אגודת האדמורי"ם דארה"ב וקאנאדא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:29 pm

ס'איז רעכט וואס דו שרייבסט אז די קעניגסבערגס ליגן צוזאמען מיט ר' דוד'ל שיניעווער, אבער כמדומה אז דו דרייסט א קאפ בנוגע די אנדערע זאך, ווייל דער חלקה ווי ער ליגט איז די שיניעווער חלקה וואס ווי באקאנט איז געווען א שיניעווער קלויז אין דער איסט סייד, און דאס האט מיט הסתדרות קיינע שייכות.
[/quote]

נאך א מזל ס'איז נאר כמדומה, האט איר געזען אין מיינע ווערטער עפעס פון הסתדרות? מ'האט גערעדט פון אדמורי"ם וואס זענען געווען בעירום ובחוסר, קיינער האט אויף זיי נישט געקוקט, ברענג איך צו וואס כ'האב געהערט אז די חלקת הרבנים וכו', פשוט זאלסט זעהן ווי רבנים זענען געווען גארנישט אין אמעריקע. קלאר זא די כוח הרבנות איז געווען בשפל המצב ביז ס'האט זיך געגרינדעט די פארשידענע ארגאנאזאציעס.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:41 pm

פרעגער האט געשריבן:און ווער זענען געווען די אגודת הרבנים?


אגודת הרבנים האט זיך געגרינדעט נאכן צוזאפאל פון אגודת הקהילות אין שנת תרס"ב ביי די פטירה פונעם רב הכולל רבי יעקב יוסף זי"ע. ס'איז שוין געווען געפלאנט נאך פארן רב הכולל'ס פטירה, ווען ער איז נישט געזונט געווען, אבער מאת ה' היתה זאת אז פונקט ווען ס'איז געווען דער ערשטער אסיפה איז דער רב הכולל נפטר געווארן. (והדברים במלואו הלא הם בספר "דער רב הכולל און זיין תקופה" מעשה ידיו פון רבי יונה לאנדא)

וואס בערך איז אגודת הרבנים אין קורצען: א רבנישע קערפערשאפט וואס שטייט אין שפיץ פון אלע אידישקייט ענינים אין לאנד, און א פאראייניגטע כוח הרבנות פון אלע ערליכע רבנים אין לאנד.

וויפיל זיי האבן אויפגעטען קען מען זיך פארשטעלן אז ס'איז געווען ביטער שווער מיט מס"נ ממש.

די ארגאנעזאציע גייט נאך אהן און שטייט בנשיאות הרב גינצבערג. וויפיל זיי טוען בין איך נישט באקאנט אבער כ'האב געקענט דעם סגן נשיא הרה"ג רבי אפרים אשרי זצ"ל וואס איז אוועק הערשט מיט אפאר יאר צוריק.

דער רבי זי"ע האט נישט געוואלט זיין אין אגודת הרבנים ווייל ס'האט געהאט דעם נאמען אגודה, אזוי האב כ'געהערט און מ'קען מחולק זיין. דאס יא אז דער רבי פלעגט זיין אויף מיטיגען און ס'איז דא פארשידענע עובדת און אינטערסאנטע ענינים. א זון פון הרב אשרי זצ"ל האט מיר געזאגט אז ער האט אין א טעיפ ווי דער רבי טענהט זיך ארום און אינמיטן שרייט ער "אמת הרב אשרי אז כ'בין גערעכט?!"
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:42 pm

וואס איז געווען די שנאה/קנאה צווישן די אגודת הרבנים קעגן די אגודת האדמורי"ם?
צוגעלייגטע
האדמורים 2.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:50 pm

איבער אגודת הרבנים בארה"ב שרייבט דארטן
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:08 pm

בן בוזי האט געשריבן:איבער אגודת הרבנים בארה"ב שרייבט דארטן


דאס איז דאך אבער א בריוו פון אגודת האדמורי"ם....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

רשימת חברי אגודת האדמורים ON PAGE 1

תגובהדורך כיצחק » מאנטאג יולי 04, 2011 12:33 pm

ר' יצחק טווערסקי סקווירא בראנקס
דער וואס האט געווינט אין בארא פארק אבי הרה''צ ר דוד זצ"ל
?
ר מנחם נחום טווערסקי סקווירא מאחניווקא
סקווירא רבי הרה"ק יעקב יוסף האט געהאט א ברודערר ר' מנחם נחום
וואס האט געווינט אין בארא פארק
דער זעלבער
?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 04, 2011 1:08 pm

כיצחק ולא כל יצחק
כיצחק האט געשריבן:ר' יצחק טווערסקי סקווירא בראנקס
דער וואס האט געווינט אין בארא פארק אבי הרה''צ ר דוד זצ"ל
?


ניין, זה בן ר' משה דן מסקווירא בן ר' אברהם יהושע העשיל בן ר' איציקל מסקווירא. ר' יצחק מבארא פארק היה בנו של ר' מרדכי בנו הבכור של ר' דוד'ל מסקווירא בן ר' איציקל.

כיצחק האט געשריבן:ר מנחם נחום טווערסקי סקווירא מאחניווקא
סקווירא רבי הרה"ק יעקב יוסף האט געהאט א ברודערר ר' מנחם נחום
וואס האט געווינט אין בארא פארק
דער זעלבער
?


גערעכט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ר מנחם נחום טווערסקי סקווירא מאחניווקא

תגובהדורך כיצחק » מאנטאג יולי 04, 2011 1:45 pm

ר מנחם נחום טווערסקי סקווירא מאחניווקא
??????

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג יולי 04, 2011 1:47 pm

כיצחק האט געשריבן:ר מנחם נחום טווערסקי סקווירא מאחניווקא
??????


ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' יוסף מאיר'ל מאחניווקער זי"ע.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יולי 04, 2011 2:16 pm

פרעגער האט געשריבן:וואס איז געווען די שנאה/קנאה צווישן די אגודת הרבנים קעגן די אגודת האדמורי"ם?

דאס איז שיריים פון זייער א פארווייטאגטע פרשה, וואס זייער ווייניג האבן וועגן דעם געשריבן, די איינציגע פלאץ ווי עס שטייט אביסל באשריבן דערוועגן, מגלה טפח ומכסה אלף טפחים, איז אין דעם בוך צדיק מה פעל, וועגען דעם פאדייהיצער רבי.
דער וועד הצלה דא אין אמעריקע האט געשאפן אנהייב מלחמה געלט פון אלע שיכטן און קרייזן, ווען עס איז געקומען צו נוצען געלט, איז דאך עס ליידער נישט געווען גענוג, ממש א טיפה מן הים קעגען וואס מען האט געדארפט, האט מען געדארפט דן זיין דיני נפשות מי קודם למי.
איז אין שו"ע שטייט לגבי פדיון שבויים אז א ת"ח איז קודם, האבען די ליטווישע וואס זענען געווען עומד בראש געזאגט אז א בן תורה איז קודם, און א בן תורה הייסט א בן ישיבה, ממילא האבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אפי' פאר גאליציענער און פוילישע ת"ח, און אלס איז געווען דער תי' זיי זענען נישט בני ישיבה (כידוע איז אין פולין כמעט קיין ישיבות נישט געווען), והפרשה הוא כאובה עד אין שיעור
זענען די חסידישע רבי'ס וואס זענען געווען פאראייניגט אין אגודת האדמורי"ם געגאנגען און געגרינדעט דעם וועד העזרה, דער וועד הצלה האט אבער געלייגט שטיינער אין וועג, וכו' וכו',
ולעת הפנאי וועל איך מוסיף זיין נאך פרטים
למה זה תשאל לשמי...

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

השפעה אויף זייערע קינדער

תגובהדורך כיצחק » מאנטאג יולי 04, 2011 2:25 pm

[quote="יאסל]
ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל רבי'ס האבן דא געוואוינט (אגב מיללער האסט דארעך געקוקט די ליסטע צי קברים האט די אלע?) און מסתמה רובו ככולו זענען געווען ערליכע וואס האבן דא אנגעהאלטן וואס זיי האבן געזעהן ביי זייערע עלטערען,
אבער די השפעה זייערע אויף די גאס איז געווען זערא אדער א מספר נאנט דערצי, נאך מער כאפענדיג א בליק אויף די רשימה זענענן דארט דא א היבשע פון די רבי'ס וואס האבן ליידער ניטאמל געהאט אן השפעה אויף זייערע קינדער אפילו,
בעיקר די וואס זענען ארויסגעקומען אסאך יארן בעפארן קריג די לעצטע פאר יאר איז שוין געווען היבש בעסער כאטש לא נגע ולא פגע צי די חינוך וואס זיי האבן געזעהן ביי זייערע עלטערען,[/quote]

כ'וויל נישט ח"ו פוגע זיין בכבודם אבער צי באקימען א שטיקל פרעספעקטיוו אויף יענע שווערע זמנים איז מערקווירדיג אז
די ממשיכים פון דריי גרויסע, סטאלין, בויאן,סקאליע זענען נישט די קינדער, גאר חשובע אידען , נאר די אייניקלעך

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יולי 04, 2011 2:38 pm

סטאלין וסקאליע, לא היו פה קודם המלחמה, וכסטאלין הי' בסטיטשין ג"כ שלא הי' פה קודם המלחמה,
ורק באיאן הי' כן, אבל לעומתו בקאפישניץ הי' בן שנתגדל פה, וכן באסטאן, וכן נאוואמינסק, וכן סקווירא ב"פ, ועוד ועוד
למה זה תשאל לשמי...

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ניצחתנו

תגובהדורך כיצחק » מאנטאג יולי 04, 2011 2:55 pm

בחירתך בתיבת נתגדל במקום נתחנך קולע אל השערה

נחקיים בי בחפזי כל אדם כוזב
כתיבה בחיפזון מעלים את האמת

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג יולי 27, 2018 12:15 am

צווישן די שורות פונעם אשכול האב איך אנגעקלאפט אין א צאהל אומקראנטע אינפארמאציע וואס האט זיך דא צאמגעזאמלט יארן צוריק איבער די אגודת האדמורי"ם, און אזוי אויך פעהלט א היבש ביסל ידיעות מקיפות איבער דעם ארגעניזאציע, וועל איך מעיר זיין וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

על הראשון איבער די מייסדים.
במשך פונעם אשכול איז עטליכע מאהל אנגעגעבן געווארן אז הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן זצוק"ל איז געווען דער מייסד פון אגודת האדמורי"ם, דאס איז א טעות, דער הויפט מייסד איז געווען דער מאניסטריטשער רבי הגה"ק רבי יהושע העשיל בעל נחלת יהושע (ועוד ספרים רבים), וועלכע איז אהער געקומען בשנת תרפ"ד און קורצליך דערנאך געגרינדעט די אגודת האדמורי"ם צוזאמען מיט נאך עטליכע פון חשובי האדמורי"ם דאהי בימים ההם.

ער איז געווען דער נשיא פונעם מוסד עד פטירתו בשנת תרצ"ח, און דערנאך איז דער באיאנער רבי אויפגענומען געווארן אלס נשיא במקומו.

עי' כאן בתולדות אנשי שם

אלמוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג יולי 27, 2018 1:36 am

און וואס איז געווען די ועד העזרה?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג יולי 27, 2018 3:58 pm

וועד העזרה איז געווען אן ארגענאזאציע צו העלפן אידן אין אייראפע ביים קריג.
(דער וועד העזרה איז בלויז געווען א פילאליע פון די אגודת האדמורי"ם, נישט א זעלבסט שטענדיגע ארגענאזאציע).

זיי האבן בעיקר געצילט צו העלפן די אידן פון פוילן גאליציע און די שכינות'דיגע לענדער, בפרט די צדיקים ומנהיגי ישראל פון צווישן די חסידישע קרייזן, זיי האבן געטוהן פארשידענע פעולות און השתדלות צו ראטעווען אידן פון אונטער די נאצישע נעגל, אדער כאטש פארגרינגערן זייער מצב.

דער ארגענאזאציע איז נתייסד געווארן דורך די אגודת האדמורי"ם אינמיטן די קריג יארן, ווען ס'איז געקומען צו א מצב פון באו מים עד נפש, און די אדמורי"ם וצדיקים דאהי האבן געפילט פאר וויכטיג צו גרונדן א זעלבסט שטענדיגע קאסע להצלת ישראל בארצות הדמים.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 27, 2018 4:16 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:וועד העזרה איז געווען אן ארגענאזאציע צו העלפן אידן אין אייראפע ביים קריג.
(דער וועד העזרה איז בלויז געווען א פילאליע פון די אגודת האדמורי"ם, נישט א זעלבסט שטענדיגע ארגענאזאציע).

זיי האבן בעיקר געצילט צו העלפן די אידן פון פוילן גאליציע און די שכינות'דיגע לענדער, בפרט די צדיקים ומנהיגי ישראל פון צווישן די חסידישע קרייזן, זיי האבן געטוהן פארשידענע פעולות און השתדלות צו ראטעווען אידן פון אונטער די נאצישע נעגל, אדער כאטש פארגרינגערן זייער מצב.

דער ארגענאזאציע איז נתייסד געווארן דורך די אגודת האדמורי"ם אינמיטן די קריג יארן, ווען ס'איז געקומען צו א מצב פון באו מים עד נפש, און די אדמורי"ם וצדיקים דאהי האבן געפילט פאר וויכטיג צו גרונדן א זעלבסט שטענדיגע קאסע להצלת ישראל בארצות הדמים.


אין די ארכיוון פון מורשת חכמי אמעריקא ליגן א גרויסע טייל פון די פראטאקאלן פון ועד העזרה ווי ס'זענען פארשריבן אלע אסיפות.

די ארבייט פון ועד העזרה איז בעיקר באשטאנען מיט געבן געלט פאר אדמורים און זייערע נויט באדארפענדע קרובים, יעדער רבי איז געקומען מיט זיינע בקשות אויף וויפיל געלט זיינע קרובים נויטיגן זיך און מ'האט באהאנדעלט צו ס'איז יא אדער נישט מעגליך צו באשטייערן די סומע.

אינעם אגוה"א זענען אלע רבי'ס געווען מיטגלידער און אויך דער סעקרעטאר און דער טרעזשורער זענען געווען רבי'ס. די טיכטיגע רבי'ס האבן צוגעלייגט א האנט און אריין געלייגט שעות ארבייט דערפאר. מען מעג אפשר נישט דערציילן, אבער אזוי איז ליידער געווען די פאקט, די רבי'ס זענען געווען בשפל המצב און לדוגמא דער מלך ישראל כ"ק מרנא ורבנא מבאיאן זי"ע איז אריין געקומען אין אפיס פון אגוה"א אפאר שעה א וואך און געטוהן אפיס ארבייט ווי שאפן געלט און ערלעדיגן אפיעלס איבער די שטאטן. ס'איז נישט געווען צופיל וואס צו טוהן צו לינדערן די מצב פון די אידן אונטערן נאצישן נעגל (כלשונך).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג יולי 27, 2018 5:40 pm

לענ"ד מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

איהר רעדט לכאורה פון די יארן נאכן קריג, ווען פילע אדמורי"ם ובנש"ק זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקא, און מ'האט זיי געהאלפן אהערקומען, און זיך אוועק שטעלן אויף די אייגענע פיס, (וואס דאס איז א חלק פון העלפן אידן בנן של קדושים פון די שארית הפליטה זיך ערהוילן פון קריג).

לפי ידיעתי איז בשעת די קריג די געלט געווען געווידמעט פאר די אידן אין גאליציע, צו וועם מ'האט געשיקט פעקלעך און פארשידענע הילף, און ווי אויך ריזיגע סכומים געלט צו ארויסראטעווען רבי'ס גאונים וכו' מעמק הבכה. טייל זענען געלונגען (לדוגמא בעלמא הדמשק מוויזניץ), און טייל זענען ליידער דורכגעפאלן (לדוגמא הקדו"צ מבאבוב), און הגם איך האב עס בתורה שבעל פה זענען דא אויף דעם קלארע דאקומענטן.

דאס איז זיכער אז דער נשיא בימים ההם הרה"ק מבאיאן, און דער סגן נשיא בימים ההם הרה"ק משאץ שענדישוב, וועלכע זענען אינאיינעם ארומגעפארן איבער די שטאטן שאפן געלט פאר דעם צוועק, האבן קיינמאהל פון דעם נישט נהנה געווען, (און נישט געדארפט צוקומען צו דעם). טראץ דעם זענען זיכער געווען אדמורי"ם וצדיקים וואס זענען געווען דאהי בעירום ובחוסר, ובתוכם אסאך וואס די משפחות זענען ליידער אומגעקומען, און האבן געדארפט צוקומען צו נדבת הקהל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יולי 30, 2018 12:47 am

וואס איז געווען דער קאפיטשניצער רבי׳ס ראלע אינעם ועד העזרה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג יולי 30, 2018 10:22 am

בן בוזי האט געשריבן:ר' בנימין בעריש אוירבאך ירושלימ'ער,


מה טיבו?
ירושלימ'ער רבי?!?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 30, 2018 11:27 am

רבי אברהם בנימין ביינוש אויערבאך זצ"ל האט מען (ווער?) גערופען ירושלימ'ער רבי, געשטאמט פון ירושלים-ליטווישער אפשטאם אן אייניקל פונעם אמרי בינה. דאס חסידישקייט איז געקומען מצד חותנו דער יאס בראיליווער רבי, רבי אברהם יוסף יוסקא גאטעסמאן זצ"ל.

badatz האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם יוסף יוסקא גאטעסמאן אדמו"ר מ'יאסי-בוקארעשט-ניו יארק איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס לאנדמאן מאוקנא א ברידער פין ר' יעקב קאפל הנ"ל

ב''ה
מקום מנוחתו הוא בבית - דוד ישנו ממנו ספר באידיש על י''ג עיקרי האמונה .
חתנו הי' הרב אויערבאך ז''ל המכונה דער ירושלימער רבי בהיותו בן הרה''ג
ר' יצחק איציק זצ''ל מי''ם נכד האמרי בינה והדברי חיים מלונשיץ וגם ממנו ישנו
ספר בשם אורח נאמן על שו''ע וממנו נסתעפה משפחה יפה.
הכרתי בן בשם בנימין זאב -וועלוועלע - גאטעסמאן .הם גם נכדי פרעמישלאן
והי' קרוב ללאשקעוויצער רבי שגר בסוף ימיו בבארא-פארק ב45 סטריט -
ורצה לייסד קרית בעש''ט בארה''ק בין בת-ים וחולון .התפלל כל יום בספארדישע
שהול .חותנתו אשת הרב ר' חיים יוסף ט''ב מוואלווא בן ר' יוקל משם גרה איתם .
לאחר פטירתו מכרו את הספרי' שלו ממש בחינם .הי' אדם טוב מאוד ואנשים
ניצלו את זה .תנצב''ה
צוגעלייגטע
yerishulayimer rebbe.JPG
yerishulayimer rebbe.JPG (17.65 KiB) געזעהן 224 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 15 געסט