויפקומען צום פאדיום און אנהויבן אויספאקן וואס זיי ווייסן וועגן דעם אדם הגדול בענקים וספריו. וזה החלי אלס הן התחלה ופתח (מיללער וועט נאך באלד זאגן אז איך ארבעט שוין אויף דעם וואכן לאנג...).
*

צום ערשט א קורצע ביוגראפיע:

ווען איז ער געבוירן?
עס איז דא דערין א גאנצע מבוכה. די גרעסטע הוכחה פעסטצושטעלן דעם פונקטליכן דאטום, קען מען ברענגען פון מכתב יד קדשו אליין. אט ליינט אן אינטערסאנטע זאך, און איר וועט נאך דערפון בענעטירן א ידיעה'לע בספריו אויך:

אין טאג וואס רבי חיים האט זוכה געווען צו גרייכן צו די אכציג יאר, האט ער לכבוד דעם פערפאסט א חיבור מיט תפילות אונטערן נאמען 'קול החיים'. אין דער הקדמה שרייבט ער, אז היות דער באשעפער האט אים געשאנקען די מתנה און ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די אכציג יאר, האט ער זיך דערפאר מסדר געווען דעם קונטרס בכדי דאס צו זאגן יאר-יערליך ביום הולדו.

ער לאזט זיך דארט אריין אין א לענגערן שמועס איבער די גרויסע זכי' וואס א מענטש האט בעת ווען ער גרייכט צו די זיבעציג יאר (וואס, אזוי אלט איז שוין דער זארעך?). ער זאגט אז א מענטש דארף זיך, ביום מלאות לו שנת השבעים, אנטוהן א בגד חדש און מאכן דעם ברכת שהחיינו און אינזין ביי די ברכת שהחיינו אויף דעם וואס דער באשעפער האט אים מזכה געווען אנצוקומען צו די זיבעציג. ווי אויך אז א מענטש דארף אין דעם טאג מאכן א סעודה, און דאנקען און לויבן דעם באשעפער אויף די זכי' שזכה להגיע לגיל השבעים. ער פירט אויס, אז ווער עס וועט זאגן פון די זיבעציג און ווייטער די תפילות וואס ער שטעלט אהער, איז מובטחני אז ער וועט זוכה זיין צו ימי שיבה טובה אנע צער ויסורין און אן קיין שום ווייטאג וחולי (הערה: איך בין נישט זיכער צי ער הייסט דאס זאגן ביום הולדת שלו אדער סתם בכל עת מצוא). דער ספר ענטהאלט אויך צענדליגע און צענדליגע סגולות לאריכות ימים וואס דער מחבר האט מלקט געווען מדברי חז"ל.

די אויבנדערמאנטע הקדמה איז גע'חתמנ'ט: בחודש חשון שנת תרכ"ח. הוי אומר, אז ער איז געבוירן בחשון שנת תקמ"ח.
*

די מייק ווערט פריי. דער עולם ווערט געבעטן איבערצונעמען דאס ווארט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 4:27 pm

די מייק איז שוין פריי? אקעי לאמיך אריינשרייען א גרויסן יישר-כח פאר ר' זארעך, עס איז מקוים געווארן דער והשיב לב זרח על הקרעטשמע לאמיר פארגיין אין א טענצל....

*

איך האב שוין דערמאנט אגב דעם חבי"ף ביי די ספרי החיד"א אלס איינע פון די דריי גדולי הספרדים בשם 'חיים' וועלכע האבן מחבר געווען צענדליגע ספרים, ממילא באלאנגט דאס ענדערש אהער ווייל ער איז מער באקאנט אלס זיינע ספרים (אויך מיר א פשרה...)

די נעמען פון זיינע ספרים זענען צומאל היבש אינטערעסאנט אזוי ווי מ'זעהט בכלל בין חכמי הספרדים, אויך זיין זוהן ר' אברהם פ'אלאגי איז געווען א מחבר פורה.

עס איז ערשינען א ביכל מיט'ן נאמען 'תולדות החבי"ף' מיט זיין גאנציע ביאגראפיע און ביבליאגראפיע.

ר' חיים איז געווען רב אין איזמיר, טערקיי, ווי זיין זוהן ר' אברהם האט געווען ממלא מקומו, א לינק מיט פרטים איבער די אידישע קהילה אין איזמיר

א בילד פון ר' אברהם פ'אלאגי ובני קהילתו באיזמיר
צוגעלייגטע
02775300.jpg
02775300.jpg (37.12 KiB) געזעהן 5450 מאל

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 4:53 pm

מיללער יקירי, יישר כח פאר די אינפארמאציע איבער דעם בוך.

האסט אפשר דעם בוך? פארוואס פרעג איך? אט הער, כי העיקר שכחתי.

אויף זיין מציבה שטייט צווישן אנדערע, אז ער איז געבוירן ביום פטירתו, שמלאו לו שנותיו מיום ומחדש לחדש. זאת אומרת אז ער איז געבוירן בחודש שבט ולא בחשון. גיב א קוק (אויב דו האסט דעם בוך) וואס ער זאגט דערוועגן, און זיי מיך מהנה מיט א תשובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 5:05 pm

איך האב נישט דעם בוך, איך פלאן אפצושטאטן א באזוך אין א מקום ווי עס געפונט זיך דער בוך, וועל איך בל"נ נאכקוקען ואחזיר לך תשובה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 7:08 pm

פון דער זעכצען יאר ביז זיין לעצטען טאג האט ער געשריבן ספרים, ער האט מחבר געווען צוויי און זיבעציג ספרים און אלע מקצועות פון הלכה, און נאך פיר און פיפציג וואס זענען ליידער פארברענט געווארן נאך אלץ כתבי ידות, אין יאר תר"א, און פערצן פון די 54 זענען יא געראטעוועט געווארן, און זיין זוהן ר' אברהם האט פון זיין זכרון צוריק געברענגט אסאך חידושים פון זיין טאטענס פארברענטע ספרים.

* פעולת צדיק לחיים- זיין ערשטע ספר וואס ער האט געשריבן זייענדיג 17 יאר אלט,
* סמיכה לחיים- אותו חיבר יחד עם רבו רפאל יוסף חזן,
* רחמים חיים- על הרשב"א, עס איז אריינגעדריקט אין ש"ס ווילנא.
* ארצות החיים- על מעלת ארץ ישראל,
* לב חיים-יצא לאור בשנת ל"ב לחיי רבי חיים,
* חיים לראש- על הגדה של פסח,
* קול החיים- קיבוץ תפילות ותיקונים וואס מען זאל זאגן פון די 70 יאר, חובר על ידו בהגיעו לגיל זה, כמוזכר בתגובת ר' זארעך,
* מצה חיים-קונטרס לכבוד מלכת ענגלאנד בעקבות השתתפותה בהצלת היהודים מעלילת דמשק,
* ברכת מועדיך לחיים- ספרו האחרון,יצא לאור יום לפני מותו,
* חוקות החיים
* כף החיים
* מועד לכל חי
* זכירה לחיים
* ספר רפואה וחיים
* עיני כל חי
* רוח חיים
* שו"ת חיים ביד
* שו"ת חקקי לב
* שו"ת נשמת כל חי
* תוכחת מוסר

זיינע ספרים זענען מקיף די גאנצע תורה, 24 ספרים אויף הלכה, 15 אויף מדרשים און דרושים, 9 אויף תפילה, 9 אויף ש"ס בבלי ירושלמי, 7 אויף תנ"ך, 3 ספרי מוסר, 5 בנושאים שונים.
צוגעלייגטע
פלגיsmall.jpg
מצבת קדשו
פלגיsmall.jpg (32.71 KiB) געזעהן 5417 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:15 pm

ר' זארעך,
דער דערמאנטער תולדות החביף דערמאנט נישט יום לידתו, אבער ביים נוסח המצבה רעדט ער איבער די צוויי טעג דיפרענס פון י"ז ביז י"ט שבט (וואס שטייט קלאר אויפן מצבה) וויאזוי עס שטימט מיט'ן 'נתמלאו לו ימיו מיום ליום ומחודש לחודש' ער איז עס מסביר בדוחק.

אלנספאל קוקט נישט אויס פון דארט אז ער איז געבוירן בחודש חשון.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:22 pm

יישר כח הרב מיללער פאר די טירחא יתירא שטרחת בשבילי. (זאג, די שכר פסיעות קען איך מיר צורעכענען צו מיין קאנטע? נישט אז איך וויל דאס ח"ו גורע זיין פון דיר, נאר פשוט איך וויל זיך נעמען קרעדיט פארן דיר גורר זיין די הליכה).

ולענין איז מיר דאס טאקע א פלא. גיבט א איד ארויס א בוך איבער דאס לעבן און שאפן פון א גדול, לכאורה דער מו"ל דארף צו זיין א גאנצער שטודירער און פראפעסער וועלכער האט געארבעט יארן אויף די ווערק, און גארנישט, אזא איינפאכע הערה נישט צו באמערקן?

ווער איז דער מחבר דערפון, א 'מכון' אדער וואס?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:50 pm

איך פארמאג דעם תולדות חביף, נישט יעצט ביי די האנט, און דער מחבר האט טאקע בעיקר געמאכט זיינע קשרים מיט בני דורו און זיינע חיבורים, אמאל האט מען נאר געמאכט אזוינע חיבורים, ווער האט זיך געפארעט אמאל וועלכע טאג מ'איז געבוירן, וואס איז דאס נוגע, ביי צדיקים האט מען געוואוסט סיי ווי הקב"ה ימלא שנותיהם, היינט לויפט אלעס אויף דעם סיסטעם פון וויקי, לידה מקום וכו', אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 5:03 pm

גערעכט רבי היכלא, די זאך איז נאר, אז דא איז אביסל שונה הענין. ווייל מיר זענען נישט דן אלס חוקרים אין יוניווערסיטעט, מיר רעדן אלס לימוד וידענות אויס וואס מיר לערנען ארויס פון זיינע אייגענע שריפטן. במקום וואס ער אליין שרייבט קלאר אין דעם חיבור אז ער פערפאסט דאס ליום הולדת שלו, וואס דאס איז בחודש חשון, טרעפן מיר אויף די מציבה א סתירה דערצו ווייל עס שטייט דארט קלאר שהקב"ה מילאו לו שנותיו מיום ליום ומחודש לחודש, דאן איז דאס שוין מעורר א פליאה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 5:25 pm

זרח
נישט אז איך האלט אז טון אין די לידה פון צדיקים איז נישט קיין ענין, אדרבה, יעדער רגע פון זייער גאנצער לעבן, אנגעהבוין פון די רגע וואס דער אור איז אראפגעקומען אויף די וועלט, איז ווערט צו באשריבן וווערן און דורכגעטון ווערן אין גאנצעטע ביכער. עפעס א קלייניגקייט , א לידה פון צדיק, יעדער ריר פון די צדיקים איז דאך א תורה שלימה, אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה.
און דער חז"ל פון הקב"ה ממלא, זעט מען דאך גענוג צדיקים אנדערש, אבער זייער אסאך מאל, טרעפט מען פריערדיגע ספרים, בויען שטארק אויף דעם חשבון אויף צדיקים פון די ערשטע תקופות ביי כלל ישראל, ואי"ה כשירחיב הזמן נאריך בו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 6:22 pm

דער מחבר פון 'תולדות החבי"ף' איז איינער בשם 'עקשטיין' פון ירושלים עיה"ק.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 6:48 am

לאמיר ממשיך זיין אביסל מיט זיידעלע'ס רשימה.

* ראה חיים - על התורה
* גנזי חיים - מערכות
* חיים ושלום - שו"ת
* כפר לחיים
* משא חיים
* עתרת החיים - הלכה
* ספר חיים
* החפץ חיים
* תנופה חיים - על נ"ך
* מי החסד
* לחיים בירושלים - על הירושלמי
* חקרי לב
* כל החיים
* תורה וחיים - מערכות
* נפש חיים
* צוואה מחיים - תשובה

דער ערשטער זוהן זיינער איז געווען ר' אברהם פלאג'י זצ"ל, דער מח"ס ויען אברהם, פדה את אברהם, ויאמר אברהם, שמע אברהם, אברהם אנכי, וימהר אברהם, אברהם אזכור, ועוד.

דער צווייטער זוהן איז ר' יצחק פלאג'י זצ"ל, מח"ס יפה ללב, ועוד.

דאס וואס איך שרייב איצט בין אין נישט קלאר צו דאס איז געווען זיין זוהן צו נישט. ר' יוסף פלאג'י זצ"ל מח"ס יוסף את אחיו. אויך איז געווען איינער ר' ישועה פלאג'י זצ"ל. מ'דארף מברר זיין זייער קירבה'שאפטן צו אים.

אגב, אין איינע פון די ספרד'ישע ספרים ווערט געברענגט אז זיין נאמען "החבי"ף", איז א מליצה מלשון הכתוב: חביב אדם שנברא בצלם.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 3:12 pm

די כותבי התולדות רעכענען נאר די צוויי זוהן ר' אברהם און ר' רחמים יוסף, די פאלא'גי משפחה איז געווען גרויס אבער עס איז נישט באקאנט צו זיי זענען טאקע אלע פון איין משפחה אדער נאר גערופען ביים זעלבן נאמען.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 5:52 am

הרב מיללער נאכן זעהן דיין תגובה האב איך נאכאמאל בודק געווען די זאכן און נאכגעקוקט אין פארשידענע פלעצער, און איך רעד צו דיר יעצט קלארע זאכן, איך ווייס טאקע נישט פארוואס ס'שטייט נישט אין די תולדות.

א. דער ערשטער זוהן ר' אברהם פלאג'י איז דאך באקאנט, ואכמ"ל.

ב. דער צווייטער זוהן איז ר' יצחק פלאג'י מח"ס יפה ללב און ער ווערט דערמאנט אסאך אין די ספרים פון טאטן, קוק אריין אין די פאלגענדע פלעצער: חקקי לב - או"ח סי' ה', ספר חיים סי' יז אות יא.

ג. ר' יוסף פלאג'י מח"ס יוסף את אחיו ווערט אויך דערמאנט אין ספרים פון זיין טאטן, למשל שו"ת לב חיים ח"ג סי' ח, שו"ת רוח חיים ח"ב דף קנ"ח ע"ג, ק"ס ע"ד. דאס וואס דו רופסט אים אן ר' רחמים יוסף ווייס איך נישט וואס דאס מיינט איך האב נישט געהערט אז ער האט געהייסן אזוי.

צו דעם אויבנדערמאנטן ר' ישועה פלאג'י האב איך נישט געטראפן קיין שייכות מיט משפחת החבי"ף.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:57 pm

סבר וקיבל, איך נעם אן אייערע רייד, איך האב נאר געשריבען ממה שראו עיני בספר 'תולדות החבי"ף' הנ"ל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:01 pm

יישר כח הרב מיללער פאר דיין אינפארמאציע. א באזונדערע דאנק פארן 'זקן' החבורה, זה 'זקן' שקנה חכמה וידיעה, פארן אונז מהנה זיין מיט א קורצע ביבליגראפיע איבער די ספרי החבי"ף. חן חן לו. און כמובן קומט זיך א ספעציעלן יישר כח פאר הרב הידען ובקי נפלא, 'המסתתר' את עצמו וניקו ממני, פארן אריינקומען דא אין בארייכערן די ידיעות בספרי משפחת הפאלאג'י.

ערשטענס, א פראגע צו זיידעניו: וואס איז דער 'פעולת צדיק לחיים', מעולם לא שמעתי על זה? קענט איר מיר אפשר מהנה זיין און אביסל באשרייבן, על כל פנים אין קורצן, עפעס אינפארמאציע פון דעם חיבור, וואו און ווען דאס איז געדרוקט און צי איז דאס איבערגעדרוקט? (מעגליך אז דאס איז א קונטרס'ל געשמאלצן אין איינע פון זיינע פילע חיבורים, כידוע ליודעים איז דאס אפט אין זיינע ספרים).

דערנאך, בני היכלא. לא זכיתי להבין אף אות אחד מתגובתך. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? ובצפיותינו ציפינו שכאשר יזכה אותך ה' להרחיב עתך, שישוב מע"כ לזכינו מצוף אמרתך, כי דעתך נחוץ וחשוב מאוד לנו ולכל ישראל מעתה ועד עולם.
*

אייניגע הערות בשייכות צו אייער שמועס:
1] דער וויכוח איבער דעם צווייטען זון פון ר' חיים, וואס הרב המסתתר באצייכנט אים בשם ר' יצחק און מיללער בשם ר' רחמים יוסף, איז כמעט אין דער בחינה פון אלו ואלו דברי אמת. געהייסן האט ער אויפן גאנצן נאמען 'ר' רחמים ניסים יצחק'. (אגב, ס'איז דא פון אים - א חוץ דער יפה ללב - נאך א היבשע פאר ספרים. וכאשר תת ה' כח ומח, געדולד ונערוון, וועלן מיר נאך צוריק קומען צו אים).

2] ווי מיללער האט שוין דערמאנט אין די ערשטע תגובה זיינע, דא אין דעם אשכול, איז פון ר' אברהם פאלאג'י אויך דא א וועלט מיט ספרים, וואס פון יעדע איינע פאר זיך קען מען רעדן און רעדן. וכנ"ל, עוד חזון לחול המועד.

3] לפי זכרוני איז דער בעל המחבר 'יוסף את אחיו' אויך א זון פון ר' חיימ'ען. דאכט זיך אפי' אז אין 'יוסף את אחיו' ברענגט ער זאכן פון זיין טאטען. אין די ספרים פון ר' חיימ'ען איז קלאר דא זאכן פון דעם ר' יוסף הנ"ל.
*

אביסל אינטערסאנטע זאכן פון זיינע ספרים:

איך וועל אנהויבן מיט דעם ערשטן באקאנטן ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן לאור עולם (נאכ'ן דערמאנטן 'פעולות צדיק לחיים', וואס הרב זיידעניו צייכנט אן אלס דער ערשטער חיבור), 'סמיכה לחיים'.

אלס זיין ערשטער חיבור, שרייבט ער דארט א לאנגע הקדמה בשייכות דאס חשיבות פון דרוקן חידושי תורה. בתוך הדברים שרייבט ער דארט גאר אן אינטערסאנטע זאך. ער ברענגט בשם דעם לב ארי' אז בזמן שביהמ"ק הי' קיים ווען א מענטש האט מקריב געווען א קרבן האט ער קרבן מכפר געווען, בזמן הזה, זאגט דער לב ארי', ווען א מענטש שרייבט אראפ אין א ספר וואס ער לערנט א געוויסער חידוש, רעכנט זיך אים די כתיבת החידוש במקום קרבן וכיפר לו. לייגט ר' חיים צו, אז דערפון לערנען מיר ארויס אז ביים דרוקן חידושים, וועלכע האלטן זיך מער און לענגער פון א שריפט, אז עס רעכנט זיך פארן מחבר ווי גאר א חשובער קרבן. ובלשונו הק': "כי הו"ל מקיים את הקרבן אשר הקריב את קרבנו ריח ניחוח לה' יקריב אותו לרצונו"
**

יעצט נאכן טייפן די תגובה איז מיר איינגעפאלן צו מאכן א סוירטש אין היברו בוקס און זען צי ס'פאראן דארט דער 'פעולת צדיק לחיים', און יאפ איך האב אים געטראפן! ולא עוד, כ'זע גאר אז ר' אליעזר סאמעט ע"ה האט דאס איבערגעדרוקט מיט הגהות פונעם בעל 'שמע ישראל'. מיללער אדער היכלא, סתם פאר אינטערסאנטקייט, אויב איר האט א מעגליכקייט טוט מיר א געפעליגקייט און גיבט א קוק אין דעם חבי"ף בוך (הנזכר לעיל) צי דאס איז א ספר פאר זיך, און אויב נישט אין וועלכע פון זיינע ספרים איז דער חיבור אריינגעדרוקט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:18 pm

ה' הטוב יודע מסתרי ליבי, אז ווען הרב זארעך האט עפעס געבעטן אינעם אנפאנג פון זיין תגובה, האב איך מיר גלייך ארויסגעלאזט אויף די יאגד זיכן דעם ספר, און יגעתי מאצתי תאמין, אבער דא עקא אז כ'האב געענדיגט ליינען דעם תגובה פון הרב זארעך, נאך איידער איך האב געשריבן מיינער, האב איך געזעהן אז ער האט עס שוין געטראפן, איז עס געבליבן מיטן בחינה פון מחשבה טובה הקב"ה מצרפת למעשה.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און אז זארעך פרעגט, פרעגט ער דאך מסתם ווייל ער וויל וויסן א תירוץ, גם ער האט נישט געצילט די פראגע צו מיר, האב איך נאך נישט קיין היתר צו כובש זיין ידיעתי.

דער ספר איז אויף מסכת אבות און עס איז נישט א ספר פאר זיך נאר עס איז געווען אריינגעדריקט אינעם ספר"עיני כל חי" אויף ש"ס, עד שבא ר' אליעזר סאמעט ע"ה וחלקו בפני עצמו.

און אז מען רעדט שוין פון דעם ספר, שרייבט ר' חיים אין דעם הקדמה "מען האט אים מגלה געווען אין חלום אז ער זאל געבען דעם נאמען פארן ספר".

נאך איין פאקט איבר דעם ספר; דער ספר איז איינע פון די ספרים וואס זענען געווען מוצל מאש, און ר' חיים דאנקט דעם רבוש"ע אינעם הקדמה אז דער טייערע דימאנט איז ניצול געווארן.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 4:58 pm

פשיהא, א ריזן יישר כח ר' זיידעניו פאר דיין אינפארמאציע. טאקע אינטערסאנט וואס דו זאגסט, ווייל דער 'עיני כל חי' האט מען הערשט געדרוקט א גוטע פאר יאר לאחר פטירותו. לפי דבריך נמצא, אז דער 'פעולת צדיק לחיים' איז בלויז דער ערשטער חיבור וואס ער האט מחבר געווען, אבער למעשה לאור עולם ארויס פון דרוק איז טאקע דער 'סמיכות חיים' הנ"ל דער ערשטער.

וועגן די שריפה וואו ער האט פארלוירן רוב רובו פון זיינע חידושים, באשרייבט ער באריכות אין די הקדמה פון די הגדה של פסח 'חיים לראש'. ס'איז מורא'דיג. ער שרייבט דארט אז נאך די שריפה האט ער טעג און וואכן געוויינט און געוויינט אויף דעם גרויסן פארלוסט. ס'כאפט א פחד פשוט צו ליינען די הויפענעס חידושים, וואס ער רעכנט אלץ דארט אויס, אויף וואס אלץ ער האט שוין געהאט אפגעשריבן.

צווישן אנדערע שרייבט ער דארט אויך אז די סיבה פארוואס ער רופט ער אן דעם חיבור אויף די הגדה 'חיים לראש', איז ווייל דאס איז דאס ערשטע חיבור וואס ער גיבט ארויס נאך די שריפה, וואו עס זענען אים פארברענט געווארן זעק אויף זעק פון כתבי ידות.

מערקוועדיג, אז לויט ווי ער שרייבט דארט איז די שריפה געווען י"א אב תר"א און די הגדה איז געדרוקט ערגעץ אין די אנפאנג תר"י יארן, ס'טיישט א צייט אפשניט פון צען יאר.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג ינואר 02, 2009 1:36 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:דערנאך, בני היכלא. לא זכיתי להבין אף אות אחד מתגובתך. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? ובצפיותינו ציפינו שכאשר יזכה אותך ה' להרחיב עתך, שישוב מע"כ לזכינו מצוף אמרתך, כי דעתך נחוץ וחשוב מאוד לנו ולכל ישראל מעתה ועד עולם.


בילדותו סבר רבי דמציאות הדברים הי', בדורות שעברו, שלא פלפלו כל כך בהדאטומ'ס והעיירות בדיוק כל כך, רק דיברו מעבודת הצדיקים קדושתם ומופתיהם, כיון שזה העיקר, אבל לא שיש בזה ריעותא בעצם הדבר, לחקור מתי נולד הצדיק? ובאיזה מקום זרח אורו., עדיין קשה?

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

רבי אברהם פלאג'י - כ"ג טבת ה'תרנ"ט

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:07 pm

ר' אברהם פלאג'י זצ"ל, א זון פון רבי חיים.
מח"ס ויען אברהם, פדה את אברהם, ויאמר אברהם, שמו אברהם, אברהם אנכי, וימהר אברהם, אברהם אזכור, ועוד.
צוגעלייגטע
palaji.jpg
ציון רבי אברהם פלאג'י באיזמיר טערקיי
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

הגאון רבי חיים פּאַלאַג'י זי"ע

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג ינואר 19, 2014 2:37 am

י"ט חשון תקמ"ז – י"ז שבט תרכ"ח

די שטאט איזמיר אין טערקיי איז געווען א באוואוסטע עיר ואם בישראל. א שטאט פול מיט חכמים און סופרים, א מטרופולין של תורה פון לאנגע יארן.
עטליכע גרויסע ישיבות מיט גאר בארימטע רבנים און ראשי-ישיבות האבן באשיינט די שטאט איזמיר. עס האט געשפרודלט מיט תורה און יראה. אין יעדע גאס און געסל האבן זיך געפונען שוהלן און ישיבות וואו לומדים און תלמידי חכמים זענען געזעסן און זיך פארטיפט בעומקה של הלכה.
א שבת קודש אין איזמיר האט געהאט א ספעציעלן טעם. יעדן שבת האט מען זיך געפירט אויפצושטיין פארטאגס, אויסזאגן צוזאמען דעם גאנצן ספר תהלים און לערנען. אין יעדן בית המדרש – איינגעטיילט באזונדער פאר יעדן סארט פאכלייט – איז געווען א חכם וואס האט פארגעלערנט תנ"ך און מדרש רבה אויף דער פרשה, דערנאך מוסר און זוהר הק'. פארנאכט ביי מנחה צייט האט יעדע שוהל געהאט באשטימטע בעלי מוסר צו פארלערנען מוסר. ווען מען פלעגט אדורכגיין די גאס אום שבת קודש, אין סיי וועלכן געגנט אדער געסל, האט זיך ארויסגעהערט פון איבעראל א מעכטיגער קול תורה. (כף החיים)
אין די גאנצע שטאט האט זיך נישט געפונען אפילו איינער וואס זאל זיין פארדעכטיגט אין חילול שבת. אויב האט אמאל פאסירט אז איינער איז צוגעקומען ח"ו בשוגג צו חילול שבת, איז די גאנצע שטאט אויפגעציטערט געווארן און געגאנגען אויף רעדער. דער זינדיגער האט באלד גענומען אויף זיך א תיקון אויף דער עבירה, דורך מלקות און די ארבע מיתות בית דין, און דורך נידוי, תענית, קנס, און תיקון כרת. (צוואה מחיים)
אין אט די געבענטשטע שטאט איז רבי חיים געבוירן געווארן, צו זיין טאטן הגאון החסיד רבי יעקב ב"ר חיים פאלאג'י ז"ל, און מאמע הרבנית הצדיקת מרת קאלי קאדין, די טאכטער פונ'ם גרויסן גאון רבי יוסף רפאל חזן – בעל חקרי לב.
*
פון יונגווייז אן האט זיך שוין דערקענט אויף רבי חיים סימנים פון טהרה און קדושה. אלס בחור פלעגט ער פאסטן יעדן ערב שבת, ווען קיינער – אפילו זיין מאמע – האט נישט געוואוסט. זיינע איידעלע לויטערע מידות זענען געווען א זעלטנהייט.
זיין געוואלדיגע התמדה און אויסערגעווענליכע יגיעת התורה אין יענע יארן, איז נישט פארצושטעלן. רבי חיים אליין שרייבט אויף זיך, אז פון ווען ער איז געקומען צום שכל ביז ער איז געווארן צוואנציג יאר אלט, איז ער געזעסן און געלערנט בייטאג און ביינאכט אן צו בטל'ענען קיין איין מינוט, און אן זיך צו באשעפטיגן מיט קיין שום זאך פון עניני עולם הזה. (צוואה מחיים)
אין יענע יארן האט ער געלערנט תורה ביי זיין גרויסן רבי'ן רבי יצחק גאטנייו זצ"ל, בעל "בית ישחק" און "בית מועד". אבער די פערזענליכקייט וואס האט אממערסטנס געווירקט אויף אים, און וואס ער האט זיך גענומען פאר זיך אלס א מוסטער, איז געווען זיין גרויסער זיידע דער גאון בעל חקרי לב, וועמען ער האט שטארק מכבד געווען און רעספעקטירט ביז גאר. אין זיין שאטן האט ער זיך געשוצט און ביי אים האט ער געשעפט תורה לערנענדיג מיט גרויס התמדה יומם ולילה.
אויך דער בעל חקרי לב האט שטארק געליבט זיין דאזיגן אייניקל און זיך פיל געטשאטשקעט מיט אים. ביי זיין הספד וואס איז אפגעראכטן געווארן אין איזמיר מיט גרויס געוויין ווי עס פאסט נאך אזא אומגעהויערע אבידה, האט זיין עלטסטער זון געזאגט: "געלויבט ג-ט אז דער אייניקל פון דעם גאון איז זיין ממלא מקום. ער וועט אונז טרייסטן אנשטאט מיין גרויסן פאטער".
*
די שריפה
אומגעפער ביי די פופצן יאר האט זיך שוין רבי חיים באהאפטן צום פעדער און אנגעהויבן צו שרייבן זיינע חידושי תורה אין אלע מקצועות התורה, אין אלע טיילן אן אויסנאם. דורכאויס זיין גאנצן לעבן האט ער כסדר געשריבן ארויסגעבנדיג פאר'ן פאלק געוואלדיגע רוחניות'דיגע אוצרות. עס זענען געדרוקט געווארן פון אים צוויי און זיבעציג ספרים, וואס א באדייטנדער צאל דערפון האט ער זוכה געווען נאך ביי זיין לעבן צו דרוקן און פארשפרייטן צווישן אידן. צווישן זיי זענען: "דרכי חיים", "חיים ביד", "זכירה לחיים", "כף החיים" און נאך. ווי אויך די ספרים "עתרת חיים" און "ימצא חיים", וועלכע זענען פול מיט תפילות און בקשות אויף פארשידענע ענינים, און דער ספר "רפואה וחיים" – א זאמלונג פון סגולות און רפואות.
א געוואלדיגע סייעתא דשמיא האט באגלייט דעם גאון רבי חיים ביים דרוקן זיינע ספרים. די נדיבים זענען פשוט געשטאנען אין דער רייע און זיך געוואונטשן אז ער זאל צושטימען צו נעמען פון זייער געלט, אז זיי זאלן קענען האבן א טייל אין דרוקן און פארשפרייטן זיינע הייליגע ספרים.
יעדעס מאל ווען עס פלעגט אנקומען זיין נייער ספר פון דרוקעריי, פלעגט רבי חיים מאכן א סעודה פאר די תלמידי חכמים פון שטאט, און בענטשן דאן די ברכה פון "שהחיינו". כדי יוצא צו זיין לכל הדעות פלעגט ער זיך לאזן אויפנייען א נייעם מלבוש לכבוד די שמחה, און אינזין האבן דערויף מיט'ן שהחיינו.
י"א מנחם אב תר"א האט א שרעקליכע שריפה אויסגעפלאצט אין די שטאט איזמיר. די פייער צונגען האבן זיך בליץ שנעל פארשפרייט און אפגעברענט אלעס וואס איז זיי געקומען אין וועג. דער גאנצער אידישער געגנט איז פארוויסטעט געווארן ווערנדיג פארוואנדלט צו אש און רויך. ביי יענע שרעקליכע שריפה זענען פארברענט געווארן רוב פון זיינע חידושי תורה וואס ער האט געהאט אפגעשריבן מיט גרויס מי און הארעוואניע, און אין וועלכע ער האט אינוועסטירט זיין גאנצן כח און מח. פיר און פופציג ספרים האט דער פייער פארצוקט. אן איבערמענטשליכע ארבעט פון יארן איז פארלוירן געגאנגען מיט'ן רויך.
פון גרויס צער און עגמת נפש אויף דעם אומגעהויערן פארלוסט, איז רבי חיים שווער קראנק געווארן נאך די שריפה. אבער מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האט ער זיך ערהוילט און צו זיך געקומען, און דאן האט ער זיך גענומען מיט נאכמער אייפער שרייבן זיינע חיבורים.
*
דער חלום
אין יאר תקע"ג, אלט זייענדיג ארום פינף און צוואנציג יאר, איז רבי חיים פאלאג'י נסמך געווארן אלס "חכם" אין זיין שטאט איזמיר. אומגעפער אין יאר תק"צ איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין און ר"מ, און דערנאך האט ער באקומען דעם פאסטן אלס "מרביץ תורה". מיט די יארן איז ער געשטעלט געווארן אלס "רב הכולל" – וואס דאס איז געווען דער העכסטער אויטאריטעט דאן. אט דער טיטל איז אנערקענט געווארן אויך דורך דער רעגירונג. ער האט אפילו באקומען אורלויב צו באשטראפן און ארויפלייגן געלט-קנסות אויף די וועלכע פירן נישט אויס די פסקים פון בית דין.
דורכאויס זיינע אלע יארן, טראץ אלע אומגעהויערע טירדות פון אינעווייניג און פון דרויסן, האט רבי חיים נישט אויפגעהערט קיין איין סעקונדע צו לערנען בהתמדה און הארעווען אין תורה. אויך בשעת ער האט זיך געלייגט שלאפן האט זיין לויטערע הארץ און מח נישט אויפגעהערט צו טראכטן אין דברי תורה.
אין שלאף האבן זיך פיל סודות התורה פאר אים אנטפלעקט. אויך גדולים און רבנים האבן זיך באוויזן פאר אים אין חלום.
אין זיין ספר "נפש כל חי", וואו ער ווארנט איבער דעם הארבן איסור פון הוצאה מרשות לרשות – מען זאל נישט טראגן מיט זיך אום שבת קיין שום זאך אין א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין עירוב – דערציילט אונז רבי חיים דעם פאלגענדן מורא'דיגן עפיזאד:
איך האב געזען אין מיין חלום פרייטאג צונאכטס, פיר טאג אין חודש שבט תרכ"ו, ווי איך גיי מיך אדורך אין אונזער שטאט איזמיר אויפ'ן גוי'שן מארק, אין א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין עירוב. אזוי גייענדיג האבן מיר באגעגנט די רבנים פון אונזער שטאט וועמען איך האב געקענט, וואס זענען שוין דאן געווען אויפ'ן עולם האמת, און זיי האבן אויסגעשטרעקט צו מיר זייער האנט צו זוכן אין מיינע מלבושים. זיי האבן אריינגעשטעקט זייער האנט אין מיין בוזעם און ארויסגענומען פון דארט א זייגער, וואונדערנדיג זיך אויף מיר ווי אזוי איך בין נישט נזהר אינ'ם ענין פון עירוב.
איך האב זיך זייער פארשעמט אז זיי האבן מיר געכאפט ביי דער מעשה, און כ'האב זיך פארענטפערט אז דער זייגער הייסט אזוי ווי א צירונג, כאטש דאס איז געווען א קנאפער תירוץ.
וואס האבן די רבנים געטאן? זיי האבן אריינגעשטעקט זייערע הענט אין מיין טאש און ארויסגענומען פון דארט געצוקערטע מאנדלען וואס מען רופט "קוניפטיס". ווי נאר איך האב דאס דערזען בין איך געבליבן שטיין פארלוירן. דא איז מיר נישט איבערגעבליבן קיין שום פארענטפערונג, אפילו בדוחק. האב איך זיך אנגערופן צו זיי און געזאגט: "זייט'ס מוחל, די דאזיגע קוניפטיס זענען נישט מיינע. איר האט דאס אריינגעלייגט אין מיין מלבוש כדי מיר צו קענען באשולדיגן".
האבן זיי מיר געענטפערט: "אמת, דו ביסט גערעכט, אבער די קושיא וואס מיר פרעגן אויף דיר איז, ווי אזוי דו האסט נישט געדענקט פון א גאנצע משנה וואס מיר האבן געלערנט אין מסכת שבת (דף נ"ד). די קו פון רבי אלעזר בן עזריה פלעגט ארויסגיין מיט א שטריק צווישן אירע הערנער. די גמרא לערנט אז די קו איז נישט געווען זיינ'ס, נאר עס האט באלאנגט צו זיין שכן. אבער וויבאלד ער האט נישט מוחה געווען ווערט דאס גערופן אויף זיין נאמען. אויב אזוי איז אויך דו, וואס דו ביסט נישט מוחה ביים פאלק אז מען זאל נישט טראגן קיין זאכן אום שבת אין א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין עירוב, איז עס אזוי ווי דו אליין וואלטסט עובר געווען דערויף און געטראגן אין א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין עירוב".
באלד אינדערפרי האב איך אויסגערופן אין אלע שוהלן, אז מען זאל שטארק געווארנט זיין נישט ארויסצוטראגן קיין שום זאך אין א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין עירוב, וויבאלד די רבנים פון אונזער שטאט איזמיר זענען מיר געקומען אין חלום ווארענען דערויף. דער גוטער באשעפער זאל מיר פארגעבן, ווייל איך קען נישט יוצא זיין מיין חוב, וויבאלד עס איז א גרויסע שטאט און איך קען נישט אליין טראגן דעם עול. איך קען נישט מער ווי מקיים זיין ביז הונדערט מאל "הוכח תוכיח", און יעדער זאל אליין געווארנט זיין.
*
אויפ'ן רבנות שטול
פון אלע עקן וועלט האבן זיך גדולי ישראל און גרויסע תלמידי חכמים געוואנדן מיט זייערע שאלות צום גאון רבי חיים פאלאג'י, אז ער זאל זיי אנווייזן דעם ריכטיגן דעת תורה און פסק'ענען דעם דין להלכה. פון מצרים, טוניס, ליביע און מארוקו אין אפריקע; פון די אשכנז'ישע לענדער – ווי גאליציע, אמסטערדאם, פאריז און ווילנא – אין אייראפע פון די אשכנז'ישע לענדער – ווי גאליציע, אמסטערדאם, פאריז און ווילנא – אין אייראפע; די חכמים פון ירושלים, ווי אויך פון דמשק, חלב און באגדאד אין אזיע, און פארשטייט זיך פון אלע לענדער אונטער די אטאמאנישע אימפעריע, האט מען געשיקט צו אים שאלות, און ער האט פאר יעדן געענטפערט מיט זיין געוואלדיגע חכמת התורה, אפשרייבנדיג הונדערטער און טויזנטער תשובות פאר יעדן שואל ומבקש. אלע גאונים פון זיין דור האבן אים זייער געשעצט, רעספעקטירט און גרויס געהאלטן, ווי עס איז צו זען פון די גרויסע טיטלען וואס זיי שרייבן אויף אים.
רבי חיים איז געווען אנגענומען בכל תפוצות ישראל און זיין ווארט איז געהערט געווארן איבעראל. ביי יעדע פירצה וואס ער האט געזען איז ער באלד געווען דער ערשטער ארויסצוגיין דערגעגן און עס מתקן זיין. אין זיין חסידות און קדושה, און לויטערע מידות, איז שווער צו טרעפן זיינ'ס גלייכן. זיין זון שרייבט אויף אים, אז אלע חומרות וואס ער האט געזען אין די ספרים האט ער מקיים געווען.

רבי חיים איז געווען אן אוהב שלום ורודף שלום, סיי פאר'ן כלל און סיי פאר'ן פרט. ער האט זיך פיל אנגעשטרענגט און מיט גרויס מי צוריקגעברענגט דעם שלום ביי פיל קהילות, ווי אויך בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. אין יאר תרכ"ג, זייענדיג שוין אויף זיינע עלטערע יארן, איז ער פארבעטן געווארן דורך די אידישע קהילה אין די הויפטשטאט קושטא צו קומען אהין שלום מאכן צווישן צוויי צדדים. אויך די רעגירונג האט געשיקט צו אים א ביטע אז ער זאל דאס טון. רבי חיים האט נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן מיט וואס דאס איז געווען פארבונדן, ער איז באלד אהין געפארן און אריינגעלייגט אלע כוחות צוריקצוברענגען דעם שלום. זיינע ווערטער זענען אנגענומען געווארן ביי ביידע צדדים און זיין רייזע איז געקרוינט געווארן מיט ערפאלג.
רבי חיים איז געווען א געוואלדיגער עניו. ער איז גרייט געווען אנצונעמען פון סיי וועמען, אפילו פון זיינע אייגענע תלמידים. ער איז געווען געדולדיג און פארגעבליך צו יעדן איינעם, מקבל געווען יעדן בסבר פנים יפות, און כאטש מען פלעגט אים פיל מוטשען און צושטערן זיינע סדרים, האט ער קיינעם נישט פארשיקט און אלעמען שיין אויפגענומען. מיט יעדן געהאט מיטלייד, געזארגט נישט צו מצער זיין אדער טשעפען קיינעם – אפילו ווען א גנב האט זיך געוואגט צו באגיין דאס אומגלויבליכע, און ארויס'גנב'ענען דאס געלט בייטל פון זיין בוזעם בשעת ער איז געשלאפן, האט ער אים נישט פארשעמט מיט קיין ווארט נאר אלעס פארשוויגן.
עס איז שווער צו שילדערן דעם שלימות צו וועלכן רבי חיים האט דערגרייכט אין אט דעם שווערן טייל וואס רופט זיך "בין אדם לחבירו". ווער עס כאפט נאר א בליק אין זיינע הייליגע ספרים קען דאס קלאר זען, ווי אזוי עס גיבט זיך ארויס דאס וואס ער אליין איז געווען.
*
דערגרייכנדיג זיין זיבעציגסטער יאר האט רבי חיים געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל, אויספירן דעם וואונטש צו וועלכן ער האט אלע יארן אזוי געלעכצעט און געשטרעבט. אבער די רבנים און קהילה-הויפטן פון זיין שטאט איזמיר האבן זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל זיי נישט פארלאזן, און ער האט מבטל געווען זיין רצון פאר זייערטוועגן.
רבי חיים האט נישט געענדערט דעם סדר פון זיין הייליגער עבודה ביז דעם טאג פון זיין פטירה. אפילו א נאכט פאר זיין פטירה האט ער נאך אפגעראכטן תיקון חצות. אלט-זייענדיג אכציג יאר, אינ'ם טאג טו"ב שבט תרכ"ח, האט ער צוריקגעקערט זיין גרויסע און הייליגע נשמה צום בורא כל עולמים.
רבי חיים האט איבערגעלאזט נאך זיך א געבענטשטן דור, דריי זין און צוויי טעכטער. זיין בכור איז געווען דער גאון רבי אברהם וועלכער האט איבערגענומען נאך אים די רבנות שטעלע אין איזמיר, און האט אויך געשריבן פיל ספרים. זיין צווייטער זון איז געווען רבי יצחק רחמים נסים, דער מחבר פון דער ספרים סעריע "יפה ללב" אויף די פיר טיילן פון שלחן ערוך; און דער דריטער איז דער גאון רבי יוסף, בעל "יוסף את אחיו", וואס פיל פון זיינע חידושי תורה טרעפט מען אויך אין די ספרים פון זיין טאטן און ברידער.

א שלאס אויפ'ן מויל
דער גרויסער שלאס וואס איז געהאנגען אויפ'ן טיר פון שלמה'ס בעקעריי האט נישט געצויגן קיין באזונדערע אויפמערקזאמקייט פון די דורכגייער, און אפילו נישט פון זיינע קביעות'דיגע קונדן. אין אזא גרויסע און צענטראלע שטאט ווי איזמיר געפינען זיך בעקערס לרוב, און אויב איינער פון זיי האט באשלאסן צו גיין אויף דאטשע זענען די איינוואוינערס באזארגט מיט גענוג אנדערע וואס זאלן פארטרעטן זייער ארט כדי די שטאט זאל נישט בלייבן אן ברויט.
געציילטע זענען געווען וואס האבן געדענקט אז נאר לעצטנס האט דער בעקער איבערגעבויעט זיין בעקעריי, פארראכטן דעם גרויסן אויוון ממש ווי ניי און פריש איבערגעפארבט אלע ווענט. וואס איז פלוצלונג געשען? אינוועסטירט אזוי פיל געלט, און דערנאך זיך בארעכנט אז ער פארמאכט עס אינגאנצן?
שלמה'ס נאנטע פריינט האבן יא געוואוסט צו דערציילן אז דער בעקער איז שווער קראנק און ליגט אין 'אוספידאל' (שפיטאל) אין א קריטישן צושטאנד. גוטהארציגע אידן האבן נישט פארגעסן פון זיין ווייב און קינדער און פרובירט ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, פארלייכטערן דעם פיין און ליידן פון זען זייער מאן און טאטן אין אזא ביטערע לאגע.
*
א געדיכטע שטילקייט האט אנגעפילט די לופט ווי מיט שווערע בליי. נאר דאס שווערע אטעמען פונ'ם קראנקן האט זיך געהערט איבער'ן צימער און געריסן ביים הארץ, ווען פון מאל צו מאל ווערט עס באגלייט מיט א טיפן און שמערצליכן קרעכץ.
די געטרייע אשת חיל איז געשטאנען דערנעבן מיט א גלעזל טיי וואס זי האט אליין צוגעראכטן פון געזונטע בלעטער און גראזן, פרובירנדיג אריינצוטראפן דערפון אין זיין מויל מיט א קליינע לעפעלע. זי האט זיך נישט אוועקגערירט פון איר מאן'ס קראנקן בעט. אינדערהיים האט זי איבערגעלאזט זייערע קליינע קינדערלעך, אנגעוויזן אויף דעם חסד פון גוטהארציגע שכנים. אבער זי וועט זיך נישט אהיימקערן אליין – אין דעם איז זי געווען פעסט אנטשלאסן. זי גייט אהיים פון דא נאר מיט איר מאן אינאיינעם. זי איז נאך צו יונג צו בלייבן אן אלמנה ח"ו. זי וועט אים נישט לאזן גיין, זי וועט נישט לאזן.
דער תהלים איז שוין געווען נאס, דורכגענעצט און דורכגעווייקט פון אירע טרערן. זי האט געפילט אז אין דעם ליגט איר כח. מיט דעם כח וועט זי אויפהאלטן איר מאן, מיט דעם וועט זי אים צוריקברענגען געזונטערהייט אהיים.
שלמה איז געלעגן בלאס און פארשמאכט. מיט זארג און ציטער האט זי אים באטראכט און באשטעטיגט אין הארצן אז ער זעט אויס פיל ערגער ווי נעכטן. זיין געזונט צושטאנד ערגערט זיך פון טאג צו טאג. "הוי טאטע אין הימל, האב רחמנות אויף אונז!" האט זיך א יאמערליכער וויי-געשריי אומווילנדיג ארויסגעריסן פון איר האלז.
מיטאמאל האט זי באמערקט ווי זיינע ליפן באוועגן זיך. ער ווינקט צו איר מיט די אויגן, ער פרובירט אויפצוהייבן זיין האנט, ער וויל איר עפעס זאגן. זי איז צוגעקומען נענטער.
"דו זעסט דאך", האט ער ענדליך ארויסגעשושקעט, ווען עס איז קענטיג געווען אז יעדעס ווארט קאסט אים גרויס אנשטרענגונג. "צו לאנג וועלן שוין די שמערצן נישט אנהאלטן..."
זי איז בלאס געווארן. "דו וועסט נאך אהיימקומען, דו וועסט נאך ווערן געזונט", האט זי אויסגעשריגן היסטעריש, אויסברעכנדיג אין א יאמערליך געוויין.
"הער אויס", האט ער ווייטער גערעדט מיט א שטילע אפגעשוואכטע שטימע, "וואס עס איז געווען איז געווען, א ווארט וואס מען האט ארויסגעזאגט פון מויל קען מען נישט צוריקציען. איך האב זיך באנארישט, איך האב זיך פארשריבן די גזירה מיט די אייגענע הענט". א שטראם טרערן האט פארפלייצט זיינע אויגן און באנעצט זיין צארטן געזיכט. "איך וויל נאר אז דו זאלסט עס וויסן, און עס איבערגעבן ווייטער פאר אונזערע קינדער. דערצייל זיי וואס זייער טאטע וואס האט זיי אלעמאל ליב געהאט האט דיר אנטפלעקט בעפאר זיין טויט".
זי האט געעפנט איר מויל און פארמאכט. אירע אויגן האבן זיך אויסגעברייטערט מיט שרעק. ער האט שווער געסאפעט, ווארטנדיג אויף פרישע כוחות וואס זאלן אים ערלויבן ווייטער צו רעדן. אפילו א בלינדער האט געקענט זען אז עס גייט אים אין לעבן דאס איבערצוגעבן.
און דאן, נאך א קורצע פויזע, האט ער לייכט אפגעהוסט און אנגעפאנגען צו דערציילן:
"א קורצע צייט איידער איך בין קראנק געווארן, האט איין טאג פאסירט עפעס אין בעקעריי. דער גרויסער פייער פונ'ם שטיינערנעם אויוון איז ארויסגעשפרונגען פון זיין ארט און זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן איבער'ן גאנצן בעקעריי. די פייער צונגען האבן איינגעשלונגען אלעס וואס איז זיי געקומען אין וועג מיט גרויס הונגער. קוים מיט גרויסע נסים איז מיר געלונגען זיי איינצושטילן און פארלעשן. אבער דאס וואס האט זיך באוויזן דערנאך פאר מיינע אויגן האט מיר שאקירט. די פארשווארצטע ווענט, די אפגעברענטע כלים, אלע געבעקסן האבן אויסגעזען ווי שווארצע קוילן. אויך איך בין געשטאנען שווארץ ווי קויל.
"און אין יענע מינוטן, פון גרויס ביטערניש און צוטראגנקייט, האט זיך ארויסגעכאפט פון מיין מויל אן אויסדרוק וואס טאר נישט ארויפגעברענגט ווערן אויף א אידישע מויל. איך האב זיך געבייזערט אויף מיין שלימזל'דיגקייט, און איך האב זיך אליין פארשאלטן רח"ל..."
דער קראנקער האט שטיל געכליפעט. זיין זעלישער ווייטאג האט געריסן ביים הארץ נישט ווייניגער ווי זיינע פיזישע שמערצן. "יעצט עס איך די פרוכט פון מיינע נארישע אומבארעכנטע רייד", זיין שטימע האט זיך געבראכן. "די גאנצע צייט פון ווען איך בין קראנק געווארן, פייניגט מיר דער געוויסן און עס דריקט מיר אויפ'ן הארץ. יעצט אז איך האב עס ארויסגעזאגט, שפיר איך ווי א שטיין וואלט זיך מיר אראפגעגליטשט פון הארצן. כאטש איר זאלט דאס וויסן, און איבערגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות אלס אייביגע לערנונג. דער שיקזאל פונ'ם מענטש ליגט אין זיין מויל. זייט'ס פארזיכטיג עס צו נוצן פאר גוטע צוועקן, איר זאלט זיך נישט חלילה באנארישן און ברענגען אויף זיך דאס וואס איך האב אליין געברענגט אויף זיך..."
דער קראנקער איז אנטשוויגן געווארן. ער האט גענומען א טיפן אטעם און זיינע אויגן האבן זיך פארמאכט ווי פון זיך אליין. זי איז נאך לאנג געשטאנען דארט ווי צוגענאגלט צו איר ארט, ערשיטערט און שאקירט. זי האט געווארט אז ער זאל זיך אויפוועקן און ווייטער רעדן, אבער דאס האט נישט פאסירט. א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט האט זי אזוי געווארט, און דערנאך האט אים דער דאקטאר אונטערזוכט און ערקלערט אז זיינע שעה'ן אויף דער וועלט זענען שוין זייער ווייניג. די קראנקהייט האט זיך געשטארקט און ער האלט שוין נאנט צו גסיסה רח"ל.
*
פונקט אין יענע מינוטן, ווען זי האט געשפירט די טיפע פארצווייפלונג פון איינע וואס האלט אט-אט ביים פארלירן איר געטרייער מאן און אנלאנער, האט זי זיך פלוצלונג געשטארקט ווי א פרישער קראפט וואלט אין איר אריינגעבלאזן. זי האט זיך אויפגעהויבן און פארלאזט איר ארט אין שפיטאל, לויפנדיג אין איין אטעם צום הויז פון דעם גרויסן רב פון שטאט, דער גאון רבי חיים פאלאג'י.
אריינקומענדיג אינ'ם הייליגן צימער און דערזעענדיג די הייליגע צורה, די גוטסקייט און אהבת ישראל וואס שיינען ארויס פון דעם צדיק'ס הייליגע אויגן, איז זי פארגאנגען אין א ביטערליך געוויין און האט נישט געקענט צום ווארט קומען.
דער הייליגער צדיק, וועלכער איז באקאנט געווען מיט זיינע אויסערגעווענליכע מידות טובות און זעלטענער צוגאנג בין אדם לחבירו, האט געווארט מיט די פולסטע געדולד און מיטלייד ביז די פרוי האט זיך ענדליך עטוואס בארואיגט. "רבי", האט זי אויסגעשריגן מיט אזא דונערדיגן געשריי וואס האט אויפגעטרייסלט די ווענט, "אז א מענטש האט זיך ארויסגעכאפט מיט א קללה אין א שווערע מינוט, איז שוין טאקע נישט פארהאן פאר אים קיין תיקון???"
דא האט די פרוי דערציילט פאר רבי חיים וואס איר מאן האט איר אנטפלעקט אין זיינע שווערע מינוטן, און ווי אזוי ער האט זיך זעלבסט באשולדיגט אין זיין צושטאנד. ווי נאר רבי חיים האט עס געהערט, האט ער באלד באפוילן מען זאל איינזאמלען צען תלמידי חכמים און זיי זאלן אריבערקומען צו אים.
ווען דער קליינער עולם איז שוין געשטאנען פארזאמלט, האט זיי רבי חיים ערקלערט אז ער דינט אלס דער פערזענליכער שליח פונ'ם קראנקן, און ער בעט אז מען זאל אים מתיר זיין אלע קללות. מיט גרויס עהרע-פארכט און ציטערניש האט דער מנין אפגעראכטן א התרת קללות.
בלויז א קארגע שעה איז פארביי, און די פרוי איז ווידער דא. דאס מאל איז שוין איר פלייצע נישט געווען אזוי איינגעבויגן ווי פריער און איר געזיכט האט מער נישט אויסגעזען אזוי פאר'צרה'ט. "הייליגער רבי! דער קראנקער האט געעפנט די אויגן! ער האט געבעטן וואסער!" האט זי געברענגט די גוטע בשורה מיט א שטראלנדיג געזיכט.
גאנץ שנעל איז דער בעקער געקומען צו די כוחות, און בלויז דריי טעג דערנאך איז ער שוין אראפ פונ'ם קראנקן-בעט געזונט און שטארק. א קורצע צייט שפעטער איז דער גרויסער שלאס אויפ'ן טיר פונ'ם בעקעריי אראפגענומען געווארן, און שלמה איז ווייטער געשטאנען פריש און מונטער באדינענדיג זיינע קונדן מיט געטריישאפט.
אלעס איז צוריק צום אלטן, אויסער איין זאך: זיין מויל איז מער נישט געפארן אזוי ווי אמאל און די ווערטער האבן זיך מער נישט ארויסגעגליטשט פון דארט אן קאנטראל. דעם גרויסן שלאס האט ער אריבערגעלייגט אויף זיינע ליפן און יעדעס ווארט וואס ער האט ארויסגערעדט פון דאן איז געווארן פארזיכטיג געמאסטן און געוואויגן.
*
די דאזיגע מעשה דערציילט רבי חיים פאלאג'י אין איינע פון זיינע פילע ספרים, און ער מוסר'ט און זאגט:
דער תיקון דערצו איז, אז מען זאל מקבל זיין אויף זיך נישט צו איינגעוואוינען דאס מויל מיט קיין שום קללה. אויב מען וועט זיך בייזערן און קענען צוקומען צו שעלטן, זאל מען אנשטאט דעם בענטשן. אזוי האב איך געהערט פון מיין חשוב'ע באבע די רבנית תנצב"ה, אז ווען זי פלעגט זיך בייזערן פלעגט זי זאגן, "דער טויט זאל אונז נישט צושיידן!" "קיין מגיפה זאל דיר נישט אנטרעפן!"... אבער איינפאכע מענטשן זאלן זיך נישט צוגעוואוינען אפילו צו דעם, ווייל עס איז מעגליך אז פון גרויס כעס וועט מען זיך נישט קענען באהערשן און איבערקלייבן גענוג גוט און ריכטיג די ווערטער.

פערל ווערטער פון רבי חיים פאלאג'י זי"ע
עס איז מערקווירדיג ווי אזוי דער גאון און צדיק רבי חיים פאלאג'י האט זיך אראפגעלאזט צו פארשטיין דעם נפש און געדאנקען-גאנג פון מענטשן, כדי צו וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט עמפינדליכקייט און נישט מצער זיין קיין מענטש. ווי טיף זענען זיינע מוסר רייד!
א מענטש דארף שטארק אכטונג געבן, ווען עס געפינען זיך געסט אין זיין הויז און עס מאכט זיך אז עס איז אים פארלוירן געגאנגען א געוויסע זאך, ער זאל נישט מאכן קיין גרויסן איבערקערעניש ארום דעם ווייל דאס פארשאפט זיי אומזיסטע צער און אומבאקוועמליכקייט. נאר ער זאל זוכן זיין אבידה רואיג און געלאסן, באהאלטענערהייט.
*
מען דארף אכטונג געבן ווען מען רעדט צווישן זיך אפילו פון זאכן וואס באלאנגען צו די שטוב, אז עס זאל נישט אויסזען ווי מען רעדט אויפ'ן גאסט. עטליכע מאל האב איך געהערט און געזען ווי די משפחה-מיטגלידער האבן גערעדט איבער אן ענין וואס האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט'ן גאסט, אבער דער גאסט האט געמיינט אז מען רעדט אויף אים און האט זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם.
*
איך האב אליין געזען אז אין יעדן פלאץ וואו עס איז געווען א מחלוקת ערב שבת פארנאכט, אדער פרייטאג צונאכטס, איז געווען קלאר אז עס ערווארט זיי עפעס שלעכטס און זיי זענען נישט אדורך גלאטיג די קומענדיגע וואך.
*
איך האב אליין געזען מענטשן וואס האבן אין זייערע יונגע יארן געמאכט זאכן פאר א ווערטל, ווי צוגענומען און באהאלטן יענעמ'ס א זאך כדי זיך צו טשעפען מיט אים, און די בא'עוול'טע פון גרויס כעס האבן זיי געשאלטן. עס איז נישט אדורך קיין לאנגע צייט און די יעניגע זענען געשטארבן אין זייערע שענסטע יארן. איך האב געקלערט אז דאס איז געקומען אויף זיי דורך די קללות, דעריבער זאל מען שטארק שטארק פארזיכטיג זיין דערמיט, ווייל יעדעס ווארט האט א כח. און אויב מען מאכט א ווערטל זאל מען זען אז עס זאל זיין אזא וואס דערפריידט דעם באשעפער און מענטשן, נישט ח"ו פארקערט.

גענומען מיט רשות פון: "די ליכטיגע היים" - נישט ערלויבט צו קאפיען.
שויתי השם לנגדי תמיד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mar0was און 5 געסט